אנקעטע: איז קלימאט טויש טאקע דער ערגסטער געפאר פאר אמעריקע?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אין וועלכן קאטעגאריע לייגסטו אריין קלימאט טויש?

ערגסטער געפאר פארן לאנד
21
12%
נישט קיין געפאר בכלל
127
73%
א געפאר, אבער ווייט נישט די ערגסטע
27
15%
 
סך הכול שטימען: 175

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

אנקעטע: איז קלימאט טויש טאקע דער ערגסטער געפאר פאר אמעריקע?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:54 pm

נעכטן ביים ערשטן דעבאטע האבן פיר פון צען קאנדידאטן אנגעכאפט קלימאט טויש אלס אמעריקע'ס געפאר נומער איינס.

איך בין נייגעריג וויפיל דא האלטן אז קלימאט טויש איז בכלל א געפאר.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:59 pm

אסדר האט זיך צולאזט.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יוני 27, 2019 7:14 pm

מיר האבן א צייט צוריק געשריבן דא א לאנגע ארטיקל ווי מיר האבן צולייגט די נושא אויף צוקערלעך, מיט די גאנצע היסטאריע און היסטעריע, און קלאר אויפגעוויזן אז הגם עס איז מעגליך אז קלימאטן טויש פאסירט, איז נישט פאראן קיין שום באווייז אז דאס איז א געפאר, און עס איז נישט פאראן קיין שום אנדייטונג אז די וועלט ווערט באדייטענד ווארימער.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג יוני 27, 2019 7:36 pm

האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג יוני 27, 2019 7:47 pm

בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

as a side note אז מפירט זיך אויף וואו סדום איז א גרעסערע סכנה דאס קען שוין יא חרוב מאכן די וועלט

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג יוני 27, 2019 8:33 pm

כשולחן ערוך ומוכן לאכול

viewtopic.php?f=21&t=39119&p=1875810#p1875810
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג יוני 27, 2019 8:38 pm

לא מיניה ולא מקצתיה - נאר די קלימאט פין די פאליטיק אין וואשינגטאן נאר יענע קלימאט איז אין א געפאר..
参考专家

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:25 pm

בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

גראדע שטייט בפירוש אין מדרש אז דער רבונו של עולם האט אנגעזאגט אדם הראשון ער זאל נישט חרוב מאכן די וועלט:
בְּשָׁעָה שֶׁבָּרָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת אָדָם הָרִאשׁוֹן נְטָלוֹ וְהֶחֱזִירוֹ עַל כָּל אִילָנֵי גַּן עֵדֶן וְאָמַר לוֹ: רְאֵה מַעֲשַׂי כַּמָּה נָאִים וּמְשׁוּבָּחִין הֵן וְכָל מָה שֶׁבָּרָאתִי- בִּשְׁבִילְךָ בָּרָאתִי, תַּן דַּעְתְּךָ שֶׁלֹּא תְּקַלְקֵל וְתַחֲרִיב אֶת עוֹלָמִי, שֶׁאִם קִלְקַלְתָּ אֵין מִי שֶׁיְּתַקֵּן אַחֲרֶיךָ. (קהלת רבה פרשה ז)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » פרייטאג יוני 28, 2019 12:05 am

Think and Thank האט געשריבן:

100% אמת! אבער וואס מיינט "תַּן דַּעְתְּךָ שֶׁלֹּא תְּקַלְקֵל וְתַחֲרִיב אֶת עוֹלָמִי"? נישט דרייוון א האממער? אדער נישט הארגענן אומשילדיגע בעיביס אדער חוקי תועבה?
כ'האב נישט קיין געדולד עס נאכצוקוקן אבער אזוי שטייט אין עטליכע ראשונים דאכצעך...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יוני 28, 2019 12:17 am

בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג יוני 28, 2019 12:58 am

בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

ערשטענס איז די מאפלער פון מיין קאר געזונט פאר די בוים,

צווייטענס ווען די מחלוקה איבער גלאבעל ווארמינג וואלט געווען צווישען די רן און די ר'ת וואלט איך נישט געווען א כופר ווען איך גיי מיט איין שיטה, אין אוודא נישט ווען אפאר גוים וואס גלייבען אז די וועלט איז אלט ביליאנען יאר זענען אויפגעקימען מיט דעיס אין נישט אלע האלטען אזוי

דריטענס, איך ווייס אז פארשידענע גרויסע צדיקים האבען געזאגט אויף פארשידענע עבירות אז אויב מען טוט עס איז מען א כופר, אבער.....
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג יוני 28, 2019 1:24 am

ר' יום טוב האט געשריבן:מיר האבן א צייט צוריק געשריבן דא א לאנגע ארטיקל ווי מיר האבן צולייגט די נושא אויף צוקערלעך, מיט די גאנצע היסטאריע און היסטעריע, און קלאר אויפגעוויזן אז הגם עס איז מעגליך אז קלימאטן טויש פאסירט, איז נישט פאראן קיין שום באווייז אז דאס איז א געפאר, און עס איז נישט פאראן קיין שום אנדייטונג אז די וועלט ווערט באדייטענד ווארימער.

לינק??

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג יוני 28, 2019 1:31 am

בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

Agree (כמעט..)
נישט אז איך האלט קליימטט טשענדש אלץ די סכנה פננעם יאר הינדערט... אבער על פי תורה איז קלאר דא די מושג פון מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן אויף די וועלט
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום פרייטאג יוני 28, 2019 1:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג יוני 28, 2019 1:39 am

בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

וואס האט הודו מיט געפילטע פיש? וואס האט חרוב מאכן א בוים מיט חרוב מאכן די גאנצע וועלט?
איינער פון די ראשונים (כ'געדענק נישט אויף די מינוט די גענויע מקור) שרייבט למשל אז מענטשן קענען נישט גענצליך אויסראטן קיין שום בעל חי. איז דאס אויף כפירה?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג יוני 28, 2019 1:44 am

שרייזשע האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

Agree
נישט אז איך האלט קליימטט טשענדש אלץ די סכנה פננעם יאר הינדערט... אבער על פי תורה איז קלאר דא די מושג פון מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט

אוודאי קענען מענטשען חרוב מאכן די וועלט, דאס איז נישט די נושא, קיינער האלט אז ווען איך נעם א איבעריגן זעקל אין גראסערי מאך איך חרוב די וועלט..
מ'רעהט דא פין "ראטעווען" די וועלט, סעיווען די פלענעט, בעסיקלי העלפן די בורא כביכול מיט זיין ארבעט,
בעת ווען די קי אינעם פארם עסט זיך איבער, קען דאס קאסטען היץ וואס דאס קען ברענגן פארפלייצונגן ארום די וועלט, אין ווען איך פלאנץ איין מיין ביימעלע אינעם בעק יארד מאך איך די לופט מער ריינער.... וכ'ו
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יוני 28, 2019 5:17 am

Think and Thank האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

וואס האט הודו מיט געפילטע פיש? וואס האט חרוב מאכן א בוים מיט חרוב מאכן די גאנצע וועלט?
איינער פון די ראשונים (כ'געדענק נישט אויף די מינוט די גענויע מקור) שרייבט למשל אז מענטשן קענען נישט גענצליך אויסראטן קיין שום בעל חי. איז דאס אויף כפירה?

לייען נאכאמאל מיין תגובה ביטע.

העלעך מאזבער זיין קללארער.
ער שרייבט דארט אז אפילו סייענטיסטן זענען גערעכט איז עס לא מעלה ולא מוריד, מיר אידן "גלייבן" אז מען קען נישט חרוב מאכן די וועלט, פרעג איך דערויף:
דו האלטסט נישט אז פוטין מיט טראמפ קענען פארוואנדלען די ערד קוגל אין א פייער באל?

דערנאך, ווען דו פארשטייסט אז עס איז מעגליך על פי תורה חרוב צו מאכן די וועלט:
-לפי שיטתך אז לו יצוייר די סייענטיסטן זענען גערעכט, - איז דא א לאו פון בל תשחית אויף די אייצעלנע ביימער?

אגב, "משנה עתים ומחליף את הזמנים" מיינט נישט אז מיר מענטשעלעך קענען נישט טוישן די וועטער.
מען קען היינט אינדאסן א רעגן מיט שפריצן א קעמיקאל אינעם וואלקן.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יוני 28, 2019 5:26 am

קאטאגאריש האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

ערשטענס איז די מאפלער פון מיין קאר געזונט פאר די בוים,

צווייטענס ווען די מחלוקה איבער גלאבעל ווארמינג וואלט געווען צווישען די רן און די ר'ת וואלט איך נישט געווען א כופר ווען איך גיי מיט איין שיטה, אין אוודא נישט ווען אפאר גוים וואס גלייבען אז די וועלט איז אלט ביליאנען יאר זענען אויפגעקימען מיט דעיס אין נישט אלע האלטען אזוי

דריטענס, איך ווייס אז פארשידענע גרויסע צדיקים האבען געזאגט אויף פארשידענע עבירות אז אויב מען טוט עס איז מען א כופר, אבער.....

איך רעד אויב לו יצויר די מאפפלער שאדט יא, לאזט דיר די תורה דאס טוען?

מיין טענה איז אויף דעם וואס ער שרייבט אז אפילו די סייענטיסטן זענען גערעכט איז ע"פ תורה טאר מען זיי נישט גלייבן.

איך גיי בכלל נישט אריין אינעם גערעדעכץ פון גלאבאלע ווארמינג.
אויב ווילסט רעדן דערפון, מיר איז לאכעדיג אזא אנקעטע דא אדער אפילו צווישן פאליטיקאנטן, ווער עס דרייט זיך דא און איז א סייענטיסט, זיין מיינונג טראגט מיט זיך ערענסטקייט און איז עפעס ווערט.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יוני 28, 2019 8:34 am

בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

איך שטיי מיר טאקע וואונדערן די לעצטע שטיק צייט פארוואס אלע ביימער אין פארנט פארקינג-לאטס און דרייוו וועי'ס און אין די זייט פון ראוד'ס האלטן אין איין איינגיין...

אגב, איך האלט נישט אז מענטשן קענען נישט חרוב מאכן די וועלט, אבער דערווייל איז גלאובעל ווארמינג נישט די וועג דערצו.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יוני 28, 2019 8:47 am

פעיק נוז האט געשריבן:איך שטיי מיר טאקע וואונדערן די לעצטע שטיק צייט פארוואס אלע ביימער אין פארנט פארקינג-לאטס און דרייוו וועי'ס און אין די זייט פון ראוד'ס האלטן אין איין איינגיין...

דאס האב איך געזאגט?
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג יוני 28, 2019 9:24 am

בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

ממש אזוי?

קאנסט אפשר בריינגען א פוסק וואס פסקנט אזוי מיט מראי מקומות?

אזי עס ניט מותר צו אפילו שניידען בידיים אויב מען וויל נהנה זיין פון דעם פלאץ -וכדומה?

דער רמב"ם פסקנט אין הלכות מלכים פרק ן הלכה ח

אבל קוצצין אותו אם היה מזיק אילנות אחרים, או מפני שמזיק בשדה אחרים,או מפני שדמיו יקרים - לא אסרה תורה אלא דרך השחתה.

זע רש"י אויף בבא קמא ואם היה מעולה בדמים
דמיו יקרים לבנין יותר משבח הפירות
זע אויך תשובת הרמב"ם
תשובה: מותר לכרתו כשצפוי ממנו אחד מאלו הנזקין. וכן מותר לכרתו כדי להנות ממקומו או מדמי עציו. לפי שהתורה לא אסרה אלא לכרות על דרך ההשחתה לבד, אמר יתעלה" "לא תשחית את עצה" (דברים כ, יט). וכתב משה.

דאס איז אז די ווערט פון דער צוברעכען איז מער פון לאזן דעם בוים שטייען איז מען ניט עובר א לאו און עס איז מותר.

איז פון וואנעט נעמסטו אז וואן מען פארט מיט קאר איז מען עובר אויף לא תשחית את עצה?

מקבל
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » פרייטאג יוני 28, 2019 10:30 am

מומחה יוחס האט געשריבן:לא מיניה ולא מקצתיה - נאר די קלימאט פין די פאליטיק אין וואשינגטאן נאר יענע קלימאט איז אין א געפאר..

גא"מ, די ליבעראלן וואס ווילן ראטעווען די וועלט, זענען די ערגסטע געפאר פאר אמעריקע.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » פרייטאג יוני 28, 2019 10:32 am

בעריש'ל האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:האמיר אפגעגעבן אונזער שטומע.
אבער לעצם הענין, צו ס'איז דא קלימאט טויש צו נישט איז לא מעלה ולא מוריד! אבער מיר יודן גלייבן אז ס'איז דא א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיין שום מעשה ידי אנוש קען נישט און וועט נישט חרוב מאכן אדער אפראטעווען די וועלט!
אוודאי איז דא עניינים וואס ווענדט זיך ווי אזוי יושבי תבל פירן זיך אויף, אבער אלע זייערע סעלושענס זענען הוילע כוחי ועוצם ידי וואס גייט נישט אויסמאכן א קראץ! זאלן זיי קודם אנקוקען זייערע קרומע נידריגע אידיעלאגיע...

לא מעלה ולא מוריד?!!

מיר אידן גלייבן אז פונקט ווי צוויי מענטשן האבן די יכולת חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט!! מיט נוקלעארע וואפן. אזוי אויך זענען מיר מחוייב אפצוהאלטן א יעדע מחריב העולם אינקלודינג גלאבאלע ווארמינג.

און ווער עס איז א כופר אינעם פסוק ולא תשחית את עצה. איז א כופר במצווה אחת ונקרא מומר לכל דבר.

יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

וואס האט הודו מיט געפילטע פיש? וואס האט חרוב מאכן א בוים מיט חרוב מאכן די גאנצע וועלט?
איינער פון די ראשונים (כ'געדענק נישט אויף די מינוט די גענויע מקור) שרייבט למשל אז מענטשן קענען נישט גענצליך אויסראטן קיין שום בעל חי. איז דאס אויף כפירה?

לייען נאכאמאל מיין תגובה ביטע.

העלעך מאזבער זיין קללארער.
ער שרייבט דארט אז אפילו סייענטיסטן זענען גערעכט איז עס לא מעלה ולא מוריד, מיר אידן "גלייבן" אז מען קען נישט חרוב מאכן די וועלט, פרעג איך דערויף:
דו האלטסט נישט אז פוטין מיט טראמפ קענען פארוואנדלען די ערד קוגל אין א פייער באל?

דערנאך, ווען דו פארשטייסט אז עס איז מעגליך על פי תורה חרוב צו מאכן די וועלט:
-לפי שיטתך אז לו יצוייר די סייענטיסטן זענען גערעכט, - איז דא א לאו פון בל תשחית אויף די אייצעלנע ביימער?

אגב, "משנה עתים ומחליף את הזמנים" מיינט נישט אז מיר מענטשעלעך קענען נישט טוישן די וועטער.
מען קען היינט אינדאסן א רעגן מיט שפריצן א קעמיקאל אינעם וואלקן.

אנטשולדיגט! אבער דיין תגובה גרעניצט זיך מיט...
די האלטסט אז דער אייבערשטער האט איבערגעגעבן די הנהגה פון די וועלט פאר פאלעטישענס און סייענטיסטן?
חס מלהזכיר!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יוני 28, 2019 11:07 am

בעל דמיון האט געשריבן:אנטשולדיגט! אבער דיין תגובה גרעניצט זיך מיט...
די האלטסט אז דער אייבערשטער האט איבערגעגעבן די הנהגה פון די וועלט פאר פאלעטישענס און סייענטיסטן?
חס מלהזכיר!

חס ושלום! מיר האבן א בחירה, געגעבן פון רבוש"ע, ראה נתתי לפניכם החיים והטוב המות והרעה ... ובחרת בחיים, מען דארף טוען גוט און דער רבוש"ע טוט דאס איבריגע.

דו גלייבסט אז ימ"ש האט געהרגט 6 מיליאן אידן? אוודאי איז עס געפירט פון אויבן, און חס מלהזכיר להיפך! אבער צו זאגן אז ער איז גארנישט שולדיג, גרעניצט זיך מיט ...

אלע דורות האבן צדיקים מתפלל געווען בשלומה של מלכות, און געבעטן פאר מפלת הרשעים.

אויב מענטשן ברענגען צו מעשים וואס שעדיגן די וועלט דארף מען מתפלל זיין הקב"ה זאל עפענען די אויגן זייערע, אדער אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה.

זייטס מיר מוחל אבער לערנטס אביסל א"ב פון אמונה און תפילה און אהבת הבורא.

יא יא נוקלעארע וואפן זענען דא דיר צו געבן א קיצל תשובה צו טוען, אזוי אויך די ביטערע מחלה און אזוי אויך קלימאט טויש. ואכמ"ל דברי הרמב"ם אויף איינער וואס זאגט אז עס איז א מקרה.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

לב בשר
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג יוני 28, 2019 11:29 am

zugurnish האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:יא יא אויב א פרוכט בוים ווערט קאליע ווען די בלאזט דערויף מיט די מאפפלער פון דיין קאר ביזטו עובר אויף א לאו.

ממש אזוי?

קאנסט אפשר בריינגען א פוסק וואס פסקנט אזוי מיט מראי מקומות?

אזי עס ניט מותר צו אפילו שניידען בידיים אויב מען וויל נהנה זיין פון דעם פלאץ -וכדומה?

דער רמב"ם פסקנט אין הלכות מלכים פרק ן הלכה ח

אבל קוצצין אותו אם היה מזיק אילנות אחרים, או מפני שמזיק בשדה אחרים,או מפני שדמיו יקרים - לא אסרה תורה אלא דרך השחתה.

זע רש"י אויף בבא קמא ואם היה מעולה בדמים
דמיו יקרים לבנין יותר משבח הפירות
זע אויך תשובת הרמב"ם
תשובה: מותר לכרתו כשצפוי ממנו אחד מאלו הנזקין. וכן מותר לכרתו כדי להנות ממקומו או מדמי עציו. לפי שהתורה לא אסרה אלא לכרות על דרך ההשחתה לבד, אמר יתעלה" "לא תשחית את עצה" (דברים כ, יט). וכתב משה.

דאס איז אז די ווערט פון דער צוברעכען איז מער פון לאזן דעם בוים שטייען איז מען ניט עובר א לאו און עס איז מותר.

איז פון וואנעט נעמסטו אז וואן מען פארט מיט קאר איז מען עובר אויף לא תשחית את עצה?

גא״מ לזה. די לאו איז משחית זיין די בוים, אבער אין א פאל וואס ס׳איז דא א נוצן וואס איז מיר מער ווערד ווי די בוים,
איז עס נישט השחתה.
די גאנצע חומרא פון שניידן א פרוכט בוים איז צוואת ר״י החסיד, וחמור מאוד, שחמירא סכנתא מאיסורא.
אבער צו זאגן א מאפלער וואס בלאזט אויף א בוים איז א לאו, איז מביא לידי גיחוך...

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יוני 28, 2019 11:38 am

לשון הרמב"ם: אין מונעין מ[אילן פירות] אמת המים כדי שייבשו שנאמר לא תשחית את עצה.

גערעכט דער רמב"ם איז מתיר אויב דער בוים איז א מזיק. אדער מען דארף די נוצן.

איך האב גערעדט אויב קלימאט טויש איז אמת איז עס דאך א חורבן נורא, און נישט קיין געווינס.

און ווייטער נאכאמאל, אויב דיין מאפפלער הרגעט דאס בוים איז עס אסור.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], היט-אפ מויל & קיפעד און 35 געסט