נייעס און קרישקעלעך פון עיה"ק חברון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

נייעס און קרישקעלעך פון עיה"ק חברון

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 21, 2019 6:15 pm

דא וועט מען מעלדן אלעס וואס טיט זיך ארום די שטאט חברון תובב"א

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 21, 2019 6:17 pm

המשפיע רש"מ רובאשקין האט אפגעשטאט א באזיך אין שטאט. און דעם בילד זעהט מען אים צוזאמן מיט ר' סעדי' הערשקאפ און ר' מנדל שמוקלער
צוגעלייגטע
POD-With-SMR1.44-PM.jpg
POD-With-SMR1.44-PM.jpg (47.4 KiB) געזעהן 954 מאל

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 7:35 am

ווי יאר יערליך וויילן טויזנטער אידן אויף דעם שבת אין עיה"ק חברון. שבת חיי שרה איז דעזאגנירט אלץ "שבת חברון" וויבאלד אין די וואכעדיקע סדרה ליינט מען אז אברהם האט אפגעקויפט די שטח פון מערת המכפלה.
ארטיגע עסקנים לייגן אריין אסאך ארבעט צו אקאמאדירן די פלייץ פון געסט וואס וואקסט פון יאר צו יאר. די גאנצע מערת המכפלה איז אפען נאר פאר אידן במשך שבת.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » זונטאג ינואר 19, 2020 5:40 am

פרומער אידישער מאן געשטאכן אין חברון ה”י
א יונגער פרומער איד פון 22 יאר אלט איז לייכט געשטאכן געווארן שבת צווישן קרית ארבע אין מערת המכפילה. אידישע מתפללים, גייענדיג מתפלל זיין, האבן באמערקט ווי עס גייט א יונגער געשטאכענער מענטש און עס בלוט אים פון די אקסלען. ווען די “מגן דוד” אמבולאנס סערוויס איז אנגעקומען האט מען אים באנדאזשירט דעם וואונד אפּצושטעלן דאס בלוטן און נאכדעם האט מען אים אריינגעפירט אין שערי צדק שפּיטאל אין ירושלים. דער שטעכער וואס איז פארהאלטן געווארן דורך ארמיי סאלדאטן פון חברון, איז אינגאנצן 16 יאר אלט. די פּאליציי האט אלס רעזולטאט גענומען אויך זיין פאטער פאר אויספארשונגען, אבער יענער טענה’ט אז ער האט נישט קיין אנונג פארוואס זיין זון האט באשלאסן צו גיין נעמען א מעסער אין האנט און ארויסגיין שטעכן ה”י.
קרעדיט - טעגליכער דער איד

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3484
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג ינואר 19, 2020 8:24 am

הבעש''ט האט געשריבן:פרומער אידישער מאן געשטאכן אין חברון ה”י
א יונגער פרומער איד פון 22 יאר אלט איז לייכט געשטאכן געווארן שבת צווישן קרית ארבע אין מערת המכפילה. אידישע מתפללים, גייענדיג מתפלל זיין, האבן באמערקט ווי עס גייט א יונגער געשטאכענער מענטש און עס בלוט אים פון די אקסלען. ווען די “מגן דוד” אמבולאנס סערוויס איז אנגעקומען האט מען אים באנדאזשירט דעם וואונד אפּצושטעלן דאס בלוטן און נאכדעם האט מען אים אריינגעפירט אין שערי צדק שפּיטאל אין ירושלים. דער שטעכער וואס איז פארהאלטן געווארן דורך ארמיי סאלדאטן פון חברון, איז אינגאנצן 16 יאר אלט. די פּאליציי האט אלס רעזולטאט גענומען אויך זיין פאטער פאר אויספארשונגען, אבער יענער טענה’ט אז ער האט נישט קיין אנונג פארוואס זיין זון האט באשלאסן צו גיין נעמען א מעסער אין האנט און ארויסגיין שטעכן ה”י.
קרעדיט - טעגליכער דער איד

די נ.י. פאליציי דארפן זיך לערנען וויזוי מ'באהאנדעלט א קליינער צוצאק וואס צופידלט זיך די הענט און ער איז נאך אונטער 18. מ'ארעסטירט אים צוזאמען מיט ווער ס'האט אים מחנך געווען, און נישט אז מ'לאזט אים גיין פריי ווייל ער איז נאך א קטן.

#שוטים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג ינואר 21, 2020 4:16 pm

א הערליכע בילד פון היינט כ"ד טב"ת [תקבר בשיבה טובה], ג' שנכפל בו כי טוב, לסדר "וארא אל האבות" ה'תש"פ בעיה"ק חברון במערת המכפלה
וועגן די רעגן, זעהט מען די מערת המכפלה אויף המכפלה דיגע אופן אין די וואסער
צוגעלייגטע
מערת המכפלה.jpg
מערת המכפלה.jpg (89.79 KiB) געזעהן 103 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], אושר עד, וועסט סייט, חלה לכבוד שבת, להבא, נעם אין אכט, פארפלאנטערט, פארקלאצט, שטורעם, שליו ודגים און 58 געסט