בד"ה הגה"צ רבי יצחק מאשקאוויטש זצ"ל אב"ד נייטרא-וויליאמסבורג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובה דורך El Rushbo »

א איד וואס וואלט געפאסט צו זיין אן 'אמאליגע' רב אינדערהיים א געהעריגע שטאטס רב.

ער האט באקומען סמיכה ביי שי 18 יאר פון רבי יהונתן שטייף (און איך מיין פון רבי מיכאל בער אויך) אן פארהערן! ער האט געלערנט ביי זיי און זיי האבן אים געקענט.

געווען ידוע אלץ אן איש אמת, און מקיים געווען דעם לא תגורו אויף 100 פראצענט, געלט און כבוד האט אים נישט געקענט אפקויפן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

ווען מ'האט געמאכט די עירוב אין וומ"ס האט ער דאן געהאלטן א שארפע דרשה די ערשטע שבת - איכה היתה לזונה קרי' נאמנה.
איך בין נישט זיכער פארוואס ער איז געווען אזוי שטארק קעגן די עירוב.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובה דורך מאתים »

איז די נייטרא ביהמ"ד געווען די אמאליגע סטאלין'ע ביהמ" ד אויף ראדני?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
New Jersey
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 6:01 pm

תגובה דורך New Jersey »

מאתים האט געשריבן:איז די נייטרא ביהמ"ד געווען די אמאליגע סטאלין'ע ביהמ" ד אויף ראדני?

יא
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובה דורך אור »

משה צימערינג האט געשריבן:געווען א שוואגער מיט׳ן ראב״ד ר׳ ישראל חיים מנשה לאורך ימים ושנים טובים

און לכאורה אויך מיט הרה" ר' יעקב יוסף שליט"א
יא?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

ברוך דיין האמת!

כלל ישראל האט פארלוירן א ריזיגער גאון ואיש אמת.

געדענק מיר נאך וויאזוי מ'פלעגט אים כסדר זען לערנען ביי די פענסטער פון זיין ספרים שטוב אויף ראסס סטריט.

יהא זכרו ברוך, ותנצב"ה.

חלון-של-רבי-יצחק-מאשקאוויטש-זצל.jpg
חלון-של-רבי-יצחק-מאשקאוויטש-זצל.jpg (260.31 KiB) געזען 1866 מאל



משם תצא הוראה - ואורה לישראל!
משם תצא הוראה - ואורה לישראל!
1חלון-של-רבי-יצחק-מאשקאוויטש-זצל.jpg (274.72 KiB) געזען 1866 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

בד"ה

ווי איז ר' יצחק געווען ביי די מלחמה? לכאורה געווען גאר אינג.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

אור האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:געווען א שוואגער מיט׳ן ראב״ד ר׳ ישראל חיים מנשה לאורך ימים ושנים טובים

און לכאורה אויך מיט הרה" ר' יעקב יוסף שליט"א
יא?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1783039#p1783039
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

דריידל האט געשריבן:ווען מ'האט געמאכט די עירוב אין וומ"ס האט ער דאן געהאלטן א שארפע דרשה די ערשטע שבת - איכה היתה לזונה קרי' נאמנה.
איך בין נישט זיכער פארוואס ער איז געווען אזוי שטארק קעגן די עירוב.


ער האט דאן געזאגט אז אפשר וועט מען דארפן מאכן א ככר השבת און שרייען שבת יעדע וואך

מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל מוצאי שבת נאכן האבן פראבלעמען מיטן אטעמען, וואו ער איז ליידער נפטר געווארן

די לוי' וועט זיין אינעווייניג אין ביהמ"ד וואו ער האט משמש געווען ברבנות פערציג יאר
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

תגובה דורך פריטלעך »

בד"ה.

ווי איז דער רב אנגעקומען צו דינען אלס נייטרא רב?
עפעס משפחה שייכות?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

ער איז געווען א מגיד שיעור אין נייטרא ישיבה
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

דריידל האט געשריבן:איך בין אמאל געגאנגן צו אים ווייזן אן אתרוג און כ'האב אים געוואלט גיבן געלט אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען


לכאורה זענט איר געווען אדער אויסגעקוקט ווי א כולל אינגערמאן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

תגובה דורך פריטלעך »

שנאפס האט געשריבן:ער איז געווען א מגיד שיעור אין נייטרא ישיבה

האט ער דאן געוואוינט אין מט. קיסקא אויך?
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

ער איז געווען א תלמיד פון ר' מיכאל בער זי"ע וועלכער האט אים מסמיך געווען להוראה (פון די געציילטע הוראות וואס ר 'מיכאל בער האט געגעבן) נאך אלס בחור, אזוי אויך האט ער דאן באקומען הוראה פון צעלימער רב און ר' יונתן שטייף זכותם יגן עלינו.
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

פריטלעך האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:ער איז געווען א מגיד שיעור אין נייטרא ישיבה

האט ער דאן געוואוינט אין מט. קיסקא אויך?

יא.
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

שנאפס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך בין אמאל געגאנגן צו אים ווייזן אן אתרוג און כ'האב אים געוואלט גיבן געלט אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען


לכאורה זענט איר געווען אדער אויסגעקוקט ווי א כולל אינגערמאן

ער האט נישט גענומען קיין געלט פון קיינעם פאר'ן קוקן אתרוגים אחוץ די מתפללים פון ביהמ"ד.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

IMG-20181022-WA0026.jpg
IMG-20181022-WA0026.jpg (167.17 KiB) געזען 1672 מאל
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

דממה דקה האט געשריבן:בד"ה

ווי איז ר' יצחק געווען ביי די מלחמה? לכאורה געווען גאר אינג.

ער איז געבוירן שנת תרצ"ו.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

IMG-20181022-WA0025.jpg
IMG-20181022-WA0025.jpg (45.22 KiB) געזען 1666 מאל
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

IMG-20181022-WA0027.jpg
IMG-20181022-WA0027.jpg (40.29 KiB) געזען 1663 מאל
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

איך האב געהערט פון א נייטרא תלמיד פון יענע יארן, אז ר' יצחק איז אריינגעקומען אין נייטרא ישיבה אלס יונגער בר מצוה בחור, און מען האט שוין דעמאלט געשמועסט אין ישיבה אז ס'איז יעצט אנגעקומען א בחור וואס קען ששה סדרי משנה בעל פה.
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

די קינדער:
חתנו הרה"ג ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א ראה"כ בסאטמאר
בנו הרה"ג ר' שלמה עזרא שליט"א ר"מ בישיבת סאטמאר
בנו הרה"ג ר' יעקב צבי שליט"א ראה"כ אור ישראל געלדצעהלער
חתנו הרה"ג ר' אברהם מנחם שפיגעל שליט"א (וועמענ'ס ווייב איז נעבעך אוועק פאראיאר זומער)
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:ב׳ ווען ער איז געווען א מגי׳׳ש אין נייטרא פלעגט ער ארויפוואקן אויפן וועג צום ישיבה מיט א ספר אין די האנט. בדרך כלל איז עס געווען א מקראות גדולות חומש און ער פלעגט יעדעס יאר אויפן וועג לערנען אן אנדער פירוש (רשב׳׳ם ספורנו וכדו׳)

ער האט מיר אמאל דערציילט אז ער פלעגט דאן לערנען נ"ך, און ער איז געווען אזוי פארטיפט אין לערנען אז אויב האט ער אריינגעקלאפט אין א בוים האט ער זיך אנטשולדיגט, נישט כאפנדיג אז ס'נישט קיין מענטש...
אויך האט ער מיר געזאגט אז אין יענע תקופה אויב האט מען אנגעהויבן סיי וועלכע פסוק אין נ"ך, האט ער עס געקענט צוענדיגן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:די קינדער:
חתנו הרה"ג ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א ראה"כ בסאטמאר
בנו הרה"ג ר' שלמה עזרא שליט"א ר"מ בישיבת סאטמאר
בנו הרה"ג ר' יעקב צבי שליט"א ראה"כ אור ישראל געלדצעהלער
חתנו הרה"ג ר' אברהם מנחם שפיגעל שליט"א (וועמענ'ס ווייב איז נעבעך אוועק פאראיאר זומער)

וועלכע זוהן וואינט אין ב.פ. - איידעם ביי ר' זונדל שימאנאוויטש?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

ר' יעקב הערש
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”