שטעכעריי אויף אינגערמאן לרפו"ש אין מאנסי, מיטוואך חיי שרה תש"פ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ס'זאל רינען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

תגובהדורך ס'זאל רינען » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 9:55 am

מ'פארקויפט אויף קול מבשר אין גרויסן כאילו ס'איז געשטעלט געווארן א פארשטערקערטע וואך אויף די געגענטער אום.
לא דובים ולא יער.
ווער ס'דרייט זיך נאר אין די אומגעגנט האט נישט געזען די לעצטע צוויי טעג קיין שום שטערקערע אנוועזענהייט.
קוקט בכלל נישט אויס אז די פאליציי צעקראצעט זיך איבער דעם איצידענט.
בסך הכל זעט מען באזארגעטע מאמעס, באגלייטן די גרויסע אינגעלך זעקסע צופרי צו די באסעס.
צו פארטיילן טיקעטס ביי די סטאפ סיינס זענען זיי פיל מער דא.
נישט אז זיי קענען אונז היטן, ווייל אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
אבער ווען מ'צאלט טעקסעס פאר סעפטי, און זיי נוצן דיין געלט דיר צו פארטיילן ווי מער טיקעטס, אנשטאט צו היטן אויפן אומגעגענט, דאן... [פירט אויס...]

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4995
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:11 am

אביסעלע איינגעהאלטענקייט ביטע

#דעיוויד-רענטא/יחזקאל-שמש, וד"ל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:14 am

גא"מ נישט געזעהן קיין שום עקסטער פאליציי אין די געגנט.
(איינער האט מיך יא דערציילט נעכטן אז ער האט באקומען א טיקעט...)

עס איז שרעקדיג צו טראכטן, אז מיר האלטן שוין מער פון 48 שעה נאך דעם שרעקליכן אינצידענט און די פארברעכער/מערדער דרייען זיך אויף די פריי, און די פאליציי האט נישט קיין אנונג אפילו וועם צו זוכן.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:16 am

וד"ל ואכמ"ל ודפח"ח ועוח"ל

דארף מען זיין שטיל, האלט אייך דאס מויל, מעג מען רעדן פארציילטס, סתם אנציען און שרייבן צען וד"ל תגובות ציעט מיר ארויס די נערווען...

----

כ'האב היינט געכאפט פון וועלכע אינגערמאן מ'רעדט, איך קען אים גוט, גאר א געהויבענע איד, זאל ער האבן א רפואה שלימה בקרוב.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:22 am

איך האב יא געזעהן א פאליס געפארקט אויף האווערד

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:23 am

פארוואס זאל מען דארפן מער סעקיורעטי?
איינער האלט טאקע אז אזא מעשה גייט געשען איינס נאכן אנדערען??
געווענדליך נעמט עס אביסעל..

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:34 am

פאר אלע טייערע חברים שליט"א וואס זענען אזוי נייגעריג פון די וד"ל'ס...

איך גיי נישט שרייבן וואס עס דרייט זיך אויף די גאס א פארדאכט [וד"ל...], נאר בכלל, איז גוט צו פארשטיין, אז דאס וואס דער אינגערמאן איז א צדיק פון א איד, און האט גארנישט צו טאן מיט ביזנעס, איז בכלל נישט קיין ראי' אז עס איז נישט געווען א געהעריג צוגעגרייטע מארד פארזוך.

נישט אזוי לאנג צוריק איז אין אנטווערפען אומגעקומען ל"ע דער פשעווארסקער רבי'נס משב"ק, א חשוב'ער איידעלער אינגערמאן ז"ל הי"ד, דורך א מאפיא סארט אטאקע רח"ל, נישט ווייל מען האט עפעס געהאט צו טאן מיט אים, נאר ווייל זיי האבן געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר א צווייטן, אז אויב ביז דעמאלט באקומען מיר נישט פון דיר אזויפיל, וועט דיר פאסירן דאס וואס דו גייסט הערן אין מקוה מארגן צופרי.

יענער אינגערמאן וואס איז געשאסן געווארן, איז סתם געווען א משל, פאר א צווייטן, וויאזוי ער וועט חלילה אויסקוקן אויב ער קומט נישט נאך זייערע פאדערונגען. טראצדעם וואס ער איז געווען גענצליך אומפארמישט מיט די גאנצע מעשה.

איך שרייב עס נאר אלס דוגמא, צו געבן צו פארשטיין די פארוואונדערטע חברים וואס עס קען אלץ זיין, בשעת דער אינגערמאן איז חף מפשע.

ביטע נישט שרייבן קיינע איינצלהייטן איבער די דאזיגע פרשה וואס טוט זיך יעצט אפ, אבער כדי לשבר את האוזן האב איך געשריבן יענע פרשה, און איך ענדיג צו מיט א געעפנטע ראשי תיבות "ודי לחכימא ברמיזא"...

ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4995
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:44 am

הגם דאס איז נישט אויסגעשלאסן, וויל איך אבער אויסקלארן אז נישט דאס האב איך געמיינט צו זאגן.

נאר אז עס איז אומאחריות'דיג צו פרעשור'ן די אינסטאנצען צו טרעפן א שולדיגער. ווייל אין די קעיס פון רבי יחזקאל שמש ע"ה הי"ד האט די פאליציי איינגעזעצט די נישט ריכטיגער פערזאן צוליב קאמיוניטי פרעשור, ער איז אפגעזיצן צענדליגע יאהרן. בשעת די אמת'ע שולדיגער האט זיך ארויס געדרייט פון יוסטיץ.

ענדערש אביסל איינגעהאלטענקייט און לאזן בויען א יסודות'דיגער בנין ווי איידער צו זיין איבער געאיילט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:52 am

יא יא ביי שטארק האט מען געלאזט בויען א יסודות'דיגע בנין... ביז דער קליינער ווערימל איז, איינגעשלאפן זיס...
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:03 am

איך ווייס נישט וואס... צוויי זאכן ווייס איך יא: עס איז זייער שרעקעדיג און עס ווערט נאר שרעקעדיגער....! און מרדכי בן ברכה דארף א רפואה!
דער אייבישטער זאל העלפן...

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:05 am

ס'זאל רינען האט געשריבן:מ'פארקויפט אויף קול מבשר אין גרויסן כאילו ס'איז געשטעלט געווארן א פארשטערקערטע וואך אויף די געגענטער אום.
לא דובים ולא יער.
ווער ס'דרייט זיך נאר אין די אומגעגנט האט נישט געזען די לעצטע צוויי טעג קיין שום שטערקערע אנוועזענהייט.
קוקט בכלל נישט אויס אז די פאליציי צעקראצעט זיך איבער דעם איצידענט.
בסך הכל זעט מען באזארגעטע מאמעס, באגלייטן די גרויסע אינגעלך זעקסע צופרי צו די באסעס.
צו פארטיילן טיקעטס ביי די סטאפ סיינס זענען זיי פיל מער דא.
נישט אז זיי קענען אונז היטן, ווייל אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
אבער ווען מ'צאלט טעקסעס פאר סעפטי, און זיי נוצן דיין געלט דיר צו פארטיילן ווי מער טיקעטס, אנשטאט צו היטן אויפן אומגעגענט, דאן... [פירט אויס...]

איך האב יא געזען די לעצטע צוויי טאג סיי חברים אין סיי מער פאליס פארן ארום אין די פריע פארטאגס שעהן
א פשוטע איד.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3263
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:10 am

בן בוזי האט געשריבן:נאר אז עס איז אומאחריות'דיג צו פרעשור'ן די אינסטאנצען צו טרעפן א שולדיגער. ווייל אין די קעיס פון רבי יחזקאל שמש ע"ה הי"ד האט די פאליציי איינגעזעצט די נישט ריכטיגער פערזאן צוליב קאמיוניטי פרעשור, ער איז אפגעזיצן צענדליגע יאהרן. בשעת די אמת'ע שולדיגער האט זיך ארויס געדרייט פון יוסטיץ.

ענדערש אביסל איינגעהאלטענקייט און לאזן בויען א יסודות'דיגער בנין ווי איידער צו זיין איבער געאיילט.


הנני מצטרף דעתי לדעת בן בוזי, ס'האט נישט קיין פשט זיך צו יאגן, נאר ענדעשער גיין שטאט און נישט מאכן איבערמאכן די זעלבע טעותים ווי דעמאלס.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:39 am

טראק דרייווער האט געשריבן:יא יא ביי שטארק האט מען געלאזט בויען א יסודות'דיגע בנין... ביז דער קליינער ווערימל איז, איינגעשלאפן זיס...

ליידער.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:46 am

לפנות בוקר האט געשריבן:פארוואס זאל מען דארפן מער סעקיורעטי?
איינער האלט טאקע אז אזא מעשה גייט געשען איינס נאכן אנדערען??
געווענדליך נעמט עס אביסעל..

פאר די פאוביע'ס אליין דארף מען האבן סעקיוריטי, מענטשן האבן געפערליכע פחדים.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:47 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:וואס פשט?

כווייס נישט פארוואס, אבער די גאנצע מעשה דא זעט מיך עפעס אויס ווי א קאנספיראציע,
אפשר שטייט אינטער די טעראר, די פערזערוו ראמאפאו, אדער עד דעי וכת דיליה?
כווייס נישט!! אבער וועלכע אינטערעס זאל סיי ווער האבן צו איבערקוקן די קאמרעס אין נאמען פון די פאליס און עס פארמעקן?
זייער זייער פישי!!

עני מענטש/גרופע וואס האט דאס דורכגעפירט, האט אן אינטערעס צו פארמעקן אינפארמאציע.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:48 am

עס איז קלאהר אז עפעס טוט זיך, וואס ביז דערווייל, האלטן מען נאך נישט ביים מיט טיילן די דיטעילס מיטן איעדן.

וויפיהל מאהל דארף מעל ענק זאגן אז מען דארף איצטער אביסל איינגעהאלטנקייט? צו מיינט איהר טאקע אלע אז די Ramapo Police Dept טוט איצטער גארנישט? איהר ווייסט וואס פאר א פרעשור זיי האבן, פשוט פאר זייער גיטע נאמען? צו ווייסט איהר אז די טאון אוף רעמעפו הייסט פון די סעיפעסט טאונס אין אמעריקע? ממש גאר הויעך?

The National Council of Home Safety and Security and the website safehome.org recently listed the Town of Ramapo as the safest place to live in New York and the fourth )!( safest place to live in the country.The ranking was based on crime statistics from FBI reports, statistics on police officers, and population density..


צו מיינט איהר אז חבירים אוף ראקלענד טוט גארנישט? ווען עס וועט קומען די צייט, ווען מען ארויסגעבן אלע פרטים! וויפיהל וד"ל'ס דארף מען זיך בעטן?

דערמאנט מיך ווען מיין חבר, א גרויסער עושר, און נאך א גרעסערע בעל צדקה, האט פארמאכט די ביזנעס. ער איז געוועהן אין זייער א שווערע מצב. קומט צו מיהר צו איינע פון די גרויסע מקוה שמועסערס, און אזוי ברבים, אין ביהמ"ד, פרעגט ער מיך הויעך, די ביזנעס איז אפען אדער נישט? ער זאגט אפ ארבייטערס? וואס גייט פאהר? זאג איך איהם, נישט קיין נפקא מינה. שרייט ער הויעך, איך דארף דאך וויסן, דער עולם וויל וויסן... (ער האט נישט געהאט א סופערמארקעט אדער היימישע סטאר, פשוט און אנליין ביזנעס וואס האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיטן עולם). פרעג איך איהם, פארוואס דארפסטו וויסן? האסט געלט איהם צו העלפן? אדער פשוט ווילסט טרינקן זיין בלוט?!

איך בין אויך גאר נייגעריג וואס גייט פאהר. איך בין אויך גאר דערשראקן וואס גייט פאהר. איך פארשטיי אז דער עולם וויל וויסן וואס גייט פאהר. אבער, למעשה, וואס קען איצט דער עולם טוהן? דאווענען. דא האט מען קלאהר געזעהן, אז, אם השם לא ישמר עיר, שווא שקד שומר. א הייליגער איד, גייט אין ביהמ"ד אריין, פארטאגס ווען די טראבל מעיקערס שלאפן נאך, אין די סעיפעסט קאמיוניטי אין ניו יארק סטעיט, און מען האט איהם שיעור געהארגעט. איעדער קען און דארף טוהן השתתלות. פארשפארן די טירן, גלייך ריפן פאליציי (און זיך נישט שעמען) ווען עפעס איז פארדעכטיגט, און בעיקר, דאווענען, מרבה זיין בצדקה, ווי אויך מעשים טובים ואהבת ישראל, און לאזן די פראפעשינעלס טוהן זייער ארבייט.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24437
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:49 am

כשר'ע ווערטער, א דאנק.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:50 am

farshlufen האט געשריבן:כשר'ע ווערטער, א דאנק.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:53 am

שכח קאושער פארן עס גאר קלאר ארויסשרייבן.

השם ישמרנו
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7814
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:55 am

ריטכיג און קלאר

ווער סגעדנקט בענין זה אין מאביי אטאקע וואס א חלק קרבנות זענען געווען וויבאלד די חכמים האבן געמוזט מיטטיילן אויף די מידיע אלע דיטעילס, וואו די פאליציי איז און אז מגייט זיך אריינברעכן פון די לינקע זייט, און אז א גרופע מענטשן גרייטן זיך ארויסצושמוגלען פון די אונטער טיר, אזוי אז די טערוריסט האבן כסדר באקומען אפדעיטס פונקטליך וואס צו טוהן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 12:00 pm

גארנישט געהערט פון פשעווארסקע רביס גבאי וואס איז אומגעברענגט געווארן פון די מאפיא

ווען האט עס פאסירט?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 12:01 pm

איינס האט געשריבן:ריטכיג און קלאר

ווער סגעדנקט בענין זה אין מאביי אטאקע וואס א חלק קרבנות זענען געווען וויבאלד די חכמים האבן געמוזט מיטטיילן אויף די מידיע אלע דיטעילס, וואו די פאליציי איז און אז מגייט זיך אריינברעכן פון די לינקע זייט, און אז א גרופע מענטשן גרייטן זיך ארויסצושמוגלען פון די אונטער טיר, אזוי אז די טערוריסט האבן כסדר באקומען אפדעיטס פונקטליך וואס צו טוהן.

דאס איז טאקע געשען נאר אין מומביי וואו מען האט אלעס מיטגעטיילט פאר די מידיא, קלוגע מענטשן געבן נישט ארויס קיין אינפארמאציע פאר קיינעם.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7814
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 12:02 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:ריטכיג און קלאר

ווער סגעדנקט בענין זה אין מאביי אטאקע וואס א חלק קרבנות זענען געווען וויבאלד די חכמים האבן געמוזט מיטטיילן אויף די מידיע אלע דיטעילס, וואו די פאליציי איז און אז מגייט זיך אריינברעכן פון די לינקע זייט, און אז א גרופע מענטשן גרייטן זיך ארויסצושמוגלען פון די אונטער טיר, אזוי אז די טערוריסט האבן כסדר באקומען אפדעיטס פונקטליך וואס צו טוהן.

דאס איז טאקע געשען נאר אין מומביי וואו מען האט אלעס מיטגעטיילט פאר די מידיא, קלוגע מענטשן געבן נישט ארויס קיין אינפארמאציע פאר קיינעם.

דיטס רייט און דאס איז וואס קאשער האט מסביר געווען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 12:05 pm

איך האב יא מיטגעהאלטן ווי עס דרייט זיך אסאך מער פאליציי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 12:07 pm

איך האב פארשטאנען אז עס זענען דא אסאך אנדעקאווערד.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גבר ישראל און 7 געסט