הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך פיהל עפעס נישט גוט מיט "פראווען" א שבת גלייך אין די שבעה.

ווען עס איז געווענליך אזוי, קומט שוין אריין דער ענין פון אין אבילות בפרהסיא, אבער עס קומט דאך נאכנישט אזוי, זאל מען אנהויבן גלייך אין די שבעה?!

איך קוק עס אן אביסל ווי "מען כאפט זיך צו צו די טשאלנט" און מען האט קוים געווארט אז דער טאטע זאל גיין...

מסתמא בין איך נישט גערעכט, אבער איך וואלט געוואלט הערן א נארמאלע הסבר דערויף פון די חשוב'ע חברים.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווי שיין איז געווען אז מ'האט געוויזן פאר די קינדער אז אן ערליכע איד ווערט געשעצט ביי גאנץ כלל ישראל, און קומען אפגעבן די ריכטיגע כבוד פאר דעם צדיק וקדוש. א קליינער גוף געהאט אבער האט געשאקעלט א וועלט
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

שואלכענין האט געשריבן:איך פיהל עפעס נישט גוט מיט "פראווען" א שבת גלייך אין די שבעה.

ווען עס איז געווענליך אזוי, קומט שוין אריין דער ענין פון אין אבילות בפרהסיא, אבער עס קומט דאך נאכנישט אזוי, זאל מען אנהויבן גלייך אין די שבעה?!

איך קוק עס אן אביסל ווי "מען כאפט זיך צו צו די טשאלנט" און מען האט קוים געווארט אז דער טאטע זאל גיין...

מסתמא בין איך נישט גערעכט, אבער איך וואלט געוואלט הערן א נארמאלע הסבר דערויף פון די חשוב'ע חברים.

כך נהגו ברוב המקומות שהתחילו להנהיג תיכף ומיד ולא חיכו עד אחרי כלות השבעה וכו'.

אצל המנחת אלעזר ידוע סיפור - אביו הדרכי תשובה נפטר ביום ב' חג הסוכות - און דער מנחת אלעזר האט תיכף יו"ט אנגעהויבן פראווען - שמחת תורה האט ער געפראוועט די הקפות געהעריג כמנהג האדמורים - איז געשטאנען דארט איינע פון די חשובע חסידים און געטראכט ביי זיך די אויביגע דער טאטע איז קוים נסתלק געווארען און שוין פראוועט מען הקפות כאלו לא קרה כלום - במונקאטש איז דער מנהג [וכן בעוד מקומות] אז מען זאגט שטיקלעך פון אל מסתתר ביי די הקפות - ווען מען האט געזאגט רחובות הנהר נחלי אמונה, האט זעך דער הייליגער מנחת אלעזר אפגעשטעלט ביי יענעם און געחזר'ט אמונה אמונה, אמונה אמונה - און געגאנגען ווייטער בעבודתו הקדושה - יענער האט געכאפט שטייטסעך א ציטער וכו'.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

איינער זאל אריין קומען זייער קלאר, זענען אלע געווארן רבי'ס אדער נאר ר' ישעיה יעקב??
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אמביציע האט געשריבן:איינער זאל אריין קומען זייער קלאר, זענען אלע געווארן רבי'ס אדער נאר ר' ישעיה יעקב??

נאר רבי ישעי' יעקב שליט"א.
אלע אנדערע זענען רבני סקולען בכל מקומות מושבותיהם.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

שואלכענין האט געשריבן:איך פיהל עפעס נישט גוט מיט "פראווען" א שבת גלייך אין די שבעה.

ווען עס איז געווענליך אזוי, קומט שוין אריין דער ענין פון אין אבילות בפרהסיא, אבער עס קומט דאך נאכנישט אזוי, זאל מען אנהויבן גלייך אין די שבעה?!

איך קוק עס אן אביסל ווי "מען כאפט זיך צו צו די טשאלנט" און מען האט קוים געווארט אז דער טאטע זאל גיין...

מסתמא בין איך נישט גערעכט, אבער איך וואלט געוואלט הערן א נארמאלע הסבר דערויף פון די חשוב'ע חברים.

אין רוב מקומות, אויב נישט אין אלע, האט מען זיך אזוי געפירט. ווען דער הייליגער עצי חיים איז נסתלק געווארן, האט זיין זון א בחור'ל פון 14 יאר, הגה"צ רבי זלמן לייב זצ"ל הי"ד, געפראוועט א גרויסע שבת, ווי עס האבן אנטייל גענומען ביים עריכת השולחן א קהל אלפים, ובראשם הרה"ק מסאטמאר זי"ע, הגה"ק רבי שאול בראך זצוק"ל.

שבת קודש תזריע-מצורע תשס"ו די שבת בתוך השבעה פון מרן הברך משה זי"ע, האבן ביידע ברידער געפראוועט א ריזן שבת.

עס איז א בחינה פון קומו צאו מתוך ההפיכה, רב לך שבת בעמק הבכא.

מען האקט
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

עכט היימיש האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:איינער זאל אריין קומען זייער קלאר, זענען אלע געווארן רבי'ס אדער נאר ר' ישעיה יעקב??

נאר רבי ישעי' יעקב שליט"א.
אלע אנדערע זענען רבני סקולען בכל מקומות מושבותיהם.

אבער זיי וועלן פראווען רבי'סטעווע. (חוץ ר' שמואל מרדכי ווילאנג ער איז אין ב"פ)
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובה דורך שטאלצער יוד »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

כ'בין שוין אינגאנצען צומישט. נאר איין רבי. אלע רבנים. אלע פראווען ראביסטעווע.

עפעס אזוי.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

שטאלצער יוד האט געשריבן:

מאך עס פשוט

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א - הרב ישעיה יעקב

און נאכדעם וועט זיין אדמו"ר מסקולען וומסב"ג
אדמו"ר מסקולען לעיקוואד
אדמו"ר מסקולען מאנסי
אא"וו.

אז נאך נישט יעצט וועט עס אזוי זיין אין א פאר חדשים/יאר
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובה דורך ישוב הדעת »

ביי ר׳ אפרים יודא האט ער געזאגט רבי

ער האט געמיינט רבי, זייט ווען איז סקולען א רבנות?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

בוידעם האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:איך פיהל עפעס נישט גוט מיט "פראווען" א שבת גלייך אין די שבעה.

ווען עס איז געווענליך אזוי, קומט שוין אריין דער ענין פון אין אבילות בפרהסיא, אבער עס קומט דאך נאכנישט אזוי, זאל מען אנהויבן גלייך אין די שבעה?!

איך קוק עס אן אביסל ווי "מען כאפט זיך צו צו די טשאלנט" און מען האט קוים געווארט אז דער טאטע זאל גיין...

מסתמא בין איך נישט גערעכט, אבער איך וואלט געוואלט הערן א נארמאלע הסבר דערויף פון די חשוב'ע חברים.

אין רוב מקומות, אויב נישט אין אלע, האט מען זיך אזוי געפירט. ווען דער הייליגער עצי חיים איז נסתלק געווארן, האט זיין זון א בחור'ל פון 14 יאר, הגה"צ רבי זלמן לייב זצ"ל הי"ד, געפראוועט א גרויסע שבת, ווי עס האבן אנטייל גענומען ביים עריכת השולחן א קהל אלפים, ובראשם הרה"ק מסאטמאר זי"ע, הגה"ק רבי שאול בראך זצוק"ל.

שבת קודש תזריע-מצורע תשס"ו די שבת בתוך השבעה פון מרן הברך משה זי"ע, האבן ביידע ברידער געפראוועט א ריזן שבת.

עס איז א בחינה פון קומו צאו מתוך ההפיכה, רב לך שבת בעמק הבכא.

מען האקט

מר"ן רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע, האט אויך געפירט א גרויסע שבת חזון, מיט אלע גינונים, אויף א גרויסע פארנעם, 3 טעג נאכן פטירה פון זיין טאטע זי"ע
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אוהב ספרים האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:איינער זאל אריין קומען זייער קלאר, זענען אלע געווארן רבי'ס אדער נאר ר' ישעיה יעקב??

נאר רבי ישעי' יעקב שליט"א.
אלע אנדערע זענען רבני סקולען בכל מקומות מושבותיהם.

אבער זיי וועלן פראווען רבי'סטעווע. (חוץ ר' שמואל מרדכי ווילאנג ער איז אין ב"פ)

כ'בין שוין אינגאנצען צומישט. נאר איין רבי. אלע רבנים. אלע פראווען ראביסטעווע.

מאך עס פשוט

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א - הרב ישעיה יעקב

און נאכדעם וועט זיין אדמו"ר מסקולען וומסב"ג
אדמו"ר מסקולען לעיקוואד
אדמו"ר מסקולען מאנסי
אא"וו.

אז נאך נישט יעצט וועט עס אזוי זיין אין א פאר חדשים/יאר

איך האב נישט קיין חשק צו דער שמועס יעצט. אבער וואס איך נעם ארויס פון דיין תשובה, גייען זיין 5 אדמורי סקולען.
וואס דו שרייבסט נאכדעם ביי די אנדערע, און שליט"א ביי די ערשטע פארשטיי איך נישט. עניוועיס, נישט געפערלעך.
ריש לקיש
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 15, 2019 11:35 am
לאקאציע: וואסא חילוק ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריש לקיש »

אוהב ספרים האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:איך פיהל עפעס נישט גוט מיט "פראווען" א שבת גלייך אין די שבעה.

ווען עס איז געווענליך אזוי, קומט שוין אריין דער ענין פון אין אבילות בפרהסיא, אבער עס קומט דאך נאכנישט אזוי, זאל מען אנהויבן גלייך אין די שבעה?!

איך קוק עס אן אביסל ווי "מען כאפט זיך צו צו די טשאלנט" און מען האט קוים געווארט אז דער טאטע זאל גיין...

מסתמא בין איך נישט גערעכט, אבער איך וואלט געוואלט הערן א נארמאלע הסבר דערויף פון די חשוב'ע חברים.

כך נהגו ברוב המקומות שהתחילו להנהיג תיכף ומיד ולא חיכו עד אחרי כלות השבעה וכו'.

אצל המנחת אלעזר ידוע סיפור - אביו הדרכי תשובה נפטר ביום ב' חג הסוכות - און דער מנחת אלעזר האט תיכף יו"ט אנגעהויבן פראווען - שמחת תורה האט ער געפראוועט די הקפות געהעריג כמנהג האדמורים - איז געשטאנען דארט איינע פון די חשובע חסידים און געטראכט ביי זיך די אויביגע דער טאטע איז קוים נסתלק געווארען און שוין פראוועט מען הקפות כאלו לא קרה כלום - במונקאטש איז דער מנהג [וכן בעוד מקומות] אז מען זאגט שטיקלעך פון אל מסתתר ביי די הקפות - ווען מען האט געזאגט רחובות הנהר נחלי אמונה, האט זעך דער הייליגער מנחת אלעזר אפגעשטעלט ביי יענעם און געחזר'ט אמונה אמונה, אמונה אמונה - און געגאנגען ווייטער בעבודתו הקדושה - יענער האט געכאפט שטייטסעך א ציטער וכו'.

אין וויזשניץ האבן די קינדער האדמורים שליט"א געפירט אין די שבעה שבת אינאיינעם א באטע (נישט קיין טיש)
טרערן האבן זיך געגאסן פון אלע ווינקלעך...

ישוב הדעת האט געשריבן:ביי ר׳ אפרים יודא האט ער געזאגט רבי

ער האט געמיינט רבי, זייט ווען איז סקולען א רבנות?

זייט ווען איז סקולען א רביסטעווע?
איך בין ח"ו נישט מערער
אבער מען דארף וויסען אז די סקולענ'ע רבי'ס זענען נישט קיין יחסנים (יחוס עצמו, יא - אין גרויסן...)
די סקולענע חסידות האט זיך אנגעהויבן אלץ א רבנות פאסטן אין די שטאט סקולעני
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

ישוב הדעת האט געשריבן:ביי ר׳ אפרים יודא האט ער געזאגט רבי

ער האט געמיינט רבי, זייט ווען איז סקולען א רבנות?

זייט ר' ישראל אברהם פארטיגאל הראשון מח"ס שם ושארית ישראל איז געווען אב"ד העיר סקולען.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

ווילאמסבורג און בארא פארק האט ער קלאר געזאגט "רב".

מאנסי אין לעיקוואד, ווי די קינדער דינען שוין באבדו"ת א לענגערע צייט, האט ער געניצט א לשון "אנפירן די עדה הקדושה", און "זיך פירן אלעס אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו".

אויף רבי ישעי' יעקב האט ער געניצט די שפראך, "ממלא זיין מקום אביו".

וויאזוי איך פארשטיי עס, רבי ישעי יעקב שליט"א ווערט "סקולנע רבי", אבער די ברודער פון מאנסי און לעיקוואד זענען נישט תחת מרותו, נאר זיי "פירן" אליין, ווידער די ברודער פון ווילאמסבורג און בארא פארק זענען יא אינטער די הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

ד.מ. אז לעיקוואד און מאנסי איז בערך אזא בחינה ווי סאטמאר מאנסי, ער איז א זעלבסטשטענדיגע רב וואס פראוועט א רבי'סטווע, אבער לעבט גוט מיט סטאמאר רבי פון ווילאמסבורג שליט"א, און ווען דער רבי קומט איז ער אים מכבד ווי "דער רבי".
רצונינו לעשות רצוניך.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:נאר רבי ישעי' יעקב שליט"א.
אלע אנדערע זענען רבני סקולען בכל מקומות מושבותיהם.

אבער זיי וועלן פראווען רבי'סטעווע. (חוץ ר' שמואל מרדכי ווילאנג ער איז אין ב"פ)

כ'בין שוין אינגאנצען צומישט. נאר איין רבי. אלע רבנים. אלע פראווען ראביסטעווע.

מאך עס פשוט

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א - הרב ישעיה יעקב

און נאכדעם וועט זיין אדמו"ר מסקולען וומסב"ג
אדמו"ר מסקולען לעיקוואד
אדמו"ר מסקולען מאנסי
אא"וו.

אז נאך נישט יעצט וועט עס אזוי זיין אין א פאר חדשים/יאר

איך האב נישט קיין חשק צו דער שמועס יעצט. אבער וואס איך נעם ארויס פון דיין תשובה, גייען זיין 5 אדמורי סקולען.
וואס דו שרייבסט נאכדעם ביי די אנדערע, און שליט"א ביי די ערשטע פארשטיי איך נישט. עניוועיס, נישט געפערלעך.

איך בין נאך נישט קיין ראשון דארפסט נישט אזוי מדייק זיין פארוואס איך האב געשריבען שליט"א נאר ביים ערשטען, וכן הוא לכל השאר.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

ריש לקיש האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:איך פיהל עפעס נישט גוט מיט "פראווען" א שבת גלייך אין די שבעה.

ווען עס איז געווענליך אזוי, קומט שוין אריין דער ענין פון אין אבילות בפרהסיא, אבער עס קומט דאך נאכנישט אזוי, זאל מען אנהויבן גלייך אין די שבעה?!

איך קוק עס אן אביסל ווי "מען כאפט זיך צו צו די טשאלנט" און מען האט קוים געווארט אז דער טאטע זאל גיין...

מסתמא בין איך נישט גערעכט, אבער איך וואלט געוואלט הערן א נארמאלע הסבר דערויף פון די חשוב'ע חברים.

כך נהגו ברוב המקומות שהתחילו להנהיג תיכף ומיד ולא חיכו עד אחרי כלות השבעה וכו'.

אצל המנחת אלעזר ידוע סיפור - אביו הדרכי תשובה נפטר ביום ב' חג הסוכות - און דער מנחת אלעזר האט תיכף יו"ט אנגעהויבן פראווען - שמחת תורה האט ער געפראוועט די הקפות געהעריג כמנהג האדמורים - איז געשטאנען דארט איינע פון די חשובע חסידים און געטראכט ביי זיך די אויביגע דער טאטע איז קוים נסתלק געווארען און שוין פראוועט מען הקפות כאלו לא קרה כלום - במונקאטש איז דער מנהג [וכן בעוד מקומות] אז מען זאגט שטיקלעך פון אל מסתתר ביי די הקפות - ווען מען האט געזאגט רחובות הנהר נחלי אמונה, האט זעך דער הייליגער מנחת אלעזר אפגעשטעלט ביי יענעם און געחזר'ט אמונה אמונה, אמונה אמונה - און געגאנגען ווייטער בעבודתו הקדושה - יענער האט געכאפט שטייטסעך א ציטער וכו'.

אין וויזשניץ האבן די קינדער האדמורים שליט"א געפירט אין די שבעה שבת אינאיינעם א באטע (נישט קיין טיש)
טרערן האבן זיך געגאסן פון אלע ווינקלעך...

אין ויז'ניץ נאכ'ן פטירה פון ישועו"מ, האבן די קינדער האדמורי"ם שליט"א נישט געפירט מיט'ן עולם, נישט די דאווענען אין נישט די טיש'ן.

געדענקן מיר ווען פיטסבורגער רבי זצ"ל איז אוועק, האט דער זוהן דער רבי שליט"א געפירט פרייטיג צונאכטס [ס'איז געוועהן די לעצטע טאג פון שבעה. די לוי' איז פארגעקומען זונטאג], און די גאנצע שטאט איז אנגעקומען, ווען דער רבי שליט"א האט זיך אנגעהויבן זונגען די פיטסבורגער "צמאה נפשי", ס'איז נישט געוועהן קיין איין אויג טרוקן, אלע רבני העיר האבן געזעצן און די אויבן אהן טיש, און האבן געגאסן טרערן פון "זכור אהבת קדומים".
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ווי איך האב פארשטאנען איז בנו הגדול שליט"א מוכתר כאדמו"ר סקולען. די אנדערע ברודער וועלן בלייבן רבנים אין זייערע לאקאלע שוהלן במונסי ובלעיקוואד, אבער זיי זאלן זיך נוהג זיין מיט אלע זאכן אזוי ווי דער רבי זצ"ל האט זיך געפירט, ער מיינט מן הסתם מנהגי רביסטעווע דארט על מקומם.

#האקט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

באמת וואס א נפקמינע ווער וואס. יעדער זאל זיך זיכן זיין ערליכע איד וואו זיך צו אנווארעמען.
לאמיר האפן עס וועט זיין א "סקולענע מלוה מלכה" דא לאקאל אין מאנסי.
איי זכרונות! מי יתן והיה די הייליגע סקולענע מלווה מלכות וואס מיר האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן צענדליגע מאל אלט'ס בחור, געווען א הייפעלע אידן אזא מתיקות וואס לאזט זיך נישט זאגן.
וואו האט כ"ק רבי ישעי' יעקב שליט"א געשריגן "וואו קען מען דאס נאכמאכן"!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

@בוידעם, אינטערעסאנטער פשט, און נישט מסתבר.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אוהב ספרים האט געשריבן:כך נהגו ברוב המקומות שהתחילו להנהיג תיכף ומיד ולא חיכו עד אחרי כלות השבעה וכו'.

אצל המנחת אלעזר ידוע סיפור - אביו הדרכי תשובה נפטר ביום ב' חג הסוכות - און דער מנחת אלעזר האט תיכף יו"ט אנגעהויבן פראווען - שמחת תורה האט ער געפראוועט די הקפות געהעריג כמנהג האדמורים - איז געשטאנען דארט איינע פון די חשובע חסידים און געטראכט ביי זיך די אויביגע דער טאטע איז קוים נסתלק געווארען און שוין פראוועט מען הקפות כאלו לא קרה כלום - במונקאטש איז דער מנהג [וכן בעוד מקומות] אז מען זאגט שטיקלעך פון אל מסתתר ביי די הקפות - ווען מען האט געזאגט רחובות הנהר נחלי אמונה, האט זעך דער הייליגער מנחת אלעזר אפגעשטעלט ביי יענעם און געחזר'ט אמונה אמונה, אמונה אמונה - און געגאנגען ווייטער בעבודתו הקדושה - יענער האט געכאפט שטייטסעך א ציטער וכו'.

מענין לענין. איך האב געהאט א זיידע וועלכער האט געלערנט בחברותה מיט איינער פון די איידימער פון הרה"ק רבי אברהם זצ"ל מקערעסטיר.

איין טאג גלייך נאך די פטירה פון רבי ישעי' זצ"ל איז מיין זיידע געזעצן און ביהמ"ד מיטן חברותה. פונקט דאן איז אריינגעקומען רבי אברהם זצ"ל, איז ביי מיין זיידן אדורכגעלאפן א מחשבה אז פילייכט וואלט געווען מער פאסנד אז איין פון רבי ישעי'לע'ס איידימער זאלן ווערן אדמו"ר קערעסטיר. (איך ווייס נישט וואס איז געווען זיין סברא, קען זיין אז ער האט געשפירט אז די איידימער זענען מער פאסיג ווייל זיי האבן שוין דאן עוסק געווען ברבנות אין אנדערע מקומות.)

עס נעמט נישט קיין מינוט און רבי אברהם זצ"ל ווענדט זיך צו מיין זיידן און זאגט, "אינגערמאן, וואס האסטו געטראכט?!!!"
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

בוידעם האט געשריבן:ווילאמסבורג און בארא פארק האט ער קלאר געזאגט "רב".

מאנסי אין לעיקוואד, ווי די קינדער דינען שוין באבדו"ת א לענגערע צייט, האט ער געניצט א לשון "אנפירן די עדה הקדושה", און "זיך פירן אלעס אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו".

אויף רבי ישעי' יעקב האט ער געניצט די שפראך, "ממלא זיין מקום אביו".

וויאזוי איך פארשטיי עס, רבי ישעי יעקב שליט"א ווערט "סקולנע רבי", אבער די ברודער פון מאנסי און לעיקוואד זענען נישט תחת מרותו, נאר זיי "פירן" אליין, ווידער די ברודער פון ווילאמסבורג און בארא פארק זענען יא אינטער די הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

ד.מ. אז לעיקוואד און מאנסי איז בערך אזא בחינה ווי סאטמאר מאנסי, ער איז א זעלבסטשטענדיגע רב וואס פראוועט א רבי'סטווע, אבער לעבט גוט מיט סטאמאר רבי פון ווילאמסבורג שליט"א, און ווען דער רבי קומט איז ער אים מכבד ווי "דער רבי".

איך האב אויך אזוי פארשטאנען. אין עס מאכט סענס אויך,
דארט ווי די טאטע האט געפירט (ווילימסבורג אין בארא פארק) נעמט הרהצ רבי ישעי יענקל איבער אין די ברודערס וועלן זיין אינטער אים אבער אין די נייע פלעצער ווי מאנסי אין לעקוואד וואס די 2 קינדער האבן זיך אליין געבויט דארט קענען זיי זיין רבי.
אין אנדערע ווערטער ווילימסבורג אין בארא פארק זענען אינטער רבי ישעי יענקל אין רבי מאיר מיט רבי שמואל מרדכי ווילאנג זיי זענען דא זענען זיי אינטער אים אין אויב זיי ווילן קענען זיי אוועקגיין אין אליינס בויען אין דארט קענען זיי זיין רבי.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ער איז געבוירן כ"ו אדר.

אמת, וכנראה שרב רייזמאן טעה באמרו שהיוד״ל של הכליל תפארת הוא ביום כ״ו.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”