בחירות #3 און די תוצאות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 27, 2020 1:18 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די חרדים זענען יעצט די שטערקסטע פארטיי אין די נייע ממשלה.

ליכוד איז די ממשלה אליין.

חוסן לישראל פון גאנץ איז פארטיג, די לעצטע מאל וואס די פארטיי עקזיסטירט, ביבי'ס שונאים וועלן נישט גיין צו זיי, און זיי גייען פאר קיין געלט נישט צוברעכן די ממשלה כדי צו בלייבן וואס לענגער אין כנסת.

ימינה איז צו קליין, אפי' זיי גייען ארויס בלייבט די ממשלה חי וקיים.

די חרדים וואס זענען אינאיינעם 15 בענקלעך איז די שטערקסטע פארטיי נאך ליכוד. לאמיר האפן אז זיי וועלן קענען אויפטון למען הכלל והפרט.

ליצמאן מיט גאנץ, נייע צייטן...


איך גלייב אז איר באהערשט זייער טמא'נע שפראך, סוי דאס איז פון אריאל כהנא, א קארעספאנדענט פאר ישראל היום, א ביבי'סט.
‏אחרי שישנים לילה התמונה תמיד נראית קצת אחרת.
יחס של 1/1 ח״כים/שרים היא עסקה דמיונית מבחינת גנץ.
יכולת וטו דה פקטו בנושאי חו״ב ומשפט, גם מעניקה לו כוח עצום.
נכון, נתניהו נשאר בכיסא וזה הישג כביר לו (ולישראל), אבל זו בהחלט ממשלת אחדות, אפילו עם נטיה שמאלה.


-----------

@סטיטשינער, יעדער איינער האלט אז עס וואלט זיכער נישט געווען קיין בחירות ביז נאך קאראנע.

-------------

אויב עדעלשטיין ווערט טאקע צוריק איז דאס יא א שטארקע זאך פאר דעם ימין.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מארטש 27, 2020 1:30 am

צל עובר האט געשריבן:
אויב עדעלשטיין ווערט טאקע צוריק איז דאס יא א שטארקע זאך פאר דעם ימין.

אבער ווייטער נאר ביז 2021
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מארטש 27, 2020 2:25 am

אזוי גאר! האט געשריבן:
אינטערסאנט ווי איר זענט געווען ביז ביינאכט? אזוי שפעט אריין געקומען נאך אזאלכע באמבע נייעס?
אבער שוין וואס איז דאס מיינע ביזנעס

קוק צוריק 2 בלעטער, איך האב די ערשטע געמאלדן די נייעס.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מארטש 27, 2020 2:28 am

צל עובר האט געשריבן:לפיד קען אויך אריינקומען אויב ער וויל, און אפשר וועט ער אריינקומען (ווען) [אויב] בעני וועט זיין רוהמ דורך ראטאציע.

וואס גייט ער באקומען פארן אריינקומען? ווער זאגט אז ביבי לאזט אים אריין?

האסט פארגעסן ווי גוט ער איז זיך אויסגעקומען מיט ביבי 5 יאר צוריק. נישט דורך קיין 2 וואכן אן קיין מכות...

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מארטש 27, 2020 3:48 am

סטיטשינער האט געשריבן:נאך איינער אוועק פון קאראנא...

אבער געהאט Underlying conditions פון פאר דעם...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » פרייטאג מארטש 27, 2020 4:04 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
דער שר אוחנה איז פיינע נייעס

like never before

שם רשעים ירקב

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re:

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מארטש 27, 2020 4:11 am

ר' איד האט געשריבן:ווער ס'האט דערלייגט די מערסטע און מיינע אויגען איז נישט קיין צווייטע ווי די שופטי הבג"ץ און די נשיאה חיות בראשם וואס האט אנגעפירט די דיון.

דאס מאל האבען זיי לכולא עלמא מגזים געווען מיטן זיך אריינמישען און פרובירען פירען די סדר יום און כנסת וואס איז אן אנדערע רשות, די רעכטע וועלען זיך שוין איין טאג גוט נוקם זיין.

ס'האט זיי געקאסט גאר א שווערע פרייז ווען צום ערשטען מאל האט זיך איינער אויף געשטעלט און מיטן פולסטן חוצפה זיי געזאגט ניין און פנים אריין, פלעין איגנארירען וואס בג"ץ האט עים מחייב געוועין.

אבער אויב האבען זיי געמיינט אז מיט'ן צולאזען פאר עמיר פרץ צו צאמנעמען שוין היינט די כנסת צו זאפארט אויספאלגען זייערע פסק, וועלן זיי זיך אביסעל צוריק כאפען די אטעם,

איז געקומען די רעכטע און ווידער געוויזען ווער פירט דא מדינה.

#פארשטינקענע פיש געגעסן, און ארויס געווארפען פון שטאט.. איז שוין לאנג נישט געווען אזוי אקטואל.

אלץ שיין און וואויל, אבער אין אמת'ן גערעדט, איז קלאהר אז די גרעסטע לוזער איז נישט קיין צוווייטער ווי די עוכר ישראל ליבערמאן שר''י. נאכן אריין שלעפן די מדינה דריי מאהל אין בחירות, קודם נאר וועגן זיין שנאה צו די חרדים, און שפעטער וועגען זיין שנאה צו ביבי, איז ער געבליבען מיט גארנישט! ביבי און די חרדים שטיין ברומו של עולם, גיוס גייט קיינמאהל נישט געשעהן (עכ''פ זיין גיוס), און ער? 5 בענקלעך וואס קיינער גייט ניטאמאהל הערן פון זיי. ער קען זיך מעסטן מיט מרצ אויף ווער עס גייט האבן א גרעסער השפעה. און לאמיר נישט רעדען וואס גייט מיט אים זיין קומעדיגע בחירות... Into the garbage can of history ווי מען זאגט.
די מערסטע אויסגעשפילטע פאליטישען אין לאנד איז היינט פרייטיג, אביגדור ליבערמאן, און אמאהל איז ער געווען די נאמבער 2! נאך סאך מער פון דארט ווי גאנץ איז/ גייט זיין יעצט (בימי ליכוד ביתינו פאר ווער עס געדענקט). נאך 3 חדשים צוריק האט אים ביבי נאך צוגעזאגט די גאנצע וועלט און ברוב חכמתו, שנאתו, וגאוותו האט ער אלעס אפגעזאגט .איך קען ניטאמאהל טראכטען פון א צווייטע פאליטיקאנט צו צוגלייכן צו אים, וואס האט געהאט אזא מפלה פון אזא הויעכקייט.
כן יאבדו כל אויביך השם. זאל די גאנצע וועלט זעהן אז ווען מ'שלאגט זיך אפן מיטן באשעפער באגראבט מען זיך טיף טיף.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מארטש 27, 2020 6:43 am

עפעס רעדט מען אין די ישראלישע נייעס, אז וויבאלד יעלון בלייבן צוזאמן איין פארטיי (פשטות מיט די נאמען כחו''ל) קענען הנדל און האוזר זיך נישט אפטיילן פון יעלון און גיין צו ביבי. וואס איז פשט?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מארטש 27, 2020 7:06 am

צל עובר האט געשריבן:.

עמית סגל בחדשות 12: מה שגרם לגנץ להתקפל - סקר שמראה התרסקות שלו. ההסכם לא סגור, גנץ לקח סיכון משמעותי, פירק את עצמו וכעת צפוי להמתין לקיום ההסכם שיחתם בתחילת השבוע הבא.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מארטש 27, 2020 7:09 am

‏"מילה זו מילה", אביגדור ליברמן איז די איינציגסטער פאליטיקאנט וואס האלט איין זיינע צוזאג'ס
1) עס גייט נישט זיין קיין פערדער בחירות
2)ער גייט נישט זוצען נישט מיט ביבי און נישט מיט גאנץ...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מארטש 27, 2020 7:25 am

בני גנץ כותב ללפיד ויעלון.jpg
בני גנץ כותב ללפיד ויעלון.jpg (36.39 KiB) געזעהן 1272 מאל
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג מארטש 27, 2020 7:26 am

צל עובר האט געשריבן:זעהט אויס אז עס זענען נאך ליידער יא פארהאן אידן וואס זענען גרייט אוועקצוגעבן פון זיך אז דאס ציונות אין ארץ ישראל זאל נישט אונטערגיין.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אביסל טיפער » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:20 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:זעהט אויס אז עס זענען נאך ליידער יא פארהאן אידן וואס זענען גרייט אוועקצוגעבן פון זיך אז דאס ציונות אין ארץ ישראל זאל נישט אונטערגיין.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

;l;p- ;l;p-
ספענט 40$ און באקומט 40$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:25 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:לפיד קען אויך אריינקומען אויב ער וויל, און אפשר וועט ער אריינקומען (ווען) [אויב] בעני וועט זיין רוהמ דורך ראטאציע.

וואס גייט ער באקומען פארן אריינקומען? ווער זאגט אז ביבי לאזט אים אריין?

האסט פארגעסן ווי גוט ער איז זיך אויסגעקומען מיט ביבי 5 יאר צוריק. נישט דורך קיין 2 וואכן אן קיין מכות...

לויט די נייעס באריכטן נעכטן האט דער דיעל אריינגענומען אז לפיד קען אריינקומען, און בײ די קאקפיט מיטונג האט לפיד בשום אופן נישט געוואלט, און ער האט זיך אפגעטיילט פון גאנץ, נישט פארקערט.
מאחורי הקלעים של הפירוק: שיחות אישיות מתוחות מאוד של גנץ עם שותפיו הפוליטיים. דוגמה לכך זו שיחה בין גנץ ללפיד - "מבטיח לך שאם אכנס לממשלה ותישאר בחוץ – מאיר כהן יהיה יו"ר הכנסת. אם תיכנס יחד איתי תקבל איזה תיק שתרצה". לפיד סירב בתוקף
‎@shemeshmicha ‎#חדשותהערב https://t.co/1Ye6KFLGFr
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:56 am

"רק שלא יהיה רצח שם!"
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:39 pm

א חידוש פארוואס ביבי זאל אויפגעבן אוחנה
אפשר איז אים בעסער צו ווערן ריינגעוואשן דורך א פרעמדע וואו דורך א פארטיי מיטגלידער

@צל
סאיז א נחת צו זעהן וואו די ספינסט ווייטער אלעס כאילו ביבי האט דא כמעט גארנישט בשעת ווען ער גייט באקומען די העכסטע פאזיציע אין לאנד
און לאמיר זיך נישט פאפן , ביבי איז אזוי וואו טראמפ
אלע זיינע ארבעטער זענען להלכה בעלמא למעשה איז ער די בעה״ב
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:42 pm

הימעל מיט ערד אקעגען אהוד באראק וואס האט אינטער געשטעלט א בריוו פון דאקטורים אקעגען ליצמאן

סוף גנב לתלי׳
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך ר' איד » מוצ"ש מארטש 28, 2020 2:18 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:הימעל מיט ערד אקעגען אהוד באראק וואס האט אינטער געשטעלט א בריוו פון דאקטורים אקעגען ליצמאן

סוף גנב לתלי׳

????????
זיי מסביר..

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 29, 2020 1:12 am

וואס עפעס? האט געשריבן:א חידוש פארוואס ביבי זאל אויפגעבן אוחנה
אפשר איז אים בעסער צו ווערן ריינגעוואשן דורך א פרעמדע וואו דורך א פארטיי מיטגלידער

@צל
סאיז א נחת צו זעהן וואו די ספינסט ווייטער אלעס כאילו ביבי האט דא כמעט גארנישט בשעת ווען ער גייט באקומען די העכסטע פאזיציע אין לאנד
און לאמיר זיך נישט פאפן , ביבי איז אזוי וואו טראמפ
אלע זיינע ארבעטער זענען להלכה בעלמא למעשה איז ער די בעה״ב

לאמיר אייך זאגן.

מען קען עס אנקוקן אויף צוויי וועגן.
1) ביבי ווערסוס רק לא ביבי
2) ימין ווערסוס מרכז, אדער ליכוד ווערסוס כחול לבן

אויב מען קוקט אויף די ערשטע וועג, און דאס איז וויאזוי מען טראכט ביים עס הערן, און איך האב עס אויך אזוי אנגעקוקט אנהויב, איז אז "ביבי" האט געהאט א קנאקעדיגן נצחון, און רק לא ביבי א פעסטן דורכפאל. דאס איז מובן מאליו, און קיינער דיסעגריט נישט.

אבער טייל ניקס האבן דא אראפגעלייגט כאילו גאנץ איז א לוזער, און די רעכטע זענען זיגער, דאס איז א טעות, גאנץ האט ארויסבאקומען באמת א קנאקעדיגן מעכטיגן דיעל פון ביבי, און די רעכטע אלס מחנה, דער ליכוד אלס פארטיי, זענען גאנץ קנאפע זיגער.

די געווינער זענען אזוי,

ביבי, ער איז רהמ.

גאנץ, ער באקומט האלב שרים, און האלב פון די וויכטיגע תיקים, פלאס א טשענס אז ער וועט למעשה יא באקומען ראטאציע.

די חרידים, זײ בלייבן מיט אלע זייערע עיקר פאזיציעס, פלאס זיי זענען אין די ממשלה, און סיי לפיד און סיי ליבערמאן זענען דערווייל אינדרויסן. (יעצט איז גראדע דא שמועות אז גאנץ פארלאנגט בריאות, אבער לאמיר רעדן אנדעם.)

די פארלירער זענען אזוי,

רק לא ביבי, כמובן.

די מיניסטארן פון ליכוד, וועלכע וועלן זיך מוזן שיידן פון זייערע מכובד'יגע פאסטענעס און נעמען שוואכערע.

די מזרח'יסטישע פארטייען און בראשם דער יעצטיגער שר הביטחון בענעט, וועלכע וועלן זיך מוזן באגנוגן מיט צוגעווארפענע ביינדלעך, זינט מען דארף נישט צוקומען צו זיי בכלל.

ליבערמאן, וועלכער איז אויס קאפעליטש מאכער.

לפיד אבער בלויז טו סאם עקסטענט, ווייל למעשה ווערט ער יושב ראש פון די אפאזיציע, און ער קען אריינקומען אויב ער וויל. ער קומט נישט ווייל ער איז שטארק רק לא ביבי.

רעמעמבער, גאנץ מיט די איבעריגע וועם ער ברענגט, באקומען האלב פון די פאזיציעס, פלאס ראטאציע, די זעלבע ווי דער גאנצער מחנה הימין מיט די 58 זיצן. אין די דיעל, וואס וועט ווערן דורכגעפירט ווי. געזעץ, וועט שטיין אז גאנץ האט א ווארט אויף אלע וויכטיגע זאכן און נאמינאציעס, און די זעלבע ביבי ווען [אויב] גאנץ וועט זיין רהמ.

און, ביבי ווערט נישט ארויפגעברענגט ווען מען פארגלייכט אים, מיט דעם טאדלער פון ווייסן הויז.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 29, 2020 1:43 am

צל עובר האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:לפיד אבער בלויז טו סאם עקסטענט, ווייל למעשה ווערט ער יושב ראש פון די אפאזיציע, און ער קען אריינקומען אויב ער וויל. ער קומט נישט ווייל ער איז שטארק רק לא ביבי.

פארוואס נישט די אראבער? אויב בוגי'ס חברה גייען אים פאררעטען גייען זיי האבען די רוב? עפעס רעדט מען טאקע זיי גייען נישט קענען וועגן לפיד בלייבט מיט די נאמען. האסט מער אינפו?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מארטש 29, 2020 2:10 am

צל ביסט א גאון. לפיד איז א נאר א שטיקל לוזער ווייל ער קען אריינקומען אויב ער וויל...

לפיד איז דער לוזער פון דעם יאר הונדערט, פאליטיש איז ער א גרעסערע לוזער פון ליבערמאן. ער איז אסאך גרעסער און מאכטפולער און האט געהאט פון די גרעסטע פארטייען, ער איז אבער גארנישט ווערד. אפי' גאנץ האט אים אפגעלאזט. ער קען נישט ארייינקומען אין א ממשלה לעת עתה, נישט קיין חילוק וואס די סיבה איז. ער איז געבליבן אליין מיט ליבערמאן אין ווייבער שול.

גאנץ איז אויך א ריזיגע לוזער. ער באקומט טאקע תיקים... און? וואס האט ער פון דעם? אויף וואס גייט ער קאמפיינען ביי די קומענדיגע וואלן? ער איז שוין געגאנגען מיט אראבער, חרדים, מיט לפיד, מיט ליבערמאן, און יעצט מיט ביבי... ער איז אפגעפרעגט פון אלע זייטן. חוץ אויב ער מאכט טאקע א גוטע דזשאב אין כנסת, וואס איז נישט מסתבר.

די רעכטע פארטייען גייען טאקע באקומען ווייניגער פאזיציעס, אבער דו כאפסט נישט ווי שטארק זיי פרייען זיך מיט א גענצליך רעכטע ממשלה. בענעט האט נישט געוואלט נאך א אחדות ממשלה. יעצט איז דא 60 רעכטע אין די ממשלה און נאך אפאר מרכז. ביבי האט גענוג שטימען פאר אלע רעכטע חוקים.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מארטש 29, 2020 2:12 am

ביבי מיט בעני זענען געזעצן פאר 6 שעה, כמעט א גאנצע נאכט, צו ארבעטן אויפ'ן ממשלה. לויט קוועלער וועט זיין א הסכם אין די נעקסטע 24 שעה.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 29, 2020 2:15 am

גאנץ האט נישט אפגעלאזט לפיד צום צווייטן מאל.

לפיד האט נישט מסכים געווען צום קנאקעדיגן עקסטארטעד דיעל וואס אסאך אין ליכוד רעגן זיך יעצט אויף דעם, נאר זיך אפגעטיילט פון גאנץ. וועלכער האט היינט נאכאמאל געזאגט אז ער בעט לפיד מיטצוקומען.

גאנץ האט נישט געקענט באקומען בעסערס.

און ער קען קאמפיין אויף "ישראל לפני הכל".

אסאך רעכטע האלטן יעצט שטארק פון אים.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

חיים יענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך חיים יענקל » זונטאג מארטש 29, 2020 2:24 am

צל זאגט זייער גוט לענ"ד. לפיד איז א שטיקל לוזער אבער ער בלייבט יעצט די פירער פון די צענטעריסטישע אנטי ביבי לאגער וואס גאנץ האט יעצט אונגאנצען פארלוירן.

גאנץ איז טאקע אויפן מינוט א געווינער אויף א פערזענליכע פארנעם אבער אנלעסס ער סורפרייזט מיט זיין פירערשאפט האט ער מער קיין שום פיוטשער, ווס לפיד וואס די לינקע און די די צענטעריסטן וואס זענען אנטי ביבי קוקן אים אן ווי א העלד פארן האלטן ווארט.

געדענק אז לכאורה ביי די קומענדיגע בחירות איז נישט דא קיין ביבי, גאנץ גייט גארנישט פארקויפן פאר די וויילער און לפיד קען וואקסן.

וואס יעדעד דא אגריט איז אז די חרדים זענען די גרעסטע געווינער און ליעברמאן ב"ה דער גרעסטער פארלירער

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מארטש 29, 2020 2:26 am

צל עובר האט געשריבן:גאנץ האט נישט אפגעלאזט לפיד צום צווייטן מאל.

לפיד האט נישט מסכים געווען צום קנאקעדיגן עקסטארטעד דיעל וואס אסאך אין ליכוד רעגן זיך יעצט אויף דעם, נאר זיך אפגעטיילט פון גאנץ. וועלכער האט היינט נאכאמאל געזאגט אז ער בעט לפיד מיטצוקומען.

גאנץ האט נישט געקענט באקומען בעסערס.

און ער קען קאמפיין אויף "ישראל לפני הכל".

אסאך רעכטע האלטן יעצט שטארק פון אים.

ביסט גערעכט, גאנץ האט געמיינט אז לפיד גייט מיטקומען מיט אים צו ביבי'ס ממשלה...

וועלכע דיעל האט ביבי געוואלט געבן פאר לפיד? נישט וואס גאנץ האט געוואלט, נאר וואס האט ביבי געוואלט? (ס'קען זיין אז ס'איז געווען, אבער קיינער ווייסט נאכנישט דערפון)

גאנץ האט טאקע נישט געקענט באקומען בעסערס, ער איז אנגעקומען צום שפיץ פון זיך לייגן אויף הר הרצל...

ישראל לפני הכל גייט אים גארנישט העלפן. דער מענטש קען נישט קאמפיינען, ער קען נאר שרייען קעגן ביבי. יעצט האט ער עס שוין אויך נישט.

די רעכטע האבן אים אפשר ליב פאר'ן זיך בוקן צו ביבי, מ'גייט אים אבער נישט לייגן העכער פון ליכוד.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, בעקעלע.הפוכה, גאפל, גליטשעדיג, זזה, כאפצעם, מצה טאש, נבשר, פּינטער, שופר און 78 געסט