בלאט 1 פון 2

א יישר כח פאר אונזערע מידטערם רעפארטערס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 9:18 am
דורך משה כספי
ובזה החלי
בראש וראשון קומט א דאנק פאר אייוועלט'ס וואשינגטאן און נאציאנאלע קארעספאנדענט און דער באליבטער רעפארטער
הכל הבל!
מיט א געשמאקע פעדער און א קורצע קלארע שפראך האט הכל הבל אונז אלע מהנה געווען און האפענטליך ווייטער מהנה זיין

והשני בדומה לו וואס האט אונז כסדר געאפדעיט און אויך אנאליזירט אלע פארמעסטן מיט א קלארע דעת, א ניק מלא מעלות וואס יעדער האט הנאה פון, שרייטס אלע
צל עובר!
קאנגראטולאציע פאר דיין געווינס אינעם הויז יעצט אבער מוזטו שוין מער שרייבן זייט די האסט באקומען סעפינע פאוער...

והחוט השלישי לא במהרה ינתק א ספעציעלע יישר כח פאר אונזער דעמאקראטישע קארעספאנדענט א פריינד פון יעדן דא און פון די איינציגסטע וואשינגטאן אינסיידערס וואס האט זיך נישט געשראקן צו האלטן דעם פרעזידענט אין טשעק ענד בעלענס אלעמענס באקאנטן
כאפצעם!
אייוועלט טוט זיך מיטפרייען מיט דיין יודדדש נאכט און ווארטן מיטצוהאלטן די בענגאזי סטייל אינוועסטיגעשאנס אויף די טראמפ פרעזידענטסי

והטור הרביעי תרשיש שוהם וישפה דער באקאנטער בייפארטיזן ניק וואס טאקע הזמן גרמא ודרשינן בשמיה דעם באליבטער דזשורנאליסט "ס'דא אויסוואלן"
יש ברירה!
טאקע געהאט אינערליכע שלעכטע געפילן איבער א דעמאקראטישע פארלוסט אבער למעשה געווינען מיט א שטארקע קראפט! יעצט איז די צייט ביז די קומענדיגע וואלן צו ווייטער מהנה זיין דעם עולם מיט נאטור און דעם באשעפערס וואונדער איבער די וועלט (איינער געדענק נאך די אינהאלטסרייכע ארטיקלן???...)

און א ספעציעלע דאנק פאר א ניק פונעם פרעזידענטס לאגער אבער פריינד פון ביידע פאליטישע פארטייען וואס האט כסדר געשריבן און געהאלטן אינפארמירט דעם עולם און זיך נישט געשראקן פון אטאקעס און פארמעסטן הלוא הוא
טשאדעלע באדעלע!
טאקע פארלארן די הויז פון רעפעזענטאטן אבער געווינען דעם סענאט טא פארוואס זיין צובראכן קום אריין ביתר שאת וביתר עז און שלאג אפ די קומענדיגע בלוטיגע אטאקעס וואס גייט קומען אויפן פרעזידענט ווי א בלויע צונאמי...

ואחרון אחרון חביב
א ניק וואס האלט דעם קרעטשמע בכמות ובאיכות הארד דעטא און סאפט דעטא וואס בתחילה האב איך פארגעסן צוליב וואס ער האט נישט דווקא מיט וואלן פאליטיק אדער סיי וואס נאר ענדערש מעמודי התווך פון אייוועלט וטעות לעולם חוזר וויל איך טאקע דא בשער בת רבים באדאנקן אונזער אונזער אלעמענס באקאנטן און באליבטער
וויכטיג מאכער!
הנקרא בלשון חיבה וויכי, נישט אומזינסט געווארן דער שר עשרים אלף נאר גאר צוואנציג טויזנט אינהאלטסרייכע תגובות אנאליזן נייעס רעפארטס און הערליכע אפשאצונגען!
איך בעט מחילה ברבים פאר לכתחילה פארגעסן און די סימן אויף מחילה וועט זיין נאך און נאך תגובות און ארטיקלען

ווי אויך א פערזענליכע דאנק פאר אלע ניקים כל אחד בשמו יבורך וואס האבן געמאכט דאס פלאץ אין די לעצטע פאר חדשים א געשמאק צו ליינען און צוגעגעבן אזויפיל פאר די ליינער

ואסיים בברכה, דער אויבערשטער זאל העלפן און באצאלן די אלע ניקים דא וואס האבן געגעבן פון זייער צייט מהנה צו זיין דעם עולם דא און זאלן געבענטשט ווערן מיט בני חיי ומזוני רויחי וכל טוב

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 9:35 am
דורך אסדר לסעודתא
וואס איז פשט פון די בייעס? איפא וויכי???? אונזער באליבטער רעפארטער און אנאלעזירער!!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 9:38 am
דורך צוקער וואסער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איז פשט פון די בייעס? איפא וויכי???? אונזער באליבטער רעפארטער און אנאלעזירער!!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 9:39 am
דורך הכל הבל
א גרויסן ישר כח כבוד הרב כספי!!!!!!!!!!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 9:40 am
דורך shimon7323
משה כספי האט געשריבן:ובזה החלי
בראש וראשון קומט א דאנק פאר אייוועלט'ס וואשינגטאן און נאציאנאלע קארעספאנדענט און דער באליבטער רעפארטער
הכל הבל!
מיט א געשמאקע פעדער און א קורצע קלארע שפראך האט הכל הבל אונז אלע מהנה געווען און האפענטליך ווייטער מהנה זיין

והשני בדומה לו וואס האט אונז כסדר געאפדעיט און אויך אנאליזירט אלע פארמעסטן מיט א קלארע דעת, א ניק מלא מעלות וואס יעדער האט הנאה פון, שרייטס אלע
צל עובר!
קאנגראטולאציע פאר דיין געווינס אינעם הויז יעצט אבער מוזטו שוין מער שרייבן זייט די האסט באקומען סעפינע פאוער...

והחוט השלישי לא במהרה ינתק א ספעציעלע יישר כח פאר אונזער דעמאקראטישע קארעספאנדענט א פריינד פון יעדן דא און פון די איינציגסטע וואשינגטאן אינסיידערס וואס האט זיך נישט געשראקן צו האלטן דעם פרעזידענט אין טשעק ענד בעלענס אלעמענס באקאנטן
כאפצעם!
אייוועלט טוט זיך מיטפרייען מיט דיין יודדדש נאכט און ווארטן מיטצוהאלטן די בענגאזי סטייל אינוועסטיגעשאנס אויף די טראמפ פרעזידענטסי

והטור הרביעי תרשיש שוהם וישפה דער באקאנטער בייפארטיזן ניק וואס טאקע הזמן גרמא ודרשינן בשמיה דעם באליבטער דזשורנאליסט "ס'דא אויסוואלן"
יש ברירה!
טאקע געהאט אינערליכע שלעכטע געפילן איבער א דעמאקראטישע פארלוסט אבער למעשה געווינען מיט א שטארקע קראפט! יעצט איז די צייט ביז די קומענדיגע וואלן צו ווייטער מהנה זיין דעם עולם מיט נאטור און דעם באשעפערס וואונדער איבער די וועלט (איינער געדענק נאך די אינהאלטסרייכע ארטיקלן???...)

און צום לעצט א ספעציעלע דאנק פאר א ניק פונעם פרעזידענטס לאגער אבער פריינד פון ביידע פאליטישע פארטייען וואס האט כסדר געשריבן און געהאלטן אינפארמירט דעם עולם און זיך נישט געשראקן פון אטאקעס און פארמעסטן הלוא הוא
טשאדעלע באדעלע!
טאקע פארלארן די הויז פון רעפעזענטאטן אבער געווינען דעם סענאט טא פארוואס זיין צובראכן קום אריין ביתר שאת וביתר עז און שלאג אפ די קומענדיגע בלוטיגע אטאקעס וואס גייט קומען אויפן פרעזידענט ווי א בלויע צונאמי...

ווי אויך א פערזענליכע דאנק פאר אלע ניקים כל אחד בשמו יבורך וואס האבן געמאכט דאס פלאץ אין די לעצטע פאר חדשים א געשמאק צו ליינען און צוגעגעבן אזויפיל פאר די ליינער



גא"מ לכל הנ"ל

אבער הלמאי וויכי האסטו פארגעסן?

לאמיר אויך אויסשרייען און אדישען צו אלע דערמאנטע דא ווילן מיר אויך צולייגען וויכטיג מאכער

---
מהאקט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 9:41 am
דורך קאנסילמאן
א דאנק פאר יעדעם, וויכי פאר זיין קלארקייט, צל הבל כאפצעם פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס, דערצו יש ברירה טשאדעלע און די רעסט אף די טיעם.

באמת קומט זיך א דאנק פאר יעדען איינציגען נייעס ברענגער, אחד המרבה ואחד הממעיט יעדער איינער געט דא צו אייגענארטיג צום וועלטעל, די פלוס פון כסדר'דיגע שרייבער און קאמענטירער מאכט אייוועלט דאס וואס עס איז.

שכוח יעדעם איינעם.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 9:44 am
דורך shimon7323
אויך א דאנק פאר די אייוועלט טעקניקל דעסק פארן האלטן די סייט אפ ענד ראננינג די גאנצע צייט גיט און שנעל.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 10:05 am
דורך איד'ל מיטן פידל
גא״מ להנ״ל

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 10:06 am
דורך משה כספי
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איז פשט פון די בייעס? איפא וויכי???? אונזער באליבטער רעפארטער און אנאלעזירער!!

1000% רעכט! גיי מיר שוין פאריכטן

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 10:22 am
דורך משה כספי
משה כספי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איז פשט פון די בייעס? איפא וויכי???? אונזער באליבטער רעפארטער און אנאלעזירער!!

1000% רעכט! גיי מיר שוין פאריכטן

פאראכטן

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 10:25 am
דורך געריבענער סוחר
גא''מ, פיין הנאה געהאט אויפצישטיין און דאווענען און נאך א פיינעם לחיים, זיך געזעצט ליינען איבער 40 בלעטער חומר פון אינהאלטסרייכע און אומפארטייאישע און אויך פארטייאישע, און בייעס, און אן בייעס קאמענטס.
טענקס פאר אלעמען.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 10:30 am
דורך ממה נפשך
יישר כח אלע, מיר האבן שטארק הנאה געהאט!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 10:36 am
דורך פאראינטערסירט
יישר כח פאר אלעמען
ובפרט פאר אונזער "אמת'ע" (להוציא "פעיק ניוז"..) פראפעסיאנאלע אנבייעסד ריפארטער הכל הבל!!!!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 10:57 am
דורך פייוויש בראדער
ייש"כ לכולם, תבורכו מן השמים.

און א שכוח פאר כספי פארן ארויסשרייבן מיינע געפילן.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:00 pm
דורך פעיק ניוז
גא״מ לר׳ משה, אבער האסט פארגעסן אונזער רעפארטער @נאך פונדערהיים.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:10 pm
דורך מונאוויטש
איך לייג נאר צו מיין חתימה.
א הערצליכע דאנק פאר די חשובע אויבן-דערמאנטע ניקים, אבער אויך לאשר איננו פה, גרויסע און קליינע, נייע און אלטע, רעכטע און בלויע, היציגע און סאלידע. איר האט אריינגעלייגט אסאך צייט און ארבעט צו מהנה זיין דעם ציבור; דער עולם אפרישיעט עס!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:14 pm
דורך משה כספי
פארגעסן פון אונזער חשוב'ע רעפארטער און פאליטישע קענער הרב טינק ענד טענק! נעם אלע טיטלען און ברכות פונעם ערשטן תגובה

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:21 pm
דורך בעריש'ל
ממש א גרויסע יישר כח פון מיר מעומק הלב!!!! אייוועלט איז מיין סארס פאר נייעס, די שנעלסטע אפדעיטס.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:34 pm
דורך אלי' מקוה יוד
shimon7323 האט געשריבן:אויך א דאנק פאר די אייוועלט טעקניקל דעסק פארן האלטן די סייט אפ ענד ראננינג די גאנצע צייט גיט און שנעל.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:34 pm
דורך אלי' מקוה יוד
געריבענער סוחר האט געשריבן:גא''מ, פיין הנאה געהאט אויפצישטיין און דאווענען און נאך א פיינעם לחיים, זיך געזעצט ליינען איבער 40 בלעטער חומר פון אינהאלטסרייכע און אומפארטייאישע און אויך פארטייאישע, און בייעס, און אן בייעס קאמענטס.
טענקס פאר אלעמען.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 2:52 pm
דורך נתנאל מינצבערג
כנתנאל ועוד לקרא

גא״מ להנ״ל


אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:גא''מ, פיין הנאה געהאט אויפצישטיין און דאווענען און נאך א פיינעם לחיים, זיך געזעצט ליינען איבער 40 בלעטער חומר פון אינהאלטסרייכע און אומפארטייאישע און אויך פארטייאישע, און בייעס, און אן בייעס קאמענטס.
טענקס פאר אלעמען.


העי! איך האב דיר געזען דא נעכטן

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 4:33 pm
דורך פעיק ניוז
דאכט זיך מיר אז אייוועלט איז לעצטנס געווארן א געשמאקערע פלאץ ווי אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 4:47 pm
דורך כאפצעם
פעיק נוז האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז אייוועלט איז לעצטנס געווארן א געשמאקערע פלאץ ווי אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 5:01 pm
דורך געוואלדיג
גם אני אקח חבל,
להודות בכינור ונבל
את הרכה על הר גריזים ועיבל
להאי גברא יקירא @הכל הבל

ואתו עמו הני חבורתא
כל אחד לכאן אתא
ומסרו בכל שעתא ושעתא
מי לשמחה ומי לבעתה
כל אחד שמו לברכתא

כ"ד הנהנה מדיו כל חורשתא
הק' געוואלדיג

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 5:29 pm
דורך קניידל פארעם
@געוואלדיג, דאס איז געוואלדיג!