טעם וריח האט געשריבן:וואס איז די טראמפ סטראטעגיע כלפי בלומבערג? דער מלך יר"ה האט שוין קאמענטירט אויף בלומבערג'ן?
דאכצעך ער האט שוין זוכה געווען צו א צונאמען פונעם פרעזידענט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Kollel האט געשריבן:טעם וריח האט געשריבן:וואס איז די טראמפ סטראטעגיע כלפי בלומבערג? דער מלך יר"ה האט שוין קאמענטירט אויף בלומבערג'ן?
דאכצעך ער האט שוין זוכה געווען צו א צונאמען פונעם פרעזידענט
מטעמים האט געשריבן:ער איז אין מיינד נישט אזוי ווייט העיטפוהל ווי ער דיסרעספעקט טראדישען אוועראלל און נאך מער קוקט ער עס אראפ ווען עס איז א ארטאדאקסישע איד - ער אליינס היט נישט גארנישט און רעספעקט נישט איינער וואס לעבט א העכערע לעבן און ער רעספעקט עס נאך ווייניגער ווען יענער איז א ערליכע איד.
וויט דעיט ביאינג סעיד לויפט ער אבער בכלל נישט אויף די פלאטפארמע, ער לויפט אויף די פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי און ער איז עקסעלענט אין גאווערמענט מענעזשמענט און ריסטראקטשערן גרויסע קאמפעניס און אויף דעם לויפט ער.
ווער עס האלט אז ווער עס איז פרעזידענט מאכט אויס ביינונז היימישע אידען קען איך זעהן זיך צוריק האלטען פון שטומען פאר אים אבער ווער עס האלט אז א פרעזידענט מאכט נישט עכט אויס ביינונז היימישע אידער דאן איז ער א סאליד קאנדידאט.
עכט היימיש האט געשריבן:לעצטענס האט מיר איינער נאכגעזאגט פון ר' משה דוד נידערמאן הי"ו אז באמת איז בלומבערג יא א אוהב דת, נאר ער האט נישט קיין ברירה וכו'.
קען איך באשטיין צו הערן פונעם ציבור צי איינער ווייסט מער איבער דעם בחור, און וואס איז זיין מיינונג און באצאונג צו היימישע אידן באמת.
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך ווייס נישט אויף וואס ער לויפט, אבער אזא איינער (נאך דערצו א יוד) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די הייליגסטע ביי אונז אידן ווואס אונז פיר מיר זיך שוין פאר 1000ער יאר, איז אן אפיקורס און א שייגאץ און ער טאר נישט באקומען קיין איין יודישע וואוט,
כל טוב האט געשריבן:עכט היימיש האט געשריבן:לעצטענס האט מיר איינער נאכגעזאגט פון ר' משה דוד נידערמאן הי"ו אז באמת איז בלומבערג יא א אוהב דת, נאר ער האט נישט קיין ברירה וכו'.
קען איך באשטיין צו הערן פונעם ציבור צי איינער ווייסט מער איבער דעם בחור, און וואס איז זיין מיינונג און באצאונג צו היימישע אידן באמת.
איך האב אליין געהערט פון ר' משה דוד הי"ו אז ער איז אוזער גרעסטער שונא, דאס ערגסטע וואס שייך, ער זאגט אז ער מ'טאר אפילו נישט איבערזאגן וואס ער האט אלץ געזאגט ביי פריוואטע מיטינגען אנקעגן אונז, אבער ער איז א כופר בעיקר און שונא דת מוחלט.