טראמפ-קים יאנג אן סאמיט אין וויעטנאם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7879
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:37 pm

מארגן נאכט, מיטוואך פארמיטאג אין וויעטנאם, גייט פרעזידענט טראמפ זיך ווידער אוועקזעצן מיטן צפון קאריע דיקטאטור קים יאנג אן צו א מעמד הדר קבלוה לכבוד חודש חדר, פאר ווייטער׳דיגע געשפרעכן אינעם נייעם עפאכע וואס האט זיך אנגעהויבן ביים ערשטן סאמיט צווישן זיי ביידע א האלבע יאר צוריק.

די פארגאנגענע און גאר היסטארישע צוזאמקום איז געקומען נאך עטליכע יאר וואס צפון קאריע האט זיך אויפגעפירט שטארק אגרעסיוו קעגן אמעריקא, סיי מיט די שטענדיגע מיסל ארויסשיסאכצער, אזוי אויך די נוקלערע פארשונגען, פראדעצירונג און אויספריוו מיסיעס וואס זענען געשפירט געווארן ביז הונדערטער מיילן אוועק פון זייערע נוקלערע איינריכטונגען, באגלייט מיט ווילדע און דירעקטע סטראשעס.

ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס האט ער גענומען א פרעצעדענטלאזער שארפע ריכטונג צו באהאנדלען דעם קריזיס, ״בבחינת אל טאָלק נאו עקשען״ סטראטעגיע, וואס האט זיך עווענטועל געענדיגט מיט א היסטארישע שטילשטאנד, האנט רייכונגען, און נאכפאלגענדע רואיגקייט אויף וואס איז שארף פארדאמט אין אראפגעריסן געווארן דורך די פרעזידענט׳ס קעגנער.

ביים היסטארישער סאמיט איז טראמפ געקומען מיט גאנצע הויפן צוקערליך אפצוקויפן דעם קליינעם גראבער׳ל, דאס האט אריינגערעכנט אפשטעלן פארשידענע מיליטערישע איבונגען וואס אמעריקא האט ביי זייער שכן דרום קאריע, אזוי אויך אז אמעריקא וועט פון דארט ארויסנעמען טויזענטער סטאנציענירטע טרופן.

אזוי אויך האט אים טראמפ פארגעלייגט פארשידענע עקאנאמישע פארשלאגן וואס צפון קאריע קען עווענטועל צוזאמארבעטן מיט אמעריקא, וואס קען העלפן אויפבויען די עקאנאמישע כוחות אין זיין ארימע און ווייט-צוריקגעשטאנענע לאנד. הויפטזיכטלעך דאס אז אמעריקא וועט אראפנעמען די שטייפע עקאנאמישע סאנקציעס וואס מ׳האט אויף איר ארויפגעשטעלט דורכאויס די יארן, און שפעטער אינטער טראמפ.

אלעס איז אבער געווען מיטן תנאי קודם למעשה, כפול ומכופל.. דינוקלעריזאציע!.. צו וואס קים האט זיך טאקע פארפליכטעט, אבער לע״ע נישט מקיים פסק געווען. ומצד אמעריקא זענען די טרופן אין דרום אווי פארדעם, די מיליטערישע איבונגען גייען אן אווי פארדעם, די סאנקציעס זענען בתקפו אווי פארדעם.. און ציגאב צו פרישע סאנקציעס וואס זענען ארויפגעשטעלט געווארן אינדערצווישן, באפרייט משכונות און צוריקגעקערטע קערפער פון געפאלענע אמעריקאנע סאלדאטן.

בקוצר המעשה.. ווי געזאגט פריער גייען די צוויי דיקטאטורן (קרעדיט פאקס נאוז) זיך ווידער טרעפן דינוואך, צו זעהן ווי מ׳גייט פון דא ווייטער.

קליפישים:

טראמפ היינט פארמיטאג ביים פארלאזן וואשינגטאן אויפשטייגענדיג אויפן עיר פארס וואן.

דראפבאקסגוגל דרייוו

קימטשע אן היינט הארט נאכן אנקומען קיין וויעטנאם, פאכענענדיג מיט זיינע הענט ארויס פון די פענסער בשעתן פארן אויף די גאסן.
[זעצעך אויס דאס מאל האט ער יא מיטגעברענגט די חברת אנו רצים].

דראפבאקסגוגל דרייוו
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דינסטאג פאברואר 26, 2019 12:02 am

ייש״כ טשאדעלע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

טראמפ-קים יאנג אן סאמיט אין וויעטנאם

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:55 am

ברוכים הבאים

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:56 am

טראמפ האט פריער געמאלדן אז ער האט שוין געלאנדעט אין וויעטנאם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:56 am

קים האט שוין געלאנדעט פריער אין וואך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 11:16 am

די צוויי פירער וועלן אפהאלטן זייער מיטינג דאנערשטאג אין די סאפיטעל לעגענד מעטראפאל האטעל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 11:40 am

קים האט געפרעגט באלטאן אויב ער האט צוטרוי אין אים
באלטאן האט געענטפערט אז אויב טראמפ פארמאגט צוטרוי דאן האט ער אויך

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג פאברואר 26, 2019 11:49 am

הכל הבל האט געשריבן:קים האט געפרעגט באלטאן אויב ער האט צוטרוי אין אים
באלטאן האט געענטפערט אז אויב טראמפ פארמאגט צוטרוי דאן האט ער אויך

אויב האט ער נישט קיין צוטרוי איז וואס וועט ער אים שחט'ן אזווי אלע זיינע מענטשען וואס האבן נישט קיין צוטרוי אין אים
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג פאברואר 26, 2019 1:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:קים האט געפרעגט באלטאן אויב ער האט צוטרוי אין אים
באלטאן האט געענטפערט אז אויב טראמפ פארמאגט צוטרוי דאן האט ער אויך

דאס איז די סיבה פון זיין דיקטעיטען,
ווייל ער פילט שוואך, מוז ער פראוון נאכאמאל און נאכאמאל אז ער איז יא שטארק
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:03 pm

טראמפ קים מיטינג געפלאנט צו נעמען ארום 20 מינוט

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג פאברואר 26, 2019 4:27 pm

אינטערסאנט ווי קים׳ס באדי גארדס לויפן ארום זיין קאר.
פארשטייט מען די גמרא (היינטיגער חק לישראל גראדע) סוס לרכוב עליו עבד לרוץ לפניו...

חנן בן עכבור
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

תגובהדורך חנן בן עכבור » דינסטאג פאברואר 26, 2019 4:54 pm

הכל הבל האט געשריבן:טראמפ קים מיטינג געפלאנט צו נעמען ארום 20 מינוט

דאס איז די גאנצע?

מאך זיכער אז צו דיין 5000'סטע תגובה קומט עפעס א גוטס!

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:08 pm

איך האלט נישט אויס צו זען דעי בילדער וואס קומען ארויס פון וויעטנאם, איך פארגין נישט דעם קליינעם גראבער אזוי פיל כבוד. איך פארגין עם נישט אזא פיינעם ציגערעטל בעת וואס זיין לאנד שטארבט פאר הינגער, און ער באקומט כבוד איבערן קאפ אין וויעטנאם

און דאס באקומט ער נאך פאר ער האט געלייגט א פינגער אין קאלט וואסער
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:09 pm

אמביציע האט געשריבן:איך האלט נישט אויס צו זען דעי בילדער וואס קומען ארויס פון וויעטנאם, איך פארגין נישט דעם קליינעם גראבער אזוי פיל כבוד. איך פארגין עם נישט אזא פיינעם ציגערעטל בעת וואס זיין לאנד שטארבט פאר הינגער, און ער באקומט כבוד איבערן קאפ אין וויעטנאם

ווי קען מען זען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:12 pm

Trump_Kim_Summit_Kims_Smoke_Break_61413-780x520.jpg
קים רייכערט א פיינער ציגערעטל
Trump_Kim_Summit_Kims_Smoke_Break_61413-780x520.jpg (45.92 KiB) געזעהן 3038 מאל

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:13 pm

AP19053347148453-2.jpg
AP19053347148453-2.jpg (64.29 KiB) געזעהן 3036 מאל

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:15 pm

זיי האבן זיך שוין געטראפן?
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:15 pm

190226_gma_karl1_hpMain_16x9_992.jpg
190226_gma_karl1_hpMain_16x9_992.jpg (78.78 KiB) געזעהן 3026 מאל

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:15 pm

שקר האט געשריבן:זיי האבן זיך שוין געטראפן?

ניין

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:17 pm

kim-jong-un-ap-19057067027011.jpg
מיט זיינע פיצי טייני הענטעלעך באגריסט ער די טויזנטער מענטשן וואס זענען עם ארויס געקומען באגריסן

זיינע בירגער שטארבן פאר הינגער
kim-jong-un-ap-19057067027011.jpg (62.58 KiB) געזעהן 3017 מאל

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:21 pm

7f1e5d4a58e46d37679edc45dd039356.jpg
די ערשטע חתן פירן אין וויעטנאם'ס היסטאריע...

קיין גרינעם השגה פארוואס זיי לויפן נאך דעם קאר...זיי מיינען נעבעך אז דאס הייסט מעכטיג...
7f1e5d4a58e46d37679edc45dd039356.jpg (40.28 KiB) געזעהן 3005 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7879
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:32 pm

אמביציע האט געשריבן:
Trump_Kim_Summit_Kims_Smoke_Break_61413-780x520.jpg


https://www.dropbox.com/s/095168f5ekabo ... 1.mp4?dl=0
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:35 pm

ניט אמאל ווייסט ער פון א געהעריגע צינדער? ( lighter)
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:52 pm

shimon7323 האט געשריבן:ניט אמאל ווייסט ער פון א געהעריגע צינדער? ( lighter)

אך... וואס פארשטייסטו צו א ציגארעטל,
ס׳פיל מאל בעסער א ציגארעטל וואס מ׳צינד אן מיט א שוועבעלע,
יוי... ס׳הייבט מיר אן צו גליסטן...
כ׳מיין אז כ׳זאל סטאפן מארגן נאכאמאל....
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג פאברואר 26, 2019 9:05 pm

יש בו האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:ניט אמאל ווייסט ער פון א געהעריגע צינדער? ( lighter)

אך... וואס פארשטייסטו צו א ציגארעטל,
ס׳פיל מאל בעסער א ציגארעטל וואס מ׳צינד אן מיט א שוועבעלע,
יוי... ס׳הייבט מיר אן צו גליסטן...
כ׳מיין אז כ׳זאל סטאפן מארגן נאכאמאל....

אבער אין די וועטער אינדערויסן קענסטו שטיין ביז מארגן און אנצונדען שוועבעלעך...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, אבן יקרה, פרידן און 43 געסט