א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

ישר כח הבל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

הכל הבל האט געשריבן:איך קווענקל..


איך ליין יעדן קאקאש. (אלץ יונגל פלעגט מיין רבי זאגן אז איך עס מיט די אויגן) און איך גלייך עס וויזוי ס׳איז.

די לומדישע שיעורים זענען געווענדליך ביי די געריכטליכע נייעס אויף וואס איר לייגסט געווענדליך א קעפל איבער וואסערע סוגיא עס רעדט זיך, מיט א קורצע ס״ה בכלליות. צו איך ליין עס צו נישט ווענצעך אין וואס איך האלט אינמיטן טאן, אויב איך קען בכלל צולייגן קאפ. אמאל יא אמאל נישט.

איך שקויעך נישט יעדן טאג, פאר די זעלבע סיבה פארוואס איך ציטיר נישט קיין לאכעדיגע עמאודזשיס. אדער לאנגע תגובות צו קענען לייגן דעם גרינעם מענטשעלע. איך ווייס אז איר ווייסט אז איך ליין עס, און איך ווייס אז איר ווייסט אז איך בין דאנקבאר.

חזק ואמץ.
גוט שבת.
רשעות קאלטע סעלצער
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געוואלדיג שטארק הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ש'כח פאר אלל אווער די פלעס
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב נארוואס געענדיגט דינסטאג און מיטוואך... די ענדע פון דינסטאג האט מיך געמאכט לאכן, און מיטוואך איז געווען א שיינע שיעור איבער סטעיט דאבל דזשעפערטי געזעצן! טענקס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און יעצט געענדיגט דאנערשטאג, הערליך הערליך!!! כאב טאקע געליינט אביסל וועגן די ברידזשגעיט קעיס, אבער נישט אזוי קלאר ווי דו האסט עס געשריבן...

טענקס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

ok מען קען שוין גיין וואטער וויכי איז שוין ב"ה up to date
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

maybeeynot האט געשריבן:ש'כח פאר אלל אווער די פלעס
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יישר כח האט געשריבן:ok מען קען שוין גיין וואטער וויכי איז שוין ב"ה up to date


יישר כח
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בולעטין:
היינט איז Mאנטאג Lא Kאקאש טאג און רעלאטיוו שטיל איז נישטא קיין באריכט

פאר די קומענדיגע טעג וועט מען דארפן ווארטן צו זיין צו די אימפיטשמענט פייער וועט פארשאטענען אלעס אנדערש אין וואשינגטאן און אויב מען וועט באווייזן צו שרייבן די טעגליכע באריכטן אין די טעג פון פאליטישע פיבער
מצדי, וועט קלערט מען צו פרובירן אי"ה אבער מען נעמט אויך אין באטראכט צו די ליינער וועלן אפילו האבן די צייט און נייגער צו ליינען אזלעכע באריכטן ווען אלע וועלן זיין פארנומען נאכצופאלגן די אימפיטשמענט אפדעיטס

עמער זעהן
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

Thanks Any way for all your hard work!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

אויב עס ווענד זיך אין מיר, שרייב דיין באריכט א יעדן טאג.
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

הכל הבל האט געשריבן:בולעטין:
היינט איז Mאנטאג Lא Kאקאש טאג און רעלאטיוו שטיל איז נישטא קיין באריכט

פאר די קומענדיגע טעג וועט מען דארפן ווארטן צו זיין צו די אימפיטשמענט פייער וועט פארשאטענען אלעס אנדערש אין וואשינגטאן און אויב מען וועט באווייזן צו שרייבן די טעגליכע באריכטן אין די טעג פון פאליטישע פיבער
מצדי, וועט קלערט מען צו פרובירן אי"ה אבער מען נעמט אויך אין באטראכט צו די ליינער וועלן אפילו האבן די צייט און נייגער צו ליינען אזלעכע באריכטן ווען אלע וועלן זיין פארנומען נאכצופאלגן די אימפיטשמענט אפדעיטס

עמער זעהן

ווער קען דען שלאפן אין אזוינע קריטישע טעג, מ'איז עניוועי אויף ממילא וועט מען קענען אלעס דעקן.... :wink:
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג וארא





היינט הויבט זיך אפיציעל אן די אימפיטשמענט פראצעס אין סענאט
די טאג וועט זיך אנהויבן אום זייגער 1 מיט די איינשווערונג פון סענאטאר דזשים אינהאף פון אקלאהאומא וועלכע איז געווען אפוועזנד לעצטע ווואך ביים איינשווערונג צוליב א מעדיצינישע אישו אין די פאמיליע
דאן וועט מען דעבאטירן פאר צוויי שטונדן די מעקאנעל רעזאלוציע פון פארשריפטן ווי אזוי צו פירן די פראצעס און שטימען דערויף און באזונדער צוויי שטונדן פאר די שומער רעזאלוציע און שטימען אויך אויף זיינע געדאנקן

אויב די מעקאנעל רעזאלוציע באקומט די נויטיגע 51 וועט מען פארברענגן מיטוואך און דאנערשטאג פאר ארום 12 שטונדן יעדן טאג אויסצוהערן די קעיס פון די קאנגרעס אימפיטשמענט מענעדזשערס און פרייטאג און שבת וועט פארקומען די זעלבע אויסצוהערן די ארגומענטן פון די סניגור טיעם
מעקאנעל האט אויסגעלויבט זיין פלאן וועלכע וועט גיבן די זעלבע צאל שטונדן פאר ארגומענטן ווי ביי די קלינטאן פראצעס און די איינציגסטע טויש אין די טייל איז אז ער האט אריינגעשטופט מער שעות אין ווייניגער טעג (צוויי אנשטאט דריי) זאגנדיג אז עס איז א בענעפיט פאר אלע זינט יעדער וויל זיין פארטיג דערמיט וואס שנעלער און דעמאקראטן דארפן זיין גאר פרייליך דערמיט זינט מען וועט שנעלער אנקומען צו די אויסגעגארטע מאמענט פון שטימען איבער מער עדות אויפטריטן

שומער פון זיין זייט האט אויפגעהויבן א ווייגעשריי אז די נייע אויסשטעל איז געציהלט אריינצורוקן מער צייט פון ארגומענטן אויף שפעט ביינאכט באהאלטנדיג די פראצעס פון אמעריקאנער וועלכע וואלטן דאס געוואלט מיטהאלטן דורכן טאג און ער האט גערופן מעסיגע רעפובליקאנער אראפצושטימען די פלאן זאגנדיג אז די פאראנטווארטליכקייט ליגט אויף זייערע פלייצעס

נאך די פיר טאג ארגומענטן וועלן סענאטארן באקומען זעכצן שטונדן אריינצושיקן שריפטליכע פראגן און דערנאך וועט זיין פיר שטונדן דעבאטע און דערנאך וועט מען באהאנדלען די פראגע פון מער עדות און ווען יענע קריגעריי איז פארביי וועט מען שטימען אויף ביידע אימפטיטשמענט ארטיקלען באזונדער

די פארטיידיגונגס טיעם פונעם פרעזידענט האט נעכטן צוגעלייגט אכט קאנגרעס מיטגלידער וועלכע זענען געווען אינטרומענטאל אין די קאנגרעס אימפיטשמענט אויספארשונגען
די מעמבערס זענען דזשאן רעטקליף, דאג קאלינס, מייק דזשאנסאן, עליסא סטעפאניק, לי זעלדין, דזשים דזשארדען, דעבי לעסקא, און מארק מעדאוס
די גרופע וועט ארויסהעלפן מיט טאט און ראט און אויך רעדן צו די מידיא אבער לויטן איצטיגן פלאן נישט אויפטרעטן אין סענאט
*
לאמאר אלעקסאנדער אויף וועם דעמאקראטן האבן עטטואס האפענונג צו שטימען מיט זיי איבער געוויסע פראצעדור מאנעוורעס האט נעכטן קלאר געשטעלט אז אפילו ער האלט פון רעזערווירן די אפציע צו שטימען איבער מער עדות איזעס ווייל ער וויל צו ערשט הערן די אימפיטשמענט פרעזענטאציע אבער עס איז זייער מעגליך אז עווענטועל ווועט ער נישט שטימען צו פארלאנגען מער עדות
*
סענאטאר מיט ראמני האט נעכטן אויסגעדרוקט צושטימונג מיט די מעקאנעל פארעפנטליכטע רעזאלוציע איבער די אימפיטשמענט פארשריפטן
*
דער רעזיגנירטער און אנגעקלאגטער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן קריס קאלינס האט האקומען צוגעטיילט א 26 מאנאטן טורמע טערמין
*
די פרוי פון י-הושע קושנער וועלכע איז א ברודער מיט דזשעראד קושנער האט געלאזט וויסן אז זי איז זיכער אז זי איז נישט די איינציגסטע אמעריקאנער וועלכע איז אומאיינשטימיג מיט זייער פאמיליע איבער פאליטיק און גענוי ווי זי האט געטוהן אין 2016 למספרם גייט זי ביי די קומענדיגע וואלן אויך שטימען אקעגן פרעזידענט טראמפ
*
דער 2018 למספרם רעפובליקאנע גאווערנאר נאמיני מארק מאלינעראו האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן אקעגן ערשט טערמיניגע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דעלגאדא וועלכע רעפרעזענטירט די ניינטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געוואונען מיט איבער 50% פון די שטימען
*
די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע האט אויפגעטריבן זיבעציג מיליאן אלער אינעם פארלאפענע למספרם יאר וועלכע איז א שטארקע פארבעסערונג פון די פריערדיגע נישט וואל יאר 2017 למספרם ווען זיי האבן אויפגעטריבן 42 מיליאן דאלער
*
די דעמאקראטישע גאווערנארס אסאסיאציע האט אין 2019 למספרם אויפגעטריבן 43.5 מיליאן דאלער
*
אז מען רעדט פון גאווערנארס איז מארנינג קאונסאלט ארויס מיט אן אנקעטע אויף די צופרידנהייט ראטעס פון גאווערנארס איבערן לאנד
די צעהן פאפולערסטע גאווערנארס זענען אלע רעפובליקאנער און צוווישן די דעמאקראטישע איז ליוזיאנא גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס וועלכע איז נארוואס אריינגעטראטן אין זיין צווייטן טערמין די פאפולערסטע מיט54% צופרידן
צווישן גאווערנארס וועלכע לויפן היי יאר פאר ווידערערוויילונג געניסט דער רעפובליקאנער פיל סקאט פון ווערמאנט פון די העכסטע צופרידנהייט ראטע אנציענדיג 65%
*
די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט אויפגעטריבן פארלאפענע למספרם יאר 125 מיליאן דאלער אין קאנטראסט צו 85 מיליאן דאלער וועלכע רעפובליקאנער האבן אויפגעטריבן
*
אין טענעסי גרייט זיך דער אמטירנדער לאמאר אלעקסאנדער צו רעטייערן און א רייע רעפובליקאנער און דעמאקראטן גרייטן זיך צו לויפן און די נאציאנאלע דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמיטע האט אצינד אינדארסירט דזשיעמס מעקלער אן ארמיי וועטעראן וועלכע איז אויך געלאפן אין די דעמאקראטישע פריימערי אין 2018 למספרם אבער דאן האט פיל ברעדעסען געוואונען די פריימערי פארלירנדיג דערנאך צום רעפובליקאנע מארשא בלעקבוירן און יענער לויפט נישט איצט נאכאמאל
*
אין טעקסאס גרייט מען זיך פאר א ספעשל עלעקשאן פאר די 28'סטע סטעיט הויז דיסטריקט און דעמאקראטן פארלייגן זיך גאר שטארק עס צו פארבן בלוי
דזשוליאן קאסטרא גייט אין די קומענדיגע וואכן קלאפן אויף טירן פון וויילער און זיי בעטן צו שטימען און אויך בעטא ארורק איז פארמישט אין די אונטערנעמונג
*
אן אנקעטע אין דזשארדזשיע גיבט פאר דעם פריש ערוויילטן גאווערנאר ברייען קעמפ א 60% צופרידנהייט ראטע און 52% צופרידנהייט ראטע פאר סענאטאר דעיוויד פערדו וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג אקעגן 29% אומצופרידן
די נייע סענאטארשע קעלי לאפלער געניסט פון א 22% צופפרידנהייט ראטע צו 20% אומצופרידן מיט 57% וועלכע ווייסן נאכנישט גענוג איבער איר איבער דאג קאלינס וועלכע האט נאכנישט באשלאסן אויב ער וויל לויפן אקעגן לאפלער אין א פריימערי צייגט די אנקעטע אז 34%זענען צופרידן פון זיין ארבעט צו 18% אומצופרידן און 47% ווייסן נישט גענוג איבער אים
(מעגליך אז די זעלבסשטענדיגקייט און מעסיגקייט מיט וואס קעמפ האט באהאנדלט די לאפלער סענאט אפוינטמענט האט אים געהאלפן ביי מעסיגע וויילער אין די סטעיט און אוועקגענומען זיין פארטייאישע איינדרוק פון די ביטע צוטיילנדע פארמעסט מיט סטעיסי עיברעמס)
*
ניו העמפשיר דעמאקראטישע סענאטארשע דזשין שאהין האט אינמעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם אויפגעטריבן צוויי מיליאן דאלער און געענדיגט דעם למספרם יאר מיט 5.7 מיליאן דאלער
*
אין ניו דזשערסי גייט קומענדיגע למספרם יאר פארקומען גאווערנאר וואלן און מען האט נאכנישט געהערט פונעם ערשט טערמיניגן דעמאקראטישן גאווערנאר פיל מורפי אויב ער וויל נאכאמאל לויפן אבער אין פאל ער ווערט זאט פונעם דזשאב צירקולירן אזלעכע נעמען ווי קארי בוקער און סטעיט סענאט פרעזידענט סוויני
אויף די רעפובליקאנע זייט הערט מען אויך פון גאנץ א לאנגע ליסטע פאטענציאלע קאנדידאטן אבער דער ערשטער צו אפיציעל מעלדן אז ער לויפט איז געווען דזשעק סיאטערעלי וועלכע איז א געוועזענע סטעיט אסעמבלימאן און האט זיך שוין פארמאסטן פאר די רעפובליקאנע גאווערנאר נאמינאציע אין 2017 למספרם און איז דאן אריינגעקומען אויפן צווייטן ארט מיט 31% צו די 47% פארן זיגער קים גואדאגנא וועלכע האט שפעטער פארלוירן צו מורפי
דעם וויקענד האט סיאטערעלי געמאלדן אז ער גייט פרובירן זיין מזל א צווייטע מאל
*
טאם סטאיאר האט שבת קאמפיינט אין פלארענס דרום קאראליינע און דארט ערהאלטן די אינדארסירונג פון דזשאני קארדערא וועלכע איז די פארזיצער פון די סטעיט דעמאקראטישע אפריקאנע אמעריקאנע קאוקוס
*
בערני סאנדערס איז געפרעגט געווארן אויב ער וואלט אראפגעריסן טייל פון די גרעניץ ווענט מיט מעקסיקא
סאנדערס: איך ווייס נישט וויפיל געלט אויסרייסן ווענט וואלטן געקאסט
מיר דארפן אינוועסטירן אין די געברויכן פון אמעריקאנער און נישט אין בויען ווענט
*
עליזאבעט ווארען איז געפרעגט געווארן אויב זי וואלט נאכגעטוהן דעם ביישפיל פון די טראמפ אדמינסטראציע צו איגנארירן די בלויע סליפ טראדיציע פון זיך רעכענען מיט סענאטארן וועלכע פארטרעטן סטעיטס פון וועלכע מען נאמינירט פעדעראלע ריכטער אפילו אויב יענע סענאטארן זענען פון די קעגנזייטיגע פארטיי
ווארען האט נישט געוואלט קלאר ענטפערן זאגנדיג נאר אז זי וועט גיבן פאר די רעפובליקקאנער א שאנס זיך דורכצוקומען אויף א יושר'דיגע וועג אבער דאן האט זי צוגעלייגט אז זיי וועט זיי נישט ערלויבן צו שפילן געמיינע פאליטיק מיטן בלאקירן אירע נאמינאציעס
*
די סופרים קאורט גייט באהאנדלען א סעיף אין אבאמאקעיר וועלכע באצוואונגט ארבעטסגעבער וועלכע דעקן זייערע ארבעטער מיט אינשורענס אויך צו דעקן געוויסע מעדיצינישע קאסטן פאר פרויען וועלכע גייט אקעגן די מאראלישע ווירדן פון א רייע רעליגיעזע ביזנעסער
די טראמפ אדמיניסטראציע וויל שענקן פאר יוניווערסיטיס און ביזנעס אייגנטומער גאר לייכטע מאסנאמען אונטער וועלכע זיי קענען פארלאנגען אן עקזעמפשאן פונעם געזעץ צוליב רעליגיע און די סופרים קאורט האט פרייטאג אקצעפטירט די קעיס
*
אין א גאר וויכטיגע זיג פאר די טראמפ אדמינסטראציע האט די סופרים קאורט באשלאסן נישט זיך צו יאגן אוועקצונעמען די אבאמאקעיר קעיס פון די נידריגע געריכטן און עס זעלבסט באהאנדלען
די דעמאקראטישע סטעיטס האבן שטארק געווואלט אז די אבאמאקעיר קעיס זאל שוין אריינגיין אין סופרים קאורט ווייל זיי וואלטן פארדינט דערפון פאליטישע קאפיטאל אפגעזעהן פון די אויסגאנג
אויב וואלט די אורטייל געווען לטובת די געזעץ וואלטן זיי געקענט ווידערמאל טריאומפירן מיט א זיג איבערן געזעץ און און אויב די געריכט עלימינירט ערנסטע טיילן פון די געזעץ וואלט עס געקענט העלטפ האלטן אבאמאקעיר אלץ א שליסל קאמפיין אישו אין די נאציאנאלע וואלן
אצינד מיט די מעלדונג פון די געריכט איז נישט ערווארטעט אז עס וועט נאך פאסירן בעפאר די וואלט ווייל עס קען נאך געדויערן א וויילע ביז די קעיס איז פארטיג אין די נידריגע געריכטן
*
ביי די מידטוירם וואלן אין 2018 למספרם האבן וויילער אין פלארידא מיט אן איבערוויגנדע מערהייט באשטעטיגט א פראפאזיציע צו ערלויבן געוועזענע ארעסטאנטן צו שטימען בעסער באקאנט אלץ אמענדמענט 4
די שאצונגען זענען געווען אז אין רעזולטאט פון די טויש וועלן אזויל ווי 1.4 מיליאן געוועזענע ארעסטאנטן באקומען א שאנס צו שטימען אין די קומענדיגע וואלן
די שפראך אויף די היסטארישע בעלאט איז געווען אז אויב באשטעטיגט וועלן די ארעסטאנטן קענען שטימען נאכן ענדיגן "אלע טערמינען פונעם סענטענס"
דא האט אבער ארויסגעשפראצט א פראגע ווי אזוי די געזעץ אפעקטירט ארעסטאנטן וועלכע האבן שוין געענדיגט זייער טערמין וואס זיי דארפן שמאכטן אין טורמע אבער זענען אין צוגאב צו זייער טורמע טערמין געווארן באשטראפט און באאויפטראגט צו באצאלן געוויסע געלט שטראפן און עס איז שוין געווען לוקה אבער נאכנישט משלם
איז אין אזא פאל וואס די געלט שטראפן איז נאכנישט פולקאם אויסגעצאהלט הייסט עס פארענדיגט די סענטענסינג טערמינען

וויילער רעכטן גרופעס האבן געמאכט זייער ארגומענט אז די געלט צאהלונגען איז גענצליך אומפארבונדן מיט די וואס די געזעץ באצייכנט אלץ פארענדיגט די סענטענסינג אבער די רעפובליקאנע געפירטע לעגיסלאטור אין שפיץ פון גאווערנאר ראן דסאנטיס האבן אנדערש געהאלטן און האבן דורכגעפירט א געזעץ קלארצושטעלן אז אומאויסגעצאלטעגייען נישט קענען אפגעבן זייער שטימע
ווען די טינט פון די אונטערשריפט פון גאווערנאר דסאנטיס האט נאך געהאלטן אינמיטן טרוקענען האבן שוין וויילער רעכטן גרופעס געפיילט א קלאגע אין פעדעראלן געריכט אקעגן די געזעץ שרייבנדיג אז עס גייט אקעגן די ווילן פון די וויילער אבער די אויסגאנג פון יענע לאוסוט איז נישט ערווארטעט צו קלאר שליכטן די קעיס בעפאר די קומענדיגע וואלן זינט די מונדליכע ארגומענטן אינעם דיסטריקט קאורט איז ערשט געסקעדזשועלט פארצוקומען אום פרילינג און די פארלירער פון זייער אורטייל וועט גאנץ ווארשיינליך לויפן צום סירקוט קאורט וועלכע וועט פארשלעפן די קעיס אויף נאך די 2020 למספרם וואלן
וואס גאווערנאר דסאנטיס פאר זיך האט אבער געטוהן נאך וואס זיינע קעגנער זענען געלאפן אין פעדעראלן געריכט איז געווען צו בעהטן פון די פלארידא סטעיט סופרים קאורט צו הערן זייער מיינונג אויף די פראגע
דסאנטיס האט נישט אריינגעטראגן קיין קלאגע אקעגן די וויילער פראפאזיציע גופא און נישט געבעטן די געריכט צו זאגן אויב עס איז קאנסטיטוציאנאל נאר ליבערשט געבעטן אן עדווייזארי אפיניאן אויב די פראזע פון ענדיגן די טעמין פון די סענטענסינג דעקט אויך געלט שטראפן
פארגאנגענע דאנערשטאג האט די געריכט ארויסגעגעבן איר מיינונג שרייבנדיג אז זי לערנט אפ די ווערטער פון טערמין פון סענטענסינג ווי דער גאווערנאר אז עס שליסט איין סיי וועלכע סארט געלט שטראף מיט וועלכע די געריכט האט געסענטענסט דעם פאראוטיילטן
אויב די פעדעראלע דיסטריקט אדער סירקוט וועט פארארדענען אז צו ערשט דארף די דסאנטיס געזעץ זיין אויף האלד ביי די קומענדיגע וואלן ביז די קעיס וועט ענדגילטיג דעצידירט וועט די איצטיגע סטעיט סופרים קאורט מיינונג קיין סך נישט העלפן פאר דסאנטיס ביי די קומענדיגע וואלן אבער די מאטיוו פון דסאנטיס צו פארלאנגען פון געריכט זייער שטעלונג איז געווען צו באאיינפלוסן די פעדעראלע ריכטער צייגנדיג אז ער האט אונטערגעומען א שריט וועלכע די העכסטע סטעיט געריכט האט געפונען אלץ אויסגעהאלטן
די סטעיט סופרים קאורט באשטייט פון זיבן זיצן פון וועלכע צוויי זענען מאמענטאל ליידיג און פון די פינף ריכטער איז איינער נאמינירט געווארן דורך גאווערנאר דסאנטיס, איינער דורך דעם פריערדיגן רעפובליקאנער גאווערנאר ריק סקאט און די איבריגע דריי דורכן געוועזענעם גאווערנאר (דעמאקראט ומלפנים אינדעפענדענט ומלפני ולפנים רעפובליקאנער) טשארלי קריסט
די איצטיגע באשלוס איז געווען 4-1 ווען דזשארדזש לאבארדזשא וועם קריסט האט גראדע נאמינירט ווען ער איז נאך געווען א רעפובליקאנער איז געווען אומאיינשטימיג
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך קוק אזוי דא איך זע די לעצטע תגובה איז פון הבל שוין א שעה צוריק, און קיינער האט זיך נאכנישט באדאנקט אדער געקאמענט. נאכדעם כאפ איך אוודאי אזוי ווען הבל שרייבט איז דאך דא וואס צו ליינען פאר א שטיק צייט.

[align=center]הבל קיעפ אפ וויט יואר גרעיט ווארק[/align]
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

טענקס הבל...
Sorry for my misspellings
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

הבל קיעפ אפ וויט יואר גרעיט ווארק!!!!!!! His article take a long time to read and to digest!!! sometimes i reread it 2 times
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

זייער הנאה געהאט!

ישר כח הבל!!
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

יעצט גענדיגט, מעכטיגע רעפארט טענקס הבל, קיפ איט אפ ווי עפרישיעיט איט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יישר כח הבל!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

הויעך האט געשריבן:יעצט גענדיגט, מעכטיגע רעפארט טענקס הבל, קיפ איט אפ ווי עפרישיעיט איט
אז יענער קען קענסטו אויך
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

א פאר האבן זיך שוין באדאנקנט אין מיין נאמען (ניק), אבער מצוה בו יתר מבשלחו העל'עך מיר עקסטער באדאנקען
שכוח הכל הבל
הק' יישר כח
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יישר כוח,!
מ'דארף זיך עקסטער באדאנקן אז אפי' אין די פארנומענע טעג איז הכל דא מיט א פוהלע באריכט!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יישר כח

זייער שיין
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”