א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש'כח אלעקסיי, נאכן זיין אפוועזענד א שטיק צייט האמיר אים צוריק מיטן גאנצן פרישקייט
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הר גריזים האט געשריבן:טעינק יו! דעלישעס!
ברוך השם מ'האמיר געקענט זעטיגן א איד!

מטעמים האט געשריבן:אלעקסיי שרייבט קנאקעדיג.
וואוף!!! קומענדיג פון א וועטעראן שרייבער האט עס אנאנדערע טעם. . .

ברעחדך קאפ האט געשריבן:קורץ און שארף, ישר כח
זאלסטו נאר וויסן אז כ'ברעך מיך קאפ צו שרייבן קורץ און שארף. . .

יש לו מנה האט געשריבן:ש'כח אלעקסיי, נאכן זיין אפוועזענד א שטיק צייט האמיר אים צוריק מיטן גאנצן פרישקייט
אז ס'וועט זיין "יש לו (מנה רוצה) מאתים" העמיר נישט ברויכן אזוי אפוועזענד זיין. . .
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דינסטאג ויצא

דייטשע באאמטע זאגן אז זייער עקאנאמיע איז געשטיגן מיט 8.5% אין די דריטע קווארטל - לייכט העכער פון א פריער'דיגע שאצונג פון 8.2%.
* * * *
אין א פארזוך צו פארשנעלרן די ערהוילונג פון די גלאבאלע עקאנאמיע און אינטערנאציאנאלע טרעוועל טוט די כינעזע פרעזידענט זשי זשינפינג פארשלאגן אז לענדער זאלן אננעמען א גלאבאלע טרעקינג סיסטעם נוצענדיג קיו.אר. קאודס - אזויווי עס איז שוין יעצט איינגעפירט אין טשיינע.
* * * *
אינדיע באאמטע האבן נעכטן איבערגעגעבן פאר טייל יו.ען. סעקיוריטי קאונסיל מיטגלידער א דאסיער מיט א באשולדיגונג אז איר שכן פאקיסטאן טוט אנדרייען פראוואקאציעס און טעראר שטיק אין די קאשמיר ראיאן. היינט האט פאקיסטאן איבערגעגעבן פאר די יו.ען. גענעראל-סעקרעטאר א דאסיער מיט א פארקערטע באשולדיגונג אז אינדיע איז גאר דער וואס דרייט אן די פראוואקאציעס און טערא שטיק אין די ראיאן.
ווארשיינליך איז ביי דעם גילטיג די כלל "דו ביסט גערעכט, דו ביסט גערעכט, און דו ביסט אויך גערעכט"...
* * * *
כינעזע אויסערן מיניסטער וואנג יו געפינט זיך אויף א צוויי-טאגיגע באזוך אין די דערנעבענדיגע יאפאן ווי ער האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיט ארטיגע באאמטע איבער פארשידענע טעמעס, אריינגערעכענט ים געפעכטן צווישן די צוויי לענדער אין די "איסט טשיינע סי" ווי אויך אלגעמיינע טרעיד אנגעלעגענהייטן.
שפעטער אין וואך וועט וואנג באזוכן אין דרום קארעא ווי ער וועט וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט ארטיגע באאמטע. די באזוכן קומען א קורצע צייט נאך וואס די "ריזשאנעל קאמפרעהענסיוו עקאנאמיק פארטנערשיפ" אפמאך - די גרעסטע טרעיד דיעל אין די וועלט - איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן 15 לענדער אין די ראיאן.
* * * *
טראץ וואס דא ס די אריינקומענדע ביידען אדמיניטראציע האט היינט אפיציעל געמאלדן א רייע קאבינעט אויפנאמעס, ווערט אנגעוויזן אז איין הויכראנגיגע פאזיציע איז ארויסגעלאזט געווארן - די פארטיידיגונגס סעקרעטאר. ביז היינט איז געווען ערווערטערט אז פרוי פלאורנוי וועט באקומען די פאזיציע, יעצט טוען אבער מאנכע שפעקולירן אז די פאסטן קען מעגליך גיין פאר זשעי זשאנסאן - וואס האט סערווירט אלס היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אונטער אבאמא.
* * * *
געוועזענע ניו יארק סיטי מעיאר דעיוויד דינקינס - די ערשטע שווארצע מעיאר - איז געשטאבן אין עלטער פון 93 יאר.
* * * *
די דאו זשאונס אינדוסטריעל עווריזש אינדעקס איז היינט אריבער - און זיך געשלאסן העכער - די 30,000 ציפער צום ערשטן מאל אין איר היסטאריע - דאס איז געקומען נאך וואס די פרעזידענט האט עמטליך ערלויבט די טראנזישאן פראצעדור זאל זיך אנהויבן.
אין אנדערע נייעס האט די עס. ענד פי. אינדעקס אויך געבראכן א פרישע שליסונג רעקארד, עס האט זיך געשלאסן ביי 3,635.
* * * *
די סי.די.סי. וועט מעגליך פארקורצערן זייער רעקאמענדאציע איבער ווילאנג מענטשן זאלן זיך זעלבסט איזאלירן נאכ'ן מעגליך זיין אויסגעשטעלט צו די וויירוס. די יעצטיגע רעקאמענדאציע איז 14 טאג, דאס איז ערווארטערט צו ווערן געשניטן אויף 7-10 טאג אינאיינעם מיט א טעסט.
* * * *
זשאו ביידען זאגט היינט אז אין די ערשטע הונדער טעג וויל ער אדורכפירן אימיגרעישאן רעפארם - אריינגערעכענט א וועג פאר בירגערשאפט פאר העכער 11 מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן, צוריקדרייען טייל פון טראמפ'ס עקזעקיוטיוו ארדער'ס איבער די ענווייראמענט, און שיקן הילף פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען. ווי ער זאגט, וועלן די אלע שריט זיין אנגעוואנדן אין וויש טארק די קאנגרעס און סענאט העלפן/שטערן איהם.
* * * *
באאמטע אין די טראמפ אדמיניסטראציע זאגן אז אויב זאל די עף.די.עי. באשטעטיגן די פייזער וואקסין אפלקאציע קען מען ערווארטן אזויפיל ווי 6.4 מיליאן דאזעס צו ווערן פארטיילט ביז אינמיטן דעצעמבער.
* * * *
קוועלער גיבן אן אז פרעזידענט טראמפ גרייט זיך צו פארדאנירן - צווישן אנדערע - זיין געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, גענעראל מייקעל פלין.
פלין איז פארכאפט געווארן אין די רוסלאנד סומאטוכע/קאנספיראציע/סקאנדאל אין די אנהויב פון די טראמפ פרעזידענטשאפט, און איז היינט נאכנישט געפינען געווארן שולדיג אין געריכט - טיילווייז צוליב נאכאנאאנדע אפשטיפונגען אין די קעיס פון ביידע זייטן. דורכאויס די מוללער אויספארשונג האט פלין זיך ערקלערט שולדיג אין ליגענט זאגן פאר עף.בי.איי. אגענטן - אבער ער האט שפעטער צוריקגעצויגן דערפון, און זיין קעיס ליגט יעצט אין געריכט. א פארדאן פונעם פרעזידענט וועט אוועקנעמען די מעגליכקייט פון א ביידען אדמיניסטראציע צו פארלאנגען א לענגערע/שארפערע טורמע טערמין.
* * * *
א הויכראנגיגע אמעריקאנע נעיווי אפיציר - פאראנטווארטליך פאר מיליטערישער שפיאנאזש אין די אזיע-פאסיפיק ראיאן - האט אפגעשטאט אן אומגעמאלדענע באזוך אין טאיוואן, א שריט וואס וועט ווארשיינליך אויפברויזן כינע.
* * * *
אמעריקא האט היינט געמאלדן אז זי וועט צושטייער 600 מיליאן דאללער פאר אפגאניסטאן אין די קומענדיגע יאר - האלב דערפון וועט זיין אנגעוואנדען אין די ריכטונג פון די פרידן געשפרעכן וואס ווערן אפגעהאלטן צווישן אינטערנאציאנאלע אנערקענטע רעגירונג און די טאליבאן איסלאמישע גרופע.
* * * *
אין אקטאובער 2019 האט די טראמפ אדמיניסטראציע - אינאיינעם מיט א רייע קאר פירמעס - אריינגעגעבן א געריכט קלאגע קעגן די סטעיט קאליפארניע פאר'ן באשטימען אייגענע ענווייראמענטאלע סטאנדארטן - די אדמיניסטראציע האט גע'טענה'ט אז די סטעיט האט נישט קיין רעכט צו נעמען אזוינע שריט.
נעכטן האט מען געהערט פון זשי.עם. אז אין ליכט פון די אריינקומענדע ביידען אדמיניסטראציע וואס וועט שטופן די פארקויף פון עלעטרישע קאר'ן ציען זיי זיך ארויס פון די קלאגע.
* * * *
די הויפט פון "עפל"'ס זיכערהייט טיעם ווערט באשולדיגט - דורך פראקורן אין קאליפארניע - אין פרובירן אונטערקויפן פאליציי מיט אייפעד'ס אז די פאליציי זאל ארויסגעבן "קאנסיעלד קערי" פערמיט'ס פאר איינגעשטעלטע ביי עפל. די באשולדיגונג לויטעט אז די אפעראציע איז אנגעגאנגען פאר עטליכע יאר און האט אריינגענומען אייפעד'ס אין די ווערד פון עטליכע הונדערט טויזענט דאללער.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

א ריזיגען דאנק פאר די געשמאקע קאקאש

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
* * * *
אין א פארזוך צו פארשנעלרן די ערהוילונג פון די גלאבאלע עקאנאמיע און אינטערנאציאנאלע טרעוועל טוט די כינעזע פרעזידענט זשי זשינפינג פארשלאגן אז לענדער זאלן אננעמען א גלאבאלע טרעקינג סיסטעם נוצענדיג קיו.אר. קאודס - אזויווי עס איז שוין יעצט איינגעפירט אין טשיינע.
* * * *

צו טרעקן דורך א עפפ אויפן פאון די וואס דארפן זיך איזאלירן?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כוח אלעקסיי, אויסערגעווענטליך געשמאק, (אפשר אביסל צו הייס פארן גיין שלאפן)
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מעגליך איז דאס די אנגעבליכע ציהל - עס קען אבער פונקט אזוי גענוצט ווערן צו טרעקן מענטשן וואס זענען נישט הארכזאם...

- - - -

העסטו אריינגראבן אביסל טיפער העסטו זעהן אז ס'איז גאר פיין אפגעבאקן...
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

שוין באלד א וואך אן קיין קאווע אין קאקאש.....
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זשענעראל עלקטריק איז איינגעגאנגען צו צאלן 200 מיליאן דאללער אין שטראף געלטער צו שליכטן א פעדעראלע אויספארשונג איבער באשולדיגונגענן אז די פירמע האט פארנארט אינוועסטירער.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך בין אין די מוד פון שרייבן אביסל נייעס, ס'רוב דערפון לכאורה באקאנט פאר יעדן.

--
קובא זעהט דעם גרעסטן פראטעסט אין צענדליגער יארן.

קובא איז נישט ממש באקאנט אלס דאס פלאץ וואו די בירגער שטעלן זיך ארויס קעגן די רעגירונג. אין אנדערע ווערטער: ס'איז נישטא קיין סאך אפענע אפווייכונג, אדער פראטעסטן, אדער אקטיוויזם, אדער.... דו ווייסט וואס איך מיין. אבער ווען באראק אבאמא איז געווען פרעזידענט, האט ער גערייכט די האנט אויף אן אפמאך וואס האט צוריקגעעפענט באציאונגען צווישן אמעריקע און קובא. איינס פון די תנאים אין דעם אפמאך זענען געווען אז קובא ברייטערט אויס אינטערנעט צוטריט, און טראץ וואס טראמפ האט שפעטער צוריקגעדרייט דעם אפמאך, האבן היינט 7 מיליאן קובאנער מינימאלע צוטריט צום אינטערנעט. עמיר שוין זעהן וויאזוי דאס ברענגט צו אקטיוויזם.

פאר א חודש צוריק, איז א אינגער קובאנער רעפ-זינגער ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי, און דער ערשטער האט באשלאסן צו "לייווסטריעמען" די גאנצע סצענע. דאס האט געצויגן אויפמערקזאמקייט פון זיינע ידידים אינעם זינגער-פארבאנד. די לעצטע האבן באשלאסן צו גיין אויף א הונגער-סטרייק. א וואך דערויף, האט די פאליציי זיי אויך אויך פארהאלטן אין תפיסה - אבער אויך זיי האבן ס'גאנצע אפגעכאפט און קורצליך איז די פוטעדזש געווען פארשפרייט איבערן גאנצן אינטערנעט, ברענגדיג הונדערטער ארטיסטן און אינטעלעקטועלן זיך אנצושליסן אין א פראטעסט.

לכתחילה האבן די פראטעסטירער פארלאנגט אן ענדע צו די פארבאטן אויף ארטיסט-ארויסגעבן-טאלאנטן אין לאנד. איצט אבער, זענען די פראטעסטן מאדיפיצירט געווארן אלס א ברייטערער דרוק-איבונג פאר מער פונדאמענטאלע פאליטשע פרייהייט.

מער און מער קובאנאר שליסן זיך איצט אן אין די פראטעסטן/אקטיוויזם. ס'בלייבט איבער צו זעהן אויב דאס וועט בלויז פארבייגיין ווי יעדער אינטערנעט 'טרענד' אדער ס'וועט האבן ווייטגרייכנדע אפעקטן.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

גארנישט מיטגעהאלטן!
איר קומט אריין גאר קלאר, כמעשהו בידיעות,
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

די נייעס אין אמעריקע דרייט זיך איבער -

- די פופציגסטע שטאט וואס האט נעכטן ס'לעצטע סערטיפייד די וואלן און דערמיט פארזיכערט 306 עלעקטארס וואס גייען קומענדיגן מאנטאג שטימען פאר ביידען;
- טראמפ'ס ביטע צום העכסטן סופרים געריכט צו פסל'ען מיליאנען שטימען;
- יוטוב בלאקירט ארויפצולייגן ווידעאוס פון וואוטער-פראוד;
- האנטער ביידען האט געמאלדן אז ס'גייט אן א פעדעראלע אויספארשונג קעגן אים איבער מעגליכע שטייער מיסברויכן;
- די FDA האלט איצט אפ א פאנעל וואס ווערט סטריעמלייווד לעבעדיג אויף יוטוב אויסצוהערן פייזער'ס פארלאנג פאר אן עמוירדזשענסי באשטעטיגונג אויפן וואקסין.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

אבער אלעמענס אויגן זענען געוואנדן קיין לבנון. דערמאנונג: פאר עטליכע חדשים צוריק האט א מאסיווע אויפרייס חרוב געמאכט דעם פארט ראיאן פון לבנון'ס הויפטשטאט, ביירוט. 204 מענטשן זענען גע'הרג'ט געווארן, ארום 6,000 פארוואונדעט, און הונדערטער טויזענטער האבן פארלוירן א דאך איבערן קאפ.

אן ארטיגער ריכטער באשולדיגט איצט דעם געוועזענעם פרעמיער מיניסטער מיט "נאכגעלאזנקייט" (negligence = נעגלידזשענס) - די גרעסטע שריט ביז איצט גענומען געווארן צו האלטן לאנד-פירער פאראנטווארטליך אויף דעם שרעקליכן חורבן.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

לויט א פרישע שטודיע, אויב רעכנט מען צוזאם דעם וואג פון אלעס וואס מענטשן האבן באשאפן (הייזער, שאסייען, קארס, חפצים - און וואס נישט?) איז עס מער ווי דעם וואג פון אלעס וואס נאטור (לייען: דער איינציגסטער אייביגער בוכ"ע) האט באשאפן.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מוצאי שבת קודש וישב

אי.יו. פירער האבן זיך פאראייניגט צו ארויפשטעלן סאנקציעס אויף טערקישע באאמטע אין פארבינדונג מיט א געפעכט צווישן טערקיי און גריכנלאנד איבער אויל גראבונגען אין די מיטללענדישע ים. א באשלוס אויף הארבערע סאנקציעס - א שטייגער ווי טרעיד טאריף'ס אדער אן עקספארט פארבאט - איז געווארן אפגעלייגט אויף ביז די נייע ביידען אדמיניסטראציע קומט אריין אין אמט.
* * *
קאנגרעסמאן ביל פאסקרעל (ד - ניו זשערסי) האט היינט געשריבן א בריוו צו דעמאקראטישע פירער אין קאנגרעס ווי ער בעט זיי אז זיי זאלן נישט אריינלאזן סיי ווער עס האט אונטערגעשריבן אויף די געריכט פאפירן אריינגעגעבן פאריגע וואך אין שאיצע פו טעקסאס.
זיין באשולדיגונג איז, אז די דאזיגע שריט טוט אונטערהאקן דעמאקראטיע און איז א פארראט קעגן די פאראייניגטע שטאטן.
* * *
זשעיק סוליווען, די אריינקומענדע נענשאנעל סעקיוריטי עדווייזער פון זשאן ביידען, זאגט אז די האפענונג פון די נייע אדמיניסטראציע איז צו פארשטעקערן און איסברייטערן דאס נארמאליזירן באציאונגען צווישן מדינת ישראל און אראבישע לענדער.
* * *
ניו העמפשיר סטעיט האוז ספיקער ריטשארד הינטש איז געשטארבן מיטוואך פון די וויירוס, א קארגע וואך נאכן ווערן איינגעשוואוירן צו זיין פרישע פאזיציע. טייל רעפובליקאנע געזעץ געבער טוען באשולדיגן קאלעגע רעפובליקאנע אין זיין טויט צוליב וואס זיי האלטן נישט ביים אנטוען קיין מאסקעס ביי די ארבעט. די ארטיגע גאווערנאר איז אויך ארויסגעקומען מיט שארפע ווערטער צו פארדאמען די וואס האלטן נישט דערביי.
* * *
באריכטן פרייטאג האבן פארציילט אז די ווייסע הויז האט געסטראשעט עף.די.עי. קאמישאנער סטיוו האן אז אדער באשטעטיגט זיין אגענטור די פייזער וואקסין - נאך היינט - אדער טרעט ער אפ פון פאזיציע - עטליכע שטונדן דערויף האט טאקע די עף.די.עי. באשטעטיגט עמערזענסי אוטאריזאציע פאר די וואקסין.
* * *
ווי באקאנט, און שוין ברייט באריכטעט אין די דעזיגנירטע אשכול, האט די סופרים קאורט נעכטן זיך אנטזאגט פון אויסהערן א לאוסוט אריינגעגעבן דורך טעקסאס איבער וואל רעזוטאטן אין געוויסע שטאטן.
אין רעאקציע, איז היינט פארגעקומען א מאסן פראטעסט צו ארויסווייזן שטיצע פארן פרעזידענט, און אין די זעלבע אויסדרוקן אויפברויז איבער דעם אז זייער קאנדידאט האט פארלוירן די וואלן. פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אין א מעסעזש: "וואו! טויזענטער פארזאמלען זיך יעצט צו פראטעסטירן. נישט געוואוסט דערפון, אבער כ'וועל זיי זעהן". שפעטער אין טאג, ווען די פרעזידענט איז ארויסגעפלויגן פונעם ווייסן הויז - צו א שפיל פארמעסט - האט מען טאקע געזעהן ווי די "מארין 1" העליקאפטער טוט ארומקרייזן העכער די "נעשאנעל מאל" צו פליען העכער די פראטעסט.

אין אנדערע נייעס, איז פארגעקומען א באזונדערע פראטעטס - דורך עקסטרעם-רעכטע עלעמענטן - וואו געוויסע האבן גערופן פאר די אויפלעזונג פון די רעפובליקאנע פארטיי.
* * *
פרישע דעיטא פון די ניו יארק סיטי פאליס דעפארטמענט ווייזט אז ארום 90% פון אלע גאןפארברעכן ארעסטירטע די יאר, זענען ארויסגעלאזט געווארן אויף די פריי נאכן ארעסט.
פון די ארום 3,793 זענען מער ווי 3,300 ארויסגעלאזט געווארן - טייל האבן טאקע איינגעלייגט בעיך, אבער די גרעסערע מערהייט דערפון האבן די ריכטער ניטאמאל געהאט די לעגאלע רעכט צו פאלראנגען א בעיל.
* * *
זיך האלטענדיג צו א יערליכע טראדיציע פון אויסקלויבן אן א.ג. "פערזאן פון די יאר", האט די טיים מאגאזין דאס יאר אויסגעעקליבן די אריינקומענדע פרעזידענט זשאו ביידען אינאיינעם מיט זיין וויצע פרוי העריס.
* * *
דורכאויס די אימפיטשמענט פארהערן פון פרעזידענט טראמפ האט מען געהערט גאר אסאך פון די געוועזענע אמבאסאדאר צו אוקריינא, פרוי יאוואנאוויטש. דורכאויס די פארהערן האט זי קלארגעשטעלט אז זי ווייסט כמעט נישט צו זאגן פון די אוקריינאישע פירמע "בוריסמא", בלויז דאס וואס די סטעיט דעפארטמענט האט איר אינפארמירט דערוועגן איידער זי איז געווארן אמבאסאדאר אהין. יעצט שטעלט זיך ארויס - פון פריש אויפגעדעקטע אימעיל'ס - אז שוין 2 יאר איידער די אימפיטשמענט, ד.ה. אין 2017, האט די פירמע אנגעטראגן פאר די מעקעין אינסטיטוציע אז זיי זאלן טרענירן איינגעשטעלטע ביי די אפיס פון אוקריינא'ס הויפט פראקוראר, און זי האט שוין דאן געווארענט א געוועזענע קאלעגע אז די אינסטיטוציע זאל אוועקשטיין דערפון צוליב קארופציע פארדאכטן, ווי אויך וואלט די טרענירונג פון די אינסטיטוציע פאר פראקורן - וואס דארפן אויספארשן די פירמע - "געהויבן אויגן ברעמן".
* * *
אין אנדערע נייעס, פארציילט א באריכט אז עטליכע טעג איידער טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירן האט האנטער ביידען פארראכטן זיין טעקס ריטורן צוליב 400,000 אין איינקונפט פון בוריסמא וואס ער האט נישט געהאט איינגעמאלדן. די באריכט פארציילט אויך אז די פראבלעמען זענען אין אלגעמיין איבער די וועג וויאזוי האנטער האט רעפארטעד זיין איינקונפט.
* * *
פרעזידענט טראמפ האט היינט אונטערגעשריבן א ארדער צו פארארדענען די סטעיט דעפארטמענט און די יו.עס. עיד אגענטור זאלן אויפקומען מיט א לאגא וואס זאל אינפארמירן אויסלענדער וואס געניסן פון אמעריקאנע הילף אז זייער הילף קומט פון אמעריקאנע שטייערצאלער. טראמפ וועט אויסקלויבן די לאגא דעזיין ביז 30 טאג. . . .
* * *
די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט געבעטן פון א געריכט אין מישיגען זאל איר ערלויבן זיך אנשליסן אין א לאוסוט אריינגעגעבן דורך עטליכע פריוואטע און רעליגיעזע סקול'ס קעגן די צוימונגען פון די ארטיגע גאווערנאר.
* * *
מישיגען סטעיט ריכטער עלסענהיימער האט פאריגע וואך פארארדענט אז ענטרים קאונטי זאל ערלויבן צו דורכפירן א פארענזיק אודיט אויף די מאשיען גענוצט ביי דיפארלאפענע וואלן - אין פארבינדונג צו א קלאגע אריינגעגעבן דורך א לאקאלע איינוואוינער - אין די זעלבע צייט האט די ריכטער אויך פארארדענט אז די רעזולטאטן פון די אודיט זאלן בלייבן געהיים. פרייטאג האט די לויער אין די קעיס אריינגעגעבן א פארלאנג אז די ריכטער זאל צוריקדרייען די געהיימניס פארארדענונג - די ריכטער האט באשטימט א הירינג דערוועגן אויף מאנטאג.
* * *
לעגיסלאטיווע הייזער דורכאויס אמעריקא גרייטן זיך צו רעפארמירן זייערע וואל געזעצן - נאכפאלגענדיג א וואל סעזאן וואס האט געבראכן היסטאריע מיט די צאל וויילער, אבער אויך מיט די צאל לאוסוט'ס, מיסאינפארשמעישאן און סתם אומקלארקייט.
אין טעקסאס זענען שוין אריינגעגעבן געווארן העכער 60 פארשלאגן, אין ניו העמפשיר 26, און אין מאנטאטנע 41 - אזוי אויך פלאנט די ניו יארק סעטיט סענאט עלעקשאן קאמיטע אפצוהאלטן א פארהער איבער די פארלאפענע וואלן און איבער די סיסטעם גענוצט אין די סטעיט. אזוי אויך טוען מערערע סטעיט'ס באטראכטן א טויש, טייל אויף גרינגער צו מאכן און טייל אויף שטרענגער צו מאכן די געזעצן.
* * *
קאליפארניע האט אריינגעגעבן א מאושען אין געריכט צו ווערן אנגעשלאסן אין די קלאגע קעגן גוגל - ווערנדיג די ערשטע דעמאקראטיש געפירטע סטעיט צו נעמען אזא שריט.
* * *
פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט זיינע ארומיגע זאלן אויפזוכן איינער וואס איז פאסיג צו דינען אלס "ספעשל קאונסעל" - צו אויספארשן די אקטיוויטעטן פון האנטער ביידען, ווי אויך די פארלאפענע וועלן.
עס איז נישט קלאר אויב ער זוכט איינער וואס זאל אנפירן מיט די ביידע אויספארשונגען, אדער ער זוכט צוויי פאסיגע קאנדידאטן דערפאר.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג דעצעמבער 13, 2020 6:19 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פיינע סחורה @אלעקסיי. קיפ איט אפ.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:.

הערליך שיין קלאר און געשמאק! א גרויסן דאנק!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח אלעקסיי!
אוועטאר
ציגרעטל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגרעטל »

רבותי! היינט נאכן צינדן די חנוכה ליכטעלעך, קען יעדע טאטע אראפזעצן די קינדערליך צום טיש און אנזאגן אויב וועט מען שיין אויפעעסן אלעס וואס די מאמע געט וועליך ענק אויסזאגן א גוטע סופרייז..
וואס? וואס?
עסטס שיין אויף וועליך ענק זאגן..
אקעי קינדערליך, מ'גייט.. צוריק.. אנהייבן.. געבן... אין חדר..
וואס? וואס?
ר-ו-י-ט-ע מילך
נעעע, פלעין דעיס? פון די חלוקה??
נישט שיין אריין ציהאקן אינמיטן א טאטע רעד, ווארטס אויס ביז כ'ענדיג,
אויך גייט מען צוריק אנהייבן געבן ג-ע-ה-ע-ר-י-ג-ע ברויט אין חדר!!
וואווי..
און אויך גייט די פרעזידענט ענק געבן גוטע פיינע
ש-א-ק-א-ל-א-ד מילך.

דעלי איד:

מעגליך: טויש אין
סקול-מאלצייטן נוטרישאן
וואשינגטאן – אין די סאמע לעצטע טעג אין אפיס, פּרובירן די טראמפּ אדמיניסטראציע באאמטע איינצושטעלן א טויש אין די רעגולאציעס פון סקול מאלצייטן. אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע איז אוועקגעשטעלט געווארן רעגולאציעס אז מ'מוז געבן הונדערט פּראצענט האל-גרעין ברויט פאר די קינדער, און אויך נידערן די סאדיום אין אלע עסנווארג און סערווירן נאר פעטנס-פרייע מילך. די טראמפּ אדמיניסטראציע וויל אפּשאפן די רעגולאציעס און ערלויבן ברויט וואס איז נאר 50 פּראצענט גרעינס און ווידעראמאל סערווירן שאקאלאד מילך.
-
סארי פארן משוגה מאכן,
לכבוד חנוכה
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח @אלעקסיי און @מיין שטעלונג, זייער זאפטיג!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח ציגערעטל פאר די וויכטיגע אינפארמאציע!

קומט זיך דעם טראמפ טאקע פעטש פארוואס האט ער דעס נישט געקענט ערלעדיגן שוין אין די ערשטע טאג פון זיין פרעזידענסי, און נאך א זאך ארויסרייסן פון די אבאמא אגענדע..
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאנטאג מקץ

די טשיף אוו סטעף פון די עקטינג דעפענס סעקרעטאר, קאש פאטעל, האט אריינגעגעבן א 50 מיליאן דאללער לאוסוט אין פעדעראלע געריכט קעגן סי.ען.ען. - די באשולדיגונג איז אז סי.ען.ען. האט באשמוצט פאטעל אין רעאקציע צו זיין שטעלונג איבער געוויסע א.ג. סקאנדאלן פון די טראמפ אדמיניסטראציע.
* * * *
פאר צוויי יאר צוריק האט ניו יארק גאווערנאר קאומו אפגעשטאט א באזוך ביי די באן שינעס וואס ציען זיך אונטער די האדסאן טייך, מיט'ן ציל צו ציען אויפמערקזאמקייט פון די פעדעראלע רעגירונג זיי זאלן באשטעטיגן געלטער פאר די "געיטוועי פראיעקט" - א 13 ביליאן דאללער פראיעקט צו גראבן פרישע, און איבערמאכן עקזיסטירענדע, טונעלן און באן שינעס אונטער די טייך - די טראמפ אדמיניסטראציע האט אפגעזאגט די פארלאנג.
יעצט אין די צייט וואס זשאו ביידען - וואס איז אלס באטראכט געווארן אלס מער סימפאטיש צו די פראיעקט - קומט אריין אין אפיס ווערט באריכטעט אז דער זעלבע קאומו איז אויפגעקומען מיט א פרישע שטודיע וואס שטעלט די גאנצע פראיעקט אונטער פראגע צייכן - די שטודיע ברענגט אויף די געדאנק אז מעגליך פעלט גענצליך נישט אויס צו בויען פרישע טונעל און שינעס.
* * * *
קאנגרעס האט איינגעמאלדן פאר עטליכע ניו יארק אפסטיט קאונטיס אז זיי וועלן אראפשיקן אבזערווירער וואס וועלן מיטהאלטן די ריקאונט אין די שטארק נאכגעפאלגטע 22'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - די ריקאונט האט זיך אנפאנגען היינט מאנטאג. ווי עלעקשאן באאמטע אין איינע פון די קאונטיס פארציילן, האבן זיי פרייטאג נאכמיטאג באקומען א פאון קאלאז זיי זאלן מאנטאג ערווארטן נאך צוויי אבזערווירער - איינער א דעמאקראט און איינער א רעפובליקאנע.
* * * *
די אמעריקאנע רעגירונג האט היינט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף צוויי איראנע וואס ווערן באשולדיגט אין די פארכאפונג און ווארשיינליכע טויט פון די געוועזענע עף.בי.איי. אגענט ראבערט לעווינסאן. לעווינסאן איז פארשוואונדן געווארן אין 2007 פון די איראנע "קיש" אינזל - זינט דאן האט מען נישט געהערט פון איהם ביז פריער אין יאר ווען זיין פאמיליע האט געמאלדן אז פרישע אינפארמאציע ציגט אז ער איז ווארשיינליך מער נישט ביים לעבן.
* * * *
אין 2013 האט קענזאסדורכגעפירט א געזעץ אז ווען עמיצער וויל זיך רעגיסטרירן אלס א וויילער אין די סטעיט, דארף מען צושטעלן "פרוף אוו סיטיזענשיפ", מיט די טענה אז די געזעץ וועט פארמיידן מענטשן פון זיך רעגיסטרירן אומלעגאל - די געזעץ האט געפירט דערצו אז א יאר שפעטער, אין 2014, זענען טויזענטער קענזאס איינוואוינער נישט געווען ערלויבט צו שטימען אין די וואלן צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט צושטעלן די נויטיגע שריפטן.
אין 2018 האט א דיסטריקט ריכטער אפגעווארפן די געזעץ אלס אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס עס טוט אפעקטירן אזויפיל טויזענעטער לעגאלע וויילער - פריער אין יאר האט די 10'טע קרייז געריכט באשטעטיגט די אורטייל פון די דיסטריקט ריכטער. די סטעיט האט אפעלירט צום סופרים קאורט, היינט האט די געריכט געמאלדן אז זיי נעמען נישט אן די קעיס.
* * * *
נאנטע צום פרעזידענט זאגן אז טראץ וואס ער באטראכט די געדאנק פון לויפן פאר א צווייטע טערמין אין 2024, איז ער אבער אויך אפן צום די מעגליכקייט פון זיך נישט אריינלייגן אין די פארמעסט אויב ער זעהט איין אז ס'וועט איהם זיין שווער צו געוואונען.
* * * *
די "סמארטמאטיק" פירמע וואס האט זיך געטראפן פארמישט אין די עלעקשאן סומאטוכע, האט ארויסגעשיקט פארלאנגען צו עטליכע רעכט גענויגטע נייעס אגענטורן אז זיי זאלן עפענטליך זיך אנטשולדיגן און צוריקציען פון די באשולדיגונגען וואס זענען געווארן ארויסגעשטעלט קעגן די פירמע.
* * * *
די זשוסטיס דעפארטמענט האט געמאלדן א אפמאך מיט די "יונייטעד אוטאווארקערס יוניאן" אין דעטרויט צו שליכטן א לאנג יעריגע קארופציע אויספארשונג - די אפמאך נעמט אריין א 1.5 מיליאן דאללער שטראף, וועט איינשטעלן באדיייטענדע רעפארמען, און אויפנעמען א זעלבסשטענדיגע מאניטאר פאר א צייט אפשניט פון 6 יאר.
די 1.5 מיליאן איז אין צוגאב צו העכער 15 מיליאן וואס די יוניאן האט שוין אויסגעצאלט פאר קאר פירמעס צוליב פראבלעמען/סקאנדאלן מיט'ן בילינג.
* * * *
די עף.טי.סי. האט אונטעגענומען א ברייטע שטודיע צו אנאליזרן די פרייוועסי און יוזער דעיטא פאליסיס ביי גרויסע טעק פירמעס - א שטייגער ווי עמעזאן, גוגל, בייטדענס און נאך. אזא שטודיע קען ווערן אונטערגענומען אן סיי וועלכע ספעציפישע געזעץ אינפארסירונג ציל, אבער קען שפעטער גענוצט ווערן אויף צו גיין אין יענע ריכטונג.
* * * *
קאליפארניע אטוריני זשענעראל, זייווער באסעררא, האט אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט אז די געריכט זאל צווינגען "עמעזאן" זיך צוצושטעלן צו סובפינעס ארויסגעשיקט דורך זיין אפיס. די סובפינעס באציען זיך צו די וועג וויאזוי עמעזאן האט באהאנדעלט אירע ארבעטער אין קאליפארניע דורכאויס די וויירוס. א ווארטזאגער פאר די פירמע זאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס די סטעיט איז יעצט געלאפן אין געריכט - ווי ער זאגט שטעלט זיך די פירמע פולשטענדיג צו צום אויספארשונג.
* * * *
באואינג האט אויסגעברייטערט די סעיפטי אינספעקשאנס ביי די "787 דרימליינער" פליגער נאכ'ן טרעפן פרישע דעזיין פראבלעמען דורכאויס א פריער'דיגע אינספקעשאן. די אויסגעברייטערטע אינספעקשאן באדייט אז די פירמע וועט יעצט אונטערזוכן די גאנצע "פיוזעלעזש" פון די פליגער, אנשטאטס בלויז ביים וויידל ווי ביז יעצט.
פרישע אינפארמאציע צייגט אז די פארלאפענע מאנאט איז געווען די ערשטע מאל אין 7 יאר וואס די פירמע האט נישט דעליווערט פון די פליגער.
* * * *
די ריזן טעכנעלאגיע פירמע "גוגל" האט היינט צופריה געליטן פון א אלוועלטליכע קורצשלוס וואס האט אריינגענומען א גרויסע טייל פון זייערע סערוויסעס - די סוירטש ענזשין איז נישט אפעקטירט געווארן דערפון. עס איז געווארן אנגעוויזן אז דאס קומט בלויז איין טאג נאך וואס עס איז געווארן אויפגעדעקט אז די אמעריקאנע, און מעגליך אנדערע, רעגירונג האט געליטן פון א העקינג אטאקע - ווארשיינליך זענען די אינצידענטן נישט פארבינדן.
* * * *
מארק מאגען, די עקטינג קאמישאנער ביי די "קאסטומס ענד בארדער פאטראל", זאגט אז די ביידען אדמיניסטראציע דארף אויספלאנירן וויאזוי זיי וועלן אפשטעלן דאס בויען די גרעניץ וואנט - ווי ער זאגט קען אזא אקציע, אויב אויסגעפירט נישט ריכטיג, זיין א פארשוועדעניש פון ביליאנען דאללער אין שטייער צאלער געלטער.
* * * *
"סאולער ווינדס" - די פירמע אין צענטער פון די העקינג אטאקע - פארמאגט ארום 300,00 טויזענט קאסטומערס ארום די וועלט, אריינגערעכענט רעגירונגען פון מערערע לענדער - די פירמע זאגט אבער אז די העקינג אטאקע האט אפעקטירט ווייניגער ווי 18,000 פן אירע קאסטומער'ס. ווי עקספערטן זאגן זעהט מען אז די אטאקירער האבן אויסגעקליבן אויף וועמען צו צילן איינמאל די סאפטוועיר איז געווארן אינסטאלירט - ד.ה. אז נישט יעדע וואס האט גע'דאונלאוד די אפדעיט איז געווארן נאכגעפאלגט פון די נאנט.
* * * *
די פארזיצער פון די אריזאנע סטעיט סענאט יורידישע קאמיטע זאגט אז זיין קאמיטע וועט ארויסשיקן סובפינעס צו קענען דורכפירן א פארענזיק אודיט אויף די דאמיניאן מאשינען גענוצט אין די סטעיט ביי די פארלאפענע וואלן - ווי ער זאגט איז דאס נישט קיין פראוו צו איבערדרייען די רעזולטאטן, בלויז זיך דערגרינטעווען די ווארהייט.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

;l;p-
שכח אלעקסיי.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”