תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 10:02 pm
יעדער לייגט זיך דא דיינע צוויי צענט, כ׳מיין.. ווי איז מיין ראזשינקע? איך וועל אויך לייגן צוויי צענט, פרוטה ופרוטה מצטרפת, ס׳קען זיך אנזאמלען א שיינע סכום, ספעציעל דא, ווען יעדע תגובה ווערט געטאפעלט און געטריפלט..
עניוועי, בעצם קען מען פארמאכן דעם אשכול. ס׳איז נישט ערווארטעט קיין שום חידושים. נישט די דעמעקרעטס זיכן עס און די ריפאבליקענס אויך נישט. ביי די אינטערשטע שורה גייט זיך סיי ווי ענדיגן מיט אימפיטשמענט, די גאנצע קעדאטשקע טאנץ ביז אהין איז פשוט ווייל אנדעם קען מען נישט צוטרעטן דערצו, עס איז א פראצעדור.
ס׳נישטא קיין געזעץ וואס האלט אפ די דעמעקרעטס פון אימפיטשן טראמפ. ווער ס׳איז בעה״ב אין שטוב, דער מאכט אפ אויף וואס מ׳זאל וואוטן. און אויב באשליסט די מאמע אימפיטשמענט, גייט מען שטימען. און דאס איז די קעיס דא, פארטיג.
איי, קאנסטעטוציענאל אויב וויל מען אימפיטשן מיז דער פרעזידענט האבן באגאנגען א פארברעך? נו, דאס איז אייגענטליך אויף וואס מ׳שטומט, אויב דאס וואס ער האט געטאן איז א פארברעך. און ווער געווינט? וואס הייסט, דער וואס האט מער וואוטס.
יאפ. ס׳איז ממש אזוי. טעקנעקלי קען יעדע פארטיי באשליסן אז טרינקן קאווע מיט א שטרוי איז אימפיטשעבל!? דער ענפער איז יא! אפילו ס׳איז דערווייל נעווער געווען אזא פערדישע פאל, באט נעווער סעי נעווער זאגט מארק קיובינס מאמע, ווייל ווי ס׳קוקט אויס גייט עס יעצט פארקומען.
ביל קלינטאן איז אימפיטשט געווארן דורך די דעמאלטס׳דיגע ריפאבליקאנע אנגעפירטע קאנגרעס, ער איז געפינען געווארן שילדיג אויף פעירדזשורי דורך א גרענד דזשורי, און אבסטראקשן אוו דזשאסטיס. 5 דעמעקראטן האבן געשטומט אויף 3 פון די 4 ארטיקל׳ס אוו אימפיטשמענט, א פולשטענדיג בייפארטיזן אימפיטשמענט וואוט, פאר קריימס אויף די ביכער.
אין דעי קעיס איז די מעשה אנדערש. לע״ע איז די איינציגסטע זאך אויף וואס די דעמעקראטן בויען די געביידע איז, א איינצעלנע ווארט אין די טרענסקריפט פון די פאון קאל ווי טראמפ האט בתוך דבריו רעדענדיג פון אינוועסטיגעשענס געזאגט די ״ביידענס״. דעציט.
טראמפ איז א געזינטע פערד, נישט ווייל ער האט דאס געטאן, נאר ווייל ער איז א פערד סתם אזוי. א ווילדער מענטש וואס טראכט וויינוג ביפאר ער טוט אדער זאגט עפעס, הגם ער איז זייער שטארק אויפריכטיג מיט די געזעץ, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט סיי דורכאויס זיין לאנגע און א״ג קאנטערווערסיאלער 2016 קאמפיין, ווען ס׳איז נישט אפיר געקומען קיין איין זאכליכע עדות אויף טראמפ ראנג-דואינגס דורכאויס זיינע 50 יאר אין ביזנעס, און סיי דורכאויס די לאנגע פארצויגענע וויטשהאנט ווי מ׳האט געשינדן די הויט פון זיינע נאנסטע מענטשן.
פון וואספארא מאטריאל מ׳האט יא געטראפן די והותר איז געווען, אז ער האט געמאכט א חיים טובים ווען ס׳איז געקומען צו ערפילן זיינע תאוות, אזוי אויך איז ער אלטס געווען א נוקם ונוטר אין די וועלכע האבן זיך מיט אים אנגעהויבן. און ער איז אסאך מאל געגאנגען ביז ביז ביז... ברעכן דעם געזעץ-ולא עד בכלל.
וכן הכא. ער האט געזאגט א ווארט, און איך גלייב באמונה שלימה אז דער וואלט טאקע זייער געוואלט זעהן ביידען אין הייס וואסער. כ׳מיין פארוואס זאל איך עס אפילו לייקענען?... וואס דען, ס׳איז, און ווי ס׳האט זיך דערווייל ארויסגעשטעלט - נישט געגאנגען קיין איין פיצי טריט ווייטער ווי דער פליטת הפה אויפן יענע פאון קאל. און לדעתי איז טאקע דאס די סיבה פארוואס טראמפ איז גרייט געווען - און האט פאקטיש ארויסצוגעבן די טראנסקריפט תיכף ומיד. דא האסטע! קענסט סייווי נישט גיין ווייטע פון דא. די געלט אפהאלטן אין א קוויד קוואו פרא אויסצופארשן ביידען, קוקט מער און מיר אויס צו זיין א טעאריע, קיין שמץ עוועדענס עס אינטערצושטיצן, אא״וו.
און יא, צום מילאונסטן מאל. איך בין אסאך ענדערש גרייט צו אקציפטירן אזאנע סארט זאכן פון א צופידלטער ביזנעסמאן, ווי א פיצי ליגענט פון א אדורכגעטראכטער פאלאטישן וואס מעסט יעדעס ווארט זיינע.
עניוועי, כ׳האב נישט קיין נערוון, פון דא אין ווייטער וועט דאס שוין זיין מער ווי 2 צענט, סאו איך ענדיג דא. ווי געזאגט וועט א אימפיטשמענט וואוט אדורכגיין סייווי, אפגעזעהן צו ס׳האט א בעקיטשע צו נישט, ווי מ׳שטייט יעצט האלט מען ביי זעראו. און די שוואכע ריפאבליקאנער פארטיי שטייט פעלזן פעסט נישט ווידער צו פאלן א קרבן פאר די היפיקראטישע פארטיי. כ׳בין זייער שטאלץ מיט זייער צוזאמען ארבעט זעכער צומאכן אז די קעיס ווערט דיספלעיט פאר די אמעריקען פיפאל ווי עס ברויך צו זיין. און אזוי קען די וואוט אדורכגיין פולי אויף פארטיזן ליניע׳ס.
טעקס פאר ליסענינג.
סטעי טונד!