שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובה דורך פעשען »

ידעתי האט געשריבן:יעצט געהערט א רעקארדינג פון די הספד פונעם טאטן ר' שלום דייטש.

איך בין שפראכלאז. א איד א בעה"ב זאל אזוי רעדן ביי א קינד'ס לויה.

Wow

אפשר שעירסטו די רעקארדינג?
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובה דורך איינפאכער איד »

קאפ און אקסל האט געשריבן:ווי קען מען הערן די ריקארדינג פון די לוויות?

קול מבשר ארכיוון אפטיילונג 8 - 8 - 170# פאר וומסב"ג לוי' 171# פאר דזשערסי סיטי לוי'
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובה דורך איפה פייביש »

איז דא א חסד פאנד פאר פערענץ?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איפה פייביש האט געשריבן:איז דא א חסד פאנד פאר פערענץ?

https://www.charidy.com/jcvictims
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובה דורך איפה פייביש »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:איז דא א חסד פאנד פאר פערענץ?

https://www.charidy.com/jcvictims

איר זענט זיכער? איך האב געזען איינס פון חסד פאנד מיט ני נאמען 'פערענץ'
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איינפאכער איד האט געשריבן:
קאפ און אקסל האט געשריבן:ווי קען מען הערן די ריקארדינג פון די לוויות?

קול מבשר ארכיוון אפטיילונג 8 - 8 - 170# פאר וומסב"ג לוי' 171# פאר דזשערסי סיטי לוי'


וואו קען מען עס טרעפן אויפן סייט?
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובה דורך אוהב ציון »

rutledge האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1N9eAJmtZ6yNUs8Hh-fBLDdiNujI4DURc/view?usp=drivesdk

ארבעט שוין ניט
ביטע איבערלייגן

https://drive.google.com/file/d/1NVNds1 ... p=drivesdk
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובה דורך טראק דרייווער »

איפה פייביש האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:איז דא א חסד פאנד פאר פערענץ?

https://www.charidy.com/jcvictims

איר זענט זיכער? איך האב געזען איינס פון חסד פאנד מיט ני נאמען 'פערענץ'


אפשר ברענגסטו א לינק?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

והעיר יהדות החדדית נכוכה, נאך אזאנע צוויי שרעקעדיגע לויות. די הארץ איז נאך צו ווייעך אפצומעסטן די טראגעדיעס, ווען דא באגלייט מען למנוחת עולם א יונגע ביימל וואס האט נאכנישט אנגעהויבן בליען, ער לאזט ליידער נישט קיין דורות אינטער זיך אויף שפעטער, אביסל ארויפציער באוויינט מען א יונגע מאמע וואס האט יא געהאט די זכיה איינצופלאנצן א בוים. הערט מען אבער דעם קליינעם יתום מאכן די ברכה.. אם אבן הוא נימוח..

די וועלט פארט אזוי שנעל.. מ׳כאפט זיך נישט אז זיי, די קדושי גרינוויל זענען בכלל נישט קיין איינצעלנע פרישע קרבנות. וויפיל פרישע יונגע יתומים זענען צוגעקומען די וואך אליינס, בנוסף פון די גרינוויל טראגעדיע?.. יונגע מענטשן גייען איינער נאך דעם אנדערן. הייליגער באשעפער ליבער פאטער, מיר בעטן דיר, געב אונז כאטש צייט. אויף אונזער שפראך רופט מען דאס.. כאפ נישט קיין הייסע לאקשן.

אין די וואכיגע סדרה שטייט, יעקב אבינו האט געבעטן ורוח תשימו בין עדר לבין עדר, זאגט דער הייליגער רמב״ן. יעקב אבינו האט געבעטן דעם אויבערשטן, "רבונו של עולם, אם יהיו צרות באות על בני, לא תביא אותן זו אחר זו, אלא תרוח להם מצרותיהם". לאז פלאץ צו פארדייען, מ׳זאל קענען תשובה טאן אז דו זאלסט אונז קענען פארצייען.

מעשי אבות סימן לבנים, יעקב אבינו האט פארשטאנען אז אים תש״פ גייען זיינע אייניקליך זיך מיזן ספראווען מיט אזא נסיון, צווייפאכיג. דא פאסירן ליידער שרעקליכע זאכן, מ׳קען ממש זאגן אויף א טעגליכע פארנעם רח״ל. ווינאר עס קומט אינטער א פרישע טראגעדיע פארגעסן מען פונעם פריעדיגן. בנוסף צו די ביטערע מצב פונעם דור בכלל, יעדער איז אזוי אריינגעטאן און פארטעמט געוואויר צו ווערן די נייעס, נייעס וואס לויפט אפ ווינאר ס׳דערגרייכט די אויערן, ווייל ס׳קומט דאך שוין פרישע.

ולא עוד. שטייען נעבעך אידן אחבנ״י וואס זענען פארקלעמט און פאר׳צער׳ט מיט זייערע ברודער, אנשטאטס אויסניצן דעם געלעגענהייט זיך אוועקצוזעצן און מאכן א חשבון הנפש, איז מען פארנומען מיט נארישע שטותים והבלים.. דער האט טענות אז יענער גוי האלט אזוי און אזי, און היתכן ער האט יא אדער נישט געזאגט דאס און יענס ביים רעדן צו די המון עם.. אדער פראבירט מען צו מאכן חשבונות גענוי וועלכער ביקס עס האט אומגעברענגט די קרביות.. טייערע לעכטיגן אידן, וואס איז מיט ענק!?.. קוקט אריין אין רמב״ם, א הלכה פסיקה אין הלכות תענית.

וז״ל הרמב״ם. ״אבל אם לא יזעקו ולא יריעו אלא יאמרו דבר זה ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית. הרי זו דרך אכזריות וגורמת להם להדבק במעשיהם הרעים. ותוסיף הצרה צרות אחרות. הוא שכתוב בתורה והלכתם עמי בקרי והלכתי גם אני עמכם בחמת קרי. כלומר כשאביא עליכם צרה כדי שתשובו אם תאמרו שהיא קרי אוסיף לכם חמת אותו קרי.״

כ׳בין נישט חלילה מקטרג, מ׳מיז פשוט מעורר זיין. די אלע נארישע דיבאטעס איז גוט ווען מ׳וויל זיך אויסליפטערן אמאל, און אפילו אפטמאל. ווען ס׳קומט אבער ליידער אזא פאל, איז עס א ערענסטע צייט. לאז אפ די שטותים.

אנטיסעמיטיזם איז די ענגלישע טייטש פון גלות, מ׳קען עס אויך אנרופן העיט, ראסיזעם.. וכדו׳. דאס זענען אלעס פאר אונז די עם הנבחר פונעם מלך מלכי המלכים, מיר זענען ליידער פארטריבן אין גלות, און אזאלכע אנטיסעמיטישע אטאקע׳ס גייען שוין אן באלד צוויי טויזעט יאר, וואס במשך די צייט האט כלל ישראל שוין ליידער מיט געמאכט אלע קללות ווערן ווערן געברענגט אין די תוכחה, נסיונות וואס מיר האבן און מיר וועלן מיזן ביישטיין ביז משיח וועט קומען.

קיין איין פאלק, קיין איין פאלאטישן און קיין איין פארטיי מיינען נישט אונזער טובה, דער גוי האט אונז פיינט אזוי, און דער ריליגיע האט אונז פיינט אזי. הצד השווה שבהן שהזיקן מצוי ודרכן לילך ולהזיק.. ס׳איז ברשות היחיד פונעם מלך יחיד ומיוחד. ושמירתן עליך וכשהיזק חב המזיק.. הייליגער באשעפער, דו ביסט מחיוב אונז אויסצולייזן פון גלות!

הצלינו נא, ווילאנג מיר זענען נאך יא דא אונעם גלות ס׳זאל זיין ורוח תשימו בין עדר לבין עדר, מיר האבן דיר יעצט געגעבן א גרויסן פעקל.. מיר בעטן דיר, עליה השלם כל הקרבנות כולם, ולקחת מנחתינו מידינו כי על כן ראיתי פניך כראת פני אלהים ותרצני. והושיעה נא, מיט די ענדגילטיגע ישועה דער גאולה שלימה ובא לציון גואל בב״א.
רשעות קאלטע סעלצער
איוואן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:07 pm

תגובה דורך איוואן »

רעקארדירונגען פון ביידע לוויות:

https://www.yiddish24.com/cat/12
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

לוי' פון מרת פערענץ הי"ד איז יעצט ביי ביהמ"ד דקיט"ל 5 גארפיעלד
לוי' פון הב' דייטש הי"ד איז יעצט ביים בית החיים החדש
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

@טשאדעלע

דברים כדרבונות!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

בילדער פון וויליאמסבורג לוי'

תגובה דורך Working »

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

תגובה דורך זינגער »

טראק דרייווער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:א קידוש ה'!!!

מ'האט אויפגעמאכט א געלט קאמפיין פאר די געהארגעטע פאליציי, געלט שטרוימט אריין.

https://thechesedfund.com/chevrakaddish ... policehero


דא איז די דזשוירזי סיטי שיסעריי קאמפיין

https://www.charidy.com/jcvictims


interesting to note that the campaign for the police raised more money meanwhile and much faster then the ferencz campaign


Interesting


מען דארף וויסן אז חוץ די מצוה פון קידוש השם, איז דא א מצוה פון וחי אחיך עמך, עזוב תעזוב עמו, ואהבת לרעך כמוך, און נאך.

גוט געזאגט, קידוש ה' איז א הערליכע זאך, אבער אוזנער ברודער דארף וויכטיגער די געלט...
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

תגובה דורך חלב ישראל »

די מצוה פון וחי עמך גייט אן ביי א גוי אויך (רש"י ויקרא כה,לה; השגות הרמב"ן על ספר המצוות עשה טז).
לעצט פארראכטן דורך חלב ישראל אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 12:40 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ידעתי האט געשריבן:יעצט געהערט א רעקארדינג פון די הספד פונעם טאטן ר' שלום דייטש.

איך בין שפראכלאז. א איד א בעה"ב זאל אזוי רעדן ביי א קינד'ס לויה.

Wow

גא"מ. זייער שטארקע ווערטער.
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובה דורך קלאץ קשיא »

חלב ישראל האט געשריבן:די מצוה פון וחי עמך גייט אן ביי א גוי אויך (רש"י ויקרא כה,לה).


ביי א גוי אויך? אדער ביי א איד אויך!?

ווען די האסט א איבריגע מינוט, א איבריגע דאללער.. זעה צו מאכן א קידוש ה׳. וחי׳ אחיך עמך, כפשוטו, איז א חיוב צו די קענסט יא צו נישט.

בכלל, אויב זעהט אונזער ברודער אז דער פאליציאנט איז פארזארגט ביי אחבנ״י מער ווי אים.. איז מען עובר אויף ולא תעמוד על דם רעיך?
אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובה דורך יצחקי »

מ'בעט דעם גאנצן ציבור זיך משתתף זיין אין די צדקה אקציע און שעי"רן דעם לינק צו וועם מ'קען.

https://www.charidy.com/jcvictims
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובה דורך איצל פיצל »

טשאדעלע. מורא׳דיגע ווערטער.
סיי דעם רמב״ן און סיי דעם רמב״ם האט מען טאקע אויך נאכגעזאגט ביי די לוי׳ אין וויליאמסבורג. דאכט זיך דורך צוויי אנדערע מספידים.

ר׳ שלום האט געמאכט דעם עולם קייכען פאר געוויין. עס איז הארצרייסענד.
זאל מען שוין הערן טאקע נאר בשורות טובות.
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

פולע רעקארדינגס פון ביידע לוייות

תגובה דורך פעטער יעקל »

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובה דורך איצל פיצל »

יצחקי האט געשריבן:מ'בעט דעם גאנצן ציבור זיך משתתף זיין אין די צדקה אקציע און שעי"רן דעם לינק צו וועם מ'קען.

https://www.charidy.com/jcvictims

איינער קען אריינקומען קלאר? פאר וועם איז די פאנד? דאס איז פאר משפחת פערענץ? אדער די מוסדות/ארגענעזאציעס?
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובה דורך טראק דרייווער »

חלב ישראל האט געשריבן:די מצוה פון וחי עמך גייט אן ביי א גוי אויך (רש"י ויקרא כה,לה).


אין מיין רש"י שטייט נישט דאס, עיין שם היטב, אבער שוין.

די נקודה וואס איך שרייב איז קלאר, מען דארף טאקע מאכן א קידוש ה', גאר א וויכטיגע זאך. אבער מען טאר נישט פארגעסן פון אונזער בלוט און פלייש וואס האט אויף אזא טראגישע אופן פארלוירן זיין פרנסה, און פארלוירן די מקור פון ווי צו באצאלן די חובות וואס די גראסערי האט געקאסט, חוץ וואס זיין הויז איז נעבעך געווארן א בית יתומים וואס די עקרת הבית און די פרנסה ברענגער איז ליידער אוועקגעשאסן געווארן. מען מיז אים העלפן זיך צוריקשטעלן אויף די פיס
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובה דורך zibala »

חלב ישראל האט געשריבן:די מצוה פון וחי עמך גייט אן ביי א גוי אויך (רש"י ויקרא כה,לה).

די מצוה פון קידוש השם גייט אויך אן ביי אידן
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובה דורך געשמאקער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:והעיר יהדות החדדית נכוכה, נאך אזאנע צוויי שרעקעדיגע לויות. די הארץ איז נאך צו ווייעך אפצומעסטן די טראגעדיעס, ווען דא באגלייט מען למנוחת עולם א יונגע ביימל וואס האט נאכנישט אנגעהויבן בליען, ער לאזט ליידער נישט קיין דורות אינטער זיך אויף שפעטער, אביסל ארויפציער באוויינט מען א יונגע מאמע וואס האט יא געהאט די זכיה איינצופלאנצן א בוים. הערט מען אבער דעם קליינעם יתום מאכן די ברכה.. אם אבן הוא נימוח..
.......
הצלינו נא, ווילאנג מיר זענען נאך יא דא אונעם גלות ס׳זאל זיין ורוח תשימו בין עדר לבין עדר, מיר האבן דיר יעצט געגעבן א גרויסן פעקל.. מיר בעטן דיר, עליה השלם כל הקרבנות כולם, ולקחת מנחתינו מידינו כי על כן ראיתי פניך כראת פני אלהים ותרצני. והושיעה נא, מיט די ענדגילטיגע ישועה דער גאולה שלימה ובא לציון גואל בב״א.

שכח פאר די ריכטיגע ווערטער
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובה דורך איפה פייביש »

איצל פיצל האט געשריבן:
יצחקי האט געשריבן:מ'בעט דעם גאנצן ציבור זיך משתתף זיין אין די צדקה אקציע און שעי"רן דעם לינק צו וועם מ'קען.

https://www.charidy.com/jcvictims

איינער קען אריינקומען קלאר? פאר וועם איז די פאנד? דאס איז פאר משפחת פערענץ? אדער די מוסדות/ארגענעזאציעס?

ביטע אויב איינער ווייסט קלאר ביטע אריינקומען ווי פריער, ווי לאנגדי עולם איז ווארעם. ישר כח.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”