צל עובר האט געשריבן:עס לוינט זיך איר נישט, ווייל אזוי וואלט זי עמפעסייסזד אז לויט בערני איז זי א ליגענער.
דאונט ווארי, זי פארשטייט צו פאליטיק בעסער נאך ווי איר פען אין דעם אשכול.
און זי איז אים באמת א ידיד. און איז א מענטשליכער מענטש, נישט קיין חי' בצורת אדם אזוי ווי דער אינקאמבענט.
ישר כח טשאדי פארן צושטעלן דעם רעקארדינג, עס איז באמת א טריעט צו הערן פאר איינעם וואס גלייכט פאליטיק.
דו גלייבסט אז בערני האט איר עס געזאגט?
אין דעם ווענט זיך די גאנצע זאך, אזוי ווי איך האלט אז עס מאכט נישט קיין סענס בערני זאל עס האבן געזאגט, איז זי אין מיינע אויגן סיי א חי' רעה , און סיי א שוואך קינד פאר די וועג וויאזוי זי האט אים פרובירט צו מכלומר'שט קאנפראנטירן אויפן וועג ארויס, און ער האט זיך אויפגעפירט ווי די עדאלט אין די רום.
אויב גלייבט מען איר יא, איז זי פארשטייט זיך די וויקטעם און די גאנצע בליק טוישט זיך.
קען זיין די דעמאקראטישע וואוטערס זענען גענוג משוגע (לאותו דבר) צו גלייבן די פרוי ווס דעם מאן, נישט קיין חילוק וואס.