איסלאמיק דזשיהאד דערקלערט מלחמה קעגן מדינת ישראל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

איסלאמיק דזשיהאד דערקלערט מלחמה קעגן מדינת ישראל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:38 pm

די מצב איז אנגעצויגן נאך אקציע צו אומברענגען איינע פון די פירער פון אינסלאמיק דזשיהאד.
לעצט פאראכטן דורך אסדר לסעודתא אום מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:40 pm

ער איז געצילט געווארן אין א געביידע אין עזה, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אויסער ער - ווען ער האט געהאלטן אינמיטן שלאפן.

דער גרופע פירער האט דערקלערט: מיר גייען אין מלחמה!
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:44 pm

איך בין טויט נייגעריג אויב ביבי האט געפרעגט רשות פון נפתלי בנט - דער נייער שר הביטחון...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:45 pm

די אייבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט אז ס׳זאל נישט קאסטן קיין יודישע קרבנות
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:48 pm

IMG-20191111-WA0094.jpg
IMG-20191111-WA0094.jpg (135.32 KiB) געזעהן 2585 מאל

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:49 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער איז געצילט געווארן אין א געביידע אין עזה, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אויסער ער - ווען ער האט געהאלטן אינמיטן שלאפן.

דער גרופע פירער האט דערקלערט: מיר גייען אין מלחמה!


עס מיינט דען עפעס? זיי שרייען דאך ענליכ'ס יעדן צווייטן טאג

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:49 pm

דער טעראריסט ימ"ש. כ'געדענק נישט זיין נאמען, עפעס 'אבו'...

ער איז געווען פאראנטווארטליך אויף די ראקעטן און שיסערייען אין די לעצטערע חדשים.
צוגעלייגטע
IMG_20191111_234747.jpg
IMG_20191111_234747.jpg (25.78 KiB) געזעהן 2566 מאל
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:50 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער איז געצילט געווארן אין א געביידע אין עזה, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אויסער ער - ווען ער האט געהאלטן אינמיטן שלאפן.

דער גרופע פירער האט דערקלערט: מיר גייען אין מלחמה!


עס מיינט דען עפעס? זיי שרייען דאך ענליכ'ס יעדן צווייטן טאג

לאמיר האפן אז נישט, ווייל ליידער זענען דא קרבנות יעדן צווייטן טאג.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:52 pm

ווילאנג עס איז נאר איסלאמיק דזשיהאד אהן די שטיצע און אנטיילנעמען פון חאמאס גייט עס נישט זיין קיין ערנסטע מלחמה. אפשר פאר זיי, נישט פאר די ישראלים.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:53 pm

זיין ווייב האט גע'פגר'ט אינאיינעם מיט אים, צוויי קינדער זענען פארוואונדערט געווארן און זיי זענען טרענספירט געווארן צום שפיטאל.

דער אקציע איז געווען א פריעמטיוו אטאקע, האבענדיג שטארקע סודות אז דער גרייט זיך פאר עפעס גרויס אקעגן מדינת ישראל און מען דארף אים אפרוימען פון וועג בעצייטענס.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:03 am

די הויז

#סערדזשיקעל
צוגעלייגטע
EJJC0-iU4AASgN7.jpeg
EJJC0-iU4AASgN7.jpeg (120.8 KiB) געזעהן 2447 מאל

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:03 am

ווי ס'ווערט באריכטעט, איז דא פארגעקומען א אקציע, דורך די מדנ"י מיליטער צוזאמען מיט די ש.ב. זיכערהייטס אגענטור, צו עלימינירן "באחא באו על-אטטא", א הויכראנגיקע מיטגליד אין די "איסלאמיק זשיהאד" גרופע. די מדנ"י מיליטער זאגט אז זיי האבן געהאט די גענויע אינפארמאציע איבער די בנין וואו ער געפונט זיך, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן געצילט בלויז אויפן צימער וואו ער איז געשלאפן, און איינגעשלאפן אויף אייביג, צוזאמען מיט זיין גוי'טע, און קיין שום שאדן האט נישט פאסירט צו די ארומיגע.

על-אטטא איז געווען די פירער פון די מיליטערישע קאונסיל פון די "אל-קודס בריגאדע" די מיליטערישע אפטיילונג פון איסלאמיק זשיהאד. ער האט אויך אנגעפירט מיט די אקציעס פון איסלאמיק זשיהאד אין צפון עזה, אבער גענאסן פון א שטארקע איינפלוס אויך אין דרום. ער האט פארמאגט אונטער זיין דירעקטע קאמאנד א גרופע פון עטליכע הונדערט קעמפער ווי אויך צענדליגע ראקעטן וואס קענען (און זענען) געשאסן ווערן אויף די מדינה. ער ווערט באצייכענט דורך מדנ"י אלס א "אנגעשטעלטע באמבע" וואס האט אנגעפירט מיט די ראקעט שיסערייען אין די לעצטע שטיק צייט, ווי אויך זאגן זיי אז ער האט פלאנירט פרישע אטאקעס אויף די צוקונפט.

מדנ"י האט איהם שוין צוויי מאל פרובירט אומצוברענגען, איינמאל אין 2012 און נאכאמאל אין 2014, יעצט איז זיי געלונגען. ווי די פרעמיער פארציילט, איז די באשלוס איהם אומצוברענגן געמאכט געווארן ביי א זיצונג פון די קאבינעט וואס איז פארגעקומען פארלאפענע זונטאג. אין רעאקציע צו די אטאקע, הערט מען אז ס'פליען שוין מאסן ראקעטן פון עזה אריין קיין מדנ"י. ווי אויך האט די מיליטער פארארדענט אז מ'זאל בלייבן נאנט צו די שעלטער"ס, אפגעשפארט די שולעס אויף מארגן און די באנען אריין און ארויס פון די גאנצע אומגעגנט זענען גע'קענסעלט.

מארגן - דינסטאג - צופרי וועט פארקומען א זיצונג דורך די "זיכערהייט קאבינעט" מיט די אנפירערשאפט פון פרעמיער מיניסטער נתי'. דאס קומט אין די זעלבע טאג וואס נפתלי בעננעט דארף איבערנעמען די אמט פון "דעפענס מיניסטער" וואס נתני' האט געהאלטן ביז יעצט. לכאורה איז דאס געווען אזא געזעגענונגס מתנה פון נתני' צום אמט פון "דעפענס מיניסטער".
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:05 am

ווי די מיליטער זאגט, ערווארטן זיי אז "טעראר גרופעס אין עזה" וועלן דורכפירן נקמה-אטאקעס דורכאויס די קומענדיגע טעג.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:07 am

לויט באריכטן האט דער נייער שר הביטחון באשטעטיגט דעם אקציע. און ווער ס'קען אים ווייסט אז ער איז שרעקליך אויסגעשפראכן קעגן טעראריסטן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:09 am

עטליכע מוסדות אין בני ברק האבן שוין אפגערופן די לימודים פון היינט פארמיטאג, און דערנאך וועט מען באשליסן ווייטער לויט ווי דער טאג וועט זיך פירן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:10 am

פעטער שמואל האט געשריבן:ווילאנג עס איז נאר איסלאמיק דזשיהאד אהן די שטיצע און אנטיילנעמען פון חאמאס גייט עס נישט זיין קיין ערנסטע מלחמה. אפשר פאר זיי, נישט פאר די ישראלים.

אודאי גייט כאמאס אנטייל נעמען, זאג מיר איין סיבה פארוואס נישט...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:10 am

ס׳פליען ראקעטן אין געגנט פון ב״ב?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:11 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:ווילאנג עס איז נאר איסלאמיק דזשיהאד אהן די שטיצע און אנטיילנעמען פון חאמאס גייט עס נישט זיין קיין ערנסטע מלחמה. אפשר פאר זיי, נישט פאר די ישראלים.

אודאי גייט כאמאס אנטייל נעמען, זאג מיר איין סיבה פארוואס נישט...

ווייל זיי אליין קומען זיך אויך נישט אויס צווישן זיך
דביה תחדי נפשא

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:11 am

גל של אבנים
צוגעלייגטע
download.jpeg
download.jpeg (60.8 KiB) געזעהן 2354 מאל

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:13 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:עטליכע מוסדות אין בני ברק האבן שוין אפגערופן די לימודים פון היינט פארמיטאג, און דערנאך וועט מען באשליסן ווייטער לויט ווי דער טאג וועט זיך פירן.

פארוואס אפגערופן? וואס איז די באלדיגע סכנה אין ב"ב?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:15 am

חמרא טבא האט געשריבן:ס׳פליען ראקעטן אין געגנט פון ב״ב?

יא! אין ראשון לציון און אין חולון, ביידע זענען אין גוש דן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:16 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:עטליכע מוסדות אין בני ברק האבן שוין אפגערופן די לימודים פון היינט פארמיטאג, און דערנאך וועט מען באשליסן ווייטער לויט ווי דער טאג וועט זיך פירן.

פארוואס אפגערופן? וואס איז די באלדיגע סכנה אין ב"ב?

אזוי האט די עיריית בני ברק באפוילן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:16 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ווי די מיליטער זאגט, ערווארטן זיי אז "טעראר גרופעס אין עזה" וועלן דורכפירן נקמה-אטאקעס דורכאויס די קומענדיגע טעג.

ווי מ'הערט טאקע פון די גרופעס גרייטן זיי זיך אויף נקמה אקציעס.

די סעקרעטאר-זשענעראל פון "איסלאמיק זשיהאד", זיאד אל-נאכאללעה, האט זיך אויסגעדרוקט: "נתני' איז אריבער אלע רויטע ליניעס. מיר גייען אין קריג".

פון כאמאס הערט מעט אז: "מיר וועלן נישט אדורכלאזן אזוינס אומבאשטראפט".

א ווארטזאגער פאר די "אל-קודס בריגאדע" זאגט: אל-אטא "איז אומגעקומען בשעת'ן דורכפירן הערא'אישע זשיהאד אויף צו שטערן די פיינטליכע פלענער און באשיצן דאס לאנד". זיי שווערן אז זיי "וועלן נאכפאלגן אין די פיסטריט פונעם אומגעקומענעם אויף צוצוענדיגן דאס באפרייאונג פונעם באליבטן פאלעסטינא. אונזער אומ-פארביידבארע אנטווארט וועט גענצליך שאקירן און אויפשאקלן די ציוני'סטישע מדינה".
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:26 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:17 am

איינער זאגט אז ביבי האט באוויזן א נס חנוכה, איין נאכט וואס איז גענוג צו פארברענען אכט טעג פון גאנץ...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:18 am

וויזוי מאכט מען טאקע אזאנס און די גאנצע בנין זאל נישט גיין א גאנג?
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, בלעקבארד, בר דעת, דוקטור, הנגיד, יישר כח, שליו ודגים, שרייב-פעדער און 82 געסט