סיום הש"ס במסגרת דף היומי - חודש טבת תש"פ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גלות איד
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

מיין סוכות און שמחת תורה; אינמיטן חודש טבת

תגובהדורך גלות איד » זונטאג ינואר 05, 2020 9:36 pm

שוין, וויפיל איז די שיעור צו האלטן אין דרעפט?

מיין רושם און מיינע געפילן.

איך וועל אריינשפרינגן גלייך צו די געפיל וואס האט מיר באגאסן ווען איך בין אריין אין דעם סטעדיום, אריינקומענדיג, האט מיר באגאסן א גייסט פון קדושה, עס האט זיך געשפירט א הרגש פון צילא דמהימנותא, ממש ווי ביים אריינגייען אין סוכה די ערשטע נאכט יום טוב, אונטער'ן פרייען הימל, מ'זעהט די עליונים ששו, די קעלט האט נאך צוגעגבן צו דעם סוכה'דיגע געפיל, אזוי צוצענדיג די שאל ארום מיין האלדז ממש אזוי ווי אין סוכה אין א פראסטיגע נאכט, קלער איך צו מיר איך ווייס איך בין טאקע פטור, הלמאי? אונס רחמנא פטריה, אבער אין אזא טאג ווער וויל נישט זיין די הדיוט פון די גמרא, מיינע אושפיזין זענען געווען די הייליגע תנאים ואמוראים, רש"י תוס', די ראשונים און אחרונים, ווי די אנטווערפענער רב שליט"א אין זיין דרשה, האט הערליך ערווענט וואספארא עת רצון איז דא יעצט, ווי די מלאכים טאנצן מיט אין הימל, און וואסאפארא עת רצון ווערט אין הימל ווען מ'זאגט די ווערטער וזכות כל התנאים והאמוראים וכו', ווי שפתותיהם דובבות מיט אונז אין די מינוטן.

זיך אומקוקענדיג אויף די אלע סארטן יודן וואס על אף די חילוקים און שיטות ודעות אין די מהלך החיים זייערע, דאך קומען זיך דא אלע צוזאמען זיך פרייען מיט דער זאך וואס איז אלע מאחד, זאת התורה לא תהא מוחלפת, נצח ישראל לא ישקר, יא, אונטער אלע מדות חסידות און הידורים איז דא די פשוט'ע בלאט גמרא וואס איז מאחד דעם כלל ישראל, ווי פאסיג איז זיך אויסצודריקן אויף דעם ראויים כל ישראל לישב בסוכה אחת.

מיין סוכות איז געקומען צום קלימאקס ווען עס איז אנקגעקומען שמחת תורה, די טאנצן נאך'ן סיום איז געווען עפעס אומבאשרייבליך, איך האב גארנישט געזען ארום מיר, פון מיינע אויגן האבן זיך געגאסן טייכן טרערן, וטהר לבנו לעבדך באמת, פתח שערי שמים לתפילתינו, און ווי זיס איז געווען די "עולם הבא איז א גוטע זאך", יא יא, דער פשוט'ע ניגון, לערנען תורה איז די בעסטע זאך, מיט דעם פרייט מען זיך יעצט, ווארף אוועק א יעדע יאך לענרענן תורה נאך און נאך, מ'פרייט זיך דא מיט די תורה הקדושה און מיט די שכינה אליין.
עס וואלט נישט געקענט זיין א בעסערע וועג פון אריינבאקן אין די קינדער כבוד התורה און אהבת תורה, למען ידעו דורותיכם.

מיינע קרישעקלעך - מינוטן און אויסצוגן וואס איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן:

• מיר האט זייער געכאפט ווען מ'האט געעדיגט קדיש פאר שמונה עשרה און די ציבור האט אנגעהויבן שמונה עשרה, די שטילקייט וואס האט געהערשט דעמאלטס, די שטילקייט פון קרוב צו הונדערט טויזענט פארזאמלעטע האט אויסגעשריגן וַֽה' בְּהֵיכַ֣ל קָדְשׁ֑וֹ הַ֥ס מִפָּנָ֖יו כָּל־הָאָֽרֶץ
• ווען ר' נתן שערמאן האט גענדיגט זיין ווארימע דרשה צו די צעירי הצאן מיט די געשריי מזל טוב רבונו של עולם!!!
• ר' שמואל קאמינעצקי מיט זיין שלוות הנפש און ליבליכע שמייכל באדאנקט זיך פאר הגאון ר' דוד (פיינשטיין) פאר'ן מוותר זיין אויף דעם כיבוד פון מאכן דעם סיום ברבים, "מוותר זיין אויף כבוד איז נישט קיין פשוטע זאך!!"
• ווען מיין אינגל פרעגט מיר אינמיטן "טאטי פארוואס וויינסטו??"
• די פאר מאל וואס מ'האט געוויזען יודן וואס זענען אמת'ע עמלים בתורה, די אינגל וואס האט מסיים געווען מסכת ברכות און די יודן וואס זענען זיך מייסר ביסורי הגוף, און זיי שטרענגן זיך אן צו לערנען און צו שטייגן, די מעסעדש איז א מורא'דיגע מחייב
• די מעכטיגע מעסעדש פון ר' יששכר פראנד, "לאז נישט פערפעקט זיין די פיינט פון גוט"
• די התעוררות צו זאגן א בעסערע אהבה רבה יעדן טאג וואס ר' ארון רייך האט אזוי שיין ארויסגעברענגט.
• וואס מ'האט געזען אויף די פרעזענטאציע הרב ר' אריה לייבוש ראטענבערג כ"ק אדמו"ר מפארשעי און ר' הערשל שעכטער זענען מסביר אז דורך לימוד התורה באקענט מען זיך און מען ווערט דבוק אין דעם רבונו של עולם
• ביים זינגען דעם אני מאמין האב איך אנגעהויבן צו טראכטן, גייט משיח יעצט אנקומען, האט מען אין הימל געווארט פאר די געוואלדיגע נחת רוח? איז יעצט די לאנג ערוואטערטע מינוט?

אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מט די פינגער אז דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג ינואר 05, 2020 10:05 pm

זייער שיין אראפגעשריבן הרב גלות איד.

בקרוב וועסטע בעזרת השם טוישן דיין ניק צו גאולה איד....

מזל טוב
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 05, 2020 11:25 pm

זייער שיין!!

אגב, פארוואס מאכט מען נישט א אידישע-וועלט דף היומי פארברענג, וואו מען וועט קענען אדורכשמועסן ענינים פונעם דף, (אדער פון איין דף אפגערוקט פאר די מקפידים.....)??


אויב ס'שוין דא ביטע צו-צייכענען.
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:08 am

;l;p-
דביה תחדי נפשא

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג ינואר 06, 2020 1:01 am

גלות איד האט געשריבן:און ר' הערשל שעכטער זענען מסביר

ביטע... ס'איז געווען גענוג פון וועם צו נעמען התעוררות און הסברות. א גרויסע ליטווישע בעל דרשן האט בו ביום ארויסגעצויגן פון זיין דרשה צוליב די פרעזענטאציע.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג ינואר 06, 2020 1:19 am

עושר וכבוד האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:און ר' הערשל שעכטער זענען מסביר

ביטע... ס'איז געווען גענוג פון וועם צו נעמען התעוררות און הסברות. א גרויסע ליטווישע בעל דרשן האט בו ביום ארויסגעצויגן פון זיין דרשה צוליב די פרעזענטאציע.


ווער האט געקענסלט?

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מאנטאג ינואר 06, 2020 1:37 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:זייער שיין!!

אגב, פארוואס מאכט מען נישט א אידישע-וועלט דף היומי פארברענג, וואו מען וועט קענען אדורכשמועסן ענינים פונעם דף, (אדער פון איין דף אפגערוקט פאר די מקפידים.....)??


אויב ס'שוין דא ביטע צו-צייכענען.


עיונים וענינים: דף היומי
viewtopic.php?f=92&t=17376&start=50&hilit=%D7%93%D7%A3+%D7%94%D7%99%D7%95%D7%9E%D7%99
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:05 am

סיום הש"ס - ד' טבת תש"פ
MetLife Stadium
January 1st 2020

audio
278 מינוט
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:20 am

'סיום הש"ס' פאר אלע לומדי הדף היומי אין מאנשעסטער, ובראשם דער בארימטער לאנגיעריגע מגיד שיעור פון דף היומי הרה"ג ר' שמחה באמבערגער שליט"א, מיט באטיילונג פון פילע רבנים וביניהם אב"ד הארעדענקא שליט"א, הרב שיף שליט"א פון מאנטשעסטער, הג"ר גבריאל קנאפללער שליט"א ועוד
נעכטן זונטאג, אינם זאל Event City אין מאנשעסטער.


https://drive.google.com/file/d/1d7pdAj ... yfbV0/view

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:44 am

גלות איד האט געשריבן:• מיר האט זייער געכאפט ווען מ'האט געעדיגט קדיש פאר שמונה עשרה און די ציבור האט אנגעהויבן שמונה עשרה, די שטילקייט וואס האט געהערשט דעמאלטס, די שטילקייט פון קרוב צו הונדערט טויזענט פארזאמלעטע האט אויסגעשריגן וַֽה' בְּהֵיכַ֣ל קָדְשׁ֑וֹ הַ֥ס מִפָּנָ֖יו כָּל־הָאָֽרֶץ


און מיר האט געכאפט וויפיל אידן באמערקן אינמיטן שמו"ע אז די קאמערע איז געריכטעט צו זייער ווינקל...

די קומענדיגע מאל זאל מען עס אויסלעשן, ס'איז קעגן די הלכה.

התרגשות
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:23 pm

תגובהדורך התרגשות » מאנטאג ינואר 06, 2020 4:28 pm

זעמיר געווען. זייער שיין געווען. זעלטן און היסטאריש איז א אנדערסטעיטמענט!

האמיר נישט געהאט די בעסטע פלאץ מיט די בעסטע VIEW, און נישט געקענט געהעריג זעהן די בימת הכבוד

בינעך נייגעריג צו ס'איז געווען אנוועזנד רבנים ודיינים, אדער אפיציעלע משלחת'ן פון חסידישע קהלות, וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעטיילט פון אגודה

- סקווירא
- וויזניץ מאנסי (מאנסי, קיימישע, וומסב"ג, ב"פ, לעיקוואוד)
- וויזניץ בני ברק (ב"ב, מרכז)
- ראחמיסטריווקא
- פאפא
- באבוב
- באבוב 45
- סקולען (האדמו"ר ואחיו הרבנים)
- וויען

אויב איינער קען אהערשטעלט א רשימה פון משתתפים וואלט עס געווען שיין. (ביטע ארויסלאזן סיי וועלכע פאליטיק)

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג ינואר 06, 2020 5:21 pm

קיסריה האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:און ר' הערשל שעכטער זענען מסביר

ביטע... ס'איז געווען גענוג פון וועם צו נעמען התעוררות און הסברות. א גרויסע ליטווישע בעל דרשן האט בו ביום ארויסגעצויגן פון זיין דרשה צוליב די פרעזענטאציע.


ווער האט געקענסלט?


?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג ינואר 06, 2020 5:26 pm

פראצעדור האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:און ר' הערשל שעכטער זענען מסביר

ביטע... ס'איז געווען גענוג פון וועם צו נעמען התעוררות און הסברות. א גרויסע ליטווישע בעל דרשן האט בו ביום ארויסגעצויגן פון זיין דרשה צוליב די פרעזענטאציע.


ווער האט געקענסלט?


?

אפשר ר' דן סגל?

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג ינואר 06, 2020 5:27 pm

התרגשות האט געשריבן:בינעך נייגעריג צו ס'איז געווען אנוועזנד רבנים ודיינים, אדער אפיציעלע משלחת'ן פון חסידישע קהלות, וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעטיילט פון אגודה

העמיר פראבירן כאטש עטוואס כפי המונח בזכרוני

- סקווירא
דיינים הרב אייזענבערגער, הרב שטיינמעץ, ראיתי כמה נכדי האדמו"ר

- וויזניץ מאנסי (מאנסי, קיימישע, וומסב"ג, ב"פ, לעיקוואוד)
האדמורים ממאנסי ומב"פ

- וויזניץ בני ברק (ב"ב, מרכז)
בני שני האדמורי"ם

- ראחמיסטריווקא
בנו הגדול של האדמו"ר

- פאפא

- באבוב

- באבוב 45
האב"ד הרב רובין

- סקולען (האדמו"ר ואחיו הרבנים)
אחד מהאחים הרבנים

- וויען
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג ינואר 06, 2020 5:44 pm

הלשון האט געשריבן:
התרגשות האט געשריבן:בינעך נייגעריג צו ס'איז געווען אנוועזנד רבנים ודיינים, אדער אפיציעלע משלחת'ן פון חסידישע קהלות, וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעטיילט פון אגודה

העמיר פראבירן כאטש עטוואס כפי המונח בזכרוני



- וויזניץ מאנסי (מאנסי, קיימישע, וומסב"ג, ב"פ, לעיקוואוד)
האדמורים ממאנסי ומב"פ

-

וויזניצער רבי פון מאנטריאול האט זיך באטייליגט ביי די גרויסע סיום הש"ס דורך אגו"י אין מאנטריאל

אויך די סקווירא דיין ר"י וואזנער שליט"א

דער צענטראלע בעל דרשן און אורח הכבוד איז געוועהן דער צאנז זוועהילער רבי שליט"א פון יוניאן סיטי

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 06, 2020 6:17 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:און ר' הערשל שעכטער זענען מסביר

ביטע... ס'איז געווען גענוג פון וועם צו נעמען התעוררות און הסברות. א גרויסע ליטווישע בעל דרשן האט בו ביום ארויסגעצויגן פון זיין דרשה צוליב די פרעזענטאציע.


ווער האט געקענסלט?


?

אפשר ר' דן סגל?

געדענק נישט פונקטליך די נאמען, מ'רעד פון די ראש ישיבה אין ריווערדעיל.

האבעך אבער געהערט פון א געוועזענע חלמיד זיינע וואס האט עס געהערט פון איינע פון זיינע מקורבים, אז ס'איז אוסדריקליך נישט אמת!
די סיבה איז געווען ווייל ער האט זיך אנגעגרייט א בערך 20מינוטיגע דרשה, און זיי האבן געזאגט די אז ס'קען נישט זיין אזוי לאנג, האטער געזאגט אז דאס איז זיין דרשה, האבן זיי אים אפגעלאזט.
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 06, 2020 6:17 pm

איז נישט די זון פון אדמו"ר סקווירא געווען ביי מעטלייף?
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג ינואר 06, 2020 6:33 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:ביטע... ס'איז געווען גענוג פון וועם צו נעמען התעוררות און הסברות. א גרויסע ליטווישע בעל דרשן האט בו ביום ארויסגעצויגן פון זיין דרשה צוליב די פרעזענטאציע.


ווער האט געקענסלט?


?

אפשר ר' דן סגל?

געדענק נישט פונקטליך די נאמען, מ'רעד פון די ראש ישיבה אין ריווערדעיל.

האבעך אבער געהערט פון א געוועזענע חלמיד זיינע וואס האט עס געהערט פון איינע פון זיינע מקורבים, אז ס'איז אוסדריקליך נישט אמת!
די סיבה איז געווען ווייל ער האט זיך אנגעגרייט א בערך 20מינוטיגע דרשה, און זיי האבן געזאגט די אז ס'קען נישט זיין אזוי לאנג, האטער געזאגט אז דאס איז זיין דרשה, האבן זיי אים אפגעלאזט.

שטימט

ר' אברהם אזבאנד הייסט ער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:33 pm

התרגשות האט געשריבן:זעמיר געווען. זייער שיין געווען. זעלטן און היסטאריש איז א אנדערסטעיטמענט!

האמיר נישט געהאט די בעסטע פלאץ מיט די בעסטע VIEW, און נישט געקענט געהעריג זעהן די בימת הכבוד

בינעך נייגעריג צו ס'איז געווען אנוועזנד רבנים ודיינים, אדער אפיציעלע משלחת'ן פון חסידישע קהלות, וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעטיילט פון אגודה


- פאפא
x

- באבוב
x

- באבוב 45
הגה"צ ר' יושע רובין אב"ד באבוב 45 אין בראקליעס

- סקולען (האדמו"ר ואחיו הרבנים)
אב"ד סקולען ב"פ אין בראקליעס [דאכט זיך מיר אז ער האט געזאגט קדיש] (איהם ווייס איך אז געוועהן די סקולענער רבי נישט געוועהן אנדערע ווייס איך נישט)
- וויען
?

כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א געוועהן
צאנז זוויהלער רבי שליט''א געוועהן
בעלזער דיינים
כמעט אלע זענען געקומען

געוועהן אסאך סתם חסידישע רבי'ס רבנים
ווי טאשנאד, נאסאד מאנסי ב''פ, בלאזוב, וכו' וכו' איך געדענק שוין נישט

אויב איינער קען אהערשטעלט א רשימה פון משתתפים וואלט עס געווען שיין. (ביטע ארויסלאזן סיי וועלכע פאליטיק)
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
שרייב
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:36 pm

:smile: איינער האט ארויס געברענגט א געדאנק. אז די אלע וואס זענען געוועיזן ביים סוים השס א גאנצע צייט .האבן נישט א תירוץ נישט צו שלאפן אין סכה ווען עס איז קאלט
שרייב אין מעק

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:39 pm

שרייב האט געשריבן::smile: איינער האט ארויס געברענגט א געדאנק. אז די אלע וואס זענען געוועיזן ביים סוים השס א גאנצע צייט .האבן נישט א תירוץ נישט צו שלאפן אין סכה ווען עס איז קאלט

:lol: :lol: :lol:
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

שטאטס מבין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

תגובהדורך שטאטס מבין » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:44 pm

התרגשות האט געשריבן:זעמיר געווען. זייער שיין געווען. זעלטן און היסטאריש איז א אנדערסטעיטמענט!

האמיר נישט געהאט די בעסטע פלאץ מיט די בעסטע VIEW, און נישט געקענט געהעריג זעהן די בימת הכבוד

בינעך נייגעריג צו ס'איז געווען אנוועזנד רבנים ודיינים, אדער אפיציעלע משלחת'ן פון חסידישע קהלות, וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעטיילט פון אגודה

- סקווירא
- וויזניץ מאנסי (מאנסי, קיימישע, וומסב"ג, ב"פ, לעיקוואוד)
- וויזניץ בני ברק (ב"ב, מרכז)
- ראחמיסטריווקא
- פאפא
- באבוב
- באבוב 45
- סקולען (האדמו"ר ואחיו הרבנים)
- וויען

אויב איינער קען אהערשטעלט א רשימה פון משתתפים וואלט עס געווען שיין. (ביטע ארויסלאזן סיי וועלכע פאליטיק)

נישט פאליטיש געפרעגט וויל איך וויסן צו האדמו''ר מסקולען האט נאך ברודערס רבי'ס אדער נאר רבנים?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:46 pm

שטאטס מבין האט געשריבן:
התרגשות האט געשריבן:זעמיר געווען. זייער שיין געווען. זעלטן און היסטאריש איז א אנדערסטעיטמענט!

האמיר נישט געהאט די בעסטע פלאץ מיט די בעסטע VIEW, און נישט געקענט געהעריג זעהן די בימת הכבוד

בינעך נייגעריג צו ס'איז געווען אנוועזנד רבנים ודיינים, אדער אפיציעלע משלחת'ן פון חסידישע קהלות, וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעטיילט פון אגודה

- סקווירא
- וויזניץ מאנסי (מאנסי, קיימישע, וומסב"ג, ב"פ, לעיקוואוד)
- וויזניץ בני ברק (ב"ב, מרכז)
- ראחמיסטריווקא
- פאפא
- באבוב
- באבוב 45
- סקולען (האדמו"ר ואחיו הרבנים)
- וויען

אויב איינער קען אהערשטעלט א רשימה פון משתתפים וואלט עס געווען שיין. (ביטע ארויסלאזן סיי וועלכע פאליטיק)

נישט פאליטיש געפרעגט וויל איך וויסן צו האדמו''ר מסקולען האט נאך ברודערס רבי'ס אדער נאר רבנים?

נישט פאליטיש גענטפערט: יא ער האט נאך צוויי ברידער'ס רבי'ס אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, אין דערנאך איין ברידער אב"ד סקולען ב"פ אין נאך א ברידער אב"ד סקולען וויליאמסבורג
متخصص نسبت داده شده است

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:53 pm

קהילת באבוב גייט אפיציעל נישט, ניין?
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג ינואר 06, 2020 11:00 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:קהילת באבוב גייט אפיציעל נישט, ניין?


זיי גייען נישט, וועגן אגודה, באבוב איז געבליבן נאך פין די אלטע היים אז מען איז אקעגן אגודה,
متخصص نسبت داده شده است


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: programmer, איך הער נישט, נייע אייטעמס, קרייסלער און 85 געסט