א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

די דעמאקראטען זאלן זעהן אז זי זאל צומאכן איהר פיסק ווי שנעלער, זי קען נאך דעם גאנצן פארטיי ארויפטראגן קיין מארס אין 12 יאר ארום...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

גיי פארשטיי פארוואס ס'אהרט איר אז ביליאנערן וועלן עקזיסטירן פאר נאך 12 יאר.
אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל הישר »

@ הכל הבל
ממש זיך באלעקט די פינגער, געשמאק און בעטמט צו ליינען
יישר כח
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מיר ווילן אויך נישט באלמוטשען אייער עקסעלענץ צו עקסטער באדאנקן יעדן טאג, אבער פאר א קרוץ מחומר ווי דיר מוזן מיר דאך אויסזאגן דעם ריינעם אמת אז מיר באלעקן זיך די פינגער (פון די הענט און אפילו פון די פיס) יעדן מאל איר באווייזט זיך דא מיט דעם לאנגן מגילה של הבל.

איט איז ע פלעזשור טו ריעד עווערי דעי!

מיר נעמען אפילו נישט פון די פיינע קאקאש און די ווארימע קאווע, ווייל דאס קענען מיר האבן אינדערהיים אויך, און נישט פאר דעם זענען מיר אהערגעקומען, און אזוי אויך צוליב די ריבוי ה'באזוכערס וויל איך איבערלאזן פאר אנדערע אויך, נאר מיר גייען גלייך צום פינטל, צו די פרישע נייעס..

אויב ווילסטו דוקא הערן עפעס א הערה, האב איך דאס אויך...
אפשר איז כדאי צו צולייגן א - סימבאל נאך יעדע נייעס, ליתן ריוח בין הדביקים, ווייל אסאך מאל איז שווער מבחין צו זיין געהעריג וואס עס איז א חלק פון די פריערדיגע פאראגראף, און ווי ס'הייבט זיך שוין אן די פרישע סחורה.
---
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הכל א ריזיגער יש׳כ פאר די געשמאקע באריכטן... הגם איך גלייך נאסע סינימען..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יויש

אזא רעאקציע?
איך האב נישט געמאכט קיין אפיעל פאר קאמפלימענטן

בלויז גענטפערט אויף א פראגע, נאכאמאל איך האב הנאה און באדאנק מיך פאר אלע גוטע רייד אבער ביטע שפירט אייך נישט מחויב
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הלשון האט געשריבן:הבל דיינע באריכטן זענען וואן אףף עי קיינד! אזוי געשמאק צו לעזן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

@הבל, איך האב ליב זאלסט ברענגען וואס מער ציטאטן פון קארטעז'ס טיפזיניגע און בליציגע רעיונות.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

-די היינטיגע באריכט איז געספאנסארט אין עהרע פון כבוד הרב יש ברירה לרגל התמנותו לשר ששת אלפים-


נאך א זיצונג מיט די פלארידא דעלעגאציע און דרוק פון גאווערנאר ראן דסענטיס סענאטארן רוביא און סקאט און שטיצע פון וויצע פרעזידענט פענס האט פרעזידענט טראמפ אפיציעל אנערקענט 'דעם אפאזיציע פירער פון ווענעזועלע אלץ לעגיטימע פירער פון יענעם לאנד
אויסער די פאראייניגטע שטאטן האבן קאנאדא בראזיל קאלאמביע טשילע און ארגעטינא פערו עקוואדאר און קאסטא ריקא אויך אנערקענט דעם נייעם פירער אלץ לעגיטים
רוסלאנד מעקסיקא באליוויע און קובא האבן אויסגעדרוקט שטיצע און לעגיטימזאציע פאר ניקאלאס מאדורא
לויט מטדורא האט אים דער טערקישער פירער ערדואן אויך אנגערופן אויסצודרוקן שטיצע
פון פראנקרייך האט מאקרון געזאגט אז ער דיסקוסירט מיט אייראפעאישע אליאירטע די צושטאנד
דער דע פאקטא פירער אין לאנד ניקאלאס מאדורא האט איצט פארארדנט אז די אמעריקאנע דיפלאמאטן אין לאנד זאלן פארלאזן ווענעזועלע ביז 72 שטונדן
פאר זיכערהייט וועלן די איינגעשטעלטע מוזן אויספאלגן די פאראדענונגען פון וועם זיי באטראכטן אלץ אומלעגיטימע פירער...

*

עטליכע געשאסן דורכאויס אן אנגייענדע משכונות סיטואציע אין א באנק אין סעברינג פלארידא

*

ספיקער פעלאסי רופט אפיציעל אפ די סטעיט אף די יוניאן אדרעס וועלכע דער פרעזידענט איז געווען
געסקעדזשועלט צו גיבן אום יונואר 29 למספרם

*

פרעזידענט טראמפ האט נאכאמאל נאמינירט א רייע סירקוט און דיסטריקט ריכטער וועלכע
ער האט שוין געהאט נאמינירט אין לעצטן קאנגרעס סעסיע אבער זענען נישט געווארן באשטעטיגט
איין נאמען איז נישט אויף די ליסטע און דאס איז וויליאם פאר וועלכע האט זיך אנגעשטויסן אין קעגנערשאפט צוליב קאנטערווערסיאלע סטעיטמענטס אין די פארגאנגנהייט און זיינע שאנסן זענען געגאנגען שלאפן נאך וואס סענאטאר טים סקאט האט זיך ארויסגעשטעלט דערקעגן
איינע פון די נאמינירטע איז ווענדי וויטער וועם די דעמאקראטן האבן באקעמפט אין לעצטן סעסיע צוליב אן ענטפער וועלכע זיי האבן נישט געגליכן
וויטער איז נאמינירט אויפן געריכט אין די איסטערן דיסטריקט פון לוזיאנא און איז די פרוי פונעם געוועזענעם לוזיאנא סענאטאר דעוויד וויטער וועלכע איז פאר צוויי יאר צוריק געווארן ערזעצט מיט סענאטאר דזשאו קענעדי

*

די יוסטיץ דעפארטמענט האט פארלאנגט פון א ריכטער אין מערילענד צו אוועקנעמען זיין פארבאט אויף די פרעזידענטליכע בריות משונות ארדער אין ליכט פונעם נעכטיגן בריות משונות ארדער פונעם סופרים קאורט
די רעגירונג קען נישט פולשטענדיג פארבאטן די פאשוינען די מענטשן פון דינען אין מיליטער ביז די נידריגע געריכט נעמט אוועק די אינדזשאנקשען


*

סענאטארשע קאלינס וועט שטימען מארגן פאר די רעפובליקאנע ביל מארגן צו עפענען די רעגירונג אבער זאגט נישט ווי אזוי זי וועט שטימען אויף די דעמאקראטישע ביל סענאטאר סקאט זאגט אז ער וועט שטימען ניין אויף די דעמאקראטישע ביל

*


די דעמאקראטן האבן היינט באקומען א פרישע נעמען וועלכע וועט זוכן צו פיגורירן אויף די פריימערי ליסטע וועלכע וואקסט גאר שנעל
דאסמאל איז די רעדע פון אן אפיציעלע מתועב


*

סטעיסי עיברעמס געסקעדזשועלט א מיטינג מיט קארי בוקער און באזונדער מיט קאמאלא העריס


*

מייקל בלומבערג איז אין די לעצטע פאזעס צו באשליסן אויב ער זאל אריינשפרונגען אינעם 2020 למספרם פריימערי אבער ער האלט זיך ווייטער שטארק ביי זיין מיינונג אז סטאפ און פריסק איז א ריכטיגער און גוטע פאליסי

*

בערני סאנדערס האט זיך געטראפן מיט די מעמבערס פון די לעגיסלאטיווע אפריקאנע אמעריקאנע קאוקוס אין סאוט קאראליינע פארשטייענדיג אז זיין שוועריגקייט וועט זיין מיט יענע וויילער גרופע אזוי ווי אין זיין ערשטן קאמפיין

*

נעפאל און דייטשלאנד זענען די צוויי איינציגסטע לענדער וואו טייל פון די הייוועיס פארמאגן נישט קיין ספיד לימיט

*

רעדנדיג פון נעפאל איז זי די איינציגסטע לאנד אוואו די נאציאנאלע פאן איז נישט אין קיין פירקאנטיג אדער רונדיגע פארעם

*

אין 2008 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט 4-5 אז אינדיווידועלן פארמאגן די רעכט צו באזיצן ביקסן אין שטוב פאר זעלבסט פארטיידיגונג
כדי צו באקומען די דעצידירנדע שטימע פוטן ריכטער קענעדי האט ריכטער סקאליא געמוזט אריינלייגן א פאראגראף אין זיין געשריבענעם אורטייל וועלכע באגרעניצט שטארק די אפטייטש פון יענעם פסק
ריכטער סקאליא שרייבט אז גארנישט אין די אורטייל זאל שטעלן אונטער פראגע צייכן אויף לאנגיעריגע פארבאטן אויף קרימינאלן אדער מענטאל אומסטאבילע אדער געזעצן וועלכע פארבאטן צו טראגן געווער אין געוויסע סענסיטיווע זאנעס א שטייגער ווי ארום שולעס אדער רעגירונג געביידעס אדער געזעצן וועלכע רעגולירן די פראצעדור פון פארקויפן ביקסן
זינט יענע אורטייל האבן נידריגע געריכטן איבערן לאנד באשטעטיגט אומצאליגע סטעיט און לאקאלע גאן קאנטראל געזעצן וועלכע זענען עווענטועל געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט צו הערן אויב יענע ספעציפישע געזעץ איז קאנסטיטוציאל אבער אנשטאט אקצעפטירן די קעיסעס וועלכע וואלט בלויז געברענגט אן ענדלאזע שטראם פון פרישע ענליכע קעיסעס און ריכטער קענעדי וואלט געמוזט שוקל זיין יעדע פון זיי באזונדער האט די געריכט איינפאך צוריקגעוויזן די אלע קעיסעס און זינט דאן האט מען נישט געהערט פונעם געריכט איבער די צווייטע אמענדמענט
נאך אזוי שפעט ווי לעצטע יאר האט די געריכט אפגעזאגט אזא קעיס אבער ריכטער טאמאס האט געשריבן א מעמא זיך אפצורעדן דערויף שרייבנדיג אז די געריכט פארנאכלעסיגט אירע פליכטן צו באשוצן די צווייטע אמענדמענט וועלכע איז געווארן די אומבאליבטע טייל פון די קאנסטיטוציע צו די געריכט און אז די רעכט איז געווארן די יתום פון די געריכט און די נידריגע געריכטן האבן פארשטאנען דעם מעסעדזש און זיי נוצן עס גוט אויס
אלעס האט זיך אבער איצט געטוישט מיט ריכטער קעווענאו וועלכע איז א שטארקע פארטיידיגער פון די צווייטע אמענדמענט און די קאנסערוואטיווע פליגל האט איצט א מער קלארע פאראייניגטע פראנט אויף די אישו
צום אלעם ערשט האט די געריכט אקצעפטירט א קעיס איבער ניו יארק סיטי גאן קאנטראל געזעצן אבער לויט עקספערטן איז עס בלויז די טראפ פון א קראן וועלכע וועט פארזעצן צו שטראמען און די קומענדיגע יארן צו באפעסטיגן און מעגליך גאר אויסברייטערן די רעכטן אונטער די צוויייטע אמענדמענט
ניו יארק סיטי ערלויבט פאר איינוואוינער מיט ספעציעלע פערמיטן צו האלטן ביקסן אין שטוב און עס נעמען צו 7 ספעציעל דעזיגנירטע שיסן זאנעס אבער פארבאט ארויסצונענען די ביקסן צו סיי וועלכע אנדערע לאקאציע אריינגערעכנט אויב מען האט א צווייטע הויז אדער צו שיסן זאנעס אינדרויסן פון די סיטי אפילו אויב די ביקסן זענען לער און פארשפארט אין א ספעציעלע שיידל אפגעזונדערט פון די אמוניציע זאפאס
דריי מיו יארק סיטי רעזידענטן אינאיינעם מיט די ניו יארק סיטי רייפל אסאסיאציע האבן געקלאגט די סיטי און פארלוירן אין פעדעראלן געריכט אין מאנהעטען
שפעטער האבן זיי אויך פארלוירן די אפעלאט אינעם צווייטן סירקוט ווי אלע דריי ריכטער האבן עס ארויסגעווארפן
די קלעגער טענה'ן אז אויב זיי ווערן ערלויבט צו באזיצן די ביקסן פאר זעלבסט שוץ דאן פארוואס זענען זיי נישט ערלובט זיך צו באשוצן ווען זיי גייען צו זייערע צווייטע היימען אדער ספעציעל דעזיגנירטע שיסן ערטער אינדרויסן פון די סיטי?!
די פארטיידיגער זאגן אבער אז ווען די פאליציי געפונט געווער ביי אפגעשטעלטע וועלן זיי ווערן אפגע'פטר'ט מיט אן אויסרייד אז מען איז אונטערוועגנס צו א שיסן זאנע אינדרויסן פון די סיטי און מען קען עס נישט באשטעטיגן ווייל בלויז די ספעציעלע זאנעס אין די סיטי האלטן קלארע רעקארס פון ווער עס קומט און ווען מען קומט
די ארגומענטן וועלן ערשט ווערן אויסגעהערט אינעם קומענדיגן טערמין און די אורטייל קעןמעגליך ערשט קומען אזוי שפעט ווי אין 2020 למספרם
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

דער נייער ׳שטערנדל׳ סיסטעם איז א גרויסע שינוי לטובה.

א ריזיגן יישר כח פאר דיין שטענדיגע געוואלדיגע ארבעט!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח.

וועלכע סענעטאר סקאט האט געזאגט ער וועט שטימען ניין? ריק פון פלארידע? אדער טים פון סאוט קארעליינע?
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך יאנואר 23, 2019 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריק סקאט פון פלארידא
נישט אזא חידוש
עס ווערט פשוט באריכטעט צוליב וואס ער האט עס די ערשטע געמאלדן און אנדערע זאגן נאכנישט קלאר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח.

עס איז בעצם יא נייעס, ווייל ער איז דאך פון א סווינג סטעיט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אקעי, איז דאך זיכער גוט
איך האב געקלערט אז דו וועסט פארשטיין אז נישט האב איך דיך געוואלט איינשפארן א פראגע
נו שוין, האסטו סייווי מגיב געווען...
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

נאך פונדערהים האט געשריבן:דער נייער ׳שטערנדל׳ סיסטעם איז א גרויסע שינוי לטובה.

א ריזיגן יישר כח פאר דיין שטענדיגע געוואלדיגע ארבעט!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:דער נייער ׳שטערנדל׳ סיסטעם איז א גרויסע שינוי לטובה.

א ריזיגן יישר כח פאר דיין שטענדיגע געוואלדיגע ארבעט!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

איך בין שוין פארסאפעט פון א גאנצע וואך ארום לויפן צווישן די אשכולות זעהן צי הכל הבל האט עפעס געשריבן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שפיגליצקי האט געשריבן:איך בין שוין פארסאפעט פון א גאנצע וואך ארום לויפן צווישן די אשכולות זעהן צי הכל הבל האט עפעס געשריבן.

גא"מ.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

לכבוד הרב הכל הבל שליט"א
כלל ישראל ווארט שוין א גאנצע וואך אויף אייער טעגלעכע שיינע באריכט ביטע זייט ממשך
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאדורא פארלעשט ווענעזועלאס סאושעל מידיא אין די צייט וואס גייעדא נוצט עס פאר רעדעס

איטאליעס עקאנאמיע איז אפיציעל צוריק אין א רעסעסיע

איראנס דעפיוטי אויסערן מיניסטער זאגט אז ער גלויבט אז אייראפעאישע לענדער ווען אין די נאנטע צוקונפט מעלדן א געשאפענע פלאן צו קענען אנהאלטן האנדל מיט זיין לאנד און אויסמיידן די אמעריקאנע סאנקציעס

מייק פאמפעיא רופט אפ רייזע קיין מעקסיקא געפלאנט אויף היינט דאנערשטאג אויפן פארלאנג פון מעקסיקא

פרעזידענט טראמפ באטראכט הערמאן קעין (איינער געדענט נאך?..) א געוועזענע פרעזידענט קאנדידאט פאר א פעדעראלע רעזערוו באורד פאזיציע

די יו עס קאסטומס אגענטור פארכאפט א רעקארד צאל פון דראגס ביי א פארט אף ענטרי

א געריכט ערלויבט ICE צו צווינגען פארהאלטענע אימיגראנטן צו עסן דורך זיי גיבן נוטרישאנס דורך טובס נאך טראץ וואס זיי ווילן נישט עסן צוליב א הונגער סטרייק

פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער באטראכט צו פארלאנגן פון די עף בי איי צו טוישן אירע פאליסיס נאכפאלגנדיג די ארעסט אויף ראדזשער סטאון

מולער זוכט צו באשוצן באווייזן אקעגן סטאון און עס פארזיגלען אן דארפן מיטטיילן מיט סטאון'ס אדוואקאטן

האסטו קאנפידעץ אין קאוטס און אין העספעל?
טראמפ: איך גלויב אז צייט וועטאיבערצייגן אז איך בין גערעכט

פרעזידענט טראמפ דרוק אויס האפענונג אז סטעיסי עיברעמס וועט מאכן א גוטע ארבעט ביי איר אנטווארט רעדע
ער ערווענט אז אפרע און אבאמא האבן ביידע קאמפיינט פאר איר ווען איר קעגנער קעמפ האט בלויז געהאט אים, טראמפ און עווענטועל געוואונען

די טראמפ סופערפעק "געוואלדיגע אמעריקא" האט 1.4 מיליאן אין באנק
די גרעסטע טייל קומט פוון קליינע ביישטייערונגען און זיי האבן אויסגעגעבן 35 טויזנט דאלער אין דעצעמבער למספרם צו קאנטאקטן וויילער אנליין און דורכן טעלעפאן
אויך האבן זיי באצאלט 10 אלפים פאר עד ראלינס וועלכע איז זייער הויפט סטראטעגיסט

די פעק פון וויצע פרעזידענט פענס האט געשפענדעט 30 אלפים אויף פינאנץ און פאליטישע ראט אין דעצעמבער למספרם אריינגערעכנט 10 טויזנט פאר לואנדאנסקיס פירמע

פרעזידענט טראמפ זאגט אז עימי בערעט איז פארשטענדליך אויף די ליסטע פון מעגליכע סופרים קאורט קאנדידאטן
איבער גינזבורג: איך האף אז זי איז געזונט, איך האף אז זי איז פרייליך, איך האף אז זי וועט לעבן פאר נאך א לאנגע צייט

ספיקער פעלאסי איבער די קאנפרענץ קאמיטע פארהאנדלונגען: עס גייט נישט זיין קיין וואנט פאנדינג אינעם ביל

בערני סאנדערס נארוואס ארויסגעקומען מיט א פארשלאג צו העכערן די ירושה שטייער אונטער א ביל גערופן די 99.8% אקט
45% שטייער אויף ירושה פון 3.5 מיליאן דאלער ביז 10 מיליאן
50% שטייער אויף ירושה פון 10 מיליאן ביז 50 מיליאן
55% שטייער אויף ירושה פון 50 מיליאן ביז א ביליאן
77% שטייער אויף ירושה העכער א ביליאן דאלער

דערווייל טוען אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן זיך קעגנשטעלן מיליטערישע שריט אין ווענעזועלע אבער דערווייל איז נישטא קיין קלארע ליניע איבער וועם צו שטיצן
דזשיליברענד שטיצט אפיציעל גייעדא אבער ווארען וויל נישט זאגן אויב זי איז אין שטיצע אים צו אנערקענען

דער אומלעגאלע אימיגראנט וועלכע האט געארבעט אין די טראמפ ארגאנאזאציע און וועט זיין צוגאסט ביים סטעיט אף די יונואן אדרעס איז געווארן געלאדנט דורך קאנגרעסמאן באני וועסטאן פון ניו דזשערסי

רענד פאול באקומט פון זיין שכן וועלכע איז אים איבערגעפאלן 580 אלפים נאך אורטייל פון דזשורי

נאך אויפברויז פון קאנסערוואטיוון האט טראמפ ענדליך געמאלדן א רייע קאנדידאטן וועם ער וועט נאמינירן צום 9'טן סירקוט קאורט
די ליסטע באשטייט פון דעניעל ברעס, דעניעל קאלינס, און קענעט לי
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 3:18 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וויאזוי גייט עס ?
קען יעדע פרעזידענט סטאפן די סאוישל מידיע ?
וואס האט ער ? א FOF באטען ???
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בולעטין:

אין עפעס וואס איז דערווייל בלויז א פילאט פראגראם טוען מיר פאר היינט אפבאקן די קוכן ווי נאר די באשטאנדטיילן קומען אריין

די נייעס באריכט וועט דא ווערן צוביסלעך געמאלדן און טאמער איר קענט נישט מיטהאלטן דורכן טאג קענט איר אריינקומען שפעטער אין טאג זעהן די פארטיגע קוכן
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

הכל הבל האט געשריבן:נאך אויפברויז פון קאנסערוואטיוון האט טראמפ ענדליך געמאלדן א רייע קאנדידאטן וועם ער וועט נאמינירן צום 9'טן סירקוט קאורט
די ליסטע באשטייט פון דעניעל ברעס, דעניעל קאלינס, און קענעט לי

וואס איז געווען די אויפברויז ?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איבער א באריכט אז די ווייסע הויז פארהאנדלט מיט סענאטארשע פיינסטיין איבער ריכטער צום 9'טן סירקוט קאורט
טראמפ האט פריער געזאגט אז ער האט גארנישט געוואוסט איבער אזא אפמאך און ער וואלט עס קיינמאל נישט געטוהן
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

הכל הבל האט געשריבן:איבער א באריכט אז די ווייסע הויז פארהאנדלט מיט סענאטארשע פיינסטיין איבער ריכטער צום 9'טן סירקוט קאורט
טראמפ האט פריער געזאגט אז ער האט גארנישט געוואוסט איבער אזא אפמאך און ער וואלט עס קיינמאל נישט געטוהן

פארוואס זאל ער עס טיען ער האט נישט גענוג ליבעראלען דארט?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”