הגה"צ רבי אהרן גד כ"ץ מ'קאפיש זצ"ל - ז' כסליו תשע"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

מטה אין בית מדרש.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ברוך דיין האמת
איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו קענען דעם רב פון דער נאנט. אבער בלויז זיין צורה, זיין וועזן און מהות האט געשריגן קדושה. אלץ אינגע בחור פלעג איך אים שטענדיק זעהן גיין אין ישיבה. זיין הימלישע באנעמונג האט איבערגעלאזט א השפעה אויף די ארומיגע.
מיט א יארן צוריק בין איך געווען ביי א לווי' פון א קרוב פונעם רב ז"ל. זיין הספד ליגט מיר נאך עד היום אין די ביינער! מלא רגש; איין שטיק אהבת ישראל!
בשורות טובות.
אוועטאר
שמע בני מוסר
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

ממלא מקומו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע בני מוסר »

מצב כללי האט געשריבן:ווער זענען די קינדער?

איינער וויסט ווער עס וועט זיין ממלא מקום?
ער האט מכבד געוועהן בנו הרה"ג ר' פנחס שליט"א מו"ץ בקהל יטב לב זאל טאנצען הקפות דעם פארלאפענעם שמחת תורה [כאטש ער איז נישט דער בכור...]
b]...To make money OVERNIGHT work in a NIGHT SHIFT[/b]
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

מונאוויטש האט געשריבן:ברוך דיין האמת
איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו קענען דעם רב פון דער נאנט. אבער בלויז זיין צורה, זיין וועזן און מהות האט געשריגן קדושה. אלץ אינגע בחור פלעג איך אים שטענדיק זעהן גיין אין ישיבה. זיין הימלישע באנעמונג האט איבערגעלאזט א השפעה אויף די ארומיגע.
מיט א יארן צוריק בין איך געווען ביי א לווי' פון א קרוב פונעם רב ז"ל. זיין הספד ליגט מיר נאך עד היום אין די ביינער! מלא רגש; איין שטיק אהבת ישראל!
בשורות טובות.

בד"ה
די געוואלדיגע בכיות אין איינרייסעניש צום רבונו של עולם ביי די לווי' פון זיין ברודער דושינסקי רב זי"ע נישט לאנג צוריק ליגט נאך ביי יעדעם אין די ביינער וואס האט עס מיטגעהאלטן...
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

שמע בני מוסר האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:ווער זענען די קינדער?

איינער וויסט ווער עס וועט זיין ממלא מקום?
ער האט מכבד געוועהן בנו הרה"ג ר' פנחס שליט"א מו"ץ בקהל יטב לב זאל טאנצען הקפות דעם פארלאפענעם שמחת תורה [כאטש ער איז נישט דער בכור...]

הייבט זיך נישט אן. ער האט געבעטן אלע זיינע קינדער זאלן פירן די הקפות צוזאמען פונקט ווי אלע יארן. און זיי האבן זיך איינגעטיילט
לעצט פארראכטן דורך א גוטן אום דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 1:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

חמרא טבא האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:.

אינעם בילד פון די באזוך פון מהרזל, וואס זאגט די עולם צום סעט דברי יואל אויפן שעלף?

איין זאך קען איך זאגן אז ער האט גוט דורך געלערנט דעם רביןס ספרים. סאיז כמעט נישט געווען קיין תורה אדער דרשה וואס ער זאל נישט נאכזאגן א ווארט פון רביה״ק.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

בבל האט געשריבן:אין קליימער בהמ'' ד בין איך אמאל ציגעגאנגן צי מנחה אין ווי פארשטענדליך געווארט אויפן רב פאר הויכע שמו'' ע די מתפללים האבן מיר געווינקען נישט צי ווארטן ביז איינער איז ציגעקימען צי מיר אין געזאגט אז די רב וויל דייקה נישט מען זאל ווארטן אויף אים

סאיז כדי צוצולייגן אז ביז די לעצטע 10 יאר האט מען אפילו אין זיין ביהמד נישט געווארט אויף אים (בפקודתו) ביי קרי״ש, און אויב איז אמאל געקומען אין זיין ביהמ״ד אן אנדערער רב אדער ת״ח פלעגט ער זיך שטעלן דאווענען ביים באלעמער און איבער געגעבן די גאנצע כבוד פאר יענעם רב.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

1cpw האט געשריבן:איך בין אפאר יאר צוריק אריין אין זיין ביהמ"ד ביי ה' מלך, ממש הימלען געריסן. און די שלוש סעודות תורה נאכדעם איז געווען מיט א פלאקער. בכלל האט מען אלעמאל געקענט מערקן אויף זיין צורה א קאך. א אינערליכער גליענדער פלאקער פארן באשעפער. איך האב נישט געלערנט ביי אים. אבער איך האב צוגעזעהן זיין עבודת התפילה, ממש צוגעבינדן, צוגעבינדן מיט זיין גאנצע נשמה. איך האב אים איינמאל געהערט פארלערנען אור החיים הקדוש, מיט אזא אינערליכן קאך, פונקן פייער. איך געדענק איך האב אים אמאל געבעטן חיזוק אלץ בחור, ער האט מיך אזוי מחזק געווען. אויפגעהויבן. ער פלעגט פאדערן קדושה דאס איז באקאנט. מ'האט געקענט שפירן א העכערקייט זייענדיג אין זיין סביבה. בכלל איז ער געווען זייער א צאמגענומער מענטש.

אין די אופן וויאזוי ער האט מחנך געווען זיינע קינדערלעך שיחיו, קען מען זיך אויך אסאך אפלערנען. בעיקר וואס מ'קען זיך אפלערנען פון אים איז די צוגעבינדנקייט צו אלוקות. העכערקייט. הימלישקייט. אויסגעקוקט ווי זיך פארעקלט פון גשמיות. פון גראבקייט. ביי אים איז געווען די עיקר די נשמה. מ'האט געזעהן אויף אים א יוד וואס איז געווען גרייט צום דינסט. עבודת השי"ת.

די שלוש סעודות איז אלץ געווען מוראדיג דערהויבן, בשעת ה׳ מלך איז דורך א סקרוך אין די ביינער. ביי די מוסר אין די של״ס תורה האט יעדער געשפורט אז ער רעדט צי אים. פון די אנדערע זייט האט ער קיינמאל נישט געוואלט פוגע זיין אין קיינעם. אויב האט ער געשפירט אז ער רעדט צו שארף פלעגט ער זאגן אז ער מיינט זיך אליינס.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

בניו וחתניו החשובים:
הרה״ג ר אברהם כהנא שליט״א
הרה״ג ר אברהם שלמה שליט״א
הרה״ג ר פנחס צבי אלימלך שליט״א
הרה״ג ר מרדכי דוב פישער שליט״א
הרה״ג ר יעקב שליט״א
הרה״ג ר אשר שמואל שליט״א
הרה״ג ר שלמה יודא כץ שליט״א
הרה״ג ר פנחס צבי פאדווא שליט״א
הרה״ג ר הלל גראס שליט״א
הרה״ג ר יואל טירנוער נכדו של ר משה מנחם שליט״א
הרה״ג ר משה שווארץ אייניקל פון טענקע רב שליט״א
לעצט פארראכטן דורך א גוטן אום דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 1:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
שמע בני מוסר
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

לויה בקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע בני מוסר »

שמע בני מוסר האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:נאך נישט דא קיין פרטים איבער די לוי'?

יום ה' בשעה 9 בבוקר מבית מדרשו

עס וועט פארקומען א לוויה ביים ביהמ"ד ויואל משה אין קרית יואל
b]...To make money OVERNIGHT work in a NIGHT SHIFT[/b]
זויבער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויבער »

אלס א מתפלל פאר א תקופה אין זיין ביהמד געדענק איך גוט זיינע הייסע תפילות, לאנגע שמונה עשרה׳ס וואס ביי איהם אין ביהמד האט מען יא געווארט אויף איהם, קיינער האט זיך אבער נישט אפגערעדט יעדער האט געוואוסט אז דער רב מיינט עס מיטן גאנצן ערנסטקייט און מען האט עס רעספעקטירט.

עמעצער דערמאנט דא אן עליה לתורה פונעם רב ז״ל, אוי קלינגט דאס אין די אויערן פלעגט דורכשניידן די ביינער זיין קלארע שטימע וואס האט אפגעטייטשט די ווערטער ׳אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו ׳ אוי עס בענקט זיך! ווער רעדט פון א מפטיר ווי ער האט אויסגעשריגן אזוי הויך און קלאר און שטאטליך כמונה מעות אויפן נוסח ׳רחם על ציון כי הוא בית חיינו ולעלובת נפש תושיע במהרה בימינו ׳ דאס התעוררות ביי א ראש חודש בענטשן איז געווען אויסערגעווענליך, יארן שפעטער ביי יעדע ראש חודש בענטשן קומט מיר ארויף דעם קאפישער רבס ראש חודש בענטשן!
זיין ה׳ מלך, דברי תורה ס״ג דאכט זיך אלס אנגעהויבן מיט ׳ דער פסוק זאגט און גראד אריין מיט א בחינה פון רבין זכרונו לברכה (כלשונו) אלעס מפי לב טהור פון א לויטערן איד אנע פניות מיטן גרעסטן ערנסטקייט און תמימות און דאס האט געהאט א השפעה אויף יעדן.

זיינע מדות טובות איז געווען להפליא, געגריסט יעדן קינד און בחורל,זייער שטארק מיטגעלעבט מיט זיינע מתפללים בעת שמחתם און בעת צרתם חלילה, געזעצן לאנג ביי שימחות נישט סתם יוצא צו זיין, געטאנצן ביי חתונות מיט יעדן קינד עקסטער, ביי די הקפות ביי די זעקסטע הקפה פלעגט ער טאנצן מיט די קינדערלעך, חול המועד פלעגט ער מכבד זיין די בחורלעך זאגן א דרשה צווישן מנחה ומעריב, ספעציעל האט זיך ארויסגעוויזן זיינע גאלדענע מדות וויאזוי ער האט זיך אפגעגעבן מיט די זקנים שרידי דור הישן וועלכע האבן געדאוונט ביי איהם אין בית המדרש, זיי אפגעגעבן דעם גרעסטן כבוד און משמש געווען, זיין גאנצע שטוב איז געווען איינגעשפאנט צו באדינען און מכבד זיין די אלטע לייט.

דער רב איז געווען שטארק רעספעקטירט און נערץ אין בית המדרש, צווישן די אלטע געווען אפילו אזוינע וואס האבן איהם גערופן ׳רבי׳ איך דענק ווען א שטיק צייט איז געווארן א געשמועסעכץ אין שול ביי שלש סעודות און דער רב האט איינמאל געזאגט א שלש סעודות תורה איבער דעם און וואכן האט מען נישט געהערט קיין פיפס ביי שלש סעודות נישט ווייל מען האט מורא געהאט נאר די השפעה און יראת הכבוד וואס מען האט געהאט פארן רב זצל.

די הייליגע טעג פלעגט ער אראפלייגן א גאר הייליגע עבודה, צו זעהן נאר די צורה ראש השנה און יוה״ק האט געווארפן א פחד, דער רב פלעגט דאווענען די שחריתים פארן עמוד זיך געשטעלט גאר פריה דאכצעך זיבענע און פלעגט נישט האבן צייט פאר קיין הפסקה (פאזע), זיין שאגת ארי ווי ער שרייט אויס דעם המלך האט שוין צוריסן דעם מענטש און מעורר געווען לתשובה, אזוי ווייטער א שיר המעלות ממעמקים, א אבינו מלכנו, איי וויי!

די לעצטערע תקופה איז ער געווארן מפורסם, אידן מיט א גוטן שמעק האבן זיך אנגעהויבן צו קלאמערן ארום איהם, עס איז געווארן א שטיקל חצר מיט א צורה פון א אדמו״ר, מען איז איהם נאכגעלאפן פאר עצות און ברכות (נישט באקאנט אויב ער האט גענומען קוויטלעך) תפילין לייגן און סנדקאותן, ווי מער מענטשן זענען געקומען אין פארקער מיט איהם איז דעם רבס נאמען געגאנגען נאך ווייטער און בליץ שנעל געווארן נערץ ונקדש אין שטאט וכל העם עונין אחריו מקודש, ער האט יעדן איד אויסגעהערט און זיך אריינגעלייגט אין יענעמס מצב מיטן גרעסטן ערנסטקייט, געווארן אינוואלווד אין אסאך קעיסעס העלפנדיג מענטשן, געשאפן אסאך געלטער פאר נצרכים און געטאן להשכין שלום בין איש לאשתו, געשטופט שידוכים, מחזק געווען בחורים וכדומה און דאס אלעס טראץ ער איז שוין געווען ליידער א גרויסער בעל יסורים נעבעך.

ווי איך דענק פון ביהמד ווי דער רב פלעגט זיך מוראדיק שטארק אפגעבן מיט זיינע קינדער און ער האט געלעבט מיט זיי און זיי מיט איהם, און כסדר גערעדט פון חינוך הבנים און האט טאקע אויפגעשטעלט א הערלעכע שטוב פון גאר חשובע און איידעלע תלמידי חכמים ההולכים בדרכיו, השית זאל זיי אלע טרייסטן
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

חמרא טבא האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:.

אינעם בילד פון די באזוך פון מהרזל, וואס זאגט די עולם צום סעט דברי יואל אויפן שעלף?


אויך באמערקט
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

בד"ה!
ווילאנג האט ער זיך געמוטשעט מיט די מחלה?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

גליטשעדיג האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:.

אינעם בילד פון די באזוך פון מהרזל, וואס זאגט די עולם צום סעט דברי יואל אויפן שעלף?


אויך באמערקט
אטעטשמענטס
d y.jpg
d y.jpg (388.75 KiB) געזען 2342 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

חמרא טבא האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:.

אינעם בילד פון די באזוך פון מהרזל, וואס זאגט די עולם צום סעט דברי יואל אויפן שעלף?

יעצט באמערקט! שכח
"חמרא" ווייסט ווי אזוי צו לערנען א בילד
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

שכל'דיג האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:ברוך דיין האמת
איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו קענען דעם רב פון דער נאנט. אבער בלויז זיין צורה, זיין וועזן און מהות האט געשריגן קדושה. אלץ אינגע בחור פלעג איך אים שטענדיק זעהן גיין אין ישיבה. זיין הימלישע באנעמונג האט איבערגעלאזט א השפעה אויף די ארומיגע.
מיט א יארן צוריק בין איך געווען ביי א לווי' פון א קרוב פונעם רב ז"ל. זיין הספד ליגט מיר נאך עד היום אין די ביינער! מלא רגש; איין שטיק אהבת ישראל!
בשורות טובות.

בד"ה
די געוואלדיגע בכיות אין איינרייסעניש צום רבונו של עולם ביי די לווי' פון זיין ברודער דושינסקי רב זי"ע נישט לאנג צוריק ליגט נאך ביי יעדעם אין די ביינער וואס האט עס מיטגעהאלטן...

https://www.dropbox.com/s/mtxyjhc5ms1fo ... 6.mp4?dl=0
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

הוי, ברוך דיין האמת!
מיט א שווער הארץ, געהאט די זכיה צו קענען דעם רב זצוק"ל, א מתמיד עצום, שוין אויף געוועהן דאכט זיך מיר 2 אזייגער פארטאגס, לא פסיק פומיה מגירסה, זיין דאווענען, זיין נעימות, סבר פנים יפות, א עקסטערע קאפיטעל אויף זיין דאווענען, און א עקסטערע מסכת אויף די חסד וואס ער האט געטוהן יארען יארען לאנג, פארטיילט אפאר הונדרעט טויזענט דאלער יעדע יאר בצינעא און בדרך כבוד, הוי מי יתן לנו תמורתו! ווער וועט אנפילען דעם חלל פון תורה און עבודת השי"ת??
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מען רעדט פון זיין פארטאגס, וואס ער האט ווי באקאנט געלייגט א גאר שטארקן דגוש דערויף, איזאינטערסאנט צו צולייגן, זיין זוהן הרה"ג ר' פנחס שליט"א איז אלס בחור פארבעטן געווארן דורך הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל צו לערנען מיט אים בחברותא אין די ביינאכט שטונדן. ווי פארשטענדליך האט ער עס מיט פרייד אנגענומען, און עס האט גאנץ גוט געשמעקט פאר זיין טאטן אויך, זייענדיג א תלמיד מובהק פון מאנטיווידעא רב זצ"ל, און עס איז אים געווען חשוב אז זיין זוהן זאל לערנען מיט אים און קונה זיין תורה און עבודה.

אבער נאך א שטיק צייט האט דער קאפישער רב געזאגט פאר זיין זוהן אז ער זאל אויפגעבן דעם שיעור, ווייל עס הייבט אן שטערן פון אויפשטיין פארטאגס, און אויפגעבן פארטאגס איז ביי אים וויכטיגער ווי אלעם.
געשטימט פאר ראשעק הול
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

מכתיר ברבנות בנו הרה״ג ר׳ אברהם שלמה שליט״א
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

אחיו להבדל בין חיים לחיים הגה״צ מפריימאן שליט״א בהספדו.
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

מתוך דבריו.
יציאת צדיק מן העיר עושה רושם!!
הוא הודה הוא הדרה הוא זיוה!!
יעצט, פנה כל זה!
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

ווען אין ווי איז די לוי'?
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

הוק-אפ?
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

הגה״צ דזישבוי רב ממאנטריאל שליט״א.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

HelpMe האט געשריבן:ווען אין ווי איז די לוי'?

יעצט אין בית מדרשו אין וומ"ס.
תיכף נאך די לוי' אין וומ"ס פארט די ארון ארויס קיין קרית יואל ווי די לוי' וועט פארקומען אום 12:30 ביי ביהמ"ד ויאל משה אויף 5 גארפילד, ווי עס וועט צווישן אנדערע מספיד זיין כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א וועלכע געפינט זיך איצט אין קרית יואל. דערנאך וועט פארקומען די לי' אום 1 אזייגער ביים ביה"ח אין קרית יואל ווי עס וועט מספיד זיין צווישן אנדערע כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א.
דער רב זצ"ל וועט קומען לקבורה אינעם חלקת הרבנים סמוך ונראה צום אוהל הק' פון רבותה"ק מסאטמאר זי"ע.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”