די טאג וואס פרעזידענט טראמפ האט געווינען ווידער-ערוויילונג (מעגליך...) פון: "לכתחילה אריבער"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

די טאג וואס פרעזידענט טראמפ האט געווינען ווידער-ערוויילונג (מעגליך...) פון: "לכתחילה אריבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

עס איז צוויי טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געגעבן זיין צווייטע "סטעיט אוו דע יוניאן" אדרעס. עס איז געווען די דריטע רעדע פארנט פון א געמיינזאמע סעסיע פון קאנגרעס, אבער טראדיציאנעל איז די ערשטע אזא רעדע וואס דער פרעזידענט גיט נישט קיין "סטעיט אוו דע יוניאן" אדרעס, זינט עס קומט געציילטע טעג נאכן ווערן איינגעשוואוירן און עס איז נאך נישט זיין פלאץ צו קומען זאגן פארן פאלק די צושטאנד פונעם לאנד פון א אייגענע פראספעקטיוו בעפאר ער רעגירט אויף די לאנד כאטש א שטיק צייט.

אלענפאלס, האט פרעזידענט טראמפ געגעבן זיין צווייטע סטעיט אוו דע יוניאן אדרעס. די רעדע איז געווארן שטארק אויסגעלויבט אלס א געלונגענע רעדע. גוטע פונקטן, גוט אראפגעלייגט, ערנסט, הארציג אא"וו.

די קריטיק וואס מען האט געהערט אויף די רעדע זענען געווען זאכן ווי "ער האט אין עטליכע פעלער צוזאמענגעכאפט זאצן" ער "איז נישט געווען אזוי אויפגעהייטערט ווי ביי זיינע ראלי אויפטריטן" אד"ג. און אויב "דאס" איז די קריטיק, קען מען גאנץ רואיג אננעמען אז די רעדע איז געווען א סוקסעס.

די רעדע זענען דורך זיינע שטיצער באצייכנט געווארן ווי "די רעדע וואס טוט ווייזן פארוואס טראמפ איז שטארק", "א גאר ביטערע טאג פאר די דעמאקראטן" אא"וו, און די נישט שטיצער - אבער אויך נישט קעגנער פון פרעזידענט האבן עס פאזיטיוו אויפגענומען און זיך אויסגעדרוקט אז "ווען נאר "טראמפ פון די סטאד"י רעדע קען זיין פרעזידענט די גאנצע צייט, און נישט "טראמפ פון טוויטער".. וואלט געווען בעסער פאר יעדעם.

וויאזוי עס זאל נישט זיין, די רעדע איז געווען א געלונגענע.

וועט איר דאך אוודאי מיינען אצינד אז דאס איז וואס איך מיין מיט'ן קעפל "די טאג וואס פרעזידענט טראמפ האט געווינען ווידער-ערוויילונג" וויל איך אייך זאגן.... "איי מעיד יו לוק".... נישט דאס מיינעך!

אמת, דאס וועט נישט שאדן, און דאס אז עס לויפט מעגליך אז צענטער-לינקער מאן ווי שולץ - דער גרינדער און געוועזענער פירער פון סטארבאקס - און ער פלאנט צו לויפן אלס אינדעפענדענט - אויב ער לויפט - וועט אויך ארויסהעלפן לויט מערסטענס פארשטייער, אבער איך רעד נישט דא פון די רעדע, און נישט פון שולץ.

איך רעד בכלל נישט פון עפעס וואס האט צוטאן מיט פרעזידענט טראמפ זעלבסט, אויב יא איז דאס נאר אומדירעקט.

איך רעד פון די פאקט אז די דעמאקראטן וועלן זיין די וואס וועלן ברענגען טראמפ צו ווערן ווידערערוועלט! און דאס איז איינפאך ווייל זיי האבן - מעגליך אין רעספאנס פון טראמפ ראדיקאלע סטייל - באשלאסן עס צו קאנטערן מיט א אייניגע ראדיקאל-קייט. נאר אין פלאץ וואס טראמפ ראדיקאליזם איז אין ווערטער און אין אויפפירונג, אבער אין פאליסי איז ער ווייט פון ראדיקאל, האבן די דעמאקראטן באשלאסן צו גיין ראדיקאל, אבער טאקע אויף פאליסי.

ווען מען קוקט אויף פרעזידענט טראמפ און זיינע ראדיקאל שטיק, און עס שטעלט זיך די פראגע "וויאזוי קען זיין" אז ער איז געווארן ערוועלט, איז די בעסטע און איינפאכסטע ענטפער אז דער עולם האט באשלאסן אז כאטש וואס דער פלאמער האט שמוציגע קליידער, ער איז א פויער און האט א אומפערפעקטע געשניטענע מארדע.. דאך.. אויב מאכט ער א גוטע דזשאב.. די סוער פליסט פיין ווען ער קומט מיט זיינע שמוציגע הויזן... איז א כפרה די הויזן... כ'העל זיך נישט משדך זיין נישט מיט זיינע הויזן און העכסטנס נישט מיט אים אליינס אויך נישט... אבער אויב איז מיין ציל אז "די אפלויף זאל פליסן פלייסיג, און דער מאכט א גוטע ארבעט" זאל זיין אזוי!!

צו עס איז ריכטיג צו נישט איז א גוטע פראגע. אויב קומט דער פלאמבער אריין צו מיר אין שטוב, און פון זיינע שמוציגע הויזן ווערן די ווענט שמוציג.. אפשר דארף מען רופן א צווייטן... אבער מען רעדט דאך אויף צו פארשטיין און אפלערנען די פאקט.

אויב טראמפ איז א משוגענער, א מטורף... אבער ער מאכט א גוטע ארבעט, איז וועמען גייט אן אז ער איז א נוקם ונוטר, אז ער הערט נישט אויף טראכטן און רעדן פון זיך זעלבסט, אז וועמען ער חלומ'ט נאר האט געוואלט זאגן עפעס קעגן אים ווערט אראפגעריסן ווי נאר א צעלאזענע כייע קען... אבער ער טוט א גוטע ארבעט, איז א כפרה!!

צו דאס איז ריכטיג? צו די שאדן וואס ער ברענגט צו די פרעסטיזש פון די פרעזידענטשאפט איז נישט קיין פראבלעם? קען זיין יא! אבער די פאקט בלייבט אז מענטשן האבן באשלאסן אוועקצוקוקן פון די "זייטיגע" זאכן, און "ער טוט א גוטע ארבעט"? איז גוט!

און דא שטעקט די טעות פון די דעמאקראטן! זיי האבן באשלאסן צו גיין ראדיקאל, אבער ראדיקאל אין פאליסי! ראדיקאל אין פירן דאס לאנד, און זיי האבן באשלאסן אז "אויב איז טראמפ ראדיקאל און געווינט" וועלן מיר אויך זיין ראדיקאל און אויך געווינען"!

פארגעסנדיג אז ביי טראמפ איז די גברא ראדיקאל, און ביי די דעמאקראטן רעדט מען פון א ראדיקאלע חפצה.

כלפי מה דברים אמורים.

אנגעהויבן פון די וואלן, האבן די דעמאקראטן אריינגעברענגט עטליכע געזעץ געבער וואס זענען ראדיקאל. און ראדיקאל מיינט נישט אפילו שטארק לינק, און אפילו נישט סאשעליסט א שטייגער בערני סאנדערס, נאר מען רעדט ראדיקאל אויף "יוגא שאוועז" סטייל ראדיקאל. אויף "פאראקאן" סטייל ראדיקאל.

זיי האבן אריינגעברענגט צוויי מוסלעמענער. אבער נישט נאר מוסלעמענער וואס זענען פערצופאל פון די רעליגיע, נאר מוסלעמענער וואס זענען אפען אנטי מד"י, וואס האבן אין די פארגאנגענהייט געשריבן איבער מד"י גענוי וואס די גרעסטע שונאי ישראל - אדער שונאי מדינת ישראל - שרייבן.

דאן האבן זיי אריינגעברענגט די איינע קאנגרעספרוי "קארטעז" וואס איז א "ראדיקאל פון די ביכער". א ראדיקאל ווי מעדורא פון ווענעזועלא, און נישט נאר איז נישט פארשעמט דערמיט, נאר זי שטאלצירט מיט אירע מיינונגען, און האט א גרויסע פלוס פון מיינונגען! זי לאזט זיך הערן טאג און נאכט, מערסטענס מאל קלאפט נישט געהעריג וואס זי זאגט, אבער די שפיץ איז, אז זי זאגט אומצוויידייטיג אז זי וויל פון די פאראייניגטע שטאטן מאכן וואס שאוועז האט געמאכט פון ווענעזועלא!

אויסראטן עשירות, צושטעלן גאר ראדיקאל סאציאלע פראגראמען, העכערן טעקס גאר שטארק, רעגולאציע און רעגירונגס קאנטראל אא"וו און ווייטער.

דאס אז די דעמאקראטן זענען געווארן די "אנטי מד"י" פארטיי גייט שוין אן עטליכע יאר. און וויפיל דאס האט זיי געשאדט אין די פארגאנגענהייט איז שווער צו וויסן אבער עס קוקט נישט אויס ווי צופיל. צו עס וועט זיי שאדן אין די צוקונפט? מען קען נישט וויסן. וויפיל אידן זענען דען שוין דא אין די פאראייניגטע שטאטן? אפשר מיט געלט, זינט אסאך רייכע לייט זענען אידן און אקטיוויסטן.

אבער אפגעזען צו די דעמאקראטן וועלן פארלירן די אידישע שטימען, זענען די צוויי נייע געזעצגעבער גאר גוטע שטאף פאר די רעפובליקאנער אויף אראפצומאלן די דעמאקראטישע פארטיי אלס "ראדיקאל", אלס "אנטיסעמיטיש". און אפילו עס זאל נישט שאדן ביי די אידן - אדער עס זאל יא נאר עס וועט נישט מאכן א גרויסע אונטערשיד - איז אנטיסעמיטיזם א גוטע טאפיק ווען מען וויל איינעם אראפרייסן און מאכן אנדערע זיך אפשאקלען, און דאס קען שוין איינמאל שאדן פאר די דעמאקראטן, ווייל עס קען אריינגיין אין די קעפ פון די אינדעפענדענטס אדער די צענטריסטישע דעמאקראטן אז "די פארטיי איז געפארן צו לינק".

און די זעלבע איז מיט קארטעז. ווען אזא איינע ווי קארטעז ווערט אזוי מאכטפול אין די פארטיי, אז זי איז אויף די העדליינס יעדן איינציגסטן טאג אן קיין גוזמא, און לייגט אראפ ראדיקאלע ווילדע סטעיטמענטס, איבער די ענדע פון די וועלט, און אז עשירות איז אוממאראליש, אז אפהיטן די גרעניץ איז רציחה, אז נארישע געזעצן און חוקי רציחה זענען נישט נאר "מותר" נאר גאר די חיוב, און טראכטן פארקערט איז אוממאראליש, דאס האט א אפעקט אויף די בליק וואס דער דורכשניטליכער מענטש האט אויף די פארטיי, און דאס קען זיין גוט שאדן.

אבער דאס גייט דאך שוין אן עטליכע טאג, וואס מין איך מיט'ן קעפל " די טאג וואס פרעזידענט טראמפ האט געווינען ווידער-ערוויילונג"? וואס האט "היינט" פאסירט?

פאסירט האט אז היינט איז געווען די טאג, וואס פרוי קארטעז האט ארויסגעלייגט איר ערשטע "אגענדע" און "פלאטפארמע" וואס זי צילט, און וואו זי וויל צוקומען.

אפגערעדט אז עס איז געווען געשריבן גרייזיג, מיט לאכעדיגע גרייזן, אויסגעלאזטע ווערטער, און אנדערע גראבע גרייזן, איז די אינהאלט געווען אזוי דראסטיש ראדיקאל, אזוי צעדרייט, אז פרוי פעלאוסי האט עס באצייכנט ווי א טרוים - אין איר "עס איז נאריש" זין, נישט "עס איז עפעס פון וואס מען קען נאר אצינד חלומ'ען אבער הלוואי" זין.

און עס איז געווען אזוי שלעכט און ראדיקאל, אז די "צוריק-שטויס" פון אלע זייטן איז געווען אז ברוטאל, אז נאך א קורצע צייט האט קארטעז אראפגענומען די ארטיקל פון איר וועב-זייטל!

די זאכן וואס זענען דארט געווען אויסגערעכנט איז געווען אזוי אבסורד, אז די ארטיקל - באצייכנט אלס די "גרין ניו דיל" איז געווארן גאר שנעל גאר פאפולער, און אנגעהויבן "טרענדן" אויף טוויטער, אבער.... פאר די נישט גוטע סיבה... עס איז פשוט געווארן אראפגעריסן פון אלע זייטן, אפילו פון לינקע און דעמאקראטן וואס האבן זיך פשוט געשעמט....

די "פלאן" צו באקעמפן גלאבאלע אנווארעמונג - וואס קארטעז זאגט אז אויב נישט וועט די וועלט קומען צו א ענדע אין ... 12 יאר.. - האט אריינגענומען פלענער ווי "אויפהערן נוצן עראפלאנען"... אויסראטן קארס... אויס-שעכטן בהמות - עס איז די מיינונג פון די גרינע שוין לאנג אז די - במח"כ - גאז וואס די בהמות געבן ארויס ווארימט אן די וועלט.... - און נאך ענליכע אבסורדע פלענער.

צווישן אנדערע איז אויך געווען - בדרך אגב - פלענער "צוצושטעלן געלט פאר די וואס קענען נישט אדער... ווילן נישט ארבעטן"!! און נאך אזעלכע עקסטרעמע זאכן וואס האט ארויסגערופן א געמיינזאמע געלעכטער און א שרעק - אויב דאס איז מעגליך.. - ביי די וואס האבן עס געלייענט.

דאן איז געווען אין די נייעס איבער די גאר עקסטרעמע חוקי רציחה געזעץ וואס דער גאווערנאר פון ווירדזשיניע האט אויסגעדרוקט שטיצע. אסאך פון זיין אייגענע פארטיי האבן אים ארונטערגעריסן, און זיך אפגעשאקלט דערפון, און צו די רעפובליקאנער גוטער מזל איז פונקט עטליכע טעג שפעטער ארויסגעקומען די נייעס אז מיט יארן צוריק האט דער גאווערנאר - מעגליך - געלייגט אין א יאר-בוך א ראסיסטישע בילד, אזוי אז דער גאווערנאר איז געווארן א שעיר לעזאזל און דער פרעזידענט האט אים טאקע אראפגעריסן עמטליך ביי זיין סטאד"י רעדע.

און נישט פאר ראסיזם, נאר פאר זיין ראדיקאל לינקע חוקי רציחה פאליסי. און עס איז אזוי ראדיקאל, אז אפילו היינט ווען די חוקי רציחה ווערט ליידער מער און מער "אנגענומען" ביים באפעלקערונג, האט ער עס אבער גענומען צו אזא עקסטרעם, אז די רעכטע האבן זיך ארויפגעכאפט און אנגעוויזן "וואס פאסירט אויב הייבט מען אן מיט די זאכן"..
אלזא..

עס איז קיין פראגע אז דא ווילדע לינקע מיינונגען שלעפן דאס לאנד צו לינקס. עס האט זיך נישט אנגעהויבן היינט, נאר פילע זאכן וואס זענען נאך מיט געציילטע יארן צוריק געווען אזוי אפגעפרעגט אז איינער ווי פרעזידענט קלינטאן האט עס נישט געוואלט שטיצן, איז היינט די נארמע ביי די דעמאקראטן, און עפעס וואס די רעכטע אפילו זיי האלטן נישט אזוי, זענען אבער נישט אזוי צעשוידערט אז די דעמאקראטן האלטן אזוי.

טא, אסאך דעמאקראטן וועלן טאקע ארונטעררייסן די ראדיקאלע, זיי פארדאמען און זייערע מיינונג, אבער גענוג וועלן זיך נישט אפשאקלען. און א היפשע ביסל פון די יוגנט ביי די לינקע זענען איינשטימיג מיט די ראדיקאלע מיינונגען! אזוי אז אלע וואס ווילן לויפן פאר פרעזידענט ביי די דעמאקראטן מוזן גיין צו לינקס דאס מערסטע וואס זיי קענען!

און דאס מיינט, אז אפילו עס זאל אויסקומען אז נישט א "עכטע לינקע ראדיקאל" וועט זיין די דעמאקראטישע קאנדידאט, וועט אבער די קאנדידאט זיין גענוג לינק, און גענוג נאענט צו ראדיקאל, אז די רעכטע וועלן זיך מחי' זיין!

עס איז אויסגעקומען, אז אנשטאט דאס וואס האט פאסירט די פארגאנגענע עטליכע יאר, אז די שטארק לינקע געדאנקען אריינגערעכנט חוקי רציחה און סאשעליזעם, זאכן וואס זענען צוביסלעך געווארן מער און מער "כשר" און "פארשטענדליך" ביים המון עם, איז אצינד געווארן גענומען אזוי לינק אזוי שנעל און עקסטרעם, אז עס וועט זיין זייער גרינג פאר די רעכטע צו פארקויפן פאר די צענטערישע סארט מענטשן אז "די דעמאקראטן זענען ראדיקאל" און שטיי ווייט פון זיי.

דאס אז אין ווענעזועלא קומט אצינד פאר וואס עס קומט פאר, און אז יענער לאנד קען ווערן ארויסגעהויבן אלס א "סעמפל וואס סאשאליזעם ברענגט", און אלס א סעמפל "דאס ווילן די דעמאקראטן מאכן פון אמעריקע" דאס שפילו אויך גאר גוט אריין אין די הענט פון די רעפובליקאנער.

און דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז די נייעס האט געוואוסט צו פארציילן אז די פלאטפארמע פאר טראמפ אין 2020 גייט זיין אנטי חוקי רציחה, און אנטי סאשעליזעם, זאכן וואס וואלטן שוין נישט געווען קיין "הויפט אישו" פאר א קאמפיין זינט דאס לאנד האט צוביסלעך אנגעהויבן "פארטראגן" די סארט געדאנקען כאטש אלס "אויך א געדאנק, אפילו איך האלט נישט אזוי".

און דאס ברענגט מיר צוריק צו מיין קעפל.

"די טאג וואס טראמפ האט געווינען ווידער-ערוויילונג"! און עס איז די ארבעט פון די דעמאקראטן וואס טיען די ארבעט בעסער ווי טראמפ וואלט געקענט אליינס!

פארשטייט זיך - און איך דארף עס אפילו נישט זאגן באמת - עס איז ווייט פון גאראנטירט אז טראמפ געווינט ווידער-ערוויילונג. איך האב שוין די לעצטע שטיק צייט שלום געמאכט מיט'ן מעגליכקייט אז טראמפ וועט זיין א איין טערמין פרעזידענט, דאך האבן די פארגאנגענע פאר טעג צוריקגעשטופט די מעגליכקייט פאר ווידער-ערוויילונג צו א פיל העכערע שטאפל ווי עס איז געווען.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שוידערליך!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

זייער שיין צולייגט.

צוויי הערות. איינס, איך האלט נישט אז די עקסטרעם ראדיקאלע ליבעראלע מאוומענט איז דירעקט פארבינדן מיט די טראמפ פרעזידענסי - א_ווי די לייגסטעס אראפ - טראמפ איז ראדיקאל מיט זיין סטייל, האבן די דעמעקראטן אנגעהויבן גיין ראדיקאל אויף פאלאסי. ס׳איז נישט אזוי ריכטיג.

קודם כל האט זיך די לעצטע שטארק לינקע מאוומענט אנגעהויבן מער אנפאנג די פרעזידענטליכע פריימעריס אין 2016, [און אפילו גאר ענדע יארע 2015], בשעת ווען ס׳איז נאך געווען ווייט נישט זיכער אז טראמפ גייט עווונטועל זיין דער נאמאני פאר די ריפאבליקאנער, ווער רעדט נאך פון זיין פרעזידענט, וואס דאס האט מען נישט געחלומט ביז יענע שווארצע מיטוואך פארטאגס.

ווען בערני סענדערס, דער קאמאניסטישע דעמעקראט האט אנגעהויבן שלאגן ווארצל׳ן אינערהאלב די דעמעקראטישע פארטיי, [וואס איז געקומען אין א באבלאזענע צייט פאר די מעסיגע און סעמי ליבעראלע דעמעקראטן, מיט ביידע הייזער קאנטראלירט דורך די ריפאבליקאנער, און בכלל, נאך שוין 7 זעטע יארן אינטער אבאמא], האט דאס שוין דעמאלטס סיגנעלאזירט אז די פרעגרעסיוו׳ס אין לאנד הייבן זיך די קעפ רח״ל. ס״ה האט מען דורכאויס די לעצטע צוויי יאר מער און מער איינגעזעהן די פאקט אז די מאוומענט ווערט נאר שטערקער און שטערקער. ס׳איז נאכאמאל געפראווד געווארן ביי די פלארידע פריימעריס ווען גילום האט אומערווארטעט געווינען די קאנדיטאטור צו זיין דער דעמעקראטישע גאווענער קאנדידאט אין נאוועמבער.


צווייטענס, די גרידלאק אין וואשינגטאן יעצט ווען די דעמעקראטן פירן זיך זיך אויף - אווי די באצייכענסטעס - ראדיקאל אויף פאליסי, האט קיין שייכות נישט מיטן שארף לינקע מאוומענט אינערהאלב די צפון זייט פונעם אמעריקאנעם פאלק. דאס איז א טיפיקאל פאליטישע פייט וואס שפילט זיך אפ יעדעס מאל ווען דער פרעזידענט און איינע פון די הויז טשעמבערס זענען צוויי אנדערע פארטייען. [ווען ביידע הייזער ווערן קאנטראלירט דורכן זעלבן פארטיי, אפילו דער פרעזידענט איז פונעם אנדערן פארטיי - א שטייגער ווי אבאמא׳ס לעצטע צוויי יאר - איז די מצב אין וואשינגטאן רואיגער].

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, איך האלט נישט אז דאס - ראדיקאלע אויף חפצה - קען דירעקט אפעקטירן די וואלן אויסגאנג אין 2020 לטובת טראמפ, ווייל מאכן ערום די רייכע (א עקסטרעם שארפע אויסדריק) איז נישט קיין ״נייע״ פאלעסי, ס׳איז אין פאקט פון די ערשטע הלכות אין הלכות ליבעראליזעם. אזוי אויך קליימעט טשעינזש, איז נישט קיין נייע מחלה, ס׳איז אין פאקט ניטאמאל קיין שארף ראדיקאלע אישו משורשה, ווייל אפילו די מעסיגע דעמעקראטן גלייבן אין דעם.

די צוויי פאליטישע פאלעסי׳ס רוקן זיך מער און מער לינקס!? הונדערט פארצענט. און דאס איז ווייל די ראדיקאל לינקע הייבן זיך די קעפ.

והעיקר, די פראגרעסיווע מאוומענט ווערט נאר שטערקער און שטערקער, אנדעם וואס ס׳זאל האבן שייכות מיט די טראמפ ראדיקאל סטייל. די פראגרעסיוו׳ס הייבן זיך די קעפ ריגארדלעס! אוו ס׳פארברייטערט זיך מער און מער... סוי ס׳איז יא מעגליך א שארף ראדיקאלע ליבעראלע קאנדידאט וועט יא אנצוען שטאק צווישן דעמעקראטן. דער רבוש״ע זאל האלטן די רעכטע האנט.

אין די סיבה פארוואס די פראגרעסיוו׳ס גאלאפירן אויף ארויף אזוי שנעל, און שלעפט צו זיך מער אין מער דעמעקראטן, אפילו מעסיגע, איז אויך נישט דירעקט פארבינדן מיט טראמפ׳ס פרעזידענסי. דאס קומט ווייל ס׳איז נישט פארהאן קיין עכטע דעמעקראטישע סטאר.

ווען קלינטאן האט פארלוירן די וואלן איז בערני סענדערס געווארן א קאפ העכער, און דערזייט איז ער פון די שטערקסטע פיגור׳ן אינערהאלב די פארטיי. איך פערזענדליך האלט אז די פראגרעסיווע מאוומענט קען קומען צו א אפשטעלן, אדער עכ״פ ווערן פארלאנגזאמט, איז אויב גייען די דעמעקרעטס ערוועלן א מעסיגע דעמעקראט פאר 2020. למשל אזא איינער ווי דזשאו ביידען.

אבער געווינען די 2020 פרעזידענסי!? אויב גייען זיי - חס מלהזכיר - ערוועלן אזא איינעם ווי בערני סענדער׳ס, ר׳ איד, מ׳ברויכן גרויס רחמי שמים אז יענער זאל נישט מאכן דעם וועג צום ווייסן הויז.

עכ״פ, כ׳האלט נישט ווי די צוויי זאכן - פראגרעסיווע אויפשטייג מיט טראמפ׳ס ראדיקאלע סטייל - זענען דירעקט פארבינדן. די פראגרעסיווע גאלאפירונג אויף ארויף קומט ווייל ס׳איז לע״ע נישטא קיין עכטע פארטיי לידער פאר די מעסיגע דעמעקרעטס.
והשינית, די איצטיגע פאליטישע געשלעגן אין וואשינגטאן איז דירעקט נישט פארבינדן מיט די פראגרעסיווע ראדיקאלע אויפשטייג. ס׳איז דעמעקראטן ווס ריפאבליקאנער.
און איינמאל די דעמעקראטן וועלן פארמאגן א נייע שטיף טאטע - א מעסיגע דעמעקראט, וועלן זאכן בעזהשי״ת זיך בארואיגן.
רשעות קאלטע סעלצער
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ס'איז קלאר אז די נישט-נארמאלע לינקע קאמוניזם וואס נעמט ארום די דעמאקראטן, געשטיצט דורך מידיע, קומט פון זייער פארלוירנקייט אין רעאקציע צו טראמפ. זיי קענען נאך עד היום נישט באגרייפן די עצם בריאה פון טראמפ, שוין אפגערעדט וויאזוי צו האנדלען מיט אים. וואס זיי טוען, ארבייט נישט, און זיין "בעיסליין" שטיצע פונדאמענט איז שטארק ווי מארמאר. זייער דריי קיין לינקס איז אן אנדערע אויסדרוק פון רייסן די האר פון קאפ. אבער דאס נעמט נישט אוועק די שעדליכקייט פון די עקסטרעם לינקשאפט.

בדרך צחות קען מען זאגן אז אויב פוטין האט געוואלט טראמפ זאל געווינען קעגן קלינטאן איז נישט געווען דוקא לטובת טראמפ, נאר ווייל ער האט געוואלט טראמפ'ס געווינס זאל אויפבויען די שטוינענדע שוידערליכע "רעזיסטענס" פון די עקסטרעם לינקע מיט'ן קאפ אין וואנט אריין ביז סאשעליזם און ווייטער ר"ל.

נאר וואס'זשע דען, דערווייל אזוי נישט מיר נישט דיר האט טראמפ אויסגעפירט רוב זאכן וואס ער האט געוואלט, און די לינקע זענען נאך אלץ שוימיג פראסטרירט. ימים ידברו.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איז FDR געווען א קלענערע סאציאליסט ווי בערני סאנדערס?
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

זייער שיין (שרעקליך) אין קלאר

איך מיין אז די סיבה פארוואס די דעמאקראטן האבען זיך אזוי ראדיקאלעזירט איז ווייל זיי האבען צוביסלעך געמאכט א יסודותדיגע טויש אין די ציגאנג אין אידילאגיע פון זייער פארטיי בכלל, ווייל זיי האבען געוואלט אפעלירען צו די יינגערע און פרויען וויילער

זייער אידעלאגיע איז געווארן געטוישט אויף א שרעקליכע פארנעם, אז איעדע זאך וואס רעדט צו געפילען אין אידע זאך וואס הערט זיך שיין אין רחמנותדיג איז געווארן א חלק פון זייער פאלעסי
און זיי האבען גענימען אויף א מיסיע אויסצורייסען אלטע מאראלען וואס זיי קוקען אן אלס אלט מאדיש און אום פראפער

איך האלט אז דאס האט נישט מיט טראמפ
נאר עס איז א טויש וואס איז געשען ציביסלעך און זיי גליטשען אראפ די גליטשער שנעלער אין שנעלער
צעקה בקול דממה דקה
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א שטארק באלערענדע אשכול, אנגעהויבען פון א בריליאנטינעם אנאליז פון הרב לכתחילה אריבער וואס מאכט שטארק טראכטען, און נאכגעפאלגט פון שטארקע רעאקציעס פון אונזערע באליבטע טשאדעלע און שרייזשע.

ווער עס פארשטייט וואס ער האט דא געליינט קען זיך פאטשען אז ער פארשטייט אן עסק, און האט דער גאנצער אמעריקאנער פאליטיק ארויס. דער גרעסטע דיפערענץ צווישען רעכטע און לינקע איז אז די רעכטע פארשטייען שוין גאר גוט די לינקע (א סאך זענען שוין געווען לינקס און תשובה געטוהן); אבער פארקערט נישט; די לינקע הייבען נישט אן צו פארשטיין די רעכטע (זיי זענען קיינמאל נישט געווען רעכטס אפילו נישט אין פריעריגען גלגול).

ס'גייט זיין לעבעדיג רבותי. קודם די מוללער רעפארט מיט די נאך ווייען דערפון; און נאכער די נעקסטע פריימעריס און עלעקשאן'ס. שוואכע הערצער זאלען באצייטענס זיך זיכען אנדערע אינטערעסען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

זייער גוט און ברייט ארויסגעברענגט.

עס איז אבער ביי מיר נישט אזוי זיכער אז די דעמאקראטן מיט א פראגרעסיווע בערני סטייל קאנדידאט אין שפיץ האט שוואכערע שאנסן ווי א מעסיגע קאנדידאט. די פאולס האבן אין יאר 16 געוויזן אז בערני איז שטארקער קעגן טראמפ.

ביי אונז אידן ווערן טאקע אפילו דעמאקראטן מאטיווירט צו שטימען פאר טראמפ צוליב די אבנארמאל צודרייטע ליבעראלע ווינטן די לעצטע פאר יאר. אבער ביי די אלגעמיינע גאס ווערט ווערן די אינגווארג אויפגעצויגן אין ליבעראל געהאדעוועט שטייגן, און עס נעמט זיי ביז זיי ווערן מיטל-יאריג אז זיי זאלן זיך עטוואס ארויסדערזען פון די טעאריע. סאו ס'איז צום ערווארטן אז די מאוומענט זאל זיין שטארק אויף זייער זייט.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

ר' יום טוב האט געשריבן:זייער גוט און ברייט ארויסגעברענגט.

עס איז אבער ביי מיר נישט אזוי זיכער אז די דעמאקראטן מיט א פראגרעסיווע בערני סטייל קאנדידאט אין שפיץ האט שוואכערע שאנסן ווי א מעסיגע קאנדידאט. די פאולס האבן אין יאר 16 געוויזן אז בערני איז שטארקער קעגן טראמפ.

ביי אונז אידן ווערן טאקע אפילו דעמאקראטן מאטיווירט צו שטימען פאר טראמפ צוליב די אבנארמאל צודרייטע ליבעראלע ווינטן די לעצטע פאר יאר. אבער ביי די אלגעמיינע גאס ווערט ווערן די אינגווארג אויפגעצויגן אין ליבעראל געהאדעוועט שטייגן, און עס נעמט זיי ביז זיי ווערן מיטל-יאריג אז זיי זאלן זיך עטוואס ארויסדערזען פון די טעאריע. סאו ס'איז צום ערווארטן אז די מאוומענט זאל זיין שטארק אויף זייער זייט.



פאקט 1)
קנאפע 49 מיליאן אמעריקאנער זענען אויף SNAP / פוד סטעמפס. זיי ווילן אלץ פרעזידענט א געשוואלענעם ליבעראלער דעמאקראט וואס זאל נאר געבן און געבן. ונתנו ישר והפוך.

פאקט 2)
קלינטאן האט אנגעצויגן מיט קרוב צו 3 מיליאן שטימען העכער טראמפ.

אז טראמפ זאל געווינען דארף פאסירן אויסערארדענטליכע ״צו-פאלן״ - פון הימל האט מין אזוי געוואלט.

עפ״י שכל - מאטעמאטיק-ווייז האט ער גאר שוואכע שאנצן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”