וויפיל ניצט איר אייער גמרא אדער שלחן ערוך אינדערהיים ?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וויפיל ניצט איר אייער גמרא אדער שלחן ערוך אינדערהיים ?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג אקטאבער 22, 2018 8:23 am

טעגליך
18
14%
וועכענטליך
41
31%
חודשליך
13
10%
איינמאל אין אפאר חדשים
33
25%
קיינמאל
24
18%
נישט באקומען
3
2%
 
סך הכל שטימען: 132

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

וויפיל ניצט איר אייער גמרא אדער שלחן ערוך אינדערהיים ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

רוב חתנים באקומען היינט א ש"ס אין שלחן ערוך נאכן דעבאטירן די נושא צו עס פעלט אויס צו געבן אין די אליעזר קרויס אשכול וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פונעם עולם די מציאות.
ווען איר וואויט קיינמאל מיינט נישט אז איר לערנט נישט נאר פשוט איר לערנט אין ביהמ"ד.
לעצט פארראכטן דורך שמערלער אום מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 18, 2013 9:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מוח »

ששששששש (נאר איינמאל בערך 5 יאר צוריק)
איך האב נאר באקימען א ש״ס
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דער אשכול דערמאנט מיך וואס מען דערציילט אויף א בעל דרשן וואס האט געוואלט ארויס ברענגען דעם ענין אז תורה מיז גיין מיט יראת שמים, זאגט ער "תורה אן יראת שמים איז ווי א טשולנט אן ביער"נאך די דרשה איז אנשטאנען א טיצעך צווישן דעם עולם "ווער טרינקט ביער נאכן טשולנט און ווער נישט?", מען האט געמאכט אן אנקעטע.....
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

בד״וו,

געהערט בפ״ק (נישט ממש, נאר אויפן טעיפ) פון הגה״צ רבי אביגדור זצ״ל אז א ש״ס איז א זאך וואס מען זאל האבען אין שטוב אפילו מען לערענט נישט דערין (צו דער שווער דארף עס קויפען איז א צווייטע נושא)

נאך א זאך, מיין שווער זז״ג האט מיר געגעבען א ספרים געשעפט ווי ער האט באצאלט אז איך זאל גיין אויסקלויבען א ש״ס. איך פרעזענליך האב נישט ליב די אלגעמיינע ״חתן שס״ וויבאלד מען דארף א לייטער אנצוקומען צום אויבירשטער שורה פון עמוד. סא האב איך אנגערופען דעם געשעפט און געפרעגט אויב אין די פרייז וואס מיין שווער האט באצאלט איז גענוג צו דעקען א קליינער פארמאט ש״ס, טור און שו״ע. דער ענטפער איז געווען אז יא, און דאס האב איך גענומען און מיר נוצו עס ברוך השם (I wish I would have more time to use it more)
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

נישט באקריגען שולחן ערוך
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

כ'קען א יונגערמאן וואס האט - אין זיין שנה ראשונה - מנדב געווען פאר א ביהמ"ד זיין 'פרענקל רמב"ם' און זיין 'טור' וואס ער האט באקומען פון זיין שווער.
זיין גמרא און שו"ע האט ער ברוב רחמיו געלאזט פאר זיך (אדער פאר זיינע יורשים...).
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

לגופו של השאלה. ווי עלטער מען ווערט, און ווי מער קינדער מען פארמאגט, אלס מער נוצט מען דעם גמרא מיט שו"ע. אין אנדערע ווערטער, דאס קומט מער צונוץ שפעטער ווי גלייך נאך די חתונה.
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבלוב »

אין דע ערשטע יארן נאכן חתונה קומט עס נישט אזוי צו ניץ, ווייל מ'האט נישט א גרויסע דירה, און ווען מ'לערנט שוין, לערנט מען אין ביהמ"ד.
אבער שפעטער'דיגע יארן (בפרט ווען מ'לערנט מיט'ן קינדער), קומט עס שוין אסאך מער צו ניץ.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

נישט באקומען קיין שו"ע
ש"ס געווענדליך עטליסט איינמאל א וואך ב"ה (שטייצעך נישט די גאנצע ש"ס אויף איינמאל...)
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

באקומען א ש"ס פלאס א טור פלאס א שו"ע. לאקי, וואס??

די ש"ס נוץ איך פון צייט צו צייט. געשטימט פאר איינמאל אין אפאר חדשים. איך לערן אין ביהמ"ד בדרך כלל ווי אויך פארהער איך די קינדער אין ביהמ"ד מוצ"ש ביי אבות ובנים.

טור אין שו"ע. קיינמאל! עמיצער וואס וויל עס לערנען ביי מיר אינדערהיים זאל זיך מעלדן אין אישי. מ'וועט פרובירן מסדר זיין א צייט פאר יעדן על צד היותר טוב...
(כ'האב נישט די הארץ עס ארויסצושטעלן פון שטוב. איך שוין מיין שווער זז"ג..)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

יאך בין נאך פון אלטן דור און באקומען האב איך אזא אלטע סארט ש"ס (אפשר מ"פ??) וואס מיינע קינדער האבען נישט אזוי קיין חשק צו לערנען דערינען (קוים וואס אין די עוז והדר ווילען זיי :P ............ קאמיקס איז אינטערעסאנטער..........)
געווענליך אז מיין קינד לערענט א געוויסע פרק\מסכתא וועל איך ענדערש קויפן אין געשעפט אזא דינע סארט ווי ער האט אין חדר, נישט דארפן ארויסשלעפען מיין אלטע סארט שווערע גמרא וואס איז גרויס ווי די האלבע דיינגרום טיש, עס איז גרינגער פון אלע זייטען,
איך נוץ נאר מיין ש"ס וואנס אין עי ווהייל, ווען מדארף א מראה מקום אד"ג,
waterbury
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך waterbury »

כ'מיין אז מ'קען שוין עפענען א ש"ס גמ"ח
ווער ס'דארף עס נישט זאל עס מנדב זיין אהין
און ווער ס'נויטיגט זיך אין א ש"ס העט עס קריגן בחינם..
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

ניס קראכער האט געשריבן:נישט באקומען קיין שו"ע
ש"ס געווענדליך עטליסט איינמאל א וואך ב"ה (שטייצעך נישט די גאנצע ש"ס אויף איינמאל...)

(I wish I would have more time to use it more)
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

איך וואלט עס גענוצט אין מיטן די וואך אויך, איך האב פשוט נישט קיין צייט צי לערנען אינדערהיים, אבער שבת בין איך מיר מחי'.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

איינער זאגט מיך אז זיין שווער האט עם נישט געקויפט א ש''ס ווייל מען האט עם איינגערעדט אז ער קען אויסנווייניג גאנץ ש''ס
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

;l;p-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

הגה"ק מיארמער שליט"א פארציילט אז ער קויפט פאר זיינע איידעמער נאר א ברכות גמרא, ער זאגט זיי אז ווען זיי ענדיגט ברכות וועט ער'ם קויפען מסכת שבת אא"וו,

פראקטישע עצה, קלוגע יוד!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

קלוגער האט געשריבן:הגה"ק מיארמער שליט"א פארציילט אז ער קויפט פאר זיינע איידעמער נאר א ברכות גמרא, ער זאגט זיי אז ווען זיי ענדיגט ברכות וועט ער'ם קויפען מסכת שבת אא"וו,

פראקטישע עצה, קלוגע יוד!

אי משום הא, זאל מען נאר קויפן די 'דף היומי' מסכתא, זכרו מסכתא, אדער יסודי התורה מסכתא...
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ראספשע האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:הגה"ק מיארמער שליט"א פארציילט אז ער קויפט פאר זיינע איידעמער נאר א ברכות גמרא, ער זאגט זיי אז ווען זיי ענדיגט ברכות וועט ער'ם קויפען מסכת שבת אא"וו,

פראקטישע עצה, קלוגע יוד!

אי משום הא, זאל מען נאר קויפן די 'דף היומי' מסכתא, זכרו מסכתא, אדער יסודי התורה מסכתא...


ווער ביסטו מחולק צו זיין /סלעש / איינטיילען פאר א גדול הדור וואס צו טוהן? :?
מי יעמוד בסוד קדושים
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:יאך בין נאך פון אלטן דור און באקומען האב איך אזא אלטע סארט ש"ס (אפשר מ"פ??) וואס מיינע קינדער האבען נישט אזוי קיין חשק צו לערנען דערינען (קוים וואס אין די עוז והדר ווילען זיי :P ............ קאמיקס איז אינטערעסאנטער..........)
געווענליך אז מיין קינד לערענט א געוויסע פרק\מסכתא וועל איך ענדערש קויפן אין געשעפט אזא דינע סארט ווי ער האט אין חדר, נישט דארפן ארויסשלעפען מיין אלטע סארט שווערע גמרא וואס איז גרויס ווי די האלבע דיינגרום טיש, עס איז גרינגער פון אלע זייטען,
איך נוץ נאר מיין ש"ס וואנס אין עי ווהייל, ווען מדארף א מראה מקום אד"ג,


אט אזוי, מיינע קינדער לערנען אין א דינע אדער אין די נייע עוז והדר, איך לערן אין עוז והדר /ארטסקרול אין די גרויסע מפ ש"ס איז היסטארי

געשטימט קיינמאל ווייל איך געדענק נישט ווען איך האב עס ארויסגענומען לעצט
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

קלוגער האט געשריבן:נישט באקריגען שולחן ערוך
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אוטש............
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

waterbury האט געשריבן:כ'מיין אז מ'קען שוין עפענען א ש"ס גמ"ח
ווער ס'דארף עס נישט זאל עס מנדב זיין אהין
און ווער ס'נויטיגט זיך אין א ש"ס העט עס קריגן בחינם..

אזוי פלעגט זיין אינדערהיים
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זינט איך האב מיך געצויגן קיין אפסטעיט, און איך לערן מיט מיין לאנגיעריגע חברותא דורכן טרייבל, נוץ איך טעגליך דעם וואגשאל חתן ש"ס וואס איך האב באקומען פונעם עלטער שווער ז"ל
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

קלוגער האט געשריבן:הגה"ק מיארמער שליט"א פארציילט אז ער קויפט פאר זיינע איידעמער נאר א ברכות גמרא, ער זאגט זיי אז ווען זיי ענדיגט ברכות וועט ער'ם קויפען מסכת שבת אא"וו,

פראקטישע עצה, קלוגע יוד!

דער סטייפלער זצ"ל פלעגט נאר פארקויפן איין באנד קהלות יעקב אויפאמאל, זאגנדיג אז ווען דו וועסט עס ענדיגן וועט ער דיר פארקויפן די נעקסטע מסכתא.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”