בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שמועות אז עס ליגט אויפן טיש א פלאן אריבערצופירן א חוק אים וועלכע די פאלק העט שטומען דירעקט אויפן רה״מ

ביבי ,בנט מיט דרעי זענען דערפאר
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

וואס עפעס? האט געשריבן:שמועות אז עס ליגט אויפן טיש א פלאן אריבערצופירן א חוק אים וועלכע די פאלק העט שטומען דירעקט אויפן רה״מ

ביבי ,בנט מיט דרעי זענען דערפאר

וואס האט מען פון א רה"מ ווען ער קען נישט דורעך פירן געזעצן?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

עס וועלן זיך גרינגער קענען פארמירן קאאליציעס, ווייל די מאנדאטן וועלן נישט זיין די וואס שטעלן די רה"מ, וועלן זיי נישט האבן קיין פראבלעם פון זיך צאמשטעלן מיט זייער נאטורליכע פראקציעס, וואס יעצט קענען זיי עס נישט טון ווייל זייערע וויילער האבן געשטימט פאר זיי נאר מיטן ציל פון רק לא ביבי, אבער אויב דאס איז נישט די פראגע פאר די פארטייען, קענען זיי זיך גרינגער צאמשטעלן, וועט קענען ווערן א געהעריגע פונקציאנירנדע ממשלה.
מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים »

עס קוקט אויס דערנאך מיט ביבי
ער רעגט זיך שוין הויעך אויף דעם בענעט’ן
אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע מעלות »

וואס איז היינט פאר געקומען ? עפעס דראמאטיש און כנסת?
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בעל מדרגה האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:שמועות אז עס ליגט אויפן טיש א פלאן אריבערצופירן א חוק אים וועלכע די פאלק העט שטומען דירעקט אויפן רה״מ

ביבי ,בנט מיט דרעי זענען דערפאר

וואס האט מען פון א רה"מ ווען ער קען נישט דורעך פירן געזעצן?

פונקט ווי אין אמעריקע ווען דער פרעזידענט האט נישט קאנגרעס. ביי יעדע געזעץ זעצט מען זיך אראפ פארהאנדלן, ביידע זייטן געבן נאך און מען קומט צו א פשרה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

כבר היה לעולמים, דאכט זיך אין יאר 2000.

די פראבלעם קען אבער זיין, אויב אלע לינקע שטיצן לפיד, און די רעכטע זענען צוטיילט צווישן ביבי, בענט און סער... דעמאלטס האט עס לפיד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6534
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:שמועות אז עס ליגט אויפן טיש א פלאן אריבערצופירן א חוק אים וועלכע די פאלק העט שטומען דירעקט אויפן רה״מ

ביבי ,בנט מיט דרעי זענען דערפאר

וואס האט מען פון א רה"מ ווען ער קען נישט דורעך פירן געזעצן?

פונקט ווי אין אמעריקע ווען דער פרעזידענט האט נישט קאנגרעס. ביי יעדע געזעץ זעצט מען זיך אראפ פארהאנדלן, ביידע זייטן געבן נאך און מען קומט צו א פשרה.

און אפי' ווען מען קומט זיך נישט אויס, איז כאטשיג דא א רעגירונג וואס פירט די לאנד מיט די געזעצן וואס זענען שוין דא.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אלע מעלות האט געשריבן:וואס איז היינט פאר געקומען ? עפעס דראמאטיש און כנסת?

יא, ביבי האט געכאפט מכות רצח.

קודם האט ער שוין געהאט געמאכט א דיעל מיט בענעט ווי ער האט אוועקגעגעבן טייל פון זיינע שטימען אין דעם קאמיטע וואס איז מסדר אלע קאמיטעטן פאר בענעט, אז בענעט זאל שטימען מיט אים אויף ווי אזוי דאס אויפצושטעלן, מיינענדיג אז רע"מ וועט נישט שטימען ממילא איז בענעט גענוג. למעשה זענען רע"מ אנגעקומען און געשטימט אויף ניין, איז ער דורכגעפאלן 58-60. (זעהט אויס אז איינער פון ביידע זייטן האט געפעלט.)

נאכדעם האט מען ארויפגעברענגט לפיד'ס מהלך ווי אזוי אויפצושטעלן דעם קאמיטע, און לפיד האט געגעבן גוטע זאכן פאר רע"מ אז זיי זאלן שטימען מיט אים, און בענעט האט אינגאנצן נישט געשטימט, און לפיד'ס פארשלאג איז אדורך 60 קעגן 51.

דאס איז א מעכטיגע נצחון פאר יאיר לפיד אז ער האט באוויזן צאמצושטעלן אלע קולות פון דעם גוש השינוי פלאס רע"מ און האבן רוב אפילו אן בענעט. דאס מיינט יש עתיד, כחול לבן, תקוה החדשה, ישראל ביתינו, עבודה, מרץ, משותפת, רע"מ, ער האט באוויזן דאס וואס מען האט נישט געגלייבט און דורכגעפירט עפעס מיט דעם כח פון די אלע שטימען.

(איך גלייב אז דאס וועט אים מאכן ווייניגער נאכגיביג אין זיינע עווענטועלע קאאליציע פארהאנדלונגען מיט בענעט, זינט ער קען זיך אן עצה געבן אן אים, הגם סער פארלאנגט לכאורה נאך אלץ אז עס מוז זיין אזא גוש סארט קאאליציע נוסח נתניהו/גאנץ.)

למעשה האט אבער ביבי נאך אלץ דעם פארזיצער פון די קאמיטע, מיקי זוהר, זינט דאס קומט מיט מיט דעם מאנדאט, און יעצט אויף די מינוט קען קיינער נישט דורכפירן גארנישט אין דעם קאמיטע אויפצושטעלן די אנדערע קאמיטעטן, זינט מיקי זוהר'ס פארשלאג ווי אזוי צו פירן איז דורכגעפאלן איז דורכגעפאלן 12-20, און ער האט אבער יא דעם כח נישט ארויפצוברענגן פאר א אפשטימונג וואס ער וויל נישט. על כל פנים פאר די קומענדיגע בערך צוויי וואכן וואס ביבי האט דעם מאנדאט.

עד כדי כך אז זוהר האט געזאגט: "אנחנו מבינים ומפנימים שמפלגות הימין בדרך לאופוזיציה. נתניהו יהיה יו"ר האופוזיציה".

די נעקסטע שטאפל פאר לפיד - איך ווייס נישט אויב ער קען דאס טון פאר ער באקומט דעם מאנדאט - איז צוצוזאגן פאר רע"מ גענוג גוטע זאכן אז זיי זאלן שטימען מיט אים אויפצונעמען זיין קאנדידאט מאיר כהן פאר ספיקער פון דעם כנסת. וואס דער היינטיגער טאג ווייזט זעהט אויס אז פאר די ריכטיגע פרייז קען לפיד באקומען זייערע שטימען.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ייש"כ צל פארן קלארן באריכט
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6534
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ייש"כ @צל פארן באריכט.

בין איך נייגעריק וויאזוי עס אפצוטייטשן 1.די אנטיי נתניהו איז מעכטיג פאראייניגט און נתניהו בדרך לאפוזיצי' פאר א שטיק צייט.
2.נישט מער ווי א צייטווייליגע נצחון אבער למעשה וועט די קוגל פון רעכט לינק צענטער \רעליגיעז אנטי רעליגיע וכו' נישט עכט ווערן עפעס און טאמער יא נאר פאר אפאר חדשים?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@צל
די פרובירט צו נעמען יעדער קליינע נייעס וואס שפילט גוט פאר די לינקע וואו כאילו דאס איז א באמבע

פאקט איז אז יאיר לפיד האט נישט קיין שום וועג צו שאפן א קאליציע און גייט לכאורה קיינמאל נישט זיין קיין ראש ממשלה און גנץ סער העלן אים נישט אזוי שנעל געבן דעם מאנדאט צו דורכפירן ערענסטע באשליסן

פאקט איז אז רע״ם איז בעיקרון נענטער מיט ביבי וואו מיט לפיד

סך הכול איז דא אפאר בלוט שונאים פון ביבי וואס ווילן שפילן אויף זיינע נערווען
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס עפעס? האט געשריבן:@צל

מיקי זוהרס סטעיטמענט איז אויך נישט קיין באמבע?
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

וואס עפעס? האט געשריבן:@צל
די פרובירט צו נעמען יעדער קליינע נייעס וואס שפילט גוט פאר די לינקע וואו כאילו דאס איז א באמבע

פאקט איז אז יאיר לפיד האט נישט קיין שום וועג צו שאפן א קאליציע און גייט לכאורה קיינמאל נישט זיין קיין ראש ממשלה און גנץ סער העלן אים נישט אזוי שנעל געבן דעם מאנדאט צו דורכפירן ערענסטע באשליסן

פאקט איז אז רע״ם איז בעיקרון נענטער מיט ביבי וואו מיט לפיד

סך הכול איז דא אפאר בלוט שונאים פון ביבי וואס ווילן שפילן אויף זיינע נערווען

כ'פארשטיי נישט וואס דו זאגסט,
רע''ם האט דאך יעצט געגעבן מכות רצח פאר ביבי!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יואל שרייבער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:@צל
די פרובירט צו נעמען יעדער קליינע נייעס וואס שפילט גוט פאר די לינקע וואו כאילו דאס איז א באמבע

פאקט איז אז יאיר לפיד האט נישט קיין שום וועג צו שאפן א קאליציע און גייט לכאורה קיינמאל נישט זיין קיין ראש ממשלה און גנץ סער העלן אים נישט אזוי שנעל געבן דעם מאנדאט צו דורכפירן ערענסטע באשליסן

פאקט איז אז רע״ם איז בעיקרון נענטער מיט ביבי וואו מיט לפיד

סך הכול איז דא אפאר בלוט שונאים פון ביבי וואס ווילן שפילן אויף זיינע נערווען

מיקי זוהרס סטעיטמענט איז אויך נישט קיין באמבע?

זי האט גארנישט מחדש געווען
יעדער פארשטייט אז ביבי האט נישט קיין רעליסטישע פלאן
וויאזוי צו פארמירן א קאליציע
עמית סגל האט שוין געשריבן אז ביבי קען צוריקגעבן די מאנדאט

מענין לענין
די גרעסטע פארלירער אין די לאנג ראן (אויסער ביבי )איז גדעון סער / אלקין
די חברה גייען זיין וואו מיט ראמני- אויסגעשפיגען פון אלע זייטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די "יעדער פארשטייט" איז נעכטן קלאר געווארן. (הגם איך וואלט נאכנישט געשריבן אז עס איז אווער. ווער ווייסט וואס דעם ביבי קען נאך בייפאלן, חוץ פון דעם וואס עס קען אים נאך אפשר געלונגען צו מאכן און געווינען דירעקטע בחירות, וואס דעמאלטס ווערט ער על כל פנים פטור פון דעם נאוועמבער 17 פראבלעם, אפילו אויב אין די ענד שטעלט ער נישט צוזאם קיין קאאליציע.) אבער אין הכא נמי, אויב ביבי איז געווען א גברא קטילא נאך פאר נעכטן, האט ער טאקע גארנישט געכאפט קיין מכות..

-----------

מאנסור אבאס פון רע"מ זאגט אז די נעכטיגע אפשטימונג מיינט גארנישט אויף ווייטער, נאר ער איז ווייטער אפן צו יעדן איינעם.

דאס מיינט אז ער פארקויפט זיינע שטימען ביי יעדן שטאפל באזונדער, פאר דעם העכסטן ביד.

---------

(מיט ראמני מאכט קיין סאך נישט אויס, ווייל די דעמאקראטן האבן דעם סענאט אן אים, אבער אויב וועט ער נאך זיין א סענעטאר ווען די רעפאבליקאנער וועלן האבן דעם ווייסן הויז מיט ביידע הייזער פון קאנגרעס, און קאנטראל אין דעם סענאט וועט זיך ווענדן אין אים, וועט ער זיין גאר ווייט פון אויסגעשפילט.

אין די מדינה איז אלעמאל א בחינה ווי די "אויב" סינעריא.)
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס עפעס? האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:@צל
די פרובירט צו נעמען יעדער קליינע נייעס וואס שפילט גוט פאר די לינקע וואו כאילו דאס איז א באמבע

פאקט איז אז יאיר לפיד האט נישט קיין שום וועג צו שאפן א קאליציע און גייט לכאורה קיינמאל נישט זיין קיין ראש ממשלה און גנץ סער העלן אים נישט אזוי שנעל געבן דעם מאנדאט צו דורכפירן ערענסטע באשליסן

פאקט איז אז רע״ם איז בעיקרון נענטער מיט ביבי וואו מיט לפיד

סך הכול איז דא אפאר בלוט שונאים פון ביבי וואס ווילן שפילן אויף זיינע נערווען

מיקי זוהרס סטעיטמענט איז אויך נישט קיין באמבע?

זי האט גארנישט מחדש געווען
יעדער פארשטייט אז ביבי האט נישט קיין רעליסטישע פלאן
וויאזוי צו פארמירן א קאליציע
עמית סגל האט שוין געשריבן אז ביבי קען צוריקגעבן די מאנדאט

מענין לענין
די גרעסטע פארלירער אין די לאנג ראן (אויסער ביבי )איז גדעון סער / אלקין
די חברה גייען זיין וואו מיט ראמני- אויסגעשפיגען פון אלע זייטן

ער האט מחדש געווען עכ''פ פאר מיר, אז ער גלייבט אז די אנדערע זייט האט יא א קאאליציע.
דו שרייסט דאך נאך יעצט אז לפיד האט נישט קיין שום וועג.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

ווי עס זעהט אויס יעצט האט זיך ביבי געגראבן זיין אייגענעם גרוב מיטן כשר'ן די אראבער, דער קוסם איז ביטער דורכגעפאלן מיט א זאך וואס יעדעס קינד האט געקענט פארשטיין.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

וואס עפעס? האט געשריבן:@צל
די פרובירט צו נעמען יעדער קליינע נייעס וואס שפילט גוט פאר די לינקע וואו כאילו דאס איז א באמבע

פאקט איז אז יאיר לפיד האט נישט קיין שום וועג צו שאפן א קאליציע און גייט לכאורה קיינמאל נישט זיין קיין ראש ממשלה און גנץ סער העלן אים נישט אזוי שנעל געבן דעם מאנדאט צו דורכפירן ערענסטע באשליסן

פאקט איז אז רע״ם איז בעיקרון נענטער מיט ביבי וואו מיט לפיד

סך הכול איז דא אפאר בלוט שונאים פון ביבי וואס ווילן שפילן אויף זיינע נערווען

עס איז שוין איינמאל א באמבע, די פאקט האט נעכטען געוויזן אז ביבי’ס שאנסן צוזאם צושטעלן א קאליציע איז מער ווייניגער זערא, און לפיד האט נאך יא שאנסן צוזאם צושטעלן צוזאמען מיט בנט א קאליציע.

אבער די גרעסטע פראסק פאר ביבי איז געווען די וועג ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען, זיי האבן זיך געהיריג באניצט מיט ביבי’ס מהלך עם אויס צושפילן די לעצטע מניט, אז נאר נאך דעם וואס ביבי איז זיך ענדליך דורך געקימען מיט בנט און זיך געבראכן פאר עם און מסכים געווען אויף זיין פארלאנג , איז דעמאלס בשעת’ן וועלן זענען די רע’’ם ח”כ ארויס געגאנגען און זיך געמאכט ווי זיי גייען נישט וועלן, און ביבי איז געווען זיכער אז ער האט געניג שטימען צוזאמען מיט בנט, און אין די לעצטע מניט וואס מען האט געקענט וועלן זענען זיי אריין געקימען און געשטימט צוזאמען מיט לפיד אקעגען ביבי.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

דער וואס האלט אז א קואליציע צווישן נפתלי בענעט און עבודה / מרץ גייט האלטן פאר מער פון 3/4 חדשים איז פשוט נישט באקאנט מיט בענעט

ביז פאר א שטיק צייט צוריק איז ער געווען די בן גביר פון ליכוד . זיין ציבור בוחרים זענען עקסטרעם רעכט און אויב גייט ער זיך נישט צושטעלן גייט ער ווערן אפגעווישט פונעם מאפע

סך מער ריאליסטיש איז אז איינער אנדערש פון ליכוד העט איבערנעמען די לייצעס און פארמירן א געהעריגע ממשלה ימין/ חרדים
ע״פ דרך הטבע איז גדעון סער פארזיכערט נישט אריבערצוגיין די אחוז החסימה קומעדיגע מאל נאכן מפיל זיין ביבי און אויספירן זיין מסע נקמה
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יואל שרייבער האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס יעצט האט זיך ביבי געגראבן זיין אייגענעם גרוב מיטן כשר'ן די אראבער, דער קוסם איז ביטער דורכגעפאלן מיט א זאך וואס יעדעס קינד האט געקענט פארשטיין.

יעדער פארשטייט די חילוק פון גיין מיט אבאס וואו מיט טיבי
בסך הכול פארשטייט יעצט יעדער ווער סמוטריץ איז
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האלט אז סער קען מעגליך יא האבן א לאנג טערמיניגע צענטער רעכטע,פינעף זעקס מאנדאטן פארטיי.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קען איינער שאצן פאראויס וואס גייט זיין "ביום אחרי ביבי"??
חדשים לבקרים הערט מען נייעס ארום די בחירות און זאכן האלטן זיך אין איין טוישן...
אויב איז טאקע דער ביבי דערנאך - און לפיד איז יא מצליח אויפצושטעלן א ממשלת שמאל - בנט [לויט ווי עס קוקט אויס די לעצטע טעג]
נאך 4 יאר וועט ביבי פראבירן צו לויפן נאכאמאל? עס וועט נאך בלייבן א זכר פון די ליכוד פארטיי??
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

משה גפני ערווארטעט זיך צו זעצן מיט יאיר לפיד

אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, איז דער היימישער חבר כנסת,'משה גפני', ערווארטעט זיך צו טרעפן אויף א זיצונג מיטן אנטי-חרדי'שער פאליטיקאנט 'יאיר לפיד'. יעצט אז די שאנסן פון א נתניהו רעגירונג איז קרוב צו נול, האפט לפיד צו אויפשטעלן א רעגירונג.

'משה גפני' האט היינט קלארגעשטעלט, אז די היימישע פארטייען וועלן זיך נישט אנשליסן אין קיין אנטי-ביבי רעגירונג, נאר וועלן אים נאכגיין אין די אפאזיציע, אויב באווייזט ער נישט צו פארמירן א קאליציע.

ער זאגט אז די גדולי ישראל האבן אים אנגעצייגט זיך צו האלטן צו די טראדיציאנאלע רעכטע פארטייען, וואס ווערט געפירט דורך ביבי נתניהו.

'ארי' דרעי' האט אויך קלארגעשטעלט, אז ער גייט אין קיין שום פאל נישט גיין מיט די לינקע פארטייען. אזוי אויך האט 'יעקב ליצמאן' פון 'גור' היינט געזאגט, אז נישט די היימישע חברי כנסת האבן די לעצטע ווארט, נאר די גדולי ישראל מאכן די באשלוסן.
פ"נ
יין
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 1:13 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין »

אויב אזוי פארוואס גייט משה גפני טרעפן לפיד אויב ער גייט נישט גיין מיט אויהם?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”