נאר מדארף קענען די גאנצע היסטאריע פון האנג קאנג דעס צי פארשטיין, און איך וועל זאגען נאר די צוויי לעצטע תירוצים,
איינס אז מהאט געמאכט א דיעל מיט טשיינע אין נישט מיט די קאמוניסטישע פארטיי, און די עכטע גאווערמענט וועלכע זיצט אין טייוואן (אן עקאנעמי און א מיליטער וואס איז אויך נישט אוועק צי מאכען) וויל נישט אז מזאל עס צירוק געבען זיי האבען יא געוואלט מאכען ווייטער א דיל מיט די ענגלענדער,
און צוויי אין האנג קאנג גופא האבען שוין די ענגלענדער זעלבסט אויפגענומען אונטער זייער ממשלה אזא זעלבשטענדיגע ווירטשאפט און סאיז געווארען געפירט דורך די מערב וועלט שטייגער לאו אין ארדער אין יוסטיץ אן קיין קארופציע אין פארברעכענס, און פארשטייט זיך אז די געגענט אין ביזנעסער האבען געבליעט, אבער צירוק צי אונזער טעמע אז זיי זענען געווען זעלבסשטענדיג אין גערעדט ענגליש שוין דורות אין בכלל נישט גערעדט די טשייניזע שפראך אין געהאט א היבשע אנדערע קולטור, סא ווער איז ענגלאנד בכלל צי מאכען דיעלס איבער זייער קעפ? זענען זיי עפעס א הויפען ציגעל וואס מריקט אהער אין מריקט אהין!
לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, לאמיר זאגען אז אמעריקע קומט געלט פאר ענגלאנד אדער דייטשלאנד, זאגט אמעריקע פאר ענגלאנד קענסט נעמען ניו יארק אין זייער שטייער פאר 20 יאר אין ענגלאנד נעמט עס אין געט עס פאר טשיינע פאר וועם זיי קומען געלט און טשיינע וועט אויך האבען א ווארט א פיצעלע אונטער די קוליסין ווי מזאל אינוועסטען אין די ניו יארקע ראודס האטעלס וכד', די ניו יארקערס וועט דאך עס נישט אזוי שמעקען!
וואס וואלט אבער געווען ווען ענגלאנד נעמט עס אין צוליב א אלטע חשבון פון די רעוועלאצינערע מלחמה ווילען זיי עס אינגאנצען איבער געבען פאר טשיינע פאר 50 יאר! אין די דעמאלסדיגע פאליטישען אין די ווייסע הויז וועט זיך משום איזהו סיבה שהוא נישט אנטקעגען שטעלען, יעדער פארשטייט אז די ניו יארקע וועלען איבערדרייען,
יעצט סאיז נאר א משל אין אסאך זאכען זענען אנדערש לכאן ולכאן אבער די פוינט אויף וויא פון די האנג קאנגע איז, איך האב גארנישט מיט טשיינע אין ענגלאנד דארף מיך נישט איז פיין אבער איך קען דאך זיין זעלבסשטענדיג, אונז קענען אפי' זיין גוטע פריינד פאר טשיינע אבער וואס האבען מיר מיט דעם רויבער זשינג (שהינג, טשינג, זינק, שזהינק אה יעצט איז עס געלונגען..), און זיי פארפירען טאקע געפערליך,