מ'זאגט אז ווען צווי טשאלמערס טרעפן זיך, און זיי האבן נאנישט געטראפן א וועג ווי זיי זענען משפחה, איז א סימן אז זיי האבן נאכנישט געשמועסט גענוג לאנג. און די סיבה איז פשוט, פאר יארן לאנג האבן געוואוינט אין ירושלים אפאר הונדערט משפחות כמעט אפגעהאקט פון די גאנצע אידישע וועלט, און זיי האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר זיך צו משדך זיין צווישן זיך, אזוי איז אויסגעקומען אז זיי זענען אלע קוזינס.
חלב ישראל האט געשריבן:מ'זאגט אז ווען צווי טשאלמערס טרעפן זיך, און זיי האבן נאנישט געטראפן א וועג ווי זיי זענען משפחה, איז א סימן אז זיי האבן נאכנישט געשמועסט גענוג לאנג. און די סיבה איז פשוט, פאר יארן לאנג האבן געוואוינט אין ירושלים אפאר הונדערט משפחות כמעט אפגעהאקט פון די גאנצע אידישע וועלט, און זיי האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר זיך צו משדך זיין צווישן זיך, אזוי איז אויסגעקומען אז זיי זענען אלע קוזינס.
ריכטיג, אבער וואס דער וועלט ווייסט נישט איז אז בני חסידים און בני פרושים (און אויך בני אונגארן) האבען זיך בירושלים של מעלה משדך געווען אין גרויסען. עס איז אמאל געווען א אמת'ע וועלט און מען האט געזיכט תוכן, נישט קיין חיצוניות.
SPUSMN האט געשריבן:וואס דער וועלט ווייסט נישט איז אז בני חסידים און בני פרושים (און אויך בני אונגארן) האבען זיך בירושלים של מעלה משדך געווען אין גרויסען.
נישט נאר חסידים מיט פרושים, נאר זאגאר מיט ספרדים אויך, דאכצעכמער אז רוב אייניקלעך היינט פון די חבריא פון ר' מענדעלע און ר' אברהם קאליסקער זענען ספרדים.
SPUSMN האט געשריבן:וואס דער וועלט ווייסט נישט איז אז בני חסידים און בני פרושים (און אויך בני אונגארן) האבען זיך בירושלים של מעלה משדך געווען אין גרויסען.
נישט נאר חסידים מיט פרושים, נאר זאגאר מיט ספרדים אויך, דאכצעכמער אז רוב אייניקלעך היינט פון די חבריא פון ר' מענדעלע און ר' אברהם קאליסקער זענען ספרדים.
אבער נישט יעדער איז געווען גרייט צו זיך משדך זיין מיט ספרדים; און די ביסעל וואס יא, איז עס נאר געווען מיט די סאמע חשוב'סטע ספרדים. (איך רעד פון דייקא ירושלים)
SPUSMN האט געשריבן:אבער נישט יעדער איז געווען גרייט צו זיך משדך זיין מיט ספרדים; און די ביסעל וואס יא, איז עס נאר געווען מיט די סאמע חשוב'סטע ספרדים. (איך רעד פון דייקא ירושלים)
הייסט עס אז אמאל פלעגט מען אויך קוקן אויף חצוניות...
עס האט נישט אזוי מיט חיצוניות ווי מיט א קולטור קלעש; ספרדים און אשכנזים זענען צוויי וועלטען (געווען אמאל). און בכלל די ספרדים אין ירושלים זענען געווען בדרך כלל פארגרעבט כנגד די ירושלים'ער אידען וואס זענען כמעט אלע געווען בני עלי'.
די ירושלים'ער פלעגען זיי רופען "פרענקען", אבער זיי וואלטען קיינמאל נישט אנגערופען די ריכטיגע בני עלי' פון די ספרדים (ווי למשל דער כף החיים און דער שדי חמד) מיט אזעליכע נעמען.
חלב ישראל האט געשריבן:גראדע דער שדי חמד שרייבט אין א פלאץ "אנחנו הפרנקן"...
יא, ווי אלע לשונות של גנאי האט זיך עס נישט אנגעהויבען מיט א גנאי; פרענקען מיינט פון פראנקרייך.
אבער מיט די צייט אז פארגרעבטע ספרדים האבען זיך אויף געפירט פארגרעבט; האט מען געזאגט צו די קינדער אז "ער איז א פרענק" און דו משה'לע פיר זיך נישט אזוי; איז מיט די צייט עס געווארען א לשון גנאי.
משפחת תאומים-פרענקעל האט זיך אנגעהויבען ווייל זיי זענען געווען ממשפחת אופנהיימער אין פראנקרייך (דאכט זיך מיר די שטאט מיץ נאכען גירוש ווינא אין שנת תל"א)
חלב ישראל האט געשריבן:גראדע דער שדי חמד שרייבט אין א פלאץ "אנחנו הפרנקן"...
יא, ווי אלע לשונות של גנאי האט זיך עס נישט אנגעהויבען מיט א גנאי; פרענקען מיינט פון פראנקרייך.
אבער מיט די צייט אז פארגרעבטע ספרדים האבען זיך אויף געפירט פארגרעבט; האט מען געזאגט צו די קינדער אז "ער איז א פרענק" און דו משה'לע פיר זיך נישט אזוי; איז מיט די צייט עס געווארען א לשון גנאי.
פראנקרייך האט געהערשט אויף א גרויסן טייל צפון אפריקע, וואו גאר אסאך ספרדים האבן געוואוינט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
זייער א באלערענדע אשכול איבער די היסטאריע, אנטוויקלונג און טעגליכע נייעס פון חצור. די פילע אייוועלט מעמבערס תושבי חצור שטעלן זיך זייער שיין צו און אפדעיטן כסדר מהנעשה והנשמע בחצור. איך האב געעפענט אן אשכול איבער נייעס און קרישקעלעך פון עיה"ק חברון ווי איך האב געהאפט אז די חברים תושבי חברון וועלן באריכטן כסדר'דיגע געשעהענישן אבער משום איזה סיבה האבן די גבאים פארמעקט די אשכול. גיי פארשטיי.
דריידל האט געשריבן:זייער א באלערענדע אשכול איבער די היסטאריע, אנטוויקלונג און טעגליכע נייעס פון חצור. די פילע אייוועלט מעמבערס תושבי חצור שטעלן זיך זייער שיין צו און אפדעיטן כסדר מהנעשה והנשמע בחצור. איך האב געעפענט אן אשכול איבער נייעס און קרישקעלעך פון עיה"ק חברון ווי איך האב געהאפט אז די חברים תושבי חברון וועלן באריכטן כסדר'דיגע געשעהענישן אבער משום איזה סיבה האבן די גבאים פארמעקט די אשכול. גיי פארשטיי.