ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

וואסערמאן - ביטע ארויפלייגן די PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

The 116th Congress hasn't been sworn in yet, but the 2020 House fight already looks competitive. Introducing our @CookPolitical 2020 House ratings: https://www.cookpolitical.com/analysis/ ... se-ratings
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

House Dems will be playing defense in 31 Trump-carried seats, but they'll have a few offensive opportunities too. The 3 GOP incumbents who start out in our Toss Up column all represent majority non-white seats:

#GA07 Rob Woodall R
#TX23 Will Hurd R
#TX24 Kenny Marchant R

פון וואסערמאן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Our initial 2020 House ratings: Ds have the advantage in 219 seats, Rs in 196

פון וואסערמאן
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

PDF
אטעטשמענטס
House_2020_Ratings.1.pdf
(63.76 KiB) געווארן דאונלאודעד 62 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

16 דעמאקראטן לייגט ער אין טאסאפ, 3 רעפאבליקאנער, פלאס NC9.

אינאיינעם 20.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאס איז די קוק שאצונג פאר די האוז, דערווייל קען איך עס נישט ארויפלייגן מער קלאר.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קריסטעל באל ערשטע שאצונג פארן סענאט.

איינער שרייבט א אינטרעסאנטע פוינט, אז אויב איז דא נאך א טאסאפ, איז עס נארט קארעליינע, ווי אינקאמבענט סענאטארן פליען רעגולער, ענדערש ווי מעין, ווי קאלינס איז זייער שטארק, אבער מען איז נישט זיכער אז זי לויפט, אויב נישט גייט עס שטייצעך אריין אין די בלויע קאלום.

די דעמאקראטן האבן א אפהיל בעטעל, אבער א קלענערע בארג ווי 2018.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איינס פון די דעמאקרעטס וואס קוק לייגט אין טאסאפ איז NY22, ווי קלאדיע טעני איז געווען זייער א שוואכע אינקאמבענט, אין א טראמפ פלאס 15.3, נאכמער פון דעם, קואמא האט עס דערלייגט מיט 23.66!, סוי אפשר ברויך עס גיין נאך ווייטער ווי טאסאפ.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די דעמאקראטישע טאסאפ'ס זענען אין דזשארדזשיע GA6, ביידע נייע דעמאקרעטס אין אייאווע IA3 IA1, אילענוי IL14, מעין ME2, מישיגען MI8, ניו מעקסיקא NM2, ניו דזשערסי NJ3, אלע דריי נייע דעמאקרעטס אין ניו יארק NY22 NY19 NY11, אקלעהאומע OK5, סאוט קארעליינע SC1, יוטא UT4, און צוויי אין ווירדזשיניע VA7 VA2.

אלע 16 זענען נייע קאנגרעסלייט אין גאנץ שטארקע טראמפ אדער רעפאבליקען דיסטריקטס.

(איך שרייב "טראמפ אדער רעפאבליקען" ווייל נישט אלע זענען ביידע, אין SC1 האט טראמפ געווינען מיט בערך 10%, אבער די רעפאבליקאנער זענען בעצם סאך שטערקער דארט, און אין ME2 איז פארקערט, עס איז טראמפ פלאס בערך 10%, אבער אבאמע האט עס גרינגערהייט געווינען ביידע מאל, די צוויי אייאווע זיצן איז איינס סיי טראמפ און סיי רעפאבליקען, און איינס בלויז טראמפ, און אזוי ווייטער.)

די דריי רעפאבליקאנער טאסאפ'ס זענען אין דזשארדזשיע GA7 אין גלילות אטלאנטע וואס דער רעפאבליקען האט קוים געווינען, וואס מען האלט אז עס קען גיין אין די וועגן פון GA6, אין טעקסאס TX23 אין די היספאנישע מדבריות ביים גרעניץ, ווי דער אינקאמבענט וויל הארד האט אויסגעקוועטש א פיצי ליעד פון 0.4%, 926 שטימען, נאכן זיין פאראויס אין א ני"ט אנקעטע מיט בערך 15%, אין די קלינטאן פלאס 3 זיץ, וואס בעטא האט געווינען מיט 5%, די דריטע אין אין טעקסאס TX24, גלילות דאלעס, וואס איז נישט געווען דארט קיין ערנסטע פארמעסט, אבער דער אינקאמבענט מערטשענט האט בלויז געווינען מיט 3.1%, האלב פון טראמפ'ס 6.2%, און בעטא האט עס געווינען מיט 3.5%.

נאכדעם איז אין נארט קארעליינע NC9 אויך א טאסאפ, נאכדעם וואס עס וועט לכאורה זיין פרישע פריימעריס אויך.

אינאיינעם איז דא 219 ליען לייקלי סעיף דעמאקרעט, 196 ליען לייקלי סעיף רעפאבליקען, 20 טאסאפ'ס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סענעטאר לאמער אלעקסאנדער פון טענעסי לויפט נישט פאר ריעלעקשען.

די זיץ איז אבער ניישט אין גרויס געפאר נאכדעם וואס דער בעסטער קאנדידאט פאר די דעמאקרעטס האט יעצט פארלוירן דארט מיט 10% קעגן נישט די בעסטע רעפאבליקען.

סוזען קאלינס זאגט אז זי האלט אז א פריימערי טשעלענדזש פאר טראמפ וואלט געווען א גוטע זאך, און זי וויל אים נאכנישט אינדארסן, בקיצור, זי לויפט צו די אנטי טראמפ זייט כדי צו געווינען אין 2020.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 2:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

איך האלט אז זי באנארישט זיך, מדארף לעבן מיטן מציאות ער איז דער קאנדידאט אויף 2020 מיט וועם זי וועט זיין אויף איין טיקעט און לכל היותר קען זי האלטן א דיסטענס און זאגן א זי געט אים נישט קיין בלענק טשעק און האפט צו אדרעסירן מיט אים די אישוס פון איר סטעיט וכו' אבער נישט אינדארסן און לויבן א פריימערי איז אבזורדאל און דער עולם (פיפל בלעז) וועט איר דעס נישט מוחל זיין

ראה הזהרנוך
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זי איז פון די בלויע מעין, און האט א אייגענע ברענד דארט.

מען רעדט פון אירע טשענסעס אין די פריערדיגע בלעטער פון די אשכול.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

איך ווייס אבער זי זאל ענדערש אינדארסן די דעמאקראטישע קאנדידאט ווי טראמפ'ס פריימערי טשעלענזשער (אויב סוועט זיין) דאס איז א גרויסע טעות וואס פאליטישענס מאכן אז ווייל דו לויפסט אין א געגנט ווי די אנדערע פארטיי איז שטארק וועסטו אראפרייסן דיין פלאץ וואו דו באלאנגסט, דאס ארבייט אבסאלוט פארקערט אז אזוי וועט די רעפאבליקאנער טראמפ באזע אין מעין (צו וועם זי דארף קריטיש וויכטיג צוקומען) ווערן אפגעקילט און בלייבן אינדערהיים און די דעמאקראטן וועלן עניוועי ארטיסשטעלן א געזונטן קעגנער און איר אראפרייסן אלץ טראמפס פארטיי
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין דזשענערעל זאגסטו זייער א שארקע פוינט, אבער דא אין מעין ברויך זי פשטות נישט טראמפ'ס וויילער, זי האט אירע אייגענע, און עס וועט אפילו אן די סטעיטמענט, אבער מיט דעם נאך מער, זיין זייער שווער איר צו צובינן צו טראמפ אין מעין.

מען רעדט דא פון א סענעטאר וואס האט געווינען אין 2008 מיט 23%!.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

איך הער אבער אויב איז מיין פוינט ריכטיג אין דשענעראל (און יישר כח פאר אייער הסכמה) דעמאלט איז עס א נארישע זאך צו נוצן אפילו אויב איר וועט עס נישט (אזוי שטארק) שעדיגן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בילד

דאס איז די אינסייד עלעקשן רעטינג פאר דעם 2020 סענאט, ער האט אויך א רעטינג טילט פאר א פארטיי, אבער איך קען עס נישט מאכן אויף די מעפ, האבעך עס געמאכט טאסאפ, מעין און נארט קארעליינע זענען טילט רעפאבליקען.

אויב די דעמאקרעטס ווילן געווינען ברויכן זיי געווינען אלע ביידע טאסאפס און ביידע טילט GOP'ס, אדער געווינען עטליעסט איינס פון אלאבאמע דזשארדזשיע אדער גאר אייאווע.

איך עגרי מער ווייניגער צו די מעפ, חוץ: טעקסאס וואס ער לייגט אין סעיף GOP, איך גלייב אז אויב בעטא אדער אפילו קאסטרא לויפט איז עס לייקלי GOP און אראפ. אלאסקע וואס אויב בעגיטש לויפט צוריק פאר זיין אלטן זיץ קען עס ווערן קאמפעטעטיוו. אין אריזאנע וואלט איך געלייגט מעקסעלי אין טילט רעפאבליקען. קענזעס אלס די אומקלארקייט פון די רעפאבליקען פריימערי - הגם איך גלייב אז טראמפ וועט שטיצן דאס מאל א נארמאלן קאנדידאט - וואלט איך געלייגט לייקלי. און קאלעראדאו, נאכן זעהן וואס איז געשען מיט העלער פון נעוועדע, אז ער האט פארלוירן מיט 5% אין נעוועדע וואס איז בערך 4% ווייניגער בלוי ווי קאלעראדא, וואלט איך געלייגט גארדנער אין ליען דעמאקרעט. נארט קארעליינע ליען GOP אנשטאט טילט. מעין צוליב די אומוויסן וויפיל אינקאמבענסי איז נאך ווערט דארט לאז איך דערוויל אין טילט ממילא איז עס גרעי ווי א טאסאפ.

דאס איז מיין מעפ

-------------------------

יאך האב געקלערט לגבי מארטע מעקסעלי אז חוץ מזה וואס מעקאנעל האלט אז זי איז די בעסטע אנדידאט פאר די GOP אין 2020, האט זיך נאך א מעלה יעצט פאר מעקאנעל, אז זי איז מעקאנעל'ס פאפעט, א אנדערער, אפלילו איינער מער קאנסערוואטיוו, וואלט ווען יעצט געלייגט פרעשור אויף מכקאנעל וועגן די שאטדאון, אויף א פארנעם וואס מעקסעלי קען יעצט נישט זינט מעקאנעל האט איר אקארשט יעצט אריינגעלייגט אין אפיס.

------------------------

ווי @הכל הבל ברענגט אין אנדערן אשכול וועט פעט ראבערטס (R) פון קענזעס נישט לויפן פאר ריעלעקשען, דערווייל איז עס נאך ביי יעדן סאליד R, אבער אויב אזא קאובאך וועט לויפן דארט קען זיך עס נאך ענדיגן ווי די גאווערנאר פארמעסט דארט.

די לעצטע מאל קענזעס האט געשטימט פאר א דעמאקראטישן סענטאר איז געווען 1932! און פאר פרעזידענט זייט 1940 בלויז איין מאל אין 1964 ביי די LBJ לענדסלייד קעגן בערל גאלדוואסער.

--------------------------

א סייד נאוט, איך ווייס נישט אויב עס בעלאנגט טאקע דא, אבער שוין.

יאסי געשטעטנער זאגט טייל מאל גאנץ גרויסע אומפונקטליכקייטן, און איך באשולדיג אים נישט אויף דעם אלס ליגענער, זינט ווי ער זאגט אלס האלט ער נישט אזוי ווייט מיט פאליטיק, בלויז די פאליטיק פון די פאליטיק, דהיינו די ספין'ס וכדומה.

לענינינו, ער ברענגט ארויס אז גארדנער ברעכט זיך אויף די וואנט, ווייל ער ציטערט פון 2020, וואס דאס איז זייער אמת, אבער ער גייט ווייטער און וואונדערט זיך פארוואס דזשאונס פון אלאבאמע, וואס איז נאך עניטיים אזוי אויף צרות ווי גארדנער, - ער ברענגט ארויס אז אין קאלעראדא האבן די דעמאקראטן א 5% עדווענטידזש אין רעגיסטירטע וויילער און אין אלעבאמע האבן די רעפאבליקאנער א 35% עדווענטידזש - האט נאך קיינמאל נישט געשטימט מיט די רעפאבליקאנער אויף א מעידזשער אישו.

יאסי זאגט דא גאנץ א גרויסע אומפונקטליכקייט, ווייל אוי ווי דזשאונס האט שוין געשטימט מיט די רעפאבליקאנער, ווי מען זעהט אין די תגובות,
פאראינטערסירט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פראסידינג וואוט אין סענאט

פלעיק וואוט ניין!...

פלעיק האט צוריק געטוישט זיין וואוט פאר יא,
עס איז געווארן 47-47 און די וויצע פרעזידענט פענס איז אראפגעקומען און געבראכן די טיי.

,און מ'איז געגאנגען פאראויס מיט די פראסידינג פון די האוז אמענדמענט צו די סענאט אמענדמענט צו די האוז אמענדמענט צו די סענאט אמענדמענט צו H.R. 695. (דא האט די עולם זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן....)

מעקאנעל האט שטארק גערעדט אז די רעגירונג מוז באשיצן איהרע גרעניצן, און אז אפי' די דעמאקראטען האבן צוריק אנפאנג די יאר מסכים געווען צו געבן פארן פרעזידענט 25 ביליאן דאלאר (אין אויסטויש פאר דאקא), אבער יעצט ווילן זיי נישט געבן אפי' א פינפטל!!
און יא א סימפל וואנט ארבעט, און ווען עס וואלט נישט געווען טראמפ'ס צייטן וואלטן די דעמאקראטען אויך מסכים געווען דערצו, נאר יעצט שפילן זיי פאליטיק מיט דאס לאנדס זיכערהייט.

שוממער האט דערקלערט אז די געלט פאר א וואנט גייט נישט דורכגיין סענאט נישט מארגן נישט נעקסטע וואך און נישט נעקסטע יאר...
מ'האט נאך אפי' נישט אויסגענוצט די 1.3 ביליאן וואס קאנגרעס האט געגעבן פארן וואנט אנפאנג יאר, און אז די וואנט איז אומאפעקטיוו און איבריג געלט,
ער האט אויסגעפירט אז מ'פארהאנדלט מיט אלע ביידע פארטיי פירער און מיטן ווייסן הויז, אבער עני ביל מיט געלט פאר א וואנט וועט נישט דורכגיין סענאט.

די סענאט וועט זיין מאנטאג האלבוועגס אפן, און דאנערשטאג געהעריג אפן

צל עובר האט געשריבן:פלעיק האט צוריק געדרייט און דאג דזשאונס געשטימט יא, נאכדעם וואס מעקאנעל האט צוגעזאגט אז מען וועט נישט מער שטימען אויף גארנישט, קיין שום טעסט וואויט וכדומה, ביז עס איז דא א דיעל.

---------------------

אויך, יעצט רעדט מען שוין נישט פון קיין שום CR, די דעמאקרעטס ברויכן זיין משוגע עפעס צו געבן פאר א CR, יעצט רעדט מען שוין פון געהעריג פאנדן די רעגירונג ביז קומענדיגע פיסקעל יאר, שטייצעך אויב מען וועט זיך מיט עפעס אויסקומען פאר די וואנט.

און נישט אויף א קלייניקייט, נאר טאקע אויף די "וואנט" אליינס, דאג דזשאונס האט אן רעקארד געשטימט מיט די רעפאבליקאנער אויף די וואנט.

דאס איז לגבי די וואויט, לגבי די 2020 טשענסעס איז יאסי גערעכט אז דזשאונס איז אויף גרעסערע צרות, אבער איך קוק נישט אזוי ווייט אויף רעגיסטראציע, ווי איך ווייז אן אז קענטאקי האט מער רעגיסטרירטע דעמאקראטן ווי רעפאבליקאנער, נאר וואס דען, טראמפ האט געווינען אלאבאמע מיט בערך 28%, קלינטאן האט געווינען קאלעראדא מיט בערך 5%.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:א סייד נאוט, איך ווייס נישט אויב עס בעלאנגט טאקע דא, אבער שוין.

דאס מיינט "נישט" געשטומט אויפן וואנט!..
ווייל ער האט דאך באקומען א צוזאג פון מעקאנעל אז מ'גייט נישט שטומען אויפן וואנט ווילאנג ס'איז נישטא קיין דיעל מיט די דעמאקראטען!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז מען רעדט שוין פון געשטעטנער, עס איז דא אזא מוסר אדער הלכה, איך געדענק נישט צו עס ממש א הלכה, אז מען זאל נישט רעדן פון איינעם צופיל אפילו גוטס ווייל מתוך שבחו אתה בא לידי גנותו, איז געווען אזא ווארט אינדרעהיים, אז מען זאל נישט צופיל בארעדן איינעם ווייל מתוך גנותו אתה בא לידי שבחו. סוי לאמיר אביסל שרייבן א זאך ווי יאסי קומט יא אריין זייער שטארק.

עס איז דא א ברייט אנגענומענע אזוי גערופענע פאקט אז די קלינטאן אימפיעטשמענט האט שטארק געשאדט פאר די רעפאבליקאנער אין 1998 ממילא לוינט נישט די געים פאר די דעמאקראטן יעצט, האט שוין יאסי אנגעוויזן כמה פעמים, און איך עגרי צו זיינע שטארקע פוינטס - וואס איך האף צו שרייבן דא ווען איך וועל זיין מער אויסגעריט - אז עס איז א מייט, עס איז בעלאוני.

זעה איך לעצטענס פון טייל מבינים אז זיי זאגן שוין אויך אזוי, עס איז נאך נישט ברייט אנגענומען, אבער מען פאנגט שוין אן צו קומען צום שכל.

ווייל די זאכן אין וואס יאסי ליגט קען ער גאר גוט און ער פארשטייט גאר גוט.

------------------------------------

@הבל האט באריכטעט אפאר זאכן אין זיין אשכול, וואס איך קלער אז עס געהער דא אויך.

הכל הבל האט געשריבן:אין אייאווע איז אין 2014 למספרם ערוועלט געווארן דזשאני ערנסט פאר סענאטאר
איר 6 יעריגע טערמין ךויפט אפ אין 2020 למספרם ווען זי וועט שטיין פאר די וויילער פאר ווידערערוויילונג און דערווייל איז נישט דא קיין איינציגע דעמאקראט וועלכע האט שוין געזאגט אז ער אדער זי קלערט צו לויפן פאר דעם זיץ
לויט אנאליסטן וואלט די בעסטע קאנדידאט געווען טאם ווילסאק וועלכע האט א גאר באקאנטע נאמען אין דעמאקראטישע רייען אין די סטעיט און אויך נאציאנאל
ווילסאקהאט איז א צוויי טערמיניגע גאווערנאר וועלכע האט סערווירט ביז 2002 למספרם און זיך שפעטער פארמאסטן פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע אין 2007 למספרם אבער זיך גאר פרי ארויסגעצויגן ונעם פארמעסט און דאן אינדארסירט הילערי קלינטאן
ווען באראק אבאמא האט געוואונען די פרעזידענטשאפט האט ער אויסגעקליבן ווילסאק אלץ בעקרעטאר פון די אגריקולטור דעפארטמענט און אויסגעדינט אויף די פאזיציע פאר פולע אכט יאר
ווילסאק האט לעצטנס רעאגירט צו די געדאנק פון לויפן אקעגן ערנסט זאגנדיג אז ער וויסט ניטש אויב די טיהר פאר אזא פארמעסט איז אפן אדער פארמאכט און ער ווייסט ניטאמאל ווי די טיהר איז..
באזיגן ערנסט איז נישט ערווארטעט צו זיין גאר א לייכט אויפגאבע זינט זי איז שטארק פאפולער
און האט געצייגט שטארקע פאליטישע מוסקולען אין איר 2014 למספרם קאמפיין אויפטרייבנדיג מאסיווע געלטער זייענדיג א גאר שטארק אפעקטיווע פאנדרעיזער און וועט אין צוגאב געניסן פון א שטארקע פלוס פון דרויסנדיגע געלטער

אריבער אין ניו העמפשיר
קוקט דערווייל די ארטיגע סענאטאר אויך אויס צו זיין אין היבש זיכערע טעריטאריע
א לאנגע רייע מעגליכע קאנדידאטן קענען זוכן ארויסצושטויסן דעמאקראטישע סענאטארשע שאהין אבער די פראגע איז וואס זייערע שאנסן זענען
די קאנדידאט וועלכע די פארטיי וואלט זייער געוואלט זעהן אריינשפרינגען אינעם פארמעסט איז קעלי עיאט וועלכע האט זיך שווער פארמאסטן פאר ווידערערוויילונג אבער גאר שמאל פארלוירן צו גאווערנאר מעגי העסאן מיט ארום טויזנט שטימען (0.1%) פון די וואוטס
אבער לויט קוועלער איז עיאט שטאנדהאפטיג מיט א באשלוס נישט צו לויפן און די אינטערליגנדע אורזאך איז פרעזידענט טראמפ
דורכאויס א סענאט דעבאטע אין 2016 למספרם איז זי געפרעגט געווארן אויב טראמפ איז א פאסיגע פערזאן צו דינען אלץ א מאדעל פאר קינדער און האט זיך שטארק געמוטשעט מיט אן ענטפער
שפעטער האט זיך עפנטליך געמאלדן אז זי שטימט נישט פאר טראמפ און לויט די באריכטן קען זי זיך נישט זעהן לויפן נאכאמאל אויפן זעלבן טיקעט מיטן פרעזידענט

א סעקונדע באזוך אין מעין,
סענאטאר קאלינס וועט אויסשטיין איר אייגענע יום הדין און דארפן בעטן פון די וויילער א פרישע טערמין
זי איז היינט געפרעגט געווארן אויב זי וועט זוכן ווידערערוויילונג און געזאגט אז זי גרייט זיך צו לויפן און וועט פאסן אן ענדגילטיגע באשלוס ענדע יאר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אייאווע סטעיט סענעטאר רענדי פינסטרע (R) האט געמאלדן א פריימערי טשעלענדזש קעגן קאנגרעסמאן סטיוו קינג (R) פון IA4, קינג הייסט זייער עקסטרעמיסטיש און ראסיסטיש, און האט געווינען מיט בלויז 3.3% אין די דיסטריקט וואס טראמפ האט געווינען מיט 27.1%. "אבער" נעיט כהן ווייזט אן אז אין זייער ני"ט אנקעטע האבן גאנצע 74% רעפאבליקאנער קעגן בלויז 14% געהאט א פעווארבל וויו פון אים.

דאס איז אזוי טראץ וואס בלויז 52% קעגן 43% רעגיסטרירטע רעפאבליקאנער דארט האלטן אז איליגעלס טוען מער קריים ווי סיטיזענס, און בלויז 47% קעגן 46% שטיצן צו ענדיגן בירטרייט סיטענזענשיפ.

-----------------

אין NM2 האט די ארויסגעווארפענע קאנגרעספרוי יוועט הערעל (R) געמאלדן אז זי וועט לויפ אין א רימעטש קעגן די יעצטיגע קאנגעספרוי סאוטשי טארעס סמאל (D).

דאס איז די איינציגסטע דיסטריקט ביים בארדער וואס טראמפ האט געווינען, ער האט עס געווינען אין 2016 מיט 10.2%, סמאל האט עס געווינען אין 2018 מיט 1.9%.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין קעזעס האט דער רעפאבליקאנער פעט ראבערטס געמאלדן אז ער לויפט נישט פאר ריעלעקשען אפאר וואכן צוריק, אבער זייענדיג א טראמפ פלאס 20 סטעיט, האט מען עס דערווייל געלאזט סאליד רעפאבליקען.

פרייטאג איז געווען באריכטן אז מעקאנעל האט שוין פערזענליך געבעטן מייק פאמפעיא, וואס איז געווען א קאנגרעסמאן פון קענזעס פאר ער איז געווען CIA דירעקטאר וואס נאכדעם האט אים טראמפ גענומען פאר אויסערן מיניסטער, עס הייסט אבער אז עס געפעלט נישט פאר טראמפ. אבער מעקאנעל האלט אז ער מוז דאס טון ווייל....

היינט ווערט באריכטעט אז קריס קאובאך, וואס האט באוויזן צו געבן ביי די מידטערם וואלן די גאווערנאר שטול אין קענזעס פאר די דעמאקראט לאורע קעלי, געט איבער אז ער קלערט ערסט צו לויפן פאר סענאט.

-----------------

אפאר וואכן צוריק האט א מען גענומען אין קאלעראדא א אנקעטע איבער עפעס א לאקעל אישו, אבער מען האט אויך געפרעגט אפאר אינטרעסאנטע זאכן.

טראמפ פעווארבל רעיט איז מיינוס 14 41-55
GOP סענעטאר וואס לויפט 2020 קארי גארדנער פלאס 1 35-36
דעמאקראט סענעטאר מייקל בענעט פלאס 14 27-41
אריינגעקומענער דעמאקראטישער גאווערנאר דזשעראד פאליס פלאס 18 30-48
ארויסגייענדיגער דעמאקראטישער גאווערנאר דזשאן היקענלופער פלאס 26 30-56

די דעמאקראטן האבן חשק צו דרעפטן היקענלופער צו לויפן קעגן גארדנער, אויב עס געלונגט איז בדרך הטבע גארדנער אווער, אפילו אנדעם איז ער דער אנדערדאג.

כאטש עס איז נאך לאנג אוועק, אבער אויב די 2020 פרעזידענט וואלן וואלטן פארגעקומען היינט, פאר וועם וואלט איר געשטימט?
דאנעלד טראמפ 36
דעמאקראטישער קאנדידאט 50

און אויב די 2020 סענאט וואלן וואלטן פארגעקומען היינט, פאר וועם וואלט איר געשטימט?

קארי גארדנער 38
דעמאקראטישער קאנדידאט 46

די אנקעטע איז נאך פון יאנואר 2 ביז יאנואר 5 למספ' אנהויב שאטדאון.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שומער איז דער וואס האט געבטן סטעיסי עיברעמס צו געבן די סאד"י ענטפער.

עס קען שטארק אויפבויען איר פראפייל פאר וואס שומער האפט זי וועט לויפן פאר סענאט קעגן דעוויד פערדו.

-----------------------------------

א לאקעל קאמפעני האט גענומען א אנקעטע פאר א קאנסערוואטיווע סופערפעק פון טעקסעס ווייזט אז דזשאן קארנין איז פאראויס מיט 13% 37-50 קעגן בעטא ארורק אויב ער לויפט קעגן אים פאר סענאט 2020.

--------------------------------

לערי סאבאטא'ס קריסטעל באל האט ארויסגעגעבן זיין פריע שאצונג פאר די האוז 2020, לויט אים האבן די דעמאקראטן אלעס אינאיינעם 225, די רעפאבליקאנער 195, 15 טאסאפ.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

צל עובר האט געשריבן:שומער איז דער וואס האט געבטן סטעיסי עיברעמס צו געבן די סאד"י ענטפער.

עס קען שטארק אויפבויען איר פראפייל פאר וואס שומער האפט זי וועט לויפן פאר סענאט קעגן דעוויד פערדו.

עס איז אבער א שטארקע געמבעל, ווייל רוב מאל פאלן די חברה אקעגן דעם פרעזידענט דורך.
איך ווייס נישט וואס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מיט דעם אלעם העלפט עס.

אפילו דזשאן קענעדי, וואס איז נישט גוט געווען פאריאר, איז אויך מער פאפעלער וועגן דעם.

און זי איז באמת א מעכטיגע רעדנער, אין כחה אלא בפה.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ענדרו ראמענאף וועט זיך פארמעסטן מיט סענאטאר קארי גארדנער פון קאלאראדא

ראמענאף איז מיט יארן צוריק געווען ספיקער פון די קאלאראדא לעגיסלאטור און האט זיך פארמאסטן אין א פריימערי מיטן איצטיגן סענאטאר מייקל בענעט אום 2010 למספרם און שפעטער פרובירט צו לויפן פאר קאנגרעס און שמאל פארלוירן צו מייק קויפמאן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשעים העריסאן איז אן אפריקאנע אמעריקאנער און דער פארזיצער פון די סאוט קאראליינע דעמאקראטישע פארטיי
ער האלט אפ זיצונגען היינט און מארגן מיט סטעיט דעמאקראטן און לויט קוועלער קען מען ערנסט ערווארטן אז ער וועט אינגיכן מעלדן זיין קאנדידאטור זיך צו פארמעסטן מיט סענאטאר לינדזי גרעהעם
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”