מאכטפולע האריקעין "דאריען"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

מאכטפולע האריקעין "דאריען"

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 4:54 pm

שטורעם "דאריען" די פערטע אין די רייע פון די היי יעריגע אטלאנטיק האריקעין סיזאן האט זיך היינט אינמיטן טאג פארשטערקערט צו א קאטעגאריע 1 האריקעין מיט ווינטן פון 75 מייל א שעה, ס'איז געווארן געאפגרעיד צו א האריקעין פונקט אין די צייט ווען ס'איז איבערגעפאלן פארטא-ריקא.

"דאריען" איז ערווארטעט זיך ווייטער צו פארשטערקערן אין די קומענדיגע טעג, און וועט גאנץ מעגליך אנקומען צו א קאטעגאריע 3 שטארקייט און מעגליך אפילו שטערקער, און ארום זונטאג מיטאג צייט קען עס אריינקלאפן ערגעץ וואו אויף די מזרח זייט פון דרום-סענטראל פלארידא.

מיט דעם איז עס אבער נאך נישט פארטיג...

"דאריען" איז ערווארטעט אריבערצושפרייזן די גאנצע ברייט פון פלארידא ביזן גאלף אוו מעקסיקא, דארט וועט די שטורעם באקומען פרישע קראפט, און איז ערווארטעט אריינצוקלאפן אין פלארידא'ס צפון מערב חלק וואס רופט זיך "די פענהענדל", א געגנט וואס איז פאריאר באטראפן געווארן פון א מאכטפולע קאטעגאריע 5 האריקעין און אנגעזייעט שווערע חורבנות.
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 9:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 4:55 pm

מכה אחת שהן שנים...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:01 pm

האריקעין "דאריען" האט זיך נאך אביסל פארשטערקערט, ס'איז יעצט ביי א שטארקייט פון 80 מייל פער שעה.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:08 pm

ער פארט אינטערזיכען דעם שטורעם
https://www.flightradar24.com/NOAA42/21e1771c

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:23 pm

ק.נ.א. איז דא מיט א פרישקייט
טענק יאו פאר די אופדעיטס

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:29 pm

עטוואס מער הסבר, די היילייט איז די פענהענדל.
Capture.PNG
Capture.PNG (69.65 KiB) געזעהן 3482 מאל
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 8:04 pm

מען רעד שוין אז אפשר וועט עס זיין א קאטאגאריע 4

אבער דער וויילע קוקט אויס לויט וואס די nhc ברענגט אז עס וועט אנפאלען ביי ווירא ביטש וואס איז 140 מייל אוועק פון מיאמי
עס קאן בייטען אבער דערוויילע וייזען זיי ארום דארטן.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:05 pm

האריקעין "דאריען" איז געשטיגן אין ראנג!
ס'איז יעצט א קאטעגאריע 2 האריקעין מיט מאקסימום סוסטעינד ווינטן פון 105 מייל א שעה (שוין נישט ווייט פון א קאטעגאריע 3 שטורעם)

טייל פון די לעצטערע קאמפיוטער מאדלס ווייזן אז ס'וועט דויערן ביז קומענדיגן דינסטאג אדער מיטוואך ביז ס'וועט גרייכן פלארידא... אבער דאס קען זיך נאך טוישן.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:40 pm

sdfh.png
sdfh.png (80.2 KiB) געזעהן 3016 מאל
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:50 pm

ארום 11:00 PM פון ספעיס.

דכ.jpg
דכ.jpg (51.95 KiB) געזעהן 2995 מאל
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:58 am

הרב קנא ונוקם שליט"א

עס זעט מיר אויס פון דיין שפראך, ווי א קאטעגאריע דריי איז די עכטע סחורה. פארוואס?

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 7:34 am

ווייל עס איז ווינט העכער 110 מייל אין א שעה
מען רעט פון אפשר א קאטיגאריע 4

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:07 am

יעצט זעט גראדע נישט אויס אז ס'וועט אנפאלן צוויי מאל, נאר ענדערש זיך שטארק צושפרייטן אויף די יבשה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:15 am

שפיגליצקי האט געשריבן:יעצט זעט גראדע נישט אויס אז ס'וועט אנפאלן צוויי מאל, נאר ענדערש זיך שטארק צושפרייטן אויף די יבשה.

יא! פונקט געוואלט שרייבן דערוועגן, אז דערווייל קוקט אויס אז ס'וועט זיין נאר איין געזונטע קלאפ פאר פלארידא, אבער ס'איז נאך אלס דא געוויסע ספעציעלע האריקעין מאדלס וואס ווייזן אז ס'קען יא זיין א לקינו בכפליים.

פון די אנדערע זייט איז אויך דא האריקעין מאדלס וואס שוינען אפ פלארידא, און ברענגן די האריקעין צו דזשארדזשיע אדער צו די קאראליינעס.

אבער מאוסט לייקלי וועט עס יא אריינקלאפן אין פלארידא לויט די יעצטיגע אויסקוק, ווארשיינליך נישט דירעקט אויף מיאמי, אבער דאס קען זיך נאך טוישן.

*

אצינדער 11:00 פארמיטאג איז "דאריען" שוין כמעט א קאטעגאריע 3 האריקעין, מיט מאקסימום סוסטעינד ווינטן פון 110 ממייל פער שעה, דאס איז בלויז 1 מייל ווייניגער צו ווערן באצייכענט אלס קאטעגאריע 3.

די אויג פונעם האריקעין איז שוין כמעט וויזיבעל, א צייכן אויף די שטארקייט פונעם שטורעם, ווי קלארער מ'זעהט די אויג אלס שטערקער איז די שטורעם.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:19 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די אויג פונעם האריקעין איז שוין כמעט וויזיבעל, א צייכן אויף די שטארקייט פונעם שטורעם, ווי קלארער מ'זעהט די אויג אלס שטערקער איז די שטורעם.

זיסע שפראך!
כ'וויל נאר צולייגן אז אויפן מינוט איז נאך די אויג א רואה ואינו נראה...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:45 am

מיינסט אוודאי צו זאגן אז ווער ס'זעהט נישט אין דעם בילד די אויג איז א נראה ואינו רואה
צוגעלייגטע
goes16_vis_05L_201908301532.jpg
goes16_vis_05L_201908301532.jpg (139.71 KiB) געזעהן 2496 מאל

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:31 pm

וואס מיינט עס פאר אונז דא אין נ.י.
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:59 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:וואס מיינט עס פאר אונז דא אין נ.י.

דערווייל קענסטו שלאפן רואיג, ווען ס'וועט מיינען עפעס פאר ניו יארק וועל איך דיר בל"נ אויפוועקן :wink:

ס'איז דא געוויסע קאמפיוטער מאדלס וואס ווייזן אז ניו יארק קען אויך באקומען אביסל טעימה קלה פון די שיריים אדער מעגליך אפילו א שטיקל מנה יפה ארום סוף קומענדיגע וואך/אנפאנג כי תצא, אבער דערווייל קוקט נישט אויס אז מ'דארף פארקלאפן די פענסטער'ס.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:14 pm

ישר כח פאר די אפדייטס

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:42 pm

"דאריען" איז יעצט א קאטעגאריע 3 האריקעין מיט מאקסימום סוסטעינד ווינטן פון 115 מייל א שעה.

באמערקט אויך ווי די אויג איז געווארן מער אויסגעקלארט ווי ביי די פריערדיגע בילד
צוגעלייגטע
goes16_vis_05L_201908301932.jpg
goes16_vis_05L_201908301932.jpg (148.29 KiB) געזעהן 2238 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:46 pm

די טרעקס פון די לעצטערע האריקעין מאדלס

דערווייל ריקט זיך עס מער און מער אין ריכטונג צו דזשארדזשיע/קאראליינעס
דאס העכערט די שאנסן אז פלארידא וועט "נישט" כאפן קיין דירעקטן פראסק
צוגעלייגטע
05L_tracks_latest.png
05L_tracks_latest.png (170.37 KiB) געזעהן 2232 מאל

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:51 pm

לויט די איצטיגע שאצונג, ווי אזוי זעט אויס עס גייט זיין אין דזשעקסנוויל דינסטאג-מיטוואך? זאל איך קענסעלען מיין טיקיט אדער דארט איז בשלום?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:55 pm

די יורא מאדל וואס איז איינס פון די מערסט אקוראטע מאדלס - ספעציעל ביי טראפישע שטורעמס - ווייזט יעצט אויך אז פלארידא וועט נאר באקומען א פליק אדער א ציפ, אבער נישט קיין הילכיגן פראסק.

לויט די יורא מאדל וועט עס דינסטאג צופרי גרייכן מזרח זייט פון די דרום פלארידא קאוסט
ecmwf_z500_mslp_us_5.png
ecmwf_z500_mslp_us_5.png (345.24 KiB) געזעהן 2212 מאל


מיטוואך צופרי מזרח פון די נארט פלארידא קאוסט
ecmwf_z500_mslp_us_6.png
ecmwf_z500_mslp_us_6.png (355.82 KiB) געזעהן 2212 מאל


דאנערשטאג צופרי גאר נאנט צום סאוט קאראליינע קאוסט
ecmwf_z500_mslp_us_7.png
ecmwf_z500_mslp_us_7.png (354.96 KiB) געזעהן 2212 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:56 pm

פרייטאג צופרי מזרח פון די נארט קאראליינע קאוסט
ecmwf_z500_mslp_us_8.png
ecmwf_z500_mslp_us_8.png (365.59 KiB) געזעהן 2206 מאל


שבת צופרי עטליכע הונדערט מייל דרום מזרח פון לאנג איילענד
ecmwf_z500_mslp_us_9.png
ecmwf_z500_mslp_us_9.png (352.81 KiB) געזעהן 2206 מאל

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:05 pm

לויט דעם וועט מען קיינעם נישט אויפפאטשן?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota, א מחי', בלתי לה' לבדו, וימאןX3, חמרא, יאנקעל פעדראטשיק, מי שברך, נאך פונדערהיים, נעם אין אכט, קרייסלער און 60 געסט