בלאט 1 פון 8

ברוך דיין האמת הרבנית מפאפא ע"ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 4:46 pm
דורך בר חכים
ניפטר געווארין אם המלכות די חושבע רעבעצין פון הרה"ק מפאפא בעל ויחי יוסף זי"ע

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 5:11 pm
דורך חסידישער קאך
ווען און ווי גייט זיין די לויה?

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 6:28 pm
דורך סוואליעווער אייניקל
בר חכים האט געשריבן:ניפטר געווארין אם המלכות די חושבע רעבעצין פון הרה"ק מפאפא בעל ויחי יוסף זי"ע

מיינט צו זאגן:
ברוך דיין האמת - הרבנית מפאפא ע"ה
נפטר געווארן אמה של מלכות די חשוב'ע רעבעצין פון הרה"ק בעל 'ויחי יוסף' מפאפא זי"ע

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 9:22 pm
דורך בר חכים
אין פאפא מאכט מען א עקסטערע אוהל פאר די נשים ?

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 9:26 pm
דורך שנלר
בר חכים האט געשריבן:אין פאפא מאכט מען א עקסטערע אוהל פאר די נשים ?


2

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 6:17 am
דורך בר חכים
וואי האט מען געלייגט ד רעבעצין ע"ה
אין אוהל ?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 8:30 am
דורך אבן יקרה
בר חכים האט געשריבן:וואי האט מען געלייגט ד רעבעצין ע"ה
אין אוהל ?

שרייבסט בשינוי וועגן קדושת המועד?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 9:22 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
מיט וויפיל יאר איז זי געווען יונגער פון איר מאן דער בעל ויחי יוסף ?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 10:20 am
דורך נחלת יעקב
בר חכים האט געשריבן:וואי האט מען געלייגט ד רעבעצין ע"ה
אין אוהל ?

יא

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:50 am
דורך יסוד ארי
IMG-20190423-WA0024.jpg
IMG-20190423-WA0024.jpg (331.18 KiB) געזעהן 4346 מאל

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 2:07 pm
דורך נחלת יעקב
עני בילדער פון די לויה?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 6:23 pm
דורך יערסלוב
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מיט וויפיל יאר איז זי געווען יונגער פון איר מאן דער בעל ויחי יוסף ?


פופצען יאר

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 6:44 pm
דורך חמרא טבא
בניה:
כ״ק אדמור רבי יעקב יחזקי׳ שליט״א מפאפא
כ״ק הרה״צ רבי ישראל מנחם שליט״א מפאפא ב״פ הגאון רבי אהרן שליט״א דומ״צ פאפא
חתניה:
הרה״צ רבי משה ראזנער שליט״א אב״ד טערצאל
הרה״ג רבי יעקב שלמה מייזליש שליט״א אב״ד לימאנוב

פעלט איינער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 6:52 pm
דורך הרב_שלום
יערסלוב האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מיט וויפיל יאר איז זי געווען יונגער פון איר מאן דער בעל ויחי יוסף ?


פופצען יאר


די ויחי יוסף האט געהאט א ווייב מיט 10 קינדער פארן קריג, ליידער זענען אלע אומגעקומען

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 6:56 pm
דורך נא_שכל
איז נישט דער מנהג צו לייגן די רעביצען סמוך לבעלה מן הצד?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 7:07 pm
דורך פליגל
איז די רביצין געווען פארהייראט בעפאר?
זי האט געמוזט זיין קרוב צו די 30 ווען זי האט געהייראט צום רב זצ"ל.

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 7:40 pm
דורך להגדיל שמו
נא_שכל האט געשריבן:איז נישט דער מנהג צו לייגן די רעביצען סמוך לבעלה מן הצד?

די מנהג ווי?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 8:01 pm
דורך הלשון
נישט דא קיין מנהגים איבער ווי צו לייגן א רביצין.

במציאות דא, איז שוין ביז היינט געלעגן א טאכטער אינעם אהל. האט מען געלייגט די רביצין אויף די זעלבע שורה ווי די טאכטער

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 1:30 pm
דורך ישראל_הלוי
די מסע הלוי' איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול קהלת יעקב פאפא, מען האט נישט געזאגט קיין הספדים.

דער איידעם הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א האט געזאגט קל מלא רחמים.

ביים בית החיים אין קרית פאפא האבן זיך געזעגנט די קינדער.

על פי סדר:
חתנה הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א
בנה כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א
בנה הגה"צ רבי ישראל מנחם שליט"א אב"ד תולדות יוסף ב"פ
בנה הגה"צ רבי אהרן שליט"א דומ"ץ פאפא
חתנה הגה"צ רבי יעקב שלמה מייזליש שליט"א אב"ד לימונוב.

נאכן סתימת הגולל האט מען געזאגט מכתם לדוד און קדיש. דערנאך זענען די קינדער אריבער די שורות ווי דער ציבור האט מנחם געווען.

בערך 130 ביינאכט איז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג צו תפלת מעריב מלובש בבגדי שבת ויום טוב.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:03 pm
דורך נחלת יעקב
DDAC0465-A6CB-45F0-B020-30A0D6C1801E.jpeg
DDAC0465-A6CB-45F0-B020-30A0D6C1801E.jpeg (197.76 KiB) געזעהן 3171 מאל
AA2456C3-6A52-484B-BD9D-5DDDE8397BA5.jpeg
AA2456C3-6A52-484B-BD9D-5DDDE8397BA5.jpeg (188.86 KiB) געזעהן 3171 מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:05 pm
דורך נחלת יעקב
F084FEE9-C096-4786-BAA0-3BF4817C1188.jpeg
F084FEE9-C096-4786-BAA0-3BF4817C1188.jpeg (217.32 KiB) געזעהן 3163 מאל
C6C567C1-E03C-4D3D-ACAD-986A139AB068.jpeg
C6C567C1-E03C-4D3D-ACAD-986A139AB068.jpeg (121.18 KiB) געזעהן 3163 מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:11 pm
דורך נחלת יעקב
2425BF65-8BA9-4A37-A5DF-AFE6733E4F0D.jpeg
2425BF65-8BA9-4A37-A5DF-AFE6733E4F0D.jpeg (175.61 KiB) געזעהן 3150 מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 3:39 pm
דורך ישראל_הלוי
כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א ביים זיך געזעגענען מאמו הרבנית הצדיקת ע"ה בבית החיים אין קרית פאפא.


https://www.dropbox.com/s/ovlol91jrdo58 ... a.MP3?dl=0

בס"ד

אוי געוואלד געוואלד, מאמע טייערע!

דיין גאנץ לעבן וואס מען האט אלץ געהערט פון דיר איז, הלכה, איז עס אויסגעהאלטן על פי הלכה איז עס נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה. ווייל דא קען מען נישט מספיד זיין, מען קען זיך ניטאמאל אויסגעבן, אבער חם לבי בקרבי בהגיגי תבער אש.

זכרנו ימים מקדם, עס קומט אויס ווען מען דערמאנט זיך די אלע יארן, קומט יעצט ארויס, די גאנצע עבודה פון טאטן זכרונו לברכה וואס איז געווען די אלע יארן, און נאכן טאטן זכרונו לברכה'ס הסתלקות איז דאך געוועזן ענן קשור על האוהל, נר דלוק משבת לשבת, ברכה מצוי' בעיסה.

כאבי נעכר, איך קען גארנישט זאגן, אבער מאמע מאמע מאמע! איך האב דיך אלץ, יעדן ערב יום הקדוש האב איך דיך מחילה געבעטן, און איך בין זיכער אזא צדיקת האט דאך זיכער מוחל געוועזן. מאמע מאמע! וועלכע איד קען זיך איינרעדן אז ער איז מקיים כיבוד אם בשלימות, כיבוד אב ואם, ווער קען זיך איינרעדן, איך רעד מיר נישט איין, אז איך האב מקיים געווען כיבוד אב און כיבוד אם בשלימות, אבער מאמע מאמע זיי מיר מוחל.

דו קומסט ארויף צום טאטן זכרונו לברכה אויסגעלייטערט, מיט יסורים, ווער רעדט נאך, נישט דוקא פון די לעצטערע יארן, וואס דו האסט געמוזט אנקומען צו הילף און עס איז געווען שווער, יסורי הנפש. דיין גאנצע לעבן, האסט מיטגעמאכט צער גידול בנים, האסט באגלייט דעם טאטן זכרונו לברכה ממש מיט מסירות נפש. זיין ווארט איז געווען הייליג.

אבער מאמע מאמע, מען בלייבט א מאמע, פארגעס נישט פון אונז, אונז וועל מיר זיך נישט פארגעסן פון דיר.

דו פלעגסט צו רעדן פון אינדערהיים, די אלע ענינים פון יראת שמים, פון דיינע עלטערן פון דיינע זיידעס און אזוי ווייטער, דו האסט מיטגעברענגט די אלע גרויסע זאכן, בפרט די ענין פון אמונת צדיקים פון טאטן זכרונו לברכה וואס דאס איז געווען געוואלדיג.

בעט מיר דיך נאכאמאל זיי אונז מוחל. עס זאל זיין והלך לפניך צדקיך, וחרפת עמו יסיר, זיי א מליצה יושר פאר קינדער און קינדס קינדער, עס זאל שוין נישט אנקומען אזוי שווער, מען זאל נישט ליידן אזעלכע ביטערע יסורים און ביטערע ווייטאגן וואס אידישע קינדער ליידן אן, דו ווייסט דאך גאנץ גוט.

לך בשלום גיי מיט א אויסגעלייטערטע גוף און אויסגעלייטערטע נשמה, לך בשלום. וחרפת עמו יסיר ובא לציון גואל בב"א.

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 2:08 pm
דורך ישראל_הלוי
ניחום אבלים

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 2:09 pm
דורך ישראל_הלוי
נשים