אפצייכענונג: 2 יאר טראמפ!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

דער משוגענער לאזט מיר איבער מיט א ערענסטע אסתפקתא...

מיין ספק איז: איז נארמאלקייט בלויז א פליכט אלץ א איד צו אפילו אלץ א מענטש, אדער איז נארמאלקייט -בנוסף צו א פליכט- אויך א אומאפטיילבארע באשטיינדטייל פון הצלחה אין ביזנעס.
פון טראמפס 2 יאר אלץ פרעזידענט קוקט אויס -ביזדערווייל- אז מען דארף בכלל נישט האבן א פינטעלע מענטשליכקייט בכדאי צי ווערן אן אמעריקאנער ביזנעסמאן/ פרעזידענט וכדו.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

כאפצעם לייגט אראפ טראמפ אלץ א הילכיגער דורעכפאל... אויב וויל מען קוקן אויף זיינע חורבנות דארף מען לענד''ת ווארטן יארן אפצושאצן זיינע חורבנות, כמדומה לי אז ער לאזט איבער 3 הויפט פראבלעמען.

1. ער האט גאר שטארק אראפגעברענגט די נארמאלקייט און באזעסענקייט ביי די אמעריקאנער מענטשהייט, פאליסי מאכערס וכדו'
2. ער האט חרוב געלייגט די לאנגיעריגע אמעריקאנע פריינטשאפט מיט אייראפע, און פארפעלט אויפצובויען נאנטשאפט מיט אנדערע לענדער צ.ב.ש. אינדיע. איך ווייס נישט וואס די תוצאות וועלן זיין, אבער עס קען מעגליך זיין גאר שלעכט.
3. אפשר קען מען אים בלעימען אז ער האט פארפעלט (צוזאמען מיט אלע אנדערע פאליטישאנס) אנטייל צו נעמען און ארויסהעלפען מיט די סייענטיפישע און טעכנאלאגישע פארשריט, הגם ער האט יא שטארק געארבעט צו פארזיכערן אמעריקאנע פירמעס פון די גניבות וואס טשיינע פירט רעגעלמעסיג דורך אויף זייער אינטעלעקטואלע פראפערטי. קומט אים טאקע קרעדיט פארן ארויסהעלפן אינעם חלק פון סור מרע, אבער ער האט פארפעלט אינעם חלק עשה טוב.
4. ער האט געהאלפן פארשפרייטן די גלוסטעניש ביי לענדער פאר מאכט אפילו אויף שלעכטע וועגן, און ער האט נישט פראבירט צו שטיפן די וועלט צו א מער אידעאליסטישע אידעאלאגיע.
---

נקודה נומער איינס איז לכאורה איבריג מאריך צו זיין, ער האט פארשנעלערט די גאלאפ מיט וואס די ציוויליזאציע מארשירט אויף אראפ, מאכענדיג ערווארקסענע זאלן בלויז קוקן אויף זייער איגו, ניצן ביליגע לשונות אראפצורייסן אנדערע וכו'

נקודה נומער צוויי: א גרויסע עיקר און די סוקסעס פון אמעריקע איז איר פאראייניגטע 50 שטאטן,
אויב זאל קאליפארניע / ניו יארק / ניו זשערסי/ טעקסאס / וכו' זיין גענצליך אפגעטיילטע לענדער, מיט עקסטערע געזעצן פאר טעקס/ ענווייראמענט/ אגריקאלטור/ פינאנציעלע געזעצען, עקסטערע וואלוטע, עקסטערע סטאק עקסטשעינזשעס, פארשידענע שפראכן וכו' וכו' וואלט קיינע פון די לענדער נישט געווען מער סוקסעספול פון פראנקרייך, אייאווע וואלט געווען ווי אונגארן און פענסעלוועניע וואלט געווען ווי פוילן, און נישט ווי די היינטיגע פוילן און אונגארן נאר ווי פוילן און אונגארן פאר 20 יאר צירוק.

עס איז זייער שווער צו באגרייפן די כח פון א פאראייניגונג, אצינד איז דא א פאראייניגטע כח פון 300 מיליאן קאסטומערס אין איין לאנד, מען קען ליסטן א קאמפאני אויף בלויז איין סטאק עקסטשעינזש און פארהאנדלן מיט בלויז איין רעגירונג אגענטור און די האסט א מארקעט פון 300 מיליאן מענטשען וואס קענען אינוועסטירן ביי דיר!

לעת עתה איז טשיינע די גרעסטע פאראייניגונג אויף די וועלט, טשיינע פארמאגט איבער א בילליאן מענטשען, עס ווערט געשאצט אז די קומענדיגע יאר וועט טשיינע זיין די גרעסטע איינקויפער אויף די וועלט! אום 2018 האט טשיינע באטראפן כמעט פופציג פראצענט פון אלע עפפ דאונלאודס איבער די וועלט! און טשיינע ווערט פארקויפט אפשר דאפעלט קארס פון אמעריקע. דאס געבט טשיינע א מאגנעטישע כח צוציען אלע קאמפאניס און טאלאנטפולע מענטשן אז זיי זאלן זיך דארטן אויפבויען, און פארשטענדליך אז דערמיט בויען זיי אויף טשיינע.

אויב אמעריקע וויל בלייבן א וועלט מאכט כאטש אזוי גרויס ווי טשיינע, מוז זי לכאורה פארברייטערן איר פאראייניגונג מיט אנדערע פאסיגע לענדער.
קצרתי מאד.

נקודה נומער דריי טכנעלאגישע פארשריט האט די גרעסטע עפעקט אויף די עקענאמישע און אלגעמיינע וואוילזיין פון די מענטשהייט. די אינדוסטריאלע רעוואלוציע איז געשאצט צו העכערען די אלטוועלטליכע עקענאמיע מיט 19000 פראצענט! וויפיל קינדער זענען אמאל געבוירן געווארן ליידער טויטערהייט, הארץ אפעראציעס, וואקסינס, די אלע זאכן זענען א דראמאטישע פארבעסערונג אינעם לעבענס ערווארטונגען פון אינזער צייט, היינט האט יעדער א לייבערי צו די היינט ווי ער קען שטודירן סיי וואס ער וויל, לעבעדיגע קאמיוניקאציע מיט די גאנצע וועלט, מאשינען וואס קילן אין די זומער, וכו'

בעת טשיינע גאווערנמענט ארבעט אריין מיט אויף אלע פראנטן פון מעדיצין ביז ראבאטס, פון קאמפיוטערס ביז ספעיס, ווייסן נישט די אמעריקאנע פאליטישאנס קיין כי הוא זה איבער די אלע זאכן, וביותר די רעפאבליקאנער וואס זעען נאר די חלק הליבעראליזם פון די סייענטיסטן/יוניווערסיטיס/ טעכנאלאגישע קאמפאניס.
די טשייניזער רעגירונג האלט א פעסטע האנט אויף עדיוקעישאן, זיי האבן לעצטענס ארויפגעלייגט שטרענגע רעגיולאציעס אויף ווידעאו געימס וואס יוגענטליכע שפילן ווייל זיי ווילן אז די חברה זאלן נאך האבן א קאפ פאר מאטעטעמאטיקס / אינזשערונג / סייענס שטודיעס,


-לענד''ת איז טעכנאלאגיע די איינציגסטע און אויסשליסליכע וועג אראפצוברענגען דראמאטיש די קאסט פון העילטקעיר.
-עס קוקט אויס אז די טעכנאלאגיע גענצליך אויפשאקלן די זשאב מארקעט און אמעריקע אפגעזען פון די טעקס אדער אימיגראציע פאליסי. פינעף מלליאן קאר סערוויס און טראק דררייוערס שטייען אויס צו פארלירן זייער זשאב א דאנק סעלף דרייווינג טעכנאלאגיע, מילליאנען קעשיערס פון די געשעפטן וועלן פארלירן זייער זשאב א דאנק די טעכנאלאגיע וואס עמעזאון גאו סטארס האט, דהיינו א סטאר אן קיין קעשיער, וכהנה וכהנה איז ערווארטעט צו זען דראמאטישע טוישונגען אין די זשאב מארקעט.
-פארהאן נאך פילע אנדערע דוגמאות פון גאר גאר שטארקע טוישונגען וואס טעכנאלאגיע האט צו ברענגן, אין עס שטייט שוין ביים טיר!

וואס טוט טראמפ (און אלע אנדערע פאליטישאנס) אינעם געביט פון טעכנאלאגיע?

נקודה נומער פיר
בקיצור: איז נישט בעסער אז אמעריקע זאל ספענדען 600 בילליאן דאללער פאר בעסערע הייוועיס, בולעט טרעינס, רפואה פאר יענע מחלה וכדו' ווי איידער צו ספענדן דאס געלט פאר באמבע פראדוקציע?
איז דען נישט די חוב פון די מענטשהייט צו פארשרייען פוטין פארן מארד פון זיינע בירגער?

מען טאר נישט פארגעסן פון די רעאליטעט, אבער מען דארף שטופן די וועלט צו א דירעקציע פון ווייניגער מלחמה, מאכט פארכאפונג, און אנטשטאט ניצן די ענערגיע פארן בענעפיט פון די וועלט.
טראמפ האט דא שטארק פארפאסט, ער פארשטייט דאס ניטאמאל.
אגב, אבאמא איז געווען אידעאליסטיש אויפן חשבון פון רעאליטעט.
זקן מלא רחמים.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

הרב דערבארמדיגער איר לייגט עס אראפ מיט א מוראדיגע קלארקייט, שיין מסודר, איר האט די קאפ אויפן פלאץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שיין דעבארומדיגער.

אבער וואס למשל קענען די פאליטישן'ס טוהן צו די טעכנאלאגיע אינוואזיע?

צווייטנ'ס, וועגן פארפעלן זיך צו מאכן פרישע עקאנאמישע פריינט איז נאכנישט עכט שייך צו זאגן זינט ער האלט סך הכל צוויי יאר אין זיין פרעזידענסי, דער טערמין "פארפעלן" קענסטו נאר נוצן ווען דו האלטסט שוין דערנאך.

און דאס איז חוץ פון דעם וואס איך זעה נישט וואו אמעריקע איז געווארן ווייניגער עקאנאמיש פריינטליך מיט אייראפע, ס"ה האט טראמפ פארלאנגט זיינע זאכן, אפשר רעדט מען נישט אזוי שיין איינער צום צווייטן, אבער דאס איז לאו דוקא פארבינדן מיטן זיין עקאנאמיש און פאליטיש פאראייניגט, ווייל אויב האט מען די זעלבע אינטערעסן ארבעט מען אטוימאטיש צוזאמען, דאס איז חוץ המעשה אז טראמפ האט נאר אטאקירט פערזענליך אייראפעישע פירער אדער נאך וואס די פירער האבן אים אטאקירט פערזענליך אדער ווען זיי האבן אים געוויזן דעם רוקן און גענצליך אינגנארירט זיינע פארלאנגען ווי כאילו אמעריקע איז זיי שולדיג אלעס ביז זיי האבן ענדליך זיך געבראכן, וואס אגב האב איך דאס פארגעסן צו שרייבן און מיין ליסטע פון טראמפ'ס סוקסעסן.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:11 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

הרב דערבארעמיגער, ליידער בין איך נישט מסכים מיט גארנישט וואס די שרייבסט, ממש מיט גארנישט.

וועמענס מאראל האט טראמפ אראפגעברענגט ? מאראל האט צו טון מיט יעדען מענטש עקסטער, טראמפ האט יארן לאנג גאר פיינע מענטשן ארום זיך, זיי האבן זיך גארנישט אראפ געלערנט פון אים, זיינע קינדער זענען בכלל נישט זיין כאראקטער, קיינער לערנט זיך נישט פון אים גארנישט, כווייס נישט פונקטליך למאי נ"מ זיינע פערזענליכע זיטן.

פריינטשאפט מיט אייראפע ? ווער איז אמעריקע און ווער איז אייראפע ? דאס זענען צוויי דעמאקראטישע סיסטעמס, וואס האבן די מערסטע געמיינזאמע אינטערעסן, נישטא קיין חבר'שאפט מיט קיינעם, אייראפע אויב וויל זי בלייבן אומאפהענגיק, גענצליך פריי, און וויל זען א פרייע וועלט, מוז זי בע"כ ארבעטן מיט אמעריקע, צו זי וויל צו נישט, טראמפ האט זיי סה"כ שיין מודיע געווען אז די תקופה פון נאך די צווייטע וועלט קריג איז אווער, און זי איז מער נישט קיין רחמנות, און זאל זיך אליין שטעלן אויף די פיס, אייראפע וועט אייביג האבן מער געמיינזאמע אינטערעסן מיט אמעריקע ווי מיט כינע אדער רוסלאנד, ופשוט מאוד מאוד.

בנוגע כינעס חינוך פארשטיי איך נישט פונקטליך די נקודות וואס איר ווילט, כינע ערציעט זאמביס, אנע פרייהייט געדאנקען, אנע רעליגיע געדאנקען, סא וואס איז פונקטליך די פוינט לגבי אמעריקע?

לגבי טעכנאלאגיע און ענווייראמענט, כפארשטיי אינגאנצן נישט, איר שרייבט דאך אליין אז מטאר נישט זיין נאאיוו אבער מזאל ענדערשט ספענדען די געלט פאר רפואות, כיצד יתקיימו שניהם ? רוסלאנד מיט כינע ספענדען ריזן געלטער אויף כלערליי גאר סאפיסקירטע וואפן, רוסלאנד אין כינע האלטן פיל ווייטער ווי אמעריקע לגבי הייפערסאניק וואפן, סאטעלייט בליינדינג, ועוד, רוסלאנד איז א קלארע שטער פאר די דעמאקראטישע וועלטס ארדענונג, כינע פארשטייט זיך אויך, סא וואס מיינט נישט זיין נאאיוו ? און וואס מיינט אז מזאל נאר ספענדן געלט פאר ראודס און רפואות ? כינע ספענדעט זייער געלט פאר רפואות ?

וויאזוי קען מען בויען ראודס און אינפראסטראקטור אין אמעריקע מיט די אלע לינקע מענטשן רעכט/ענוויראמענט רעגולאציעס ? ווי פארגלייכסטו אמעריקע צו כינע ?

עניוועי, כהא נישט געדולד צו טייפן, טראמפ האט די ערשטע מאל געשטעלט אמעריקע פאר די ריאליטעט לגבי כינע, לגבי אייראפע, לגבי איליגל אימיגראציע, די הויפט אישו זיינע איז געווען טרעיד, ער טוט וואס מדארף, וואס ער קען, נאך אכט יאר פון איגנארירן פון אבאמא, פון בוש, כולי האי ואולי וועט עפעס ווערן.

שוין לאנג נישט געטייפט דא, כזע סליגט מיר שוין נישט אין די פינגער אזוי פליסיג, והוא רחום
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

צווייפעל האט געשריבן:הרב דערבארעמיגער, ליידער

ליידער...

איך רעד נישט פון די טפשות'דיגע ליגענטס וואס דאנאלד זשוניער האט נאכגעטון דעם פאטער מיט זיין ני''ט /רוסישע מיטינס... איך רעד פון די גאנצע רעספעקט און ערוואקסענקייט וואס איז דא צו ערווארטן פון א רעגירונג, ער איז לכאורה די ערשטע פרעדזידענט צו זאגן גראבע ליגענטס כסדר פונעם ערשטען טאג אויפן בענקעל, לכאורה די ערשטע פרעדזידענט וואס טוט כסדר אינטערגרובן די טראסט אין אמעריקעס אינסטיטוציעס פון זשאסטיץ דעפארטמענט / שפיאנאזש/ פעדעראל רעזערוו/ געריכטן וכו'

עניוועי, כהאב געטראפן איין זאך וואס מיר זענען איצט איינשטימיג: כהא נישט געדולד צו טייפן...
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פעיק נוז האט געשריבן:זייער שיין דעבארומדיגער.

אבער וואס למשל קענען די פאליטישן'ס טוהן צו די טעכנאלאגיע אינוואזיע?


שאטדאונס

צווייטנ'ס, וועגן פארפעלן זיך צו מאכן פרישע עקאנאמישע פריינט איז נאכנישט עכט שייך צו זאגן זינט ער האלט סך הכל צוויי יאר אין זיין פרעזידענסי, דער טערמין "פארפעלן" קענסטו נאר נוצן ווען דו האלטסט שוין דערנאך.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: אויב וויל מען קוקן אויף זיינע חורבנות דארף מען לענד''ת ווארטן יארן אפצושאצן זיינע חורבנות
2. ער האט חרוב געלייגט די לאנגיעריגע אמעריקאנע פריינטשאפט מיט אייראפע, און פארפעלט אויפצובויען נאנטשאפט מיט אנדערע לענדער צ.ב.ש. אינדיע. איך ווייס נישט וואס די תוצאות וועלן זיין, אבער עס קען מעגליך זיין גאר שלעכט.


און דאס איז חוץ פון דעם וואס איך זעה נישט וואו אמעריקע איז געווארן ווייניגער עקאנאמיש פריינטליך מיט אייראפע, ס"ה האט טראמפ פארלאנגט זיינע זאכן, אפשר רעדט מען נישט אזוי שיין איינער צום צווייטן, אבער דאס איז לאו דוקא פארבינדן מיטן זיין עקאנאמיש און פאליטיש פאראייניגט, ווייל אויב האט מען די זעלבע אינטערעסן ארבעט מען אטוימאטיש צוזאמען,


איך רעד פון די געמיינזאמע פארשטאנד וואס אמעריקע האט געהאט מיט אייראפע, דאס רעכנט אריין עקענאמיש און פאליטישע אינטערעסן, עס ארבעט אינאיינעם. קוק איבער די נייעס אין די נושא וויפיל מאל ער האט אראפגעריסן אייראפע על לא דבר, ער האט קלאר געשטעלט אז ער האט דירעקט נישט די זעלבע אינטערעסן ווי זיי און באטיטולט אייראפע אלץ א שונא און געפאר צו אמעריקע בעת רוסלאנד דארף מען מקרב זיין. וכו'
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

@צווייפעל

-כינע איז לכאורה פון די שטרענגסטע לענדער היינט לגבי ענוויראמענט רעגיולאציעס.
- מען דארף אויפבויען די מיליטער כל זמן עס איז דא אנדערע לענדער וואס זוכן מאכט און זענען גרייט צו אינוואדירן אנדערע לענדער, מען דארף זיי אפשרעקן, אבער און די זעלבע צייט דארף מען ארבעטן צו שטיפן די וועלט נענטער צו שלום ושלוה, און ארבעטן אויף א פלאן אז מען זאל ננישט דארפן אזויפיל ספענדען פאר א מיליטער.

רעיגען איז א קלאסישער סעמפעל פון א פרעזידענט וואס האט סיי געבויט די מיליטער און סיי געארבעט אפצושטעלן די וואפן געיעג וואס איז פארגעקומען ביים קאלטן קריג.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:איך דיסאגרי אז ער מוז האבן דורכגעפירט אלע סארטן פאליסיס צו אטרעקטן מעסיגע וויילער. לדעתי מוז ער האבן דורכגעפירט זיינע הויפט קאמפיין פארשפרעכונגען אויף וואס די 2016 באזע איז געווען באזירט ווי טרעיד, וואנט, און ריכטער. איינמאל ער האט דאס האט ער %45 אין טאש.

וויאזוי קען ער געווינען די איבעריגע? מיט א רוהיגע סאלידע מעסיגע קאמפיין! דאס הייסט קאמפיינען אויף אלע מעסיגע נארמאלע זאכן ווי אינפערסטרוקטור, העלטקעיר, וועידזשעס, מיטל מזרח שלום וכו'

נישט אז ער זאל נישט פעסט אטאקירן זיין קעגנער כדבעי, אבער די ווערטער "מעקסיקאנער", "מוסלומענער", "אבאמא", "קאומי", "סטופיד ליעדערס", "מיי ברעין", וכו' זאל נישט דערמאנט ווערן דורכאויסן גאנצן קאמפיין. חלומות הא?!.. כ'זעה אבער נישט קיין אנדערע וועג פאר אים.



זאגסט אז ער זאל נישט מאכן די מיסטעיק פון 2016... כער
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

כאפצעם האט געשריבן:איך דיסאגרי אז ער מוז האבן דורכגעפירט אלע סארטן פאליסיס צו אטרעקטן מעסיגע וויילער. לדעתי מוז ער האבן דורכגעפירט זיינע הויפט קאמפיין פארשפרעכונגען אויף וואס די 2016 באזע איז געווען באזירט ווי טרעיד, וואנט, און ריכטער. איינמאל ער האט דאס האט ער %45 אין טאש.

וויאזוי קען ער געווינען די איבעריגע? מיט א רוהיגע סאלידע מעסיגע קאמפיין! דאס הייסט קאמפיינען אויף אלע מעסיגע נארמאלע זאכן ווי אינפערסטרוקטור, העלטקעיר, וועידזשעס, מיטל מזרח שלום וכו'

נישט אז ער זאל נישט פעסט אטאקירן זיין קעגנער כדבעי, אבער די ווערטער "מעקסיקאנער", "מוסלומענער", "אבאמא", "קאומי", "סטופיד ליעדערס", "מיי ברעין", וכו' זאל נישט דערמאנט ווערן דורכאויסן גאנצן קאמפיין. חלומות הא?!.. כ'זעה אבער נישט קיין אנדערע וועג פאר אים.

או להיפך?
דורכפירן פאליסיס וואס וועט אים ברענדן די מעסיגע וויילער, 90% ארבעט ערלעדיגט, און קאמפיינען אויף די 45% באזע וואס איז 10% ארבעט

מיין פוינט איז, הייסע שטיצער, וועלן פארבלייבן מיט זייער פארטיי, (זעסט דאך אליינס וויפיל נעווער טראמפערס, האבן סוכ"ס שלום געמאכט מיטן מצב, און ארויפגעטאנצן אויפן טראמפ וואגן) סא, פארזיכערן שטיצע ביי די באזע דארף ער נישט אזוי שווער ארבעטן, מיט א העפטיגער קאמפיין קען ער עס גרינגערהייט פארזיכערן אפילו ער וואלט נישט איינגעהאלטן אלע 2016 קאמפיין פארשפרעכונגען, זיי ווילן נישט זען קיין פרעזידענט ביידען אדער עני דעמאקראט אין אפיס

דערווייל, נישט נאר וואס ער ארבעט זייער שווער יעצט צו פארזיכערן זיין באזע, קומט דאס נאך גאר אויפן חשבון פון מעסיגע וויילער, מעסיגע וויילער, ווילן נישט זען קיין קאמפן אין וואשינגטאן, זיי ווילן זען הארמאניע און פראדוקטיווקייט
און איך זע אויך שווערליך אז נאך 4 יאר נישט דורכפירן פאליסיס צו די געשמאק פון מעסיגע וויילער, זאל א קאמפיין עס קענען ריפלעיסן, א פרעזידענט'ס רעקארד פון זיינע ערשטע 4 יאר רעדט פיל פיל מער איבער זיין וויזיע ווי די שטערקסטע קאמפיינען
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:זאגסט אז ער זאל נישט מאכן די מיסטעיק פון 2016... כער



וואדאי נישט, ער האט דאך פארלוירן די וואלן..... נישטא ווער זאל לאכן
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:@צווייפעל

-כינע איז לכאורה פון די שטרענגסטע לענדער היינט לגבי ענוויראמענט רעגיולאציעס.
- מען דארף אויפבויען די מיליטער כל זמן עס איז דא אנדערע לענדער וואס זוכן מאכט און זענען גרייט צו אינוואדירן אנדערע לענדער, מען דארף זיי אפשרעקן, אבער און די זעלבע צייט דארף מען ארבעטן צו שטיפן די וועלט נענטער צו שלום ושלוה, און ארבעטן אויף א פלאן אז מען זאל ננישט דארפן אזויפיל ספענדען פאר א מיליטער.

רעיגען איז א קלאסישער סעמפעל פון א פרעזידענט וואס האט סיי געבויט די מיליטער און סיי געארבעט אפצושטעלן די וואפן געיעג וואס איז פארגעקומען ביים קאלטן קריג.


רוסלאנד איז געווען אויפן שוועל פון באנקראט ביי רעיגענס צייטן, כינע איז אויפן פלאץ איבערצונעמען אמעריקעס רייכקייט, און רוסלאנד שארט גאלד פון די גאז וואס זיי פארקויפן.

ביידע זענען בכלל ניט אינטערסירט צו ברענגען שלום און רואיגקייט, אדרבה, ביידע ווילן מער דיקטאטורשאפט אויף די וועלט, סא לע"ע וואס איז אייער פארשלאג ?

(כינע'ס שטרענגקייט לגבי ענווייראמענט ווייסעך נישט, כווייס אז זיי רופן זיך דיוועלאפינג קאנטרי און לע"ע קענען זיי טון וואס זיי ווילן, און בעיקר אז זיי שטעלן זיך אליין די גאולס... און אינספעקטן עס אליינס.. און מענטשן רעכט איז א ודאי נישט דא דארט, אבער עס איז באמת נישט אסאך נוגע צום שמועס, טראמפ קומט זיך קרעדיט פארן אראפנעמען רעגולאציעס)
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

איין זאך קומט זיך אים זיכער קרעדיט, אז ער האט אויס געלערנט אז מ'קען זאגן פאר כינע ניין.
אנפאנג פון די טרעיד מלחמה, האט יעדער געשריגן אז כינע האט א מאסיווע אויבערהאנט און ער גייט עס נישט קענען פייטען,
און ער האט געוויזן אז מ'קען יא.
איך ווייס נישט וואס
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
א נייער האט געשריבן:איין זאך קומט זיך אים זיכער קרעדיט, אז ער האט אויס געלערנט אז מ'קען זאגן פאר כינע ניין.
אנפאנג פון די טרעיד מלחמה, האט יעדער געשריגן אז כינע האט א מאסיווע אויבערהאנט און ער גייט עס נישט קענען פייטען,
און ער האט געוויזן אז מ'קען יא.

ריכטיג, וכאמור כמ"פ.
נאר צוצולייגן א ווארט וועגן די היינטיגע דראמא אין ווענעזועלא, וואו טראמפ האט געמאכט מעדורא אלס פערזאנע-נאן-גראטא.
אזא זאך גייט נישט איבערנאכט, נאר קומט פון חדשים צוגרייטונגען דורך סי. איי. עי. און אפשר די סטעיט דעפארטמענט. (די ערשטע איז היינט שטארק פרא-טראמפ, די צווייטע איז נאך מוטל בספק, כאטש פאמפעיא איז דער בעסטער פרא-טראמפער אין קאבינעט). עס איז פון די מערסטע דראמאטישע שריט פון טראמפ אויסערן פאליטיק ביז היינט.
אבער בשעת די דראמא שפילט זיך אפ אין קאראקאס, איז עס א שטארקע ביס קעגן פוטין, און א גאר מעכטיגע זעץ אין די קישקעס - א קלארע ווארענונג מיט'ן פינגער - פאר טעהראן. וואס שאטדאון ווען שאטדאון. פעלאוסי ווער?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

קום אריין מיט די נייעס, וואס גייט פאר היינט אין ווענעזועלא?
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@דערבארומדיגער, טראמפ איז א סעמפל פון ארבעטן סיי אויף בויען די מילטער זיך צו קענען פארמעסטן מיט אנדערע וועלטס מאכטן און סיי אויף צוזאמברענגען לענדער און מאכן שלום.

גיב א קוק נארט קארעא

איז דא נאך א פירער וואס איז געווען אזוי פריינטליך צו נ"ק פון איין זייט און אזוי שארף פון די אנדערע זייט?

גיב א קוק רוסלאנד

איז דא נאך א פירער וואס איז געווען אזוי שארף קעגן רוסלאנד פון איין זייט און אזוי פריינטליך צו רוסלאנד און פרובירן נענטער ברענגען און ארבעטן צוזאמען מיט אמעריקע פון די אנדערע זייט?

גיב א קוק מיטל מזרח

איז נאך געווען א פירער וואס האט אזוי גוט צוזאמגעברענגט די גאלף לענדער צוצו ארבעטן צוזאמען און ווי אויך זיי געברענגט נענטער צו מד"י און אויך דורך זיי ארויסצושטעלן א מעכטיגע כח קעגן איראן?

גיב א קוק טשיינע

איז געווען נאך א פירער וואס איז געווען אזוי שארף קען טשיינע פון איין זייט און פון די אנדערע זייט אזוי פריינטליך?
איך זאג דיר, די רגע וואס טשיינע גייט אויסארבעטן א דיעל מיט אמעריקע איבער די פארלאנגען פון טראמפ גייט טראמפ ווערן זייער בעסטע פרענד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א נייער האט געשריבן:קום אריין מיט די נייעס, וואס גייט פאר היינט אין ווענעזועלא?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין כל חדש האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:איך דיסאגרי אז ער מוז האבן דורכגעפירט אלע סארטן פאליסיס צו אטרעקטן מעסיגע וויילער. לדעתי מוז ער האבן דורכגעפירט זיינע הויפט קאמפיין פארשפרעכונגען אויף וואס די 2016 באזע איז געווען באזירט ווי טרעיד, וואנט, און ריכטער. איינמאל ער האט דאס האט ער %45 אין טאש.

וויאזוי קען ער געווינען די איבעריגע? מיט א רוהיגע סאלידע מעסיגע קאמפיין! דאס הייסט קאמפיינען אויף אלע מעסיגע נארמאלע זאכן ווי אינפערסטרוקטור, העלטקעיר, וועידזשעס, מיטל מזרח שלום וכו'

נישט אז ער זאל נישט פעסט אטאקירן זיין קעגנער כדבעי, אבער די ווערטער "מעקסיקאנער", "מוסלומענער", "אבאמא", "קאומי", "סטופיד ליעדערס", "מיי ברעין", וכו' זאל נישט דערמאנט ווערן דורכאויסן גאנצן קאמפיין. חלומות הא?!.. כ'זעה אבער נישט קיין אנדערע וועג פאר אים.

או להיפך?
דורכפירן פאליסיס וואס וועט אים ברענדן די מעסיגע וויילער, 90% ארבעט ערלעדיגט, און קאמפיינען אויף די 45% באזע וואס איז 10% ארבעט

מיין פוינט איז, הייסע שטיצער, וועלן פארבלייבן מיט זייער פארטיי, (זעסט דאך אליינס וויפיל נעווער טראמפערס, האבן סוכ"ס שלום געמאכט מיטן מצב, און ארויפגעטאנצן אויפן טראמפ וואגן) סא, פארזיכערן שטיצע ביי די באזע דארף ער נישט אזוי שווער ארבעטן, מיט א העפטיגער קאמפיין קען ער עס גרינגערהייט פארזיכערן אפילו ער וואלט נישט איינגעהאלטן אלע 2016 קאמפיין פארשפרעכונגען, זיי ווילן נישט זען קיין פרעזידענט ביידען אדער עני דעמאקראט אין אפיס

דערווייל, נישט נאר וואס ער ארבעט זייער שווער יעצט צו פארזיכערן זיין באזע, קומט דאס נאך גאר אויפן חשבון פון מעסיגע וויילער, מעסיגע וויילער, ווילן נישט זען קיין קאמפן אין וואשינגטאן, זיי ווילן זען הארמאניע און פראדוקטיווקייט
און איך זע אויך שווערליך אז נאך 4 יאר נישט דורכפירן פאליסיס צו די געשמאק פון מעסיגע וויילער, זאל א קאמפיין עס קענען ריפלעיסן, א פרעזידענט'ס רעקארד פון זיינע ערשטע 4 יאר רעדט פיל פיל מער איבער זיין וויזיע ווי די שטערקסטע קאמפיינען


סארי @כאפצעם, איך מוז אינגאנצן דיסעגריען מיט דיר, טראמפ איז עניוועי אינגאנצן פארזיכערט מיט די רעכטע באזע קעגן עני דעמאקראט, ען קאלטער וועט אים זיכער שטיצן, אן א וואנט מיט א וואנט, דאזענט מערער. ער קען שיסן מענטשן אויף פיפט עוועניו.

זיי זענען צווישן 25 און 35 פראצענט, נענטער צו 35%, כלל נישט די 45% פון וואס דו רעדסט.

צו עטרעקטן מעסיגע וויילער מוז ער אדער ווערן א נארמאלער מענטש, סימפל עז דעט, אדער האבן א אומנארמאלן קעגנער, און אפילו אין אזא פאל מוז ער נאך בייקומען א שיינע פאר זאכן,
1) די מער דעמאקראטן ווי רעפאבליקאנער
2) דער עסטעבלישמענט
3) די מאכטפולע מידיע
4) די מי טו מאוומענט

--------------------------------

מיין אפצייכענונג אויף די צוויי יאר טראמפ איז מיטן אראפברענגן די ווערטער פון אונזער אייגענעם ברוקלינער האקים דזשעפריס, דער דעמאקראטישער האוז קאוקעס טשעיר, וואס ער האט געזאגט ביי א דרשה MLK. וזה לשונו,

"מיר האבן א העיטער אין די ווייט האוז, דער בוירטער אין טשיף, דער גרויס וויזאר פון 1600 פענסילוועניע עוועניו, איינס פון די זאכן וואס מיר האבן געלערנט איז, אז ווען דזשים קראו קען זיין טויט האט ער נאך אלץ באקומען סאם ניסעס און נעפיוס וואס זענען לעבעדיג און געזונט"
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

פרעזידענט טראמפ'ס סוקסעסן אין זיין צוויי יאר אלץ פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

בס"ד

אויפן פארלאנג פון הרב כאפצעם מאך איך דא א שטיקל ליסטע פון טראמפ'ס אקמפלישמענט'ס און סוקסעס'ן דורכאויס זיין ערשטע האלב פון זיין ערשטער טערמין.

נ.ב. כ'האב נישט געהאט צופיל געדולד צו שרייבן ממילא האב איך נישט געשריבן זיינע דורכפעלער.... :?

א טייל פון פרעזידענט טראמפ'ס סוקסעסן אין זיין צוויי יאר אלץ פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.



1. אריינגעשטעלט צוויי קאנסערוואטיווע סופרים קאורט ריכטער האלטנדיג די הויפט געריכט מער קאנסערוואטיוו און אריגינעליסט געשטימט פאר לאנגע יארן אי"ה. באשטעטיגט ברעט קאוואנאוו טראץ די מלחמת חרמה וואס די אנפעיר מידיע מיט די דעמאקראטן האבן דורכגעפירט איהם צו בלאקירן.

2. אפפוינטעט 30 סירקוט ריכטער, אבאמא האט אין זיין גאנצע 8 יעריגע קאדענץ אריינגעשטעלט 55 סירקוט ריכטער, ד.מ. טראמפ אין צוויי יאר האלט שוין ביי מער ווי האלב פון אבאמא'ס אפפוינטיס.

3. פריזאן רעפארם! א ריזיגע בייפארטיזאן רעפארם ביל וואס וועט אי"ה ארויסהעלפן טויזנטער ארעסטאנטן אריינגערעכנט צענדליגע אחינו ב"י.

4. עקאנמי איז געשטיגן מיט הערליכע נומבערס אריינגערעכנט א 4.2 וואוקס אינם צווייטן פערטל פון 2018.

5. געשטעלט טשיינע אויף די דעפענס צווינגענדיג איהר צו קומען צום פארהאנדלס טיש.

6. דזאבס: איז צוגעקומען כמעט 5 מיליאן (4.82) דזאבס אין די לעצטע צוויי יאר! מערסטע מענטשן עמפלאויט אין די אמעריקאנע היסטארי. אנעמפלאוימענט שטייט ביי נידריגסטע נומבערס אין פופציג יאר. אפריקען אמעריקאנער, היספאנישע, אזיאנער, פרויען, און יונגע אנעמפלאוימענט שטייט ביי נידריגסטע פונקט אין איבער 50 יאר! 85 פראצענט בלו קאללער ארבעטער גלויבן אז זייער לעבנס רוקט זיך אין א גוטע דירעקשען. אפטימיזים איבער גוטע דזאבס, און צופרידנקייט פון די אייגענע דזאבס איז ביי רעקארד הויכע שטאפלען. ארום 500,000 מענופעקטשערינג דזאבס צוגעקומען.

7. מיטל קלאס פארדינטע וועידזעס זענען געשטיגן מיט איבער 3.1 פראצענט די גרעסטע וואוקס זינט די גרעיט ריסעשאן אין יאר 08' און עס שטייט כמעט די העכסטע אינעם אמעריקאנער היסטאריע אפי' ווען מ'רעכנט אריין אינפלאציע. בלו קאלערס ארבעטער פארדינסטן געשטיגן מיט 1/2 פראצענט מער פון די ווייט קאללער! ארימקייט ביי אפריקען/ספאנישע אמעריקאנער געפאלן צום נידריגסטן שטאפל אין היסטאריע!

8. אפטימיזם אין אמעריקא שטייט ביי היסטארישע הויכע שטאפלען, 95% מענופעקטשורערס קאנפידענט מיט די פיוטשער, 51% רעטן די עקאנאמי אלץ גוט אדער עקסעלענט, העכסטע אין כמעט 20 יאר, אין די זעלבע איז מיט קאנסומער קאנפידענץ.

9. שטאל און אייזן פעקטאריס עפענען זיך אויף,מיליאנען דאלארן פון אינוועסטמענטס פליסן אריין קיין אמעריקע אין ליכט פונעם טעקס קאט.

10. שניידן רעגולאציעס: ארויסגעווארפן פון פענסטער איבער 176 רעגולאציעס און איינגעפירט בלויז 14 פרישע, אין יאר 2018 אליין! זעה אטעטשמענט א ס"ה פון 12 רעגולאציעס ארויסגעווארפן פאר יעדע נייע רעגולאציע... דאס איז 6 מאל מער ווי זיין קאמפיין פארשפרעכונג פון צוויי ארויס פאר יעדע פרישע.

11. גרעסטע טעקס קאט און רעפארם אין די היסטאריע. (נישט גערעכנט מיט אינפלאציע..) געבנדיג מער ווי 5.5 טריליאן דאללאר טעקס קאטס א גרויסע מערהייט דערפון איז געגאנגען צו פאמיליעס, ברענגענדיג אז מיליאנען אמעריקאנער זאלן באקומען העכערע פעיטשעקס.

12. מער ווייניגער צונישט געמאכט די גאנצע אבאמאקעיר דורכן ריפיעלן די אינווידועלא מאנדאט און אראפגענומען די שטראף פאר נישט קויפן אינשורענס, אראפגענומען עטליכע זאכן וואס אבאמאקעיר זאל נישט דארפן קאווערן, אריינגערעכנט אן עקזעקעטיוו ארדער צו פראטעקן רעליגיעזע גרופעס נישט צו דארפן צושטעלן קאווערידזש אנטקעגן זייערע מיינונגען.

13. FDA האט אפראווד די יאר 59 פרישע מעדיצינען, א רעקארד ביי די FDA.

14. אפיאד קריזיס: צענדליגער שריט אויפן פראנט צו אפשטעלן די קריזיס, אריינגערעכנט דאס ברענגען אז טשיינע זאל נעמען שריט דאס צו קרימינאליזירן, ביליאנס אוו דאלארס צו פייטן די קריזיס, פובליק אווערנעס וועבסייטס, אנגעקלאגט טשייניזער פענטענעל מענופעקטשערער.

15. נאפטא דיעל צונישט געמאכט און אויף זיין פלאץ איז מען איינגעגאנגען אויף א נייעם בעסערן דיעל פאר אמעריקא. אריינגערעכנט געוויסע תנאים וואס פארלאנגט צו נוצן צפון אמעריקאנער פראדוקן אויף א געוויסע פראצענט עווענטועל מאכנדיג שוואכער די טשייניזער מארקעט אינעם ראיאן.

16. געענדיגט די איראנע אבאמא שלעכטע נוקלעיר דיעל, אויפגעהערט מיטן שיקן עראפלאנען מיט קעש, און זיך לעקן צו זיי.

17. איינגעהאלטן זיין צוזאג צו רוקן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, אזאך וואס די פארגאנגענע פרעזידענטן האבן אלע צוגעזאגט און נישט געטוהן. פון די מידיע'ס פאראויסגעזענע אומסטאביליטי אינעם מיטל מזרח איז גארנישט געווארן ב"ה.

18. סוקסעספול כמעט אפגעווישט די (JV TEAM...) אייסיס פון די מאפע, ווי אויך אויסברייטענדיג די דראון אפארציעס אנטקעגן די אייסיס קעמפער איבער די וועלט.

19. אנאנסירט דאס פיינעלי אהיימנעמען די אמעריקאנער טרופן פון סיריע.

20. רעקארד אמעריקאנער אויל פראדאקציע ווערנדיג די וועלטס גרעסטעקרוד אויל פראדאצירער, איבערשטייגנדיג רוסלאנד און סאודי אראביע אין יאר 2018! דורכן שניידן די זינלאזע ליבעראלע דור הפלגה געזעצן און ערלויבענדיג די קיסטאון פייפליין פאראויסצוגיין.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קלער איך יעצט, אז עס איז באמת א מורא'דיגע דערגרייכונג אז טראמפ מיט מעקאנעל פאקן אן די געריכטן מיט רעכטע ריכטער. ווייל ווי עס קוקט אויס וועלן די ליבעראלן בקרוב איבערנעמען די רעגירונג מיט א שטארקייט, סוי זאל כאטש זיין די געריכט זיי צו האלטן אין די ראמען.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:קלער איך יעצט, אז עס איז באמת א מורא'דיגע דערגרייכונג אז טראמפ מיט מעקאנעל פאקן אן די געריכטן מיט רעכטע ריכטער. ווייל ווי עס קוקט אויס וועלן די ליבעראלן בקרוב איבערנעמען די רעגירונג מיט א שטארקייט, סוי זאל כאטש זיין די גערכט זיי צו האלטן אין די ראמען.

ביי די דיסטריקט געריכטן האלט טראמפ נאר ביי 53 אפוינטיס ווס אבאמא'ס 272 אפוינטיס.
אבער האפענטליך וועט טראמפ נאך האבן 6 יאר צו גיין...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך מיין אז עס איז נאך דא איבער 100 ליידיגע פלעצער.

חוץ מזה ליגט רוב מאכט ביי די סירקוט געריכט, זינט זיי נעמען יא אן אפיעלס פון די נידעריגערע געריכטן, און די סופרים קאורט נעמט דאך קוים אן אפיעלס.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:איך מיין אז עס איז נאך דא איבער 100 ליידיגע פלעצער.

חוץ מזה ליגט רוב מאכט ביי די סירקוט געריכט, זינט זיי נעמען יא אן אפיעלס פון די נידעריגערע געריכטן, און די סופרים קאורט נעמט דאך קוים אן אפיעלס.

דעטס רייט, און פארדעם האביך נאר גערעדט פון די סירקוט ריכטער זינט "אלע" היי פראפייל קעיסעס קומען אהן צו זיי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זייער שיין @פאראינטערעסירט.

איך בין שטארק מסכים מיט מערערע פונקטן.

איך געב שטארק קרעדיט פאר טראמפ אויף פונקט 3 ביז פונקט 11. פון 14 ביזן סוף בין איך נישט געהעריג מסכים.

-אויף די מאמענט איז איראן אישו יעצט ערגער ווי 2 יאר צירוק.
-איך זע נישט די בענעפיט פון איזרעאלי עמבעסי
-אויל איז קרעדיט פון בוש מיט נייע טעכנאלאגיע, אבער אזוי איז עפעס אנגענומען צו געבן קרעדיט פארן עקזעסטירנדן פרעזידענט וואס שניידט די פירות און נישט פאר די וואס האבן דאס אנגעפלאנצט. אגב שוין אינטער אבאמאס זייגער איז אמעריקע געווארן גאר שטארק אין אויל
-אפיאד ווייס איך נישט וואס ער האט געטון אויסער אווערנעס
-אייסיס איז צו פארדאנקן איראן / רוסלאנד/ אבאמא פונקט ווי טראמפ.
- העלט קעיר איז גארנישט בעסער היינט ווי צוויי יאר צירוק, גייט מיר נישט אן צו מען רופט עס אבאמא קעיר אדער פלעין קעיר, אויף די מאמענט איז די פרייז פאר העלט אינשוראנס הימל שרייענד.
- קאנסערוואטיווע ריכטער איז א געווינס נאר פאר קאנסערוואטיווע...

לאמיתו של דבר, איך האלט פון טראמפ היינט מער ווי איך האב געהאלטן פון אים און 2016, דאס אז ער איז פאריקט האב איך שוין דאן געוויסט, אבער דאס אז א משוגענער קען אמאל צוניצקומען האב איך נישט גערעכנט...
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”