דריידל האט געשריבן:שמואל אלצווייסער האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:שמואל אלצווייסער האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איז ער דען נישט גערעכט?
וויפול געלט וואלסטי געגעבן ווען מ'מאכט אן אפיעל פאר א 95 יעריגע איד דייאגנאזט מיט יענע מחלה? און דאס איז שוין ווען די טיסט עס אלץ מצוה.
פאר די גאווערנמענט וואס איז נישט מחויב במצוות איז זיכער אז זיי דארפן טראכטן ווי ס'נישט אין די אינטערעסן פון שטייער צאלער צו אויסגעבן געלט
שומו שמים אז א איד קען אזוי רעדן! ווען הייסט אלט, ביי די 95? און וואס איז ביי די ניינציג, הייסט נאך יונג? און אויב קומט מארגן א צווייטער אז 75 איז שוין אלט וועסטו אים אויך גערעכט געבן? אנבעליוועבעל.
איך ווייס פון עטליכע עלטערע אידן וואס האבן באקומען יענע מחלה און זיי זענען נישט געגאנגן פאר טריטמענטס.
וועמען ווילסטי פאפען? דאס האט גארנישט מיט זיין קאמוניסטיש. איך פרעג דיך נאכאמאל, וואלסטי געגעבן פאר א 95 יעריגע איד די זעלבע געלט וויפול וואלסטיך געלאזט קאסטן פאר א יונגע מענטש?
על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פון די רעגירונג , פארוואס זאלן זיי, אויסגעבן געלט אויף איינער וואס האט שוואכע שאנסן צו רעקאווערן און געהעריג אנגיין מיט די לעבן?
און לשיטתך, וויפול דארף מען אויסגעבן אויף אזא מענטש (וה"ה אויף א יונגע קראנקע מענטש) א מיליאן? צען מיליאן? הונדערט מיליאן? ביליאן? ביסט אודאי מודה אז עפעס א לימיט דארף זיין. נו, דאס איז סך הכל וואס בלומבערג וויל.
לאז די עלטערע אידן רעדן און אפמאכן אויף זייער אייגענע לעבן. ווער ביסטו צו חותך זיין חיים פאר אנדערע??
און ב.ד.וו האסט נישט געענטפערט מיין פראגע. וואס מיינט אלט, דאס וואס דער רשע בלומבערג האט יעצט אפגעמאכט? אפשר איז 75 אלט?
אויף דיין שאלה וויפול אויסצוגעבן, וויפול מ׳קען אים צו האלטן ביים לעבן! טריליאן איז ווייניג אויב עס קען אויפטוהן. אפילו א גוי האט אזאנס פארשטאנען יארן צוריק.
על ראשון ראשון
1. מ'איז נישט חותך חיים פאר קיינען, די שאלה איז אבער וויפול געלט איך דארף אויסגעבן פאר א צווייטענ'ס לעבן.
2. איך ווייס נישט וואס מיינט אלט, און בלומבערג קען אויך נישט אפמאכן אליינס. אבער דאס איז זיכער אז עפעס א גיידליין דארף זיין און קאנגרעס זאל אפמאכן. די רעדע איז פון א סעקולערע שטאנדפונקט אבער אפילו פון א תורה'דיגע קוק איז זיכער אויך דא עפעס א שיעור וויפול מ' איז
מחויב אויסצוגעבן. לשיטתך, ביסטי מחויב אויסצוליידיגן דיין אקאונט ווען די ווייסט א צווייטע איד וואס איז נישט געזינט און דארף געלט אנצוקומען צום בעסטן דאקטאר. האלטסט טאקע אזוי?
3. טאמער איז טריליאן ווייניג, פארוואס קאווערט נישט מעדידעיד די טייערסטע דאקטוירים? און אפילו יארן צוריק אויך נישט.
דיין וועג פון טראכטן קומט פון איינער וואס לעבט אויף א צווייטענס חשבון און טראכט אז געלט וואקסט אויף די בוים. די אמת איז אבער אז יעדע דאללער וואס די גאווערנמענט גיבט אויס אויף העלטקעיר קומט פון שטייערצאלער. ווען די וועסט צאלן שטייער פון גיין שויער אפגעהארעוועטע געלט וועסטי טראכטן אנדערש.
רעב איד, איך לעב נישט אויף א צווייטענס חשבון ב״ה, און איך ארבעט שווער פאר מיין שטיקעל ברויט.
ליין דעם רשע׳ס ווערטער ביטע און זאג עס איבער פאר א צווייטן מיט שטארקייט.
If you show up with prostate cancer, you're 95-years-olds״ we should say, 'Go and enjoy. Have nice– live a long life.' ״
״There's no cure and there's nothing we can do
בלומבערג מעג נישט אפמאכן אבער קאנגרעס יא? ס׳זאל זיין א גיידליין ווי לאנג מ׳מעג לעבן? דו ביסט סיריעס?? אויב ספענדן געלט פאר א צווייטענס לעבן מיינט ״טראכטן אז געלט וואקסט אויפן בוים״ פארוואס פאר יונגע יא? ווער שטעלט די באונדעריס?
איך האב נישט גערעדט פון א סעקולארע בליק. איך בין ריין דערפון. ס״ה געזאגט אז כ׳האף און קוק ארויס אויף זיין וויסטע מפלה.
באנקרוטירט וועט אמעריקע ווערן פון באצאלן טריטמענטס פאר בריות משונות, באצאלט דורך מיינע שטייערן. האט בלומבערג, אדער דו, אמאל געטראכט פון עפעס טוהן דערצו?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.