משה: וואאאאאס?!?! דו ביזט אויפ'ן קאפ געפאלן?! נאך די מלחמה איז רוסלאנד געווארן אמעריקע'ס שונא נומער איינס! ווילסטו מיר איינרעדן אז אמעריקע האט איבערגעגעבן אירַ געהיימסטע סוד פאר די רוסן?!
יאנקל: יאפ! סיז א באשטעטיגטע פאקט אז אמעריקע האט איבערגעגעבן די סודות פון אטאם פאר רוסלאנד!
משה (דרייט זיך אויס צום עולם): עטס הערטס? יאנקל זאגט אז נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט אמעריקע איבערגעגעבן די סודות פון אטאם באמבע פאר רוסלאנד!
עולם (מיט אפענע מיילער): וואאאססס?!
יאנקל: אזוי ווי עטס הערטס! יוליוס און עטל ראזנבערג, א אידישער אמעריקאנער פארפאלק, האט איבערגעגעבן די אטאמישע סודות פאר רוסלאנד. די אמעריקאנער רעגירונג האט זיי גע'הרג'עט דערפאר!
משה: אההה... סאו נישט די אמעריקאנער רעגירונג האט זיי עס איבערגעגעבן. אמעריקאנער וואס האבן שפיאנירט פאר רוסלאנד האבן עס ארויסגעגעבן קעגן די ווילן פון די אמעריקאנער רעגירונג!
יאנקל: ווער רעדט פון די אמעריקאנער רעגירונג?! איך האב געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט עס איבערגעגעבן?! כאב געזאגט אז אמעריקע האט עס איבערגעגעבן!
----------
גענוי די זעלבע האט זיך אפגעשפילט א צוויי חדשים צוריק אין א וואשינגטאנער געריכט הויז, ביי א הירינג איבער איינס פון די קעיסעס וואס ספעשל קאונסיל ראבערט מולער האט געברענגט. אבער לאמיר אנהייבן פון אנהייב.
ווי 'יעדער' ווייסט האט רוסלאנד זיך געמישט אין די אמעריקאנער פרעזידענטליכע וואלן פון יאר 2016 למספרם. אקעי, כמעט יעדער. פרעזידענט טראמפ טענה'ט אז ער ווייסט דאס נישט. אבער אויסער אים מיין איך אז דאס איז א דבר ברור.
יא?
ספעשל קאונסיל מולער האט געזאלט זיין דער וואס וועט ענדגילטיג מברר זיין דעם אמת איבער די רוסישע אריינמישן אין די וואלן, צו טיעם טראמפ האט קעלודעט מיט די רוסן, און צו דער פרעזידענט איז באגאנגען אבסטראקשען אף דזשאסטיס. א ספעשל קאונסיל איז די מאכטפולסטע פאזיציע אין אמעריקע, מיט די מאכט צו סופבינען, איבערפאלן, ארעסטירן און אנקלאגן כמעט יעדן, און מיט בלויז געצוימטע איבערזוכט. ספעציעל האט ספעשל קאונסיל מולער געהאט אומגעצוימטע מאכט נאכדעם ווי די מידיע האט באוויזן אריינצושלעפן ראד ראזנשטיין, דער איינציגסטער אין די יוסטיץ דעפארטמענט היערארכיע מיט אויטאריטעט איבער מוללער, אין די אבסטראקשען פראגע, וואס האט אים אויטאמאטיש געבינדן די הענט ער זאל זיך נישט מישן אין מוללער'ס געשעפטן ווייל יעדע זאך קען ווערן אויסגעטייטשט ווי אבסטראקשען.
פארשטייט זיך אז אויף אזא מאכטפולע פאזיציע טאר נישט זיצן נאר אן אמת'ער, אויפריכטיגער מענטש וועלכער וועט בלויז זוכן דעם אמת. איז טאקע די מידיע געווען פארנומען טאג און נאכט אז מוללער איז קודש קדשים און יעדעס ווארט זיינע איז תורה מסיני.
פאר עטליכע חדשים צוריק האט ראבערט מוללער געשלאסן זיין אויספארשונג, און האט איבערגעגעבן א באריכט מיט זיינע געפינסן פאר זיין אויבערהאר דער אטוירני דזשענעראל וויליאם בארר. אין די באריכט קומט מוללער צום אויספיר אז טראץ וואס די רוסישע רעגירונג האט געפירט א מאסיווע, סיסטעמאטישע קאמפיין צו אונטערמינעווען די אמעריקאנער וואלן, איז נישטא די מינדעסטע אנדייטונג אז סיי ווער אין די טראמפ קאמפיין האט מיטגעאבעט מיט זיי. אויף די פראגע פון אבסטראקשען האט מוללער מחליט געווען צו לאזן דעם באשלוס פאר זיינע אויבערהארן, און באר און ראזנשטיין זענען געקומען צום אויספיר אז קיין אבסטראקשע איז אויך נישט געווען.
די רוסישע אינטערווענץ איז לויט די מוללער באריכט געווען צוטיילט אין צוויי עיקר חלקים. איין חלק איז געווען דאס העקן די סערווערס פון די דעמאקראטישע פארטיי און דאן פארשפרייטן די גע'גנב'עטע אימעילס דורך וויקיליעקס, און די צווייטע טייל איז געווען דורך די IRA (אינטערנעט ריסערטש אגענטור), א רוסישע פירמע וועלכע האט געלייגט עדס אויף סאושעל מידיע כדי צו באאיינפלוסן דעם דעת הקהל.
לאמיר אצינד צונעמען די צוויי טיילן פון די רוסישע אינטערווענץ.
דנס העקינג: נאך די העקינג האט א לויער פירמע געדינגען דורך די דנס (מיט'ן נאמען פערקינס קוי - די זעלבע פירמע וועלכע האט געדינגען קריסטאפער סטיל צו שרייבן די סטיל דאסיער) אויפגענומען די פירמע קראודסטרייק זי זאל אויספארשן די העק. קראודסטרייק, וועמענ'ס קא-פאונדער דמיטרי אלפעראוויטש איז איינער פון די קארפן קעפ ביי א וואשינגטאנער THינק טאנק (קיין שייכות מיט מיר...) וואס שטופט זייער שטארק אמעריקע זאל נעמען א שטייפע שטעלונג קעגן רוסלאנד, האט געמאלדן אז די רוסישע שפיאנאזש אגענטורן שטייען אונטער די העק.
ווען די דנס האט געמאלדן די FBI איבער די העקינג, האט די FBI געעפנט אן אויספארשונג. מיינט איר אודאי אז די דנס האט איבערגעגעבן אירע סערווערס אז די DNC זאל עס קענען אויספארשן? א פייג! דיDNC האט קיינמאל געגעבן פאר די FBI צוטריט דערצו. לויט די DNC האט די FBI קיינמאל געבעטן צוטריט, אבער מער מסתבר איז ווי די FBI טענה'ט אז זיי האבן עטליכע מאל געבעטן צוטריט, און די DNC האט עס אנטזאגט.
למעשה האט די DNC נישט געלאזט די FBI אינגאנצן הענגען. זיי האבן איבערגעגעבן פאר די FBI די באריכט פון קראודסטרייק. די באריכט זאג איך? טעות. די רעגירונג האט מודה געווען פאר א ריכטער ביי די ראדזשער סטאון קעיס אז זי האט בלויז באקומען דריי רידעקטעד באריכטן פון קראודסטרייק, און אלע דריי זענען געווען געמארקד אלס דרעפט! אה, די DNC האט זיי אויך 'צוגעזאגט' אז אין די רידעקטעד חלק שטייט גארנישט וועגן ווער עס איז געשטאנען דערונטער...
און באזירט אויף די דאזיגע האלבע דרעפטס פון א DNC קאנטראקטאר האט די FBI 'באשטעטיגט' אז רוסלאנד האט טאקע געהעקט די DNC!
די דאזיגע אינפארמאציע גיט צו פארשטיין פארוואס די אינטעלידזשענס קאמיוניטי האט געשריבן אין זייער אסעסמענט וואו זיי 'באשטעטיגן' אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער די העק, אז זייער דזשאדזשמענט דייט בכלל נישט אן אז זיי האבן סיי וואסערע פרוף דערויף.
ביי א פארהער אין קאנגרעס האט דער דאן-FBI דירעקטאר דזשעימס קאומי מסביר געווען אז קראודסטרייק איז זייער א פארלעסליכע פירמע. (ער האט נישט אדרעסירט די טענה אז די פירמע איז געווארן געדינגען דורך די DNC' נישט דורך די FBI.)
צוויי טעג דערויף איז די קראנטע קראודסטרייק געווען געצווינגען צוריקצוציען אן ענליכע 'מסקנה': די דעקלעראציע אז די זעלבע רוסישע העקערס האבן געהעקט קאמפיוטערס פון די אוקראינער מיליטער. קראודסטרייק האט זאגאר געהאט גע'טענה'ט אז די רוסן האבן גענוצט גענוי די זעלבע סאפטוועיר אין די אוקראינער העקינג ווי זיי האבן גענוצט אין די DNC העקינג. אצינד האבן זיי געמוזט צוריקציען די באריכט איבער אוקראינע מיט בזיונות.
ווען ראבערט מוללער'ס ווארטזאגער איז געפרעגט געווארן צו זיי האבן יא געהאט עקסעס צו די DNC סערווער האט ער געשיקט צו א געוויסע דיסטריקט אטוירני, און יענער האט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן...
דאס איז אלעס בנוגע די מקור פון די 'געפינס'. אויף די עצם געפינס איז אויך דא פיל קשיות, סיי טעכנישע קשיות (א שטייגער אז לויט די טיימליין פון די מוללער באריכט האט וויקיליעקס צום ערשטן מאל אויסגעטוישט א ווארט מיט די רוסישע העקערס צוויי טעג נאכדעם וואס דזשוליען אסאנדזש האט געמאלדן אין פאבליק אז ער גייט ריליעסן סחורה קעגן די דעמס) וואס איך האב נישט קיין נערוון דורכצואקערן יעצט, און סיי קשיות פארוואס די FBI האט נישט אונטערזוכט די סערווער, פארוואס האבן זיי נישט אויסגעפרעגט אסאנדזש (וועלכער האט עס אנגעבאטן) ועוד ועוד. לאמיר זיך באגענוגן מיט דאס וואס מיר האבן אויסגעשמועסט (אז די איינציגסטע מקור אז די רוסן האבן עס געטון איז רעדאקטירטע דרעפטס פון א DNC קאנטראקטאר), און לאמיר אצינד פאוקעסן אויף די צווייטע חלק, די IRA. דאס איז דאך זיכער פארגעקומען, און מוללער האט אפילו געקלאגט די וועלכע האבן עס אנגעפירט.
יא?
אויף די חלק פון די סאושעל מידיע קאמפיין האט מוללער'ס גרענד דזשורי אינדייטעד דריי רוסישע פירמעס: IRA (אינטערנעט ריסערטש אגענטור, די פירמע וועלכע האט פאקטיש דורכגעפיקט די עלעקטראנישע קאמפיין), און אירע מוטער פירמעס קאנקארד מענעדזשמענט און קאנקארד קעיטערינג. די אנגענומענע מיינונג אין די אלגעמיינע מידיע (א שטייגער ווי פאליטיקא און באזפיעד) האט מוללער עס געטון בלויז צו ציען אויפמערקזאמקייט צו די קעיס, וויסנדיג אז די רוסן האבן נישט קיין סיבה פארצושטעלן זייער זייט אין געריכט היות די אמעריקאנער רעגירונג קען זיי עניוועי גארנישט טון.
צו יעדנ'ס סורפרייז האט אבער יעווגעני פריגאזשין, דער בעה"ב פון אלע דריי פירמעס (ער לייקנט גראדע אז ער אונט אויך די IRA), און די אינטעלידזשענס קאמיוניטי באריכט זאגט בלויז אז ער איז דער 'לייקלי' אונער), געדינגען אן אמעריקאנער לאו פירם זיי צו פארטרעטן אין געריכט. די סאמע ערשטע זאך וואס די אמעריקאנער לויערס האבן געטון איז ארויספוינטן אז די פירמע קאנקארד קעיטערינג האט ניטאמאל עקזיסטירט ווען זיי האבן געזאלט דורכפירן די פארברעכנס אויף וואס מוללער האט זיי געקלאגט!
(אגב, ביי יענע הירינג האט מוללער'ס פראקוראר אויפגעדעקט אז ער האט געהאט צוטריט צו א פיילינג וואס די לאו פירם האט געפיילט מיט די רעגירונג איבער פארטרעטן די רוסישע פירמע, עפעס וואס איז געווען נויטיג וויבאלד די פירמעס זענען אונטער סאנקציעס. די פיילינג דארף צו זיין גענצליך קאנפידענשעל!)
דעם פארגאנגענעם מערץ האבן די לויערס פון די אנדערע פירמע, קאנקארד מענעדזשמענט, פארלאנגט פון די געריכט צו אריינשטעלן ספעשל קאונסיל מוללער און אטוירני דזשענעראל וויליאם באר אין קאנטעמט אף קאורט, מיט די טענה אז די צוויי האבן פארלעצט א D.C. רולל וועלכע פארבאט פראקורארן צו מאכן סיי וועלכע פאבליק סטעיטמענט וועלכע קען האבן אן אפעקט אויף די פעירנעס פון אן אנגייענדע טרייעל. די פירמע האט גע'טענה'ט אז מוללער האט פארלעצט די רול ווען ער האט אין זיין רעפארט - וועלכע ער האט געוואוסט אז זי וועט ווערן פובליצירט - געשריבן אז 'רוסלאנד' האט געארבעט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן דורך צוויי אופנים: די DNC העקינג און די IRA, און די זעלבע זאך האבן מוללער און באר געזאגט אין פרעסע קאנפערענצן. די פירמע האט גע'טענה'ט אז מוללער האט נישט געברענגט די מינדעסטע באווייז אז די IRA האט סיי וועלכע שייכות מיט די רוסישע רעגירונג, און ניטאמאל אין זייער אינדייטמענט באשולדיגן זיי אז די פירמע האט שייכות מיט די רוסישע רעגירונג.
ווילט איר וויסן וואס די מוללער טיעם האט געענטפערט?
מוללער'ס פראקוראר האט געזאגט אין געריכט אז אין ערגעץ אין די רעפארט שטייט נישט אז די IRA האט עפעס מיט די רוסישע רעגירונג!
יאנקל: ווער רעדט פון די אמעריקאנער רעגירונג?! איך האב געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט עס איבערגעגעבן?! כאב געזאגט אז אמעריקע האט עס איבערגעגעבן!
אויך האט דער מוללער פראקוראר געזאגט אז עס פארלעצט נישט יענע רול ווייל עס איז נאך עטליכע חדשים פאר די טרייעל דעיט.
ביים ענדע פון יענע הירינג האט די געריכט פארבאטן מוללער און בארר פון פארבינדן די IRA מיט רוסלאנד אין סיי וועלכע פאבליק סטעיטמענט.
די ריכטערין האט צוויי וואכן צוריק מאנטאג ארויסגעגעבן א פסק אז די פירמע האט רעכט! מוללער אין באר האבן טאקע פארלעצט די רול צווייפאכיג - סיי מיט'ן סאדזשעסטן אז די IRA איז פארבינדן מיט די רוסישע רעגירונג, און סיי מיט'ן פארשטעלן אלס פאקט אז די IRA האט טאקע דורכגעפירט די אינטערנעט אקטיוויטעטן, בו בזמן ווען עס האלט נאך אינמיטן טרייעל און די IRA איז נאכנישט געווארן געטראפן שולדיג. פארט אבער האט זי זיך צוריקגעהאלטן פון דערקלערן מוללער און באר אין קאנטעמפט, זאגנדיג אז קאנטעמפט ווערט געווענליך גענוצט ביי נאכאנאנדע, בכונה'דיגע פארלעצונגען. זי האט אבער קלאר געשריבן אז ווייטערדיגע פארלעצונגען וועלן יא ווערן באשטראפט.
סאו וואס מיר ווייסן אין סך הכל איבער די 'רוסישע אינטערפערענס' איז אזוי. די באווייז אז רוסלאנד האט געהעקט די DNC איז א DNC געדונגענע פירמע'ס רידעקטעד דרעפטס, און די באווייז אז די רוסישע רעגירונג האט אנגעפירט א מאסיווע סאושעל מידיע קאמפיין איז להד"ם!
דאס מיינט אז נישט נאר זענען די באווייזן אז טראמפ קעלודעט מיט די רוסן געווען אדער פאבריצירט דורך די DNC אדער אונטערגעשטעלט דורך די שפיאנאזש ַַ געמיינדע, נאר די גאנצע נערעטיוו אז רוסלאנד האט זיך געמישט אין די אמעריקאנער וואלן איז באזירט אויסשליסליך אויף א DNC קאנטראקטאר, וועלכער איז געדינגען געווארן דורך די זעלבע פירמע וואס האט געדינגען קריסטאפער סטיל צו פרובירן אנצודרייען די אמעריקאנער שפיאנאזש קעגן טראמפ.
-------
וואס דאס מיינט בנוגע די ICA:
יונואר 6, 2017 האט די אפיס פון די DNI (דירעקטאר אף נעשינעל אינטעלידזשענס) ארויסגעלייגט אן 'אינטעלידזשענס קאמיוניטי אסעסמענט' וואס איז בעיסיקלי א באריכט איבער רוסלאנד'ס אינטערפערענס אין די וואלן. דאס איז די סאמע איינציגסטע אםיציעלע מקור אז רוסלאנד איז טאקע געשטאנען אונטער די העק, און טראמפ קריטיקירער האבן דאס גענוצט אלס ראי' אז די דנס איז טאקע געהעקט געווארן דורך די רוסישע רעגירונג. אצינד ווייסט מען אבער אז די באריכט איז לעכעריג, אומקראנט און א הוילע פאליטישע פראפאגאנדע שטיקל. מען ווייסט אז זייער הנחה אז רוסלאנד איז געשטאנען דערונטער איז געבויעט אויף רידעקטעד דרעפטס פון א דנס קאנטראקטער, און יעצט ווייסט מען שוין אויך אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום זאך וואס זאל פארבינדן די IRA מיט די רוסישע רעגירונג. זיי שרייבן למשל אז דער לייקלי פינאנצירער פון די IRA איז א 'קלאוס פוטין עליי מיט טייס צו די רוסישע אינטעלידזשענס'. ווילט איר אודאי וויסן פון וואס די קלאוסנעס און טייס באשטייען? מוללער אין זיין רעפארט ברענגט צוויי גאר שטארקע ראיות: אסאך מידיע באריכטן זאגן אז ער האט פארבינדונגען מיט פוטין, און די צוויי זענען ערשינען אויף עטליכע פאבליק בילדער צוזאמען...
-------
וואס דאס מיינט בנוגע די פייסע ריקוועסטס:
די דאזיגע אויפדעקונג מיינט אז די קארופציע און אביוז אף פאוער פון די פייסע אפליקעישאן איז פיל גרעסער ווי געמיינט. נישט נאר האט די FBI אויסגעלאזט וויכטיגע אינפארמאציע פון די פייסע אפליקעישאן (וואס איז א פארברעכן), נישט נאר האט די FBI נאר געקענט בעטן א פייסע מיט דעם דאסיער, נישט נאר האבן זיי געשריבן ליגנט אז די דאסיער איז וועריפייד, נאר די גאנצע בארעכטיגונג וואס די FBI האט ארויסגעלייגט פארוואס זיי דארפן אונטערהערן פעידזש איז געווען וויבאלד די רוסן מישן זיך דאך אין די וואלן און זיי פאדעכטיגן אז פעידזש העלפט זיי (זעה פעידזש 3-10 פון די פייסע ריקוועסט). יעצט ווייסט מען אז טייל פון די הנחה איז באזירט אוטרייט אויף שפעקולאציע אן די מינדעסטע באווייז, און די אנדערע טייל איז באזירט אויף בלינדע טראסט אין די רידעקטעד דרעפטס פון א DNC קאנטראקטאר.
עס איז אפילו מעגליך אז דארט שטייט אוטרייט שקרים היות די אפליקעישאן צולייגט אויף טעלערלעך די רוסישע 'אינטערפערענס', אבער רוב דערפון איז רידעקטעד, מסתמא צוליב גוטע סיבות ( א שטייגער ווי די 'ווי וויל סטאפ הים' טעקסט)...
--------
וואס דאס מיינט בנוגע די מוללער רעפארט (און מוללער בכלליות):
ווי מען שטייט יעצט ווייסט מען שוין אז די מוללער באריכט איז גארנישט אזוי פארלעסליך ווי די מידיע פרובירט עס אראפצומאלן. מען ווייסט אז ער האט רואיג געמעגט מאכן א באשלוס אויב דער פרעזידענט איז באגאנגען אבסטראקשען, און ער האט עס נישט געטון ווייל ער האט נישט געוואלט, און אויסגעשטעלט די רעפארט אזוי אז ס'זאל אויסקוקן אז בעצם האט ער א פארטיגע קעיס נאר די DOJ רול לאזט נישט. מען ווייסט אויך אז מוללער האט אראפגעמאלן אן אמעריקאנער אינפארמאנט אלס א רוסישער אגענט סיי אין די רעפארט און סיי אין קאורט, און ער האט אויסגעלאזט אלע פרטים איבער דעם פארשוינ'ס מיטארבעט, הילף און אינפארמאציע וואס ער האט איבערגעגעבן במשך לאנגע יארן פאר די אמעריקאנע שפיאנאזש. מען ווייסט אויך אז מוללער האט ארעסטירט מענעפארט אן האבן אן אינדייטמענט, אן ארעסט וואראנט אדער אפילו א ציווילע קאמפלעינט! ער האט אים אראפגענומען פון א פליגער און ארעסטירט ווייל אזוי. ערשט מארגן האט די מוללער טיעם געפיילט אן ארעסט וואראנט. (נאכמער. די מוללער פראקוראר האט דאן געזאגט פאר די קאורט אז פאפאדאפעלוס איז נישט קיין סכנה פאר'ן פאבליק און מען זאל אים ארויסלאזן אויף בעיל. אויב אזוי פארוואס ביזטו אזוי געשפרינגען און אים ארעסטירט נאך פאר דו האסט אפילו געהאט רשות?!) מען ווייסט אויך אז די מוללער טיעם האט זיך ארויפגעזעצט אויף מייקל קאהען אלס טראמפ'ס לויער און פרובירט צו נישטערן פאר סיי וואס קעגן טראמפ, ברעכנדיג דערמיט די קלייענט-אטוירני פריוולידזש.
און יעצט ווייסט מען אז ער האט געשריבן די רעפארט אויף א וועג וואס זאל מאכן אויסקוקן כאילו די רוסישע רעגירונג האט געהאט א שייכות מיט די סאושעל מידיע קאמפיין, טראץ וואס ער האט נישט געהאט די מינדעסטע באווייז דערויף. דאס זאגט זייער אסאך סיי אויף די אויספארשונג בכלליות, און סיי אויף די באריכט.
--------
וואס דאס מיינט פאר'ן לאנד:
עס באדייט אז דעמאקראטיע אין אמעריקע איז א טיף אין דר'ערד. זיצן אפאר ביוראקראטן אין וואשינגטאן און זיי זענען מחליט ווער ס'זאל זיין פרעזידענט, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו נוצן די רעגירונג צו רודפ'ן וועם אימער זיי ווילן, און זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו פארפירן קאורט און דאס פאלק.
אויך מיינט עס אז די פרעסע אין אמעריקע איז פארפוילט דורכאויס און איז די פראפאגאנדע ארעם פון די DNC. קיין איינציגע באריכט זייערע קען מען נישט גלייבן, איבערהויפט אויב סיז קעגן א רעפובליקאנער.
א גרינגן תענית, ויה''ר שצום הרביעי וצום החמישי יהפך לנו לששון ולשמחה בקרוב ממש.