ברוך דיין האמת הרבנית מפאפא ע"ה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:26 pm

בדרך כלל יעדער גייט...
参考专家

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:47 pm

פראבירט אין אנהייב, לתועלת פון די באזוכערס דא, צו פארצייכענען אינטערעסאנטע עובדות און נקודות וואס איך האב אויפגעכאפט ביי די שמועסן בשעת איך בין געווען מנחם אבל זיין

איך האב זיך גאנץ שנעל איבערצייגט אז ס'איז א שאד מיין ארבייט

דער עולם היינט צו טאגס איז מער אינטערעסירט פאר די זייטיגע וויכטיגע נושאים "לעבעדיגע רבנים בילדער", "פארוואס גייען רבנים מנחם אבל זיין רבנים", ועוד ועוד
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21966
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 02, 2019 3:32 pm

הלשון האט געשריבן:פראבירט אין אנהייב, לתועלת פון די באזוכערס דא, צו פארצייכענען אינטערעסאנטע עובדות און נקודות וואס איך האב אויפגעכאפט ביי די שמועסן בשעת איך בין געווען מנחם אבל זיין

איך האב זיך גאנץ שנעל איבערצייגט אז ס'איז א שאד מיין ארבייט

דער עולם היינט צו טאגס איז מער אינטערעסירט פאר די זייטיגע וויכטיגע נושאים "לעבעדיגע רבנים בילדער", "פארוואס גייען רבנים מנחם אבל זיין רבנים", ועוד ועוד

ברענג ברענג, מיר שלונגען מיט דורשט.

מיר האט מען געלערנט אז ווען עלטערע אידן רעדן לייגט מען צו אן אויער און מ'פרובירט אויפצוכאפן יעדעס ווארט און אוועקלייגן אין זכרון.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:19 pm

דריידל האט געשריבן:ביי די רבי'ס פירט מען זיך אז יעדער גייט מנחם זיין יעדעם אדער נאר די וואס האבן שייכות?


עס איז שוין געווארען אזוי דער שגעון די לעצטע פאר צענדליג יאר.

אמאל פלעגט אזוי זיין פאר שמחות אין גרויסען, דאס האט זיך לדעתי אביסעלע בארואיגט. אויכעט ווען א רבי פארט צו א צווייטע שטאט איז דא באזוכען עד אין סוף.

אמאל איז נישט געווען אזאנס, מען איז געקומען אין שטאדט האט מען באזוכט דעם שטאטס רב ותו לא, אדער רבנים וואס מען האט געהאט שייכות מיט זיי. היינט גייט מען ווי מער כדי אנציפילען דעם אויבען אהן ליל שבת קודש ביים שלחן הטהור. געוויסע מקומות זענען גאר שטארק מגדיל דעם טראסק וכו', מען קומט תיכף מוצאי שבת צו די אלע וואס זענען נישט געווען ביים שולחן הטהור [אדער אפילו יא, פאר די בילדער] און מען בעהט בלשון בקשה טוטס א טובה אויף א פאר מינוט, עס וועט גורם זיין א קורת רוח וכו', נו וועלכער יוד וויל נישט גורם זיין א קורת רוח פאר א צווייטען, און נאכדעם קען מען שרייבען איבער דעם כבוד מלכים וואס דער אדער יענער אדמו"ר האט באקומען בעת ביקורו לרומם קרן התורא והחסידות.

פאר א שמחה איז מען געגאנגען לאדענען וועמען מען האט שייכות מיט, מחותנות-שאפט וכו', נישט סתם כדי צו אנצפילען דעם אויבען אהן בשעת דעם שמחה.

מנחם אבל זיין איז מען געגאנגען דאס זעלבע, שייכות, קרובים, שכנים וכדומה, נישט אבי וועם, אבער היינט מוז מען שוין גייען צו יעדען ווייל יענער איז דאך שוין געווען ביי דיר, דארף מען שוין זיין א מענטש, וחוזר חלילה. און טאמער איינער קומט נישט ווערט שוין א גאנצער מסכת פליאה פארוואס איז פלוני אלמוני דער אדער יענער רבי נישט געקומען מנחם אבל זיין? איי איך האב קיין שום שייכות מיט איהם, לטוב או לרע, האט נישט קיין שום שייכות מיט פאליטיק וכו', פארוואס דארף איך בעצם יא גייען, גייט דען דער אדמו"ר צו יעדער יוד וואס זיצט שבעה, ניין, נאר צו אזעלכע אנשי קהלתו אדער מיט וועם ער איז ספציעל נאנט, נאר פארוואס דען דא יא? וואס איז דא עפעס אנדערש? עס האט נישט קיין תירוץ!

ובפרט מעת שנתרבו הגליונות פון די בילדער וכו', איז דער פרעשור בענינים הנזכרים געווארען אסאך אסאך מער משוגע און צודרייט. מען האלט שוין ניחום אבלים מיט פארענטשעס, בעריקעידס, מייקס, וואטס נעקסט אפ אוער סליווס???? אתמההה!

איי וועסטו פרעגען וואס באדערט דאס דיך, וואס גייט דיך דאס אהן? בעצם באדערט עס מיר נישט בכלל, געזונטערהייט, יתרבו האוהבים בישראל זאל מען גייען נאר אויף שמחות וכו', אבער טאמער איינער קומט עפעס נישט, פאר דעם סיבה אדער א צווייטע, אדער סתם עס קומט נישט אויס די צייט, הער אויף צו טערארזירען, שיק נישט אונטער קיין שלוחים פרעגען ווען מען פלאנט צו קומען אונז וויל מיר מאכן עס זאל זיין בדרך כבוד וכו', שטעל נישט צו קיין קאר סערוויס, באגלייטערס, א.א.וו. זיי נישט אזוי באזארגט, דו ביסט גארנישט דער דזשענטעלמאן, דו זאגסטעך נישט אזוי שטארק אויף יענעם רב אדער אדמו"ר'ס כבוד. ווען דער אדמו"ר וועט וועלן קומען וועט ער שוין קומען פון זיך אליינס, איך בין זיכער מען וועט איהם אויף נעמען על צהיו"ט בדרך כבוד הראוי וכו'.

נאר אויף סימחעס!

נ.ב. איך מיין אפשר אז דער ערשטער אזא סארט ניחום אבלים, עכ"פ שמונח בזכרוני כרגע, איז האדמו"ר מליובאוויטש וואס איז געגאנגען מנחם זיין האדמו"ר מסאטמאר בשנת תשי"ד בפטירת בתו, ובשנת תשכ"ה האט שוין האדמו"ר מסאטמאר געדארפט להחזיר הביקור בעת הניחום בפטירת אם האדמו"ר מליובאוויטש.

נ.ב. איך מיין נישט קיינעם במיוחד, איך מיין כולנו יחד בני איש אחד נחנו, בני אברהם יצחק ויעקב ולכולנו ועל כולנו נאמרו הדברים.
לעצט פאראכטן דורך אוהב ספרים אום דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:32 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:25 pm

דריידל האט געשריבן:ביי די רבי'ס פירט מען זיך אז יעדער גייט מנחם זיין יעדעם אדער נאר די וואס האבן שייכות?

דערמאנסט מיר פינעם קארלינער רבין זז"ג, ווען איינע פין די גרויסע רבי'ס איז געווען באזיך אין א"י אין געוואלט ארויף קימען א באזיך צי אים, האט ער זיך אנגעריפן אז ער האט קיינמאל געהערט, אז ווען א שיסטער קימט אויף א באזיך אויף א"י גייט ער ארום באזיכן אלע שיסטער'ס
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

עוד יזכור לנו
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:45 pm

תגובהדורך עוד יזכור לנו » דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:57 pm

בעל דעת האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ביי די רבי'ס פירט מען זיך אז יעדער גייט מנחם זיין יעדעם אדער נאר די וואס האבן שייכות?

דערמאנסט מיר פינעם קארלינער רבין זז"ג, ווען איינע פין די גרויסע רבי'ס איז געווען באזיך אין א"י אין געוואלט ארויף קימען א באזיך צי אים, האט ער זיך אנגעריפן אז ער האט קיינמאל געהערט, אז ווען א שיסטער קימט אויף א באזיך אויף א"י גייט ער ארום באזיכן אלע שיסטער'ס

האט ער געזאגט יעמאלט אז עטס ווייסט וואס די חילוק איז
די שיסטער ארבעטממילא האט ער נישט קיין צייט

אור
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג מאי 02, 2019 5:26 pm

זייער אינטרעסאנט און אינפארמאטיווע אשכול

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג מאי 02, 2019 5:36 pm

איך קום דא אריין אין די לעצטע בלאט פון די אשכול, האפענדיג צו ליינען אביסעל איבער הרבנית מפאפא.

וואס, ווען, ווי.

גאר אן אנדערע אשכול. קיין זכר פון פאפא. קיין זכר פון רביצין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דאנארשטאג מאי 02, 2019 5:58 pm

תולדותיהם של צדיקים הם מעשים טובים...

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:06 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20190430-WA0115.jpg
IMG-20190430-WA0115.jpg (242.05 KiB) געזעהן 2037 מאל

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:23 pm

:lol: :lol:
אדמו"ר מומחה יוחס זז"ג איז געוועהן היינט מנחם אבל זיין

:lol: :lol:
参考专家

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:42 pm

מומחה יוחס האט געשריבן::lol: :lol:
אדמו"ר מומחה יוחס זז"ג איז געוועהן היינט מנחם אבל זיין

:lol: :lol:


יהללוך זר, ולא, פיך!!!

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5762
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:22 pm

מומחה יוחס האט געשריבן::lol: :lol:
אדמו"ר מומחה יוחס זז"ג איז געוועהן היינט מנחם אבל זיין

:lol: :lol:

בילד? דראפבאקס?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:26 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן::lol: :lol:
אדמו"ר מומחה יוחס זז"ג איז געוועהן היינט מנחם אבל זיין

:lol: :lol:

בילד? דראפבאקס?

נו גילוי....

ווארטס ביז אנדערע וועלן ארויף לייגן אזוי וועט מען נישט כאפן........................ :oops: :oops:
参考专家

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:15 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איך קום דא אריין אין די לעצטע בלאט פון די אשכול, האפענדיג צו ליינען אביסעל איבער הרבנית מפאפא.

וואס, ווען, ווי.

גאר אן אנדערע אשכול. קיין זכר פון פאפא. קיין זכר פון רביצין.


פארוואס קומסטו צום לעצטן בלאט ליינען פונעם נפטרת

גיי צום ערשטן בלאט

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:30 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20190502-WA0218.jpg
IMG-20190502-WA0218.jpg (155.28 KiB) געזעהן 1714 מאל

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » פרייטאג מאי 03, 2019 2:38 am

בד"צ העדה החרדית שיקט א בריוו ניחו"א
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (273.96 KiB) געזעהן 1566 מאל

willibugy
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

תגובהדורך willibugy » פרייטאג מאי 03, 2019 9:03 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
ס'זאל רינען האט געשריבן:ביז ווען זיצט מען שבעה?


עש"ק אינדערפרי

די איינציגע היכי תמצא אויפצושטיין פון שבעה אויף א פרייטאג צופרי. ווען אחרון של פסח פאלט שב״ק

אויך ווען די צוויטע טאג שבועות געפאלט אום שבת (און די קבורה איז דעם ערשטן טאג יו"ט)

נאר אויף שמחות


כ'בין נישט בקי בהלכות קבורה ב"ה, און בעז"ה זאל איך קיינמאל ח"ו נישט דארפן זיין בקי, אבער איך מיין אז אינעם ערשטן טאג יו"ט איז נישטא אזא זאך ווי מקבר זיין א נפטר.

סאיז מיר אינטערעסאנט פארוואס אפילו ווען יו" ט שני שחל בשבת, למה אינו דינו כי"ט ראשון לגבי שבעה?
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג מאי 03, 2019 10:12 am

תם ונשלם השבעה. ויהי רצון שיבולע המות לנצח ומחה ד' דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל בב"א.

זייער רירענד געווען ווען הרבנים הגאונים די דייני הקהלה שליט"א, צוזאמען מיט זקני וחשובי העדה, האבן אויפגעשטעלט די אבלים.

דער דיין הרב הגאון יצחק גאלדבערגער שליט"א האט גערעדט א מינוט צוויי אויפ'ן מייק, און אנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א וכל המשפחה הרוממה מיט פסוקי ודברי תנחומין

(אגב: צווישן די פארזאמעלטע היינט אינדערפרי, איז אויך געווען הרב שלום מרדכי רובאשקין)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג מאי 03, 2019 1:01 pm

צוגעלייגטע
IMG-20190503-WA0054.jpg
IMG-20190503-WA0054.jpg (123.94 KiB) געזעהן 1205 מאל

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג מאי 03, 2019 2:16 pm

עטליכע קרישקעלעך וואס שווימט ארויף אויפ'ן מינוט....

נעכטן ביומא דהילולא פון כ"ק הגה"ק מצעהלים זצוק"ל (וועלכע איז געווען א פעטער פון כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא זצוק"ל), איז געווען מנחם אבל זיין דער גבאי פון צעהלימער רב, הרה"ח יוסף דוד ליכטענשטיין הי"ו.

שמועסנדיג פון די פטירה און די מורא'דיגע דברי הספד פון כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל ביים לוי', האט זיך אינמיטן דער רבי ממש צופלאמט, און נאכגעזאגט די ווערטער וואס דער רבי זצוק"ל האט דאן געזאגט בבכי תמרורים "דודי ירד לגנו לערוגת הבשם"!!! (צו פארשטיין: דודי - מיין פעטער, ירד לגנו - גן עדן, לערוגת הבשם - די פאטער פון צעהלימער רב )

דער רבי שליט"א האט באטאנט: מ'האט געזעהן אז ס'נישט קיין פארגעקוקטע גראם ומליצה, נאר ס'איז בשעת מעשה ארויסגעקומען פון פנימיות לבו הטהור

----

צווישן הונדעטער נקודות האט מען במשך די טעג פיל פיל ארומגערעדט איבער: די השתלשלות המאורעות וואס דער רבי זצוק"ל איז אריבער בימי הזעם; פיל מיט מעשיות איבער די מדת האמת פון רבי'ן זצוק"ל; "מקוואות" - די ליבלונג פון רבותינו הק' לבית פאפא; די אריבערגאנג פון כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל פון שטאט סאטמאר קיין פאפא אין די תקופה ווען דער רבי האט איבערגענומען די כס הרבנות ואדמורו"ת אין פאפא. ועוד ועוד ועוד

----

עס זענען, ווי פארשטענדליך, דערמאנט געווארן געווארן רבנים וצדיקים זי"ע פון אלע שיכטן, קרייזן און תקופות - אבער העולה על כולנה, האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט א פאפא איז א מקשה אחת פון "ערוגת הבשם" און צדיקי בית "בעלזא" זי"ע. ס'איז כמעט נישט דורך עטליכע מינוט וואס מען זאל נישט דערמאנען איינע פון די צוויי.

----

ווען מ'האט גערעדט עטליכע מאל איבער די אריכות ימים ושנים צו וואס דער רביצין ע"ה האט זוכה געווען, איז געווען אינטערעסאנט צו הערן פון רבי'ן, אז כאטש מ'האט געוואוסט די יארן, האט מען נישט משים לב געווען אז זי איז שוין אזוי אלט, ווייל זי איז ב"ה געווען בצלילות הדעת ובריאות ביז ממש לעצטענס.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג מאי 03, 2019 2:53 pm

רשימת רבנים ואדמורי"ם שבאו לנחם כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א ואחיו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א יום ה'

כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א
כ"ק אדמו"ר מספינקא 18 שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א
כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבריזדוביץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבלאזוב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן בענסענהוירסט שליט"א
כ"ק אדמו"ר מנדבורנה לינסק שליט"א
משלחת רבני צאנז שליט"א עם מכתב תנחומים מכ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
משלחת רבני באיאן בשליחות כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א
משלחת דייני בעלזא שליט"א עם מכתב תנחומים מכ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
שליח מיוחד עם מכתב מכ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א (טעל.)
כ"ק אדמו"ר מויזניץ ב"ב שליט"א (טעל.)
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א (טעל.)
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א (טעל.)
בני כ"ק אדמו"ר מויזניץ לאנדאן שליט"א עם מכתב תנחומים
נאמני העדה החרדית עם מכתב תנחומים מאת כ"ק מרן גאב"ד וראב"ד העדה החרדית בירושלים עיה"ק שליט"א וחברי הבד"ץ שליט"א
הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א לרפו"ש
הגה"צ אב"ד סקולען ב"פ שליט"א
הגה"צ אב"ד אשוי שליט"א
הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א
הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומ"ץ סאטמאר 15
הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא
הגה"צ ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט
הגה"צ אב"ד נייטרא מאנסי שליט"א
הרה"ג ר' חיים יושע באב"ד שליט"א מטארטיקוב
הגה"צ אב"ד קעניזשע שליט"א
הגה"צ אב"ד מאקאווא ווייצען שליט"א
הגה"צ אב"ד מעשי למלך ווייצען שליט"א
הגה"צ אב"ד ברכת מנחם שליט"א
הגה"צ אב"ד שארמאש שליט"א
הגה"צ אב"ד לאנדסבערג שליט"א
הגה"צ אב"ד דושינסקיא שליט"א
הגה"צ דומ"ץ צמח צדיק ויזניץ שליט"א
הגה"צ דומ"ץ שאפראן שליט"א
הגה"צ דומ"ץ טאהש ב"פ שליט"א
הגה"צ רב ביהמ"ד ברך משה שליט"א
הגה"צ רב ביהמ"ד קדושת יום טוב שליט"א
הגה"צ אב"ד סאדליקוב שליט"א
הגה"צ ר' יושע ווייס שליט"א דומ"ץ ספינקא ב"פ
הגה"צ דומ"ץ באבוב וויליאמסבורג שליט"א
הגה"צ דומ"ץ ויזניץ וויליאמסבורג שליט"א
הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים שליט"א במ"ס סייעתא דשמיא
הגה"צ דומ"ץ צאנז וויליאמסבורג שליט"א
הגה"צ ר' אהרן יוסף בערגער שליט"א ראש ישיבת אור ישעי'
הרב אליעזר ברוך באלד שליט"א מנהל ארגון שיעורי תורה
הגה"צ ר' שלמה ווידער שליט"א דומ"ץ התאחדות הרבנים
הגה"צ ר' בנציון לאוב שליט"א מו"ץ סאטמאר ורב ביהמ"ד ישמח משה
הרב חיים ברוך וועקסלער שליט"א רב ביהמ"ד חיים סאלאמאן סענטער
הרב חיים דוד צוויבל עם חברי אגודת ישראל בארה"ב
הרב משה דוד נידערמאן מנהל UJO
הרב שלום מרדכי רובאשקין
עסקנים ואישי ציבור
ר' פנחס רינגל
ר' נפתלי משה אינדיג
ר' יעקב איצקאוויטש והנהלת חברה שומרים
ניו יורק סיטי קאפטראללער סקאט סטרינגער
ברוקלין דיסטריקט אטוירני עריק גאנזאלעס
קאנסילמאן סטיוו לעווין
א דעלעגאציע מיט א בריוו פון ניו יארק סטעיט גאווערנאר קאומא
א דעלעגאציע מיט א בריוו פון ניו יארק מעיאר דיבלאזיא
א דעלעגאציע מיט א בריוו פון ניו יארק סטעיט אטוירני דשענעראל

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » מוצ"ש מאי 04, 2019 11:46 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20190504-WA0040.jpg
IMG-20190504-WA0040.jpg (187.04 KiB) געזעהן 1291 מאל

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » מוצ"ש מאי 04, 2019 11:51 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20190504-WA0041.jpg
IMG-20190504-WA0041.jpg (191.43 KiB) געזעהן 1285 מאל

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג מאי 05, 2019 1:25 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20190505-WA0019.jpg
IMG-20190505-WA0019.jpg (196.49 KiB) געזעהן 1075 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yoy, א גאנץ יאר פרייליך, וויכטיג מאכער, זזה, חזן שמילאוויטש, טשיינע רב, לעכטל, פּינטער, פישל, שופר, שליו ודגים און 95 געסט