אינדיע אטאקירט אין פאקיסטאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

אינדיע אטאקירט אין פאקיסטאן

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:12 am

א מעכטיגע אטאקע איז דורך געפירט געווארן דורך אינדיע אויף א טעראר קעמפ אין פאקיסטאנער טערעטאריע. דאס קומט דערנאך וואס פאריגע וואך איז דורך געפירט געווארן א שרעקליכע טעראר אטאקע אין אינדיע, וואס אינדיע באשילדיגט פאקיסטאנער טעראר גרופע'ס מיט די אינטערשטיצע פון די פאקיסטאנער רעגרונג

באריכטן ווייסן צו דערציילן אז קרוב צו 300 טעראריסטן זענען אימגעקומען אין די אינדיע איר פארס אטאקע

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:18 am

פאקיסטאן זאגט אז זיי האבן די רעכט צו ראגירן קעגן אינדיע

די ליפט דארט איז שרעקליך אנגעצויגן

מ'דארף געדענקן, דעי צוויי חברה זענען אטאם מאכטן

די פאקעסטאנער פרעזידענט האט פאריפן א דרינגענדע זיצונג צו זען וואס צו טאן ווייטער דא

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:25 am

hqdefault.jpg
א נישט קלארער בילד פון די פליגער בעת וואס זיי אטאקירן טיף אריין אין פאקיסטאנער טערעטאריע
hqdefault.jpg (8.44 KiB) געזעהן 2091 מאל

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:27 am

india_air_strike_balakote_map.jpg
india_air_strike_balakote_map.jpg (62.23 KiB) געזעהן 2086 מאל

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג פאברואר 26, 2019 3:23 am

נישט עפעס מעכטיג און נישט טיעף אין פאקיסטאן.
געשריבן דורך: נעכטן

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג פאברואר 26, 2019 9:57 am

א מייל איז אויך טיעף, כ"ש דא
אריין ביי יענעם אינטער [העכער] די נאז הייסט א פגיעה...
------------------------
פאקיסטאן וואלט זיך געדארפט באדאנקען פאר אינדיע פארן העלפען קעיר נעמען פון זייערע פראבלעמען.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:23 am

דאס קען זיין א גאר דראמאטישע אנטוויקלונג. זאל דער שומר ישראל האלטן די רעכטע האנט אויף אידן בכל מקומות מושבותיהם.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:41 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:א מייל איז אויך טיעף, כ"ש דא
אריין ביי יענעם אינטער [העכער] די נאז הייסט א פגיעה...
------------------------
פאקיסטאן וואלט זיך געדארפט באדאנקען פאר אינדיע פארן העלפען קעיר נעמען פון זייערע פראבלעמען.

איך קלער אז וויבאלד די פאקיסטאן/אינדיאנער גרעניץ איז שוין לאנג אנגעצויגן, האט פאקיסטאן לכאורה געוויסט ווען די אינדיאנער פליגער האבן אריינגעדרינגן נאר זיי האבן געקענט באשטיין אז אינדיע זאל באמבאדירן די טעראריסטן און טון די ארבעט פאר זיי. זיי פארדינען אז מלאכתן נעשית ע"י אחרים און די טעראריסטן וועלן זיך נוקם זיין אין אינדיע נישט אין פאקיסטאן און אינאיינוועגס קען פאקיסטאן שפילן וויקטעם און וויינען אז אינדיע האט זיי אטאקירט.

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:37 am

די פאקיסטאנע מיליטער זאגט אז זייער עיר פאורס האט אראפגעשאסן 2 פליגערס פון אינדיע וועלכע זענען דורכגעפלויגן די גרעניץ פון קאשמיר, און פארכאפט א פילאט.
לויט די פאליציי אין די אינדיע אקופירטע קאשמיר געגנט, זענען צוויי פילאטן און נאך א ציווילער אויף די ערד אומגעקומען אין די קראך, אבער האבן נישט באשטעטיגט אויב פאקיסטאן איז געשטאנען דערונטער.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:38 am

Pakistan said it closed off its airspace to all commercial flights Wednesday after announcing that its air force downed 2 Indian warplanes and captured 2 pilots.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:18 am

אמעריקע איז נעכטן אומווילנדיג אריינגעשלעפט געווארן אין דער אנגייענדיגער מיליטערישער דראמא צווישן אינדיע און פאקיסטאן, ווען מען האט געהערט באריכטן אז פאקיסטאן האט גענומען עף-16 פליגערס וואס אמעריקע האט פאר איר פארקויפט, אראפצושיסן דעם אינדיער פליגער און פילאט פאריגע וואך.

א ווארטזאגער פאר דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין אינדיע האט געזאגט, אז די רעגירונג פארשט צו דערגיין צי די באריכטן זענען אמת, וואס אויב יא באדייט עס אז פאקיסטאן האט פארלעצט די טערמינען פונעם פארקויף, וועלכע שטעלן צוימונגען אויפ'ן באנוץ פון די פליגערס
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot און 8 געסט