פרעזידענט טראמפ'ס אימפיעטשמענט פראצעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:55 am

.
צוגעלייגטע
7B5D29AE-F753-4955-A30E-F52C30E15B05.jpeg
7B5D29AE-F753-4955-A30E-F52C30E15B05.jpeg (123.93 KiB) געזעהן 814 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:57 am

קאנסילמאן האט געשריבן:איך האב א יא / ניין פראגע:
איז דא איינער וואס האלט אז די נעכטיגע הירינג מיט די דריי לינקע בייעסד פראפאסערן האט אדווענסד די דעמס ציל צו טוישן דעת הקהל צו שטיצען אימפיטשמענט?


לכאורה נישט.
אבער אסאך גולמים קוקן מוראדיגע ארויף א מענטש מיט א אפישעל טייטל. פראפעסאר, דאקטער אדער לאויער. נישט קיין חילוק וואס ער זאגט, זייער ווארט איז זייער פארהייליגט ביי אסאך קארפן קעפ.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

טראמפ - אוקריינא - וויסעל בלאוער פרשה

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:20 am

בסד האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך האב א יא / ניין פראגע:
איז דא איינער וואס האלט אז די נעכטיגע הירינג מיט די דריי לינקע בייעסד פראפאסערן האט אדווענסד די דעמס ציל צו טוישן דעת הקהל צו שטיצען אימפיטשמענט?


לכאורה נישט.
אבער אסאך גולמים קוקן מוראדיגע ארויף א מענטש מיט א אפישעל טייטל. פראפעסאר, דאקטער אדער לאויער. נישט קיין חילוק וואס ער זאגט, זייער ווארט איז זייער פארהייליגט ביי אסאך קארפן קעפ.


@בסד, דאס איז ריכטיג ווען עס קומט א פראפעסאר קלאסישערהייט אין איז מסביר שני הצדדים מיט א פראפעסיאנאלע בליק און נאכער זאגט זיין מיינונג, אזוי ווי טורלי האט פרובירט צו טון ( נישט אוועקגעמאכט די עצם פראבלעם... געזאגט מדארף מער באווייז.... נאכנישט גענוג פאר אימפיטשמענט וכו')

משא"כ ווען סשטעלן זיך אויף דריי פראפעסארן אין פרובירן ניטאמאל צו באהאלטן זייער איינזייטיגקייט.. קייען איבער די זעלבע זאכן וואס מרעדט די לעצטע חדשים אויף א העכערע שפראך.. ברענגן אראפ וואשינגטאן פון יענע וועלט... די אלע זאכן האבן אפשר גערעדט צו די הייסע אימפיטשינג פענס. פאר די מעסיגע וויילער אפגערעדט די ריפאבס -אפילו די שוואכע- איז דאס בלויז נאך א טאג פון רעדן, העצן, בלאזן, אין טון יעדע זאך, נאר נישט עפעס אויפטון פארן פאלק...

ווי האט טשאבאט נעכטן געזאגט? עס וועט סייווי דורך פאלן און סענאט. די יעצטיגע הירינג איז בלויז א הילף פאר טראמפ 2020 געווינס
אקעי! נאך עפעס?

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:46 am

גוטע העדליין פון די ניו יארק טיימס

Mocked Abroad and Assailed at Home, Trump Returns to Face Impeachment

כי היינו ללעג וקלס בגויים... תשימנו חרפה לשכנינו לעג וקלס לסביבותינו....

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:50 am

מטעמים האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יאפ. יעדן טאג זעהט מען ליידער אזאנע מיסלידינג העדליינס.

און גראדע איז דאס למעשה געווען די איינציגסטע זאכליכע קוואוט ביי די היינטיגע הירינגס וואס האט געהאט בעקלעש. סאו ס׳איז נישט ממש מיסלידינג...


#איך בין א פען... ניין א ספינער!

וואס איז די חילוק צווישען א פען און א ספינער? איינער באקומט באצאלט און איינער נישט ודוק.

;l;p-
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:58 am

עס האט זיך אנטוויקלט א פלוגתא צווישן די קאנסטיטושענעל פראפעסארן בנוגע די מיינונג פון איינע פון די נעכטיגע עדות אז מען קען אימפיטשן א פרעזידענט בלויז פאר 'אביוז אוו פאוער'.

דהיינו, לאמיר זאגן אז מען קען נישט אויפווייזן אז דא איז געווען א קוויד פראו קווא אדער ברייבערי אין אנדערע ווערטער, אבער דו קענסט יא אויפווייזן אז די בקשה פון טראמפ אויסצופארשן ביידען איז געווען צוליב פערזענליכע סיבות (נישט צוליב קאראפשן) הייסט עס אז טראמפ האט גענוצט די פאוער פון זיין אפיס פאר פארסאנעל געין, קלאסישע אביוז אוו פאוער, אבער נישט קיין שום קריים אויף די ביכער.

דאס איז זייער זייער א ברייטע אפטייטש אויף אימפיטשמענט, און פאר די וואס חלומען נאך אז אפשר וועט אים די סענאט קאנוויקטן, קענט עטס זיין זיכער אז דאס גייט אנקומען אין קאורט בעפאר טראמפ רופט א מאווינג טראק צום ווייסן הויז.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:02 am

@נאך פונדערהיים, דאס געריכט האט כמעט קיין ווארט בנוגע אימפיעטשמענט, און דאס איז עניוועי נאר הייפעטעטיקל.

קאנסילמאן האט געשריבן:איך האב א יא / ניין פראגע:
איז דא איינער וואס האלט אז די נעכטיגע הירינג מיט די דריי לינקע בייעסד פראפאסערן האט אדווענסד די דעמס ציל צו טוישן דעת הקהל צו שטיצען אימפיטשמענט?


איך בין נישט זיכער אז עס איז נאך בכלל דא אזא גאול.

אפשר ביים פראצעס.

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:גוטע העדליין פון די ניו יארק טיימס

Mocked Abroad and Assailed at Home, Trump Returns to Face Impeachment

כי היינו ללעג וקלס בגויים... תשימנו חרפה לשכנינו לעג וקלס לסביבותינו....


;l;p-
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:06 am

@פונדערהיים, אויב קענסטו פראוון אינטענט איז עס נישט קיין קריים? סאו מיט וואס קוויד פראו קווא מאכט עס יא א קריים? די קריים פון קוויד פראו קווא איז דאך דאס, אז דו נוצסט די גאווערמענט פאוער פאר דיין פריוואטע געין.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:08 am

די אפטייטש אז היי קריימס איז לאו דוקא קריימס, געהערט לכאורה יא פארן געריכט צו באשליסן, עניוועי
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:11 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די אפטייטש אז היי קריימס איז לאו דוקא קריימס, געהערט לכאורה יא פארן געריכט צו באשליסן, עניוועי

וואס מיינסטו ארויסברענגען?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:13 am

פעלאסי האט יעצט געזאגט אז טראמפ׳ס גײן אין קארט איז אבסטראקשען אף דזאסטיס

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:14 am

פעיק נוז האט געשריבן:@פונדערהיים, אויב קענסטו פראוון אינטענט איז עס נישט קיין קריים? סאו מיט וואס קוויד פראו קווא מאכט עס יא א קריים? די קריים פון קוויד פראו קווא איז דאך דאס, אז דו נוצסט די גאווערמענט פאוער פאר דיין פריוואטע געין.

די עקסטשעינדזש פון אפישעל עקשן פאר פערסאנעל געין איז א קריים אויף די בוקס (ברייבערי, אדער אין לאטיין: קוויד פראו קוואו).

בלויז בעטן אדער פארלאנגען עפעס פון איינעם, ווען די ווייסט אז יענער וועט פאלגן צוליב דיין שטעלע איז אביוז אוו פאוער, נישט קיין קריים.

טענה'ט דער פראפעסאר נעכטן, אז דאס איז געווען די גאנצע ציל פון די פאונדינג פאדערס מיט אימפיטשמענט צו פארמיידן אביוז אוו פאוער (וואס מיט דעם איז ער לכאורה גערעכט) אבער די נוסח איז קריימס און מיסדעמינארס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:15 am

פעיק נוז האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די אפטייטש אז היי קריימס איז לאו דוקא קריימס, געהערט לכאורה יא פארן געריכט צו באשליסן, עניוועי

וואס מיינסטו ארויסברענגען?

כ'האב געמיינט צל דערמיט, כוואלט געדארפט קוואוטען, נו שוין
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:15 am

abeg האט געשריבן:פעלאסי האט יעצט געזאגט אז טראמפ׳ס גײן אין קארט איז אבסטראקשען אף דזאסטיס


:lol:
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:19 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:עס האט זיך אנטוויקלט א פלוגתא צווישן די קאנסטיטושענעל פראפעסארן בנוגע די מיינונג פון איינע פון די נעכטיגע עדות אז מען קען אימפיטשן א פרעזידענט בלויז פאר 'אביוז אוו פאוער'.

דהיינו, לאמיר זאגן אז מען קען נישט אויפווייזן אז דא איז געווען א קוויד פראו קווא אדער ברייבערי אין אנדערע ווערטער, אבער דו קענסט יא אויפווייזן אז די בקשה פון טראמפ אויסצופארשן ביידען איז געווען צוליב פערזענליכע סיבות (נישט צוליב קאראפשן) הייסט עס אז טראמפ האט גענוצט די פאוער פון זיין אפיס פאר פארסאנעל געין, קלאסישע אביוז אוו פאוער, אבער נישט קיין שום קריים אויף די ביכער.

דאס איז זייער זייער א ברייטע אפטייטש אויף אימפיטשמענט, און פאר די וואס חלומען נאך אז אפשר וועט אים די סענאט קאנוויקטן, קענט עטס זיין זיכער אז דאס גייט אנקומען אין קאורט בעפאר טראמפ רופט א מאווינג טראק צום ווייסן הויז.

עס איז נישט די מיינונג פון איין פראפעסער, כמעט יעדע פראפעסאר האלט אזוי אריינגערעכנט אונזער חשוב'ער פראפעסער טורלי...

טורלי אין 2014
EK9jpaTU0AEQco2.png
EK9jpaTU0AEQco2.png (138.34 KiB) געזעהן 528 מאל


ווי אויך האלטן פראפעסארן אז די געריכט וועט נישט אריינרעדן אינעם נושא געבויט אויף די פארגאנגענע אורטייל פונעם סופרים קארט אז קאנגרעס האט די סאול פאוער איבער אימפיטשמענט.
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:21 am

קאנסילמאן האט געשריבן:איך האב א יא / ניין פראגע:
איז דא איינער וואס האלט אז די נעכטיגע הירינג מיט די דריי לינקע בייעסד פראפאסערן האט אדווענסד די דעמס ציל צו טוישן דעת הקהל צו שטיצען אימפיטשמענט?

איך האב נישט קיין יא/ניין ענטפער, אבער איך בין מחולק מיט די הנחה אז דער ציל פון די דעמאקראטן מיט די נעכטיגע הירינג איז געווען צו טוישן דעם דעת הקהל. דער ציהל איז פאר די רעקארד און פאר די היסטאריע ביכער.
טראמפ גייט ווערן אימפיטשט דורך די קאנגרעס, גייט ווערן באפרייט דורך די סענאט, דאס איז פשוט'ער כביעתא בכותחא, כדי היסטאריע זאל נישט קענען באשולדיגן די דעמאקראטן אין אדורכפירן דעם אימפיטשמענט על לא דבר, דארפן זיי האבן אויף די רעקארד די קלארע און דייטליכע ביאורים פון די נעכטיגע דריי עדות'ן.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:23 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@פונדערהיים, אויב קענסטו פראוון אינטענט איז עס נישט קיין קריים? סאו מיט וואס קוויד פראו קווא מאכט עס יא א קריים? די קריים פון קוויד פראו קווא איז דאך דאס, אז דו נוצסט די גאווערמענט פאוער פאר דיין פריוואטע געין.

די עקסטשעינדזש פון אפישעל עקשן פאר פערסאנעל געין איז א קריים אויף די בוקס (ברייבערי, אדער אין לאטיין: קוויד פראו קוואו).

בלויז בעטן אדער פארלאנגען עפעס פון איינעם, ווען די ווייסט אז יענער וועט פאלגן צוליב דיין שטעלע איז אביוז אוו פאוער, נישט קיין קריים.

טענה'ט דער פראפעסאר נעכטן, אז דאס איז געווען די גאנצע ציל פון די פאונדינג פאדערס מיט אימפיטשמענט צו פארמיידן אביוז אוו פאוער (וואס מיט דעם איז ער לכאורה גערעכט) אבער די נוסח איז קריימס און מיסדעמינארס.

טענקס
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:27 am

לכאורה האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך האב א יא / ניין פראגע:
איז דא איינער וואס האלט אז די נעכטיגע הירינג מיט די דריי לינקע בייעסד פראפאסערן האט אדווענסד די דעמס ציל צו טוישן דעת הקהל צו שטיצען אימפיטשמענט?

איך האב נישט קיין יא/ניין ענטפער, אבער איך בין מחולק מיט די הנחה אז דער ציל פון די דעמאקראטן מיט די נעכטיגע הירינג איז געווען צו טוישן דעם דעת הקהל. דער ציהל איז פאר די רעקארד און פאר די היסטאריע ביכער.
טראמפ גייט ווערן אימפיטשט דורך די קאנגרעס, גייט ווערן באפרייט דורך די סענאט, דאס איז פשוט'ער כביעתא בכותחא, כדי היסטאריע זאל נישט קענען באשולדיגן די דעמאקראטן אין אדורכפירן דעם אימפיטשמענט על לא דבר, דארפן זיי האבן אויף די רעקארד די קלארע און דייטליכע ביאורים פון די נעכטיגע דריי עדות'ן.


לו יהא כדבריך - און עס איז נישט אזוי - איז ווערט ארויסצוברענגן זייער נעכטיגע טעות מיטען נעמען דריי ארכי ליבעראלען וואס האבן ניטאמאל פראבירט צו געבן א אנשטעל צו זיין איינשטענדיג נאר געשפריצט האס און העיט, און דעמיט האבן זיי מן הסתם פארלויערן מער שטיצע.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:28 am

פעיק נוז האט געשריבן:@פונדערהיים, אויב קענסטו פראוון אינטענט איז עס נישט קיין קריים? סאו מיט וואס קוויד פראו קווא מאכט עס יא א קריים? די קריים פון קוויד פראו קווא איז דאך דאס, אז דו נוצסט די גאווערמענט פאוער פאר דיין פריוואטע געין.


קוויד פרא קווא איז א תנאי עס זאל הייסן ברייבערי לויט דאס געזעץ.

אפילו אויב איינער האט געבעטן איין זאך, און דער צווייטער האט אים פארדעם געבעטן עפעס אנדערש, איז עס נישט קיין קריים אויף די בוק. עס הייסט בלויז א קריים אויב מען זאגט קלאר ארויס, איך געב דיר דאס "כדי" דו זאלסט מיר געבן יענס.

דאס טייטש "קוויד פרא קווא".

אזוי האט דער סופרים קאורט גע'פסק'עט אין די Mcdonell קעיס.

בד"ו עס איז געווען דעמאלטס ותרעד הארץ.

דעמאקראטן טענה'ן, און זייערע עקספערטן האבן געזאגט, אז די ברייבערי פון די קאנסטעטושען מיינט אן א אויסגעשמועסטע קוויד פרא קווא אויך.

איי פארוואס איז קוויד פרא קווא בכלל א אישו אויב דאס עצם בעטן צו אינוועסטיגעיטן ביידן איז גאר א פליכט פאר טראמפ צו טאן? נאו איידיע.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:35 am

יש ברירה האט געשריבן:עס איז נישט די מיינונג פון איין פראפעסער, כמעט יעדע פראפעסאר האלט אזוי אריינגערעכנט אונזער חשוב'ער פראפעסער טורלי...

ווי אויך האלטן פראפעסארן אז די געריכט וועט נישט אריינרעדן אינעם נושא געבויט אויף די פארגאנגענע אורטייל פונעם סופרים קארט אז קאנגרעס האט די סאול פאוער איבער אימפיטשמענט.


מן הסתם האסטו גערעדט מיט כאטש עטליכע טויזענט לאיערס פארן שרייבן 'כמעט יעדע פראפעסאר האלט אזוי'...,

פון די פראפעסארן וואס האלטן אנדערש איז אלען דערשאוויץ (קענסט אים פיינט האבן, אבער ער איז נישט קיין גלעזל וואסער וואס די גיבסט א ריק מיטן פינגער און עס גיסט זיך אויס)

וואס די קאורטס גייען טון ווייסט קיינער נישט, אבער אויב אימפיטשט מען טראמפ בלויז פאר אביוז אוו פאוער גייט עס אנקומען אין קאורט, פינטל.
דערווייל אבער זעט אויס אז איינע פון די ארטיקלען גייט יא זיין ברייבערי, הגם מען קען זיך דינגען וויפיל באווייז עס איז דא פאר דעם, געהערט דאס זיכער פאר קאנגרעס צו באשליסן.


Screenshot_20191205-112626_Twitter.jpg
Screenshot_20191205-112626_Twitter.jpg (646.78 KiB) געזעהן 506 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:51 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:עס איז נישט די מיינונג פון איין פראפעסער, כמעט יעדע פראפעסאר האלט אזוי אריינגערעכנט אונזער חשוב'ער פראפעסער טורלי...

ווי אויך האלטן פראפעסארן אז די געריכט וועט נישט אריינרעדן אינעם נושא געבויט אויף די פארגאנגענע אורטייל פונעם סופרים קארט אז קאנגרעס האט די סאול פאוער איבער אימפיטשמענט.


מן הסתם האסטו גערעדט מיט כאטש עטליכע טויזענט לאיערס פארן שרייבן 'כמעט יעדע פראפעסאר האלט אזוי'...,

פון די פראפעסארן וואס האלטן אנדערש איז אלען דערשאוויץ (קענסט אים פיינט האבן, אבער ער איז נישט קיין גלעזל וואסער וואס די גיבסט א ריק מיטן פינגער און עס גיסט זיך אויס)

וואס די קאורטס גייען טון ווייסט קיינער נישט, אבער אויב אימפיטשט מען טראמפ בלויז פאר אביוז אוו פאוער גייט עס אנקומען אין קאורט, פינטל.
דערווייל אבער זעט אויס אז איינע פון די ארטיקלען גייט יא זיין ברייבערי, הגם מען קען זיך דינגען וויפיל באווייז עס איז דא פאר דעם, געהערט דאס זיכער פאר קאנגרעס צו באשליסן.


Screenshot_20191205-112626_Twitter.jpg

יא, דערשעוויץ האלט אזוי (כ'מיין ער האט אפילו ארויסגעגעבן א בוך דערויף אויב מאך איך נישט קיין טעות) דאס טוישט גארנישט, אפשר וואלט טאקע 'רוב' געװען א בעסערע ווארט ווי 'כמעט יעדע'.

ווענד זיך וואס "אנקומען אין קאורט" מיינט. טראמפ וועט ווארשיינליך פרובירן, די פראגע איז אויב די קאורט וועט באשליסן אנצונעמען דעם קעיס.

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 12:03 pm

מטעמים האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:@טשאדעלע
עס איז שווער פאראויסצושאצן וואס אנקעטעס וועלן ווייזן
ווייל עס איז גאנץ קלאר פאר יעדן זעלסבטשטנדיגער, אז טראמפ האט קלאר אויפגעהאלטן א ווייטהאוז מיטינג ביז ווילאנג אוקריינע מעלדט נישט קיין אינוועסטיגעישאן, סאנדלאנד איז א פירסט הענד עדות דערויף (אה.. עכט נישט פירסט הענד ווייל ער האט עס געהערט פון דזשוליאיני..)

און יעדער פארשטייט אויך גאנץ פיין אז אויב מען האט אויפגעהאלטן געלט פאר אוקריינע, און אלע וואס האבן דאן געפירט אמעריקעס פאליסיס האבן נישט קיין שום פארשטענדליכע ריעזאן פאר עס אויסער אז טראמפ האט געווארט אויף די אויספארשונג מעלדונגען, איז שטארק ווארשיינליך אז טראמפ האט געוואלט פרעשורן אוקריינע מיט אויספארשונגען

און אלע דיפענסעס, אז טראמפ האט געמיינט קאראפשען, כו' וכו', לייגט זיך נישט עכט אויפן דעת

די איינציגסט זאך וואס איך קען פארשטיין אז זעלבסטשטענדיגע מענטשן זאלן זיין קעגן אימפיטשמענט, איז אז אימפיטשמענט איז א טול וואס מען נוצט נאר אין אן עמערדזשענסי, און אפילו טראמפ זאל האבן אויפגעהאלטן געלט פאר אייגענע צוועקן, איז דאס נאך נישט אן עמערדזשענסי אראפצוזעצן א פרעזידענט

סא, די היינטיגע עדות האבן געדארפט אויסשמועסן וואס אימפיטשמענט איז עכט דיזיינט פאר, און עס איז יא צו נישט געמאכט פאר אונזער סיטואציע

די אלע טאלקינג פוינטס, פון סעקאנד הענד, וויסלבלויער, דעמ דאנארס, איז זייער גוט צו ענערדזשייזן די הייסע שטיצערס, אבער טוישט גאנץ קנאפ, פאר זעלבסטשטענדיגע מענטשן
אויב איינער הערט פון פראפעסערס די היסטארישע פאקטן אויף וואס אימפיטשמענט איז געבויט, קען אים עס אריינגיין אין מח, אפגעזען וואסערע דאנאר ער איז

עס איז גראדע ״זייער״ קלאר אז קיינער ווייסט נישט צו פרעזידענט טראמפ האט צוריק געהאלטען די מיטונג פון זעלענסקי מיט א תנאי פון מעלדען אין פאבליק די ביידען אויספארשונג - אלע זעלבסשטענדיגע מענטשען ווארטען אויף די אינפארמאציע עס איז נאר נאך נישט געקומען.

ליין סאנדלאנדס אפענינג סעטיעמענט..
ער האט זיך געהאלטן דערצו שפעטער אויך, ווי ער האט געזאגט ער איז נישט זיכער, איז נאר געווען בנוגע די געלט אפהאלטונג

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 12:10 pm

.
צוגעלייגטע
9510B915-ABF7-4BC1-B1A6-A54DA9A78CAC.jpeg
9510B915-ABF7-4BC1-B1A6-A54DA9A78CAC.jpeg (71.53 KiB) געזעהן 426 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 12:19 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך האב א יא / ניין פראגע:
איז דא איינער וואס האלט אז די נעכטיגע הירינג מיט די דריי לינקע בייעסד פראפאסערן האט אדווענסד די דעמס ציל צו טוישן דעת הקהל צו שטיצען אימפיטשמענט?

איך האב נישט קיין יא/ניין ענטפער, אבער איך בין מחולק מיט די הנחה אז דער ציל פון די דעמאקראטן מיט די נעכטיגע הירינג איז געווען צו טוישן דעם דעת הקהל. דער ציהל איז פאר די רעקארד און פאר די היסטאריע ביכער.
טראמפ גייט ווערן אימפיטשט דורך די קאנגרעס, גייט ווערן באפרייט דורך די סענאט, דאס איז פשוט'ער כביעתא בכותחא, כדי היסטאריע זאל נישט קענען באשולדיגן די דעמאקראטן אין אדורכפירן דעם אימפיטשמענט על לא דבר, דארפן זיי האבן אויף די רעקארד די קלארע און דייטליכע ביאורים פון די נעכטיגע דריי עדות'ן.


לו יהא כדבריך - און עס איז נישט אזוי - איז ווערט ארויסצוברענגן זייער נעכטיגע טעות מיטען נעמען דריי ארכי ליבעראלען וואס האבן ניטאמאל פראבירט צו געבן א אנשטעל צו זיין איינשטענדיג נאר געשפריצט האס און העיט, און דעמיט האבן זיי מן הסתם פארלויערן מער שטיצע.


דא עגרי איך מיט לכאורה, און גראדע קוקט מיט אויס אז קאנסילמאן רעדט פון א צווייטע נקודה.

דער פרעזידענט גייט ווערן אימפיטשט, דאס וועט זיין די דריטע מאל אין אמעריקאנע היסטאריע. און דאס איז עקזעקטלי וואס די דעמעקראטן זיכן צו טאן, פארזיגלען טראמפ מיט אזא רעקארד. אפגעזעהן די פאליטישע קאנצעקווענצן.

קאנסילמאן באציעט זיך צו די פאליטישע חלק שבו.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 12:25 pm

קרייסלער האט געשריבן:מזאל נישט זאגן אז מהאט נשיט געווארנט, דא אויף איי וועלט האט מען פאראויס געזאגט אז איינמאל נאדלער נעמט איבער די לייצעס וועלן זאכן אנהייבן פארן סאוט און נאדער האסטע

מיר אלע שפירן ווי קאלינס ווען נאדלער הייבט אן רעדן...
צוגעלייגטע
mag-sykes-impeachment-773.jpg
mag-sykes-impeachment-773.jpg (156.24 KiB) געזעהן 380 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: masmid, בלתי לה' לבדו, טבריונער, כאפצעם, קרייסלער, שבועת ראם און 51 געסט