חוח בין השושנים האט געשריבן:דאס גייט אוודאי אריבעררינען צו אנדערע נייעס-זייטלעך. אבער ס'איז א בושה די אלע גראבע און דינע מיסטעיקס.
עס דארף פאראכטן ווערן פאר ס'ליעקט ארויס ווייטער.
"a New Jersey state trooper approached us and stop screaming on us"
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Zeltzer האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:דאס גייט אוודאי אריבעררינען צו אנדערע נייעס-זייטלעך. אבער ס'איז א בושה די אלע גראבע און דינע מיסטעיקס.
עס דארף פאראכטן ווערן פאר ס'ליעקט ארויס ווייטער.
"a New Jersey state trooper approached us and stop screaming on us"
בבל האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:חברה הצלה פון גרעיטער ניו יארק גאלאפירן פאראויס, מיט די גרינדונג פון א אפציעלע ״אוויאציע איינהייט״, אריינברענגענדיג ״א פליגער אמבאלאנס״ צו שטיין גרייט על כל צרה שלא תבא, אין פאל מ׳ברויך נויטיג צוקומען צו לופט טראנספארט.
די קאנצעפט איז צושטאנד קומען דורך די הילף פונעם געטרייען הצלה וואלאנטיר און פראמעדיק ר׳ אלי׳ ראו [Ely Rowe] פון קווינס [Q8]. ער זעלבס איז א פילאט און האט אין זיין אייגענטום עטליכע קלענערע פליגער.
ר׳ אלי׳ האט נארוואס דעזעגנירט איין פליגער אינטער חברה הצלה פון ניו יארק, עס אויסשטאפירט מיט די נויטיגע עקוויפמענט און לייסענס, אפציעל צו קענען טראנספארירן פאציענטן אדער אנדערע מעדעצינישע געברויכן פון איין פלאץ צום צווייטן, ס׳זאל זיך נישט אויספעלן.
ר׳ אלי׳ האט שוין אינעם פארגאנגענהייט אדורכגעפירט מערערע קריטישע מעדיקאל טראנספארטן מיט זיינע פליגער, אריינגערעכנט א פאל עטליכע יאר צוריק ווי ער האט געמאכט א גרויסע קידוש ה׳ ווען א שווער פארוואנדערטער פאליציי אפעציר פון א ווייטן סטעיט האט זיך גענויטיגט טראנספארירט צו ווערן צו א צווייטע געגענט ער זאל קענען באקומען זיין ריכטיגע באהאנדלונג, דער אפעציר׳ס אינשורענס האט זיך אבער אנטזאגט צו דעקן די טרענספער קאסטן. ר׳ אלי’ וואס האט זיך דערוויסט פון די האט זיך גלייך צוגעכאפט צו די מצווה, זיך געוואנדן אהין און אדורכגעפירט דעם טרענספער גענצליך בחנם, און אזוי געהאלפן ראטעווען יענעמס לעבן.
אזוי אויך ביי די פארלאפענע פארפלייצונגען אין יוסטן טעקסעס האט ר׳ אלי׳ איינגעשפאנט א גרופע הצלה וואלאנטירן און צוזאמען אהין אראפגעפארן ארויסהעלפן מיט קרישטע מעדיקאל טראנספארט. און אין נאך מערערע פעלער..
עכ״פ, ווי געזאגט האט ער יעצט באשטומט איין פליגער צו דינען די ניו יארקער H בעיס, מ׳האט דאס שיין איבערגעפארבט און אויסשטאפירט, ס׳האט אפציעל באקומען א אנערקענטע קאוד נאמבער ביי הצלה, און שטייט גרייט 24 שעה א טאג רונדע דעם זייגער על כל צרה שלא תבא.
א קליפ פונעם נייעם הצלה פליגער.
דראפבאקס — גוגל דרייוו
ר׳ אלי׳ [רעכטס. לינקס איז זיין זוהן, אויך א הצלה וואלאנטיר]. שטייענדיג צופיסענס פון די נייע הצלה פליגער.
פעטער שמואל האט געשריבן:פון דא:
viewtopic.php?p=2071047#p2071047
בקיצור:
יוניאן סיטי הצלה ברייטערט זיך אויס צו גאנץ האדסאן קאונטי וואס וועט אריינעמען דזשערזי סיטי. עס ווערן צוגעלייגט 10 נייע מעמבערס מיט איין אמבולאנס. די נאמען ווערט געטוישט צו ''הצלה אוו האדסאן קאונטי''.
אין אנדערע נייעס ארבעט 'הצלה אוו האדסאן קאונטי' מיט די ניו יארק חברה הצלה צו ווערן אריינגענומען אין זייער צענטראלע דיספעטש סיסטעם. מען זאל דערווייל נאך נוצן די אלטע נומבער. עס וועט עקסטער ווערן געמאלדן ווען די טויש איז אין קראפט.
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:אינטערוויו: היסטארישע אויפטריט פון מייסד פון חברה הצלה הרב החסיד ר' הערשל וועבער ביים דערעפענונג פון סטעיטווייד הצלה :הרב החסיד ר' הערשל וועבער
https://www.yiddish24.com/interviews/12/13690
Borough Park האט געשריבן:וואס איז סטעיטווייד הצלה?
ברוינע באנאנע האט געשריבן:הער איך אסאך קעצקיל מעמבערס זיך אנריפן האט מען זיי אריינגענימען וועגן קאראנא ?