באריכט: קאנגרעספרוי אילהאן אומאר, א געהיימע אגענט פאר קאטאר

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:01 pm

Editor’s note: Though this story has been picked up by several foreign and domestic outlets, its sourcing is questionable. Al Arabiya, who first reported it, is a Saudi-backed news outlet intent on countering Qatari-backed news outlet Al Jazeera. Moreover, the source of the testimony referenced in the story, Kuwaiti-born Canadian citizen Alan Bender, has made other explosive accusations in the past that have not been corroborated (though nothing has been disproven, either). I am choosing to run this story because if it’s true, it’s extremely important information. But be aware of the potential for this to be “fake news” as part of a counter-propaganda effort against Qatar by the Saudis.

אין אידיש: כאטש די געשיכט ווערט דערמאנט דורך עטליכע נייעס אגענטורן, איז די מקור דערפון אונטער פראגע צייכן. "על-אראביא", די ערשטע דאס צו באריכטן, איז א סאודי געשטיצטע צייטונג. נאכמער, די עד וואס וערט דערמאנט, עלען בענדער, איז שוין אין די פארגאנגענהייט ארויסגעקומען מיט אנדערע באמבאסטישע געשיכטעס וואס זענען נישט געווארן קאראבארעיטע"ד (באשטעטיגט אלס אמת) - אבער זענען אויך נישט געווארן אויפגעוויזן אלס פאלש. מיר דערציילן די געשיכטע, צוליב וואס אויס עס איז וואָר, איז דאס גאר וויכטיגע אינפארמאציע. אבער געדענק, דאס קען זיך ארויסשטעלן צו זיין "פעיק ניוז" אלז א טייל פון די סאודי אנגעפירטע פראפאגאנדא פרוואון אקעגן קאטאר.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאר איך ליין ווייטער, איז דא עניטינג קראנט?

די מעשה איז אזוי קראנט ווי "עלען בענדער" זעלבסט - באשלוס אליין אדער מאך א גוגל סוירטש

וואס טוט זיך האט געשריבן:פארוואס? ווייל אזוי האט איינער עלען בענדער געזאגט.
אגב, @אלעקסיי פון ווי ווייסט ער די אלע געהיימע אינפארמאציע?

פון ווי ווייסט ער די אינפארמאציע? גאר אן אינטערסאנטע מעשה (אויב האסטו געמיינט צו פרעגן פון ווי איך ווייס, איז די תירוץ "כ'האב דורכגליינט די טרענסקריפט" - אבער אויב מיינסטו בענדער, דאן לייען ווייטער).

עלען בענדער איז געבוירן געווארן אין "קאוועיט סיטי" די הויפטשטאט פון דאס קליינע אראבישע לענדל "קאוועיט". דארט, אין "קאוועיט סיטי" איז ער געגאנגען איז שולע, דערנאך איז ער אריין אין היי-סקול ווי ער האט באקומען גאר הויכע צייכענונגען. צוליב זיינע הויכע צייכענונגען איז ער געווארן אנגענומען אין "דאמאסקוס יוניווערסיטי" - איינע פון די פרעסטיזשפולע אוניווערזיטעטן אין די מיטל-מזרח ראיאן - אויף א "סקאלארשיפ", וואס דארט האט ער זיך אויסגעצייכענט און באקומען זיין "לאו דעגרי".

ווען בענדער האט זיך געצויגן קיין קאנאדא - פון וואס ער אלס געווען א בירגער - האט ער רעאליזירט אז זיין סירישע דעגרי וועט איהם קיין סאך נישט העלפן, איז ער צוליב דעם אריין אין ביזנעס. אין וואס פאר א ביזנעס פירט ער אן? צוליב זיינע קענטעניסן אין דריי שפראכן - ענגליש, אראביש און עטוואס סערביש - ווי אויך זיין פארשטאנד צו די ארטיגע קולטור, האט ער זיך אריינגעלאזט אין העלפן אמעריקאנער און קאנאדישע פירמעס זיך אויפבויען און אויסברייטערן אין די מיטל-מזרח ראיאן.

די אנדערע טייל פון זיין ביזנעס באשטייט פון דעם וואס ער העלפט ארויס די ארטיגע קעניגליכע פאמיליעס. ווי באקאנט, איז אין גאר אסאך פון די לענדער אין יענעם ראיאן פארהאן א קעניגליכע פאמליע וואס טוט הערשן איבער'ן לאנד. די קעניגליכע פאמיליעס טרעפן זיך אפט אין געוויסע פלאנטער'ס - צו ס'איז אינערליכע משפחה אמפערייען אדער צווישן איין שבט און אן אנדערע שבט וכדומה - זאכן וואס זיי זוכן צו פארהאנדלן און סעטלען אינדרויסן פון געריכט, אזוי ארום צו האלטן די פראבלעמען ווי וייטער פון די מידיע. צוליב זיין קענטעניס אין די שפראכן ווי אויך זין פארשטאנד אין די קולטור, ווערט בענדער אסאך גערופן דורך די ארטיגע הערשער זיי צו העלפן שליכטן זייערע אמפערייען. אין די זעלבע צייט וואס ער דרייט זיך דארט זיי צו העלפן, דריט ער זיך אין די אינערליכסטע קארידארן פון מאכט אין יענע לענדער - אזוי ארום ווערט ער אינאיינוועגס אויך געוואר גאר אסאך געהיימע אינפארמאציע וואס דיסתם עמך מענטשן ווייסן נישט צו זאגן דערפון.

וואס טוט זיך האט געשריבן:אבער בכלל, איינער האט די טראנסקריפט פון זיין עדות, כ'קען באשטיין צו וויסן פון ווי ער ווייסט די אינפארמאציע.

דא האט איר א לינק דערצו.
זיין ביאגראפיע איז פון פעיזש זעקס (6) ביז ניין (9), און פופצן (15) ביז זיבעצן (17).
זיין שייכות צו קאטאר, ווי אויך זיין באזוך דארט (גאר אינטערסאנט פאר ווער ס'גלייכט פאליטישע אינטריגעס) איז זיבעצן (17) ביז צוויי-און-פופציג (52).
זשאמאל קאשוגי און זיין מארד איז דריי-און-פופציג (53) ביז זעכציג (60).
אילהאן אומאר איז איין-און-זעכציג (61) ביז זיבעציג (70).
די אמעריקאנער מידיע נעצן (וואשינגטאן פאוסט, נ"י טיימס, סי.ען.ען.) איז אכציג (80) ביז צוויי-און-אכציג (82).
זשארעד קושנער (קאטאר האט געוואשן געלט צו ראטעווען איהם/די פאמיליע פינאנציעל) איז ניינציג (90) ביז הונדערט-און-איינס (101).
לינדא סארסור, קאטאר געלט וואשעריי, איראן אין סיריע, חיזבאללא ועוד, איז הונדערט-און-דריי (103) ביז הונדערט-ניין-און-צוואנציג (129).
נ.ב. די טרענסקריפט איז יעדע פעיזש א עקסטערע יו.אר.על., ממילא אויב דארף מען עפענען די פילטער דערפאר דארף מען נעמען אין באטראכט ס'זאל ווערן געעפענט די גאנצע נישט בלויז איין פעיזש.

דיסקלעימער: מיר טוען נישט באשטעטיגן/לייקענען די פאקטן דא אראפגעברענגט, מיר שרייבן נאר נאך די ווערטער פון אללען בענדער.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:36 pm

די אפידעיוויט האט עפעס א תוקף? אויב ער שרייבט דארט ליגנט קען מען אים אנקלאגן דערפאר?

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:46 pm

סאו אויב ער שרייבט קעגן דזשעראד אויך, ווערט ער אויס באגלייבט?

זיינע מעשיות זענען עפעס צו געשמאק.... טו גוד טו בי טרו..
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:46 pm

איך האלט אינמיטן ליינען א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגען, מ'בעט דעם עולם נישט אריין צו האקן מיט טענה'רייען.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:47 pm

סוי פארוואס איז די קעפל איבער אומאר? עס ברויך זיין איבער קושנער, קאשוגדזשי און אומאר.

און מען ברויך עס איבעזעצן אין אידיש, און פארקויפן אלס א בוך אזוי ווי א יאיר וויינשטאק נאוועל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:53 pm

צל עובר האט געשריבן:סוי פארוואס איז די קעפל איבער אומאר? עס ברויך זיין איבער קושנער, קאשוגדזשי און אומאר.

און מען ברויך עס איבעזעצן אין אידיש, און פארקויפן אלס א בוך אזוי ווי א יאיר וויינשטאק נאוועל.

ווייל דער ערשטע ואס האט עס אפירגעברענגט (נישט דוקא דא, נאר אין די אראבישע נייעס) האט בלויז געברענגט די חלק פון אומאר (ווייל יענער שטופט אן אזשענדא....), און דער פותה"א האט דאס געזעהן האט ער דאס געשריבן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:38 am

נישט יעדער כאפט די חילוק פון שפאקולאציעס ביז קראנט.... סא קומט עס אין פאר ברענגן פאר די וואס קענען נישט שלאפן צוליב די באמבעס וואס פאלן אויף גאר א שנעלן טעמפא....

ווען מען וועט האבן מער באווייזן צו די דראמאטישע נאוועל, קען מען עס צוריקברענגן צום אויבנאן מיט אן עסקארט....

איך גראדע פלעג הנאה האבן פון יאיר וויינשטאק און אפילו מנחם מנדל
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:36 am

דער האט נישט מורא אז מ'וועט מאכן פון אים א קאשאגי?

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:50 am

שמואל בארג האט געשריבן:דער האט נישט מורא אז מ'וועט מאכן פון אים א קאשאגי?


הממ.. היבש קאמפליצירט...

לויט זיין קאשוגי ווערסיע וועט נאך אפירקומען אז אומאר איז א דאפלטע אגענט פאר מדינת ישראל אין קאטאר האט אונטערגעשטעלט בענדער...

אה שיעור פארגעסן.. ווי אויך קושנער איז אן אגענט פאר איראן און כיזבאללא האט געשיקט בענדער
אקעי! נאך עפעס?

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:54 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דער האט נישט מורא אז מ'וועט מאכן פון אים א קאשאגי?


הממ.. היבש קאמפליצירט...

לויט זיין קאשוגי ווערסיע וועט נאך אפירקומען אז אומאר איז א דאפלטע אגענט פאר מדינת ישראל אין קאטאר האט אונטערגעשטעלט בענדער...

אה שיעור פארגעסן.. ווי אויך קושנער איז אן אגענט פאר איראן און כיזבאללא האט געשיקט בענדער

קען נישט זיין, מען האט אים קושנער געפארשט 400 טעג נאכאנאנד און ס"ה געטראפען אז ער איז נישט דער בעסטע לענדלארד. טאמער זיי וואלטן געטראפען עפעס וואלטען זיי עס שוין אויסגעהאנגען פאר דער פאבליק צו זעהן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 1:28 pm

טוויטער האט פערמענאנט אראפגעשליידערט א רעפובליקאנע פרוי פון מינעסאוטע וואס רישט זיך צו זיין די קעגנערין פון קאנגרעספרוי אמאר, נאכדעם וואס יענע האט געלינקט די אומבאזירטע צווייפלהאפטיגע באשולדיגונגען אז זי איז א שפיאן, און צוגעצייכנט אז אויב אמת דארף מען איר משפט'ן און הענגן...

(די קאנספיראציע גלויבער און שטופער קענען יעצט אריינקומען און ערקלערן אז טוויטער איז אויך טייל פון די טיפע שטאט און דינט אלס לאנגע ארעם פאר קאטאר אדער גרינלאנד בלא בלא בלא)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 1:52 pm

אויב ווען זי וואלט געלינקט סתם אזוי צו די באשולדיגונגען וואלטן זיי איר אויך אראגעשליידערט דאן וואלט דיין קאנספיראציע געווען מעגליך אבער דא האט זי דאך געשריבן אז מען דארף איר הרג'ענען, איז דאך פארשטענדליך אז זיי האבן איר אראפגעווארפן. פארוואס סתם אזוי באשולדיגן מענטש אלס קאנספיראציע גלויביגע?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 3:07 pm

יודע צדיק נפש בהמתו, ווארט און זעה
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

וואס קען שוין זיין
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 12:23 am

תגובהדורך וואס קען שוין זיין » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:29 pm

באריכט: דריי פעדעראלע אגענטורן נעמליך די FBI די DoED און ICE זענען אין די פראסעס פון איבערקוקן באווייזן און באשליסן איבער אנקלאגן Ilhan Omar פאר מערערע מיסברויכן.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:51 pm

וואס קען שוין זיין האט געשריבן:באריכט: דריי פעדעראלע אגענטורן נעמליך די FBI די DoED און ICE זענען אין די פראסעס פון איבערקוקן באווייזן און באשליסן איבער אנקלאגן Ilhan Omar פאר מערערע מיסברויכן.

אוי וויי, טראמפ עביוזט זיין פאוער...
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 4 געסט