א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג וירא








*
מען האט שוין געענדיגט שטימען ערלי וואוטינג אין ליוזיאנא פאר די גאווענאר וואלן וועלכע וועלן פארקומען אום נאוועמבער 16 למספרם אין די ענדגילטיגע ציפערן זענען ווי פאלגענד:

489,649 מענטשן האבן אפגעגעבן זייער שטימע
פון וועלכע 226,356 זענען געווען דעמאקראטן און 186,991 רעפובליקאנער און אנדערע פארטייען 76302
אפריקאנע אמעריקאנע 152344 ווייסע 322801
צו טוהן די מאטעמאטיק פאר אייך האבן די דעמאקראטן א 39,365 אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנע און די ווייסע א 170,457 אויבערהאנט איבער די אפריקאנע אמעריקאנע

פאלגענד זענען די ערלי וואוטינג ציפערן פון 2015 למספרם ווען עדווארדס איז צום ערשטן מאל געווארן ערוועלט:
טאטאל ערלי וואוטינג געווען 2701,44
דעמאקראטן 141,437 רעפובליקאנער 92,937
אפריקאנע אמעריקאנע 80,216 ווייסע 183,578
צו טוהן די מאטעמאטיק פאר אייך האבן די דעמאקראטן געהאט א 48,500 אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנע און די ווייסע א 103,362 אויבערהאנט איבער די אפריקאנע אמעריקאנע
*

דזשאסט פאר די רעקארד..
מען קען שוין טאקע נישט שטימען ערלי אבער עס קומען נאך אריין דא אין דארט איינצלנע לקט און שכחה שטימען וועלכע זענען נאכנישט געווארן געהעריג רעקארדירט
דערווייל איז צוגעקומען פינף שטימען און דריי דערפון זענען דעמאקראטן און צוויי פון קלענערע פארטייען
צווי דערפון זענען אפריקאנע אמעריקאנע און דריי זענען ווייסע
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צל עובר האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:פארשטיי איך נישט פונקטליך די חשבון @צל, אבער נישט געפערליך...

מ'וועט אביסל עלטער ווערן...


צוויי זאכן..

1) לויט די שיפט פון די ערלי וואויט קעגן די פריימערי, געווינט לכאורה עדווארדס, וועלכער האט געהאט 46.6% ביי די פריימערי.

2) אין 2015 האט ער געווינען מיט מער ווי 12 פראצענט, סוי ער מעג זיין היפש שוואכער ווי דעמאלטס.

וואס וועט זיין? דאס וועט מען וויסן מוצאי שבת קודש.

דו קומסט נישט אריין גענוג קלאר איבער די שווארצע ווס רעפובליקאנער יסוד אבער מסתמא ווייסטו וואס דו רעדסט

וואס איך פארשטיי זיכער נישט איז וויאזוי גלייכט מען צו ערלי וואוטינג ווס פריימערי? דו רעדסט פון ערלי פריימערי?
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

אוי בין איך הינגעריג
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שקר האט געשריבן:אוי בין איך הינגעריג

וועט נישט זיין היינט ואתכם הסליחה
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

שוין וועט מען מוזען פאסטען לכבוד veteran day
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שקר האט געשריבן:שוין וועט מען מוזען פאסטען לכבוד veteran day

יאפ, און אפגעבן א טענקס פאר א true ivelt veteran!!!

ר'הכל הבל מיר וואונטשן דיר, זאלסטו זוכה זיין צו אלעם גוטס, און זאלסט ווייטער קענען דערפרייען אזויפיל אידן, און זאלסטו שוין ענדליך קענען באריכטן דיע אמת'דיגע נייעס פון ביאת גואל צדק בב"א.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:שוין וועט מען מוזען פאסטען לכבוד veteran day

יאפ, און אפגעבן א טענקס פאר א true ivelt veteran!!!

ר'הכל הבל מיר וואונטשן דיר, זאלסטו זוכה זיין צו אלעם גוטס, און זאלסט ווייטער קענען דערפרייען אזויפיל אידן, און זאלסטו שוין ענדליך קענען באריכטן דיע אמת'דיגע נייעס פון ביאת גואל צדק בב"א.

אמן! יישר כח פאר די ווארימע וואונטשן!
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

שקר האט געשריבן:שוין וועט מען מוזען פאסטען לכבוד veteran day

היינט איז בה"ב ממילא דא אידן וואס פאסטן.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

סקוקט אויס מוועט זיך פליישיגען היינט נאכט פאר נאכטמאל
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג וירא






פרעזידענט קארטער איז געווארן באהאנדלט אין שפיטאל אין א פראצעדור צו פארלייכטערן דרוק אויף זיין מח וועלכע איז געקומען און רעזולטאט פון בלוטיגונג נאכן לעצטנס אומפאלן
*
רודי דזשוליאני איז אין הייס וואסער נאך וואס זיינס א באקאנטער אוקריינע אפשטאמיגער האט ווי באריכטעט אין די לעצט טעג אויסגעדרייט זיין רוקן צו אים נאכן ווערן ארעסטירט
לעוו פארנעס האט דורך זיין אדוואקאט געזגט אז דזשוליאני האט אים געבעטן צו ווארענען אוקריינע'ס נייע פרעזידענט זעלענסקי אז אויב ער וועט נישט פארשן ביידען וועט ער נישט באקומען אמעריקאנע הילף און וויצע פרעזידענט פענס וועט נישט ערשיינען צו זיין איינשווערונגס צערעמאניע אבער דזשוליאני לייקנס די געשיכטע
ורוד"י, בכם שונאיכם (מכם ומבכם)
*
די אזערדאן נאמינאציע צום סירקוט קאורט ווערט ווייטער געפלאגט פון רעפובליקאנע אפאזיצע און די אפשטימונג אינעם יורידישן קאמיטע איז היינט ווידעראמאל געווארן אפגעשטופט און לוט א קוואל גייט ער נאך די וואך ארויסציען זיין נאמען
*
נאך די רעטייערטמענט פון מיסיסיפי סענאטאר טאד קאקרען האט דאן גאווערנאר פיל ברייענט געשטעלט פרוי הייד סמיט אלץ ערזאץ צום סענאט ווערנדיג די ערשטע פרוי צו פארטרעטן די סטעיט אינעם סענאט
סענאטארשע סמיט וועלכע איז אין די פארגאנגענהייט געווען א דעמאקראט האט געמאלדן אז זי וועט לויפן פאר דעם זיץ אין די 2018 למספרם ספעציעלע וואלן און האט אין אנהויב נישט גענאסן פון איבריגע שטיצע אין די טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע האט אבער עווענטועל איר יא אינדארסירט און קאמפיינט פאר איר
סמיט האט זיך ארגינעל אנטזאגט פון דעבאטירן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט מייק עספי אבער נאכן אנציען ארום אייניג ביי 41% וועלכע האט באדייט אז מען דארף גיין צו א ראנאף איז זי איינגעגאנגען אויף א דעבאטע און דאן איז הייד סמיט דערקלערט געווארן אלץ געוואונער מיט 53.8%
זינט דאן איז היד סמיט געקומען אונטערן שאטן פון א רייע קאנטערוועסיאלע סטעיטמענטס און היינט האט מייק עספי געמאלדן אז ער גייט נאכאמאל קאנקורירן פאר דעם זיץ אין 2020 למספרם ווען סמיט וועט זוכן א פולן 6 יעריגן טערמין
*
אין צוגרייטונג צו די דעמאקראטישע קאנוועהשאן זוכט די פארטיי קאמיטע אויפצושאקלען אירע העכסטע ראנגען אין די פאנדרעיזינג גרופע אין א צייכן אז די פארטיי קאמיטע מוטשען זיך אויפן פאנדרעיזינג געביט
*
די גרעסטע נוירסעס יוניאן אין לאנד גרייט זיך צו אינדארזירן בערני סאנדערס ביי אןאוונט אין קאליפארניע דעם פרייטאג
*
נאך וואס די אין די לעצטע צוויי מאנאטן למספרם איז עליזאבעט ווארען געפרעגט געווארן 140 פראגן ביי טאון האלס אבער קיין איין פראגע איז נישט געווען איבער אימפיטשמענט
זינט יוני למספרם האט האט ביידען גענומען 50 פראגן פון וועלכע איין איז געווען איבער אימפיטשמענט
אין די לעצטע דריי וואכן האט ביידען גענומען 321 פראגן אין אייאווע פון וועלכע 10 זענען געווען איבער טראמפ
*
נאך וואס מייק בלומבערג האט לויט באריכטן באשלאסן יא אריינצושפרונגען אינעם פרעזידענט פריימערי פארמעסט הערט מען איצט אז דער געוועזענער קאנעטיקוט גאווערנאר פעטריק טראכט אויך איבער זיין באשלוס נישט צו לויפן
*
א וואל סטריט דזשענעראל עדיטאריעל באצייכנט די עקאנאמישע פאליסי אויסקוק פון פיט בוטידזשעדזש אלץ א לייכטע ווערסיע פון די עליזאבעט ווארען פלאן
*
דזשאו ביידען ערלערט אז זיין באצייכענען עליזאבעט ווארען אלץ עליטיסטיש איז נישט איבער איר פערזענליך נאר איר אויפירונג און באציאונג וועלכע שיקט א מעסעדזש צו מענטשן וועלכע זאגט "אז מיר ווייסן און פארשטייען בעסער ווי איינפאכע בירגער"
ביידען האט צוגעלייגט: שטעל זיך פאר אז איך וואלט איר געזאגט אז זי זאל ליבערשט לויפן אין די סאציאליסטישע פריימערי"
*
רעפובליקאנע קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך צו קענען לויפן אקעגן דעמאקראטישע קאנגרעספרוי מעקסין וואטערס טרייבן אויף גרויסע געלט סומעס צווישן קלענערע ביישטייערע טראץ די גאר שוואכע שאנסן צו געוואונען אין אזא בלויע דיסטריקט
*
אין די 74'סטע סטעיט דיסטריקט אין אלאבאמא קומט היינט פאר א ספעשל עלעקשאן פאר א סטעיט רעפרעזענטאט צווישן שארלאט מעדאוס (ר) און רעיפארד מעק (ד)
*
דער געוועזענער ווייסע הויז שטאב און שיקאגא מעיאר ראם עמאניועל האט פאריגע וואך געשריבן א קאלום צו אויסלויבן מישיגען גאווערנאר גרעג וויטמער און איר באצייכנט אלץ א מאדעל פאר סוקסעס פאר דמעאקראטן
ער שרייבט "זי איז געלאפן אויף א " פאררעכט די פארנאכלעסיגטע ראודס" פלאטפארמע און זי איז געוואונען
די פראבלעם פאר וויטמער (אדער גאר פאליטישע שטעקן) איז אז די סטעיט לעגיסלאטור האט בלאקירט די פלאן
*
זינט ער איז געווארן באשטעטיגט צו זיצן אויפן העכסטן באנק אין לאנד האט סופרים קאורט ריכטער ברעט קעווענאו פרובירט צו האלטן דעם קאפ אראפ און נישט ערשיינען און אויפטרעטן אין פובליק אבער אצינד גייט ער צום ערשטן מאל אין דרייצן מאנאטן זיין אין די ספאטלייט גיבנדיג א רעדע פאר די פעדעראליסט סאסייעטי ארגאנאזאציע ביי זייער דינער אין וואשינגטאן די סי איבערמאגן דאנערשטאג (וועלכע איז געווען אינטרומענטאל און שווער געארבעט אונטערצושיצן זיין נאמינאציע)
*
א פעדעראלע ריכטער האט געשריבן אז עס איז אויסער זיין יורידסדיקציע אפצושטעלן א קאנגרעס קאמיטע צו פארלאנגען פרעזידענט טראמפ'ס שטייער בויגנס
*
די צפון קאראליינע באזירטע רעימינגטאן ארמס האט געהאט געבעטן די סופרים קאורט צו באשליסן איינמאל פאר אלעמאל אויב גאן מאניופעקטשורער קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך אויף קרימינאליטעטן דורכגעפירט מיט זייערע פראדוקטן
רעימינגטאן איז געווארן אריינגעשלעפט אין א פארצויגענע לעגאלע געראנגל מיט איבערלעבער און פאמיליע פון די שרעקליכע סענדי הוק מאסן שיסעריי אין קאנעטיקוט אין וועלכע דער שיססער האט זיך באנוצט מיט א AR 15 רעוואלווער פראדוצירט דורך בושמעסטער דורכצופירן זיין גרויליכע טאט פון אומברענגן 26 אריינגערעכנט קינדער
די קאנעטיקוט סופרים קאורט האט מיט 4-3 געאורטיילט אז רעימינגטאן וועלכע איז בושמעסטער'ס מוטער פירמע קען ווערן געקלאגט לויט די סטעיט געזעץ באזירט אויף די וועג ווי אזוי די רייפל איז געווארן רעקלאמירט צום פובליק
די אורטייל האט ארויסגעווארפן אן אורטייל פון א נידריגע ריכטער וועלכע האט געשריבן אז רעימינגטאן איז באשוצט דורך די די האנדל און ארמס אקט וועלכע באשוצט גאן פראדוצירער און האנדלער פון ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך ווען זייערע פראדוקטן ווערן גענוצט אין פארברעכן גענוי ווי מען קען נישט באשולדיגן פארד ווען איינע נוצט זייערס אן אויטא דורכצופירן א פארברעכן
היינט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געמאלדן אז זיי אקצעפטירן נישט די קעיס און די לאוסוטס וועלן אין רעזולטאט איצט קענען פאראויסגיין
*
היינט אינדערפרי גייט די סופרים קאורט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין איינע פון די -אויב נישט סאמע- גרעסטע היי פראפיל קעיסעס אינעם איצטיגן טערמין די רעדע איז איבער פרעזידענט טראמפ'ס שריט אפצושטעלן די פראגראם "דיפערד עקשאן פאר טשיילדהוד ארייוועלס" אונטערן באקאנטן אקראנים "דאקא"
די דעטאלן פונעם גאר שטארק נאכגעפאלגטן קעיס איז גראדע נישט אזוי טיף און קאמפליצירט און קען ווערן ברייט באשריבן אויפן שפיץ ציין שטעכער און אט איז טאקע אן איבערבליק איבער וואס מען גייט היינט דיסקוסירן אין געריכט
צוריק אין 2012 למספרם האט פרעזידענט אבאמא אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוון ארדער אפצושטופן די דעפארטאציע פון אומדאקומענטירטע אימיגראנטן וועלכע זענען געווארן אריינגעברענגט אומלעגאל אין לאנד אלץ קינדער און זיי געגעבן די מעגליכקייט זיך איינצושרייבן פאר ארבעט פערמיטן, באקומען סאושעל סעקיוריטי אידענטיטעטן, באצאלן שטייערן, און זיך איינגלידערן אין די אמעריקאנע געזעלשאפט
אין 2017 סעפטעמבער למספרם אונטער די פריש ערוויילטע טראמפ פרעזידענטשאפט האט די היימלאנד זיכערהייט געברענגט אן ענדע צום פראגראם נאך א מעלדונג פון דאן אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס און די שריט גופא איז עפעס וועלכע אלע אנערקענען אלץ אויסגעהאלטן און יעדער שטימט איין אז געזעצליך פארמאגט יעדע אדמיניסטראציע די אויטאריטעט צו ערזצען אלטע פאליסיס מיט נייע אבער די קלעגער אין דעם פאל טענה'ן אז די אורזאך פארן ענדיגן די דאקא פראגראם איז געקומען צוליב א גרייז אין אפלערנען די געזעץ ווי איידער צו זיין אין איינקלאנג מיטן געזעץ
די קלעגער זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע איז געקומען צום אויספיר אז די שאפונג פונעם פראגראם איז געווען אומאויסגעהאלטן לויטן געזעץ און אן אוועקשטעלן א דאטום ווען די פראגראם וועט זיך שליסן און איז געווען אן אומקאנסטיטוציאנאלע שריט מטעם די עקזעקוטיווע צווייג פון די רעגירונג
די קלעגער זאגן אז די באפעל אפצושטעלן די פראגראם איז נישט געווען דורכגעטראכט און איבערגעקלערט באזירט אויף פאקטן נאר ליבערשט איבערגעאיילט און הפקירות'דיג אפצושטעלן א מאסיווע פראגראם גאר ווילד און קורץ נאך איר שאפונג
לויט די קלעגער איז די שנעלע שריט נישט בלויז א פראבלעם אויף רעטאריש נאר פארלעצט די "אדמינסטראטיווע פראצעדור אקט" אונטער די פיפטע אמענדמענט וועלכע שטעלט אוועק די סטאנדארטן ווי אזוי עקזעקוטיווע שריט ווערן אויסגעפירט אריינגערעכענט געלעגנהייטן פאר באטראפענע צו קאמענטירן
לויט די אדמיניסטראטיווע פארשריפטן האט סעשאנס געזאלט מאכן אן אפיציעלע ווארענונג אז מען גייט ברענגן אן ענדע צום פראגראם און גיבן א שאנס פאר די פובליק צו אויסדרוקן זייער מיינונג
גראדע איז די ארדער צו אוועקשטעלן דאקא אין 2012 למספרם אויך געקומען אנע מעלדונג בעפאר אבער לויט די טענה איז עלימינירן א פראגראם אנדערש ווי שאפן איינס און דאס איז צוליב וואס עס ווירקט נעגאטיוו אויף די געניסער וועלכע האבן בענעפיטירט דערפון און צוליב דעם איז פיל וויכטיגער זיי איינצומעלדן פון פאראויס דערפון
די צווייטע ארגומענט פון די פרא דאקא גרופע איז איבער נאך א פארלעצונג פון די "אדמינסטראטיווע פראצעדור אקט"
די טענה איז אז די שוין היינט וואויל באקאנטע "OLC" וועלכע איז די אקראנים פאר די אפיס פון לעגאלע קאונסיל אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט (די זעלבע וועלכע האט געשריבן א מעמא אז מען קען נישט אנקלאגן אן אמטירנדע פרעזידענט) האט צו יענע צייט (אין 2017 למספרם) געשירבן א 33 זייטן לעגאלע מעמא אין וועלכע זיי קומען צום אויספיר אז די דאקא פראגראם איז געווען אויסגעהאלטן
ווי עס שיינט זענען זיי פארבעטן געווארן אריינצוקוקן אין די פראגע ווייל דאן אטוירני דזשענעראל זשעף סעשאנס האט געוואלט זיין באוואפנט מיט א לעגאלע מעמא פון די אפיס וועלכע זאל אונטערשטיצן די שריט צו עלימינירן דעם פראגראם אבער זיין וואונטש האט זיך נישט אויסגעארבעט און די אפיס האט זיך נישט געוואלט צושטעלן צום רעקאמענדאציע צו ענדיגן דאקא און איז גאר געקומען שריפטליך צום אויספיר אז דאקא איז יא אויסגעהאלטן
דערנאך האט זיך סעשאנס נישט גערעכנט מייט די מעמא און אין זיין ארדער צו ענדיגן דאקא האט ער געשריבן אז די פראגראם איז נישט געווען געזעצליך אויסגעהאלטן אן ערווענען סיי וועלכע געזעץ אויף די ביכער די פראגראם האט פארלעצט און האט גאר אנגעצייגט אויף אן אורטייל פון די פיפטע סירקוט קאורט (וועלכע איז שפעטער געווארן באשטעטיגט דורכן סופרים קאורט וועלכע איז דאן באשטאנען פון אכט ריכטער און האט זיך געשפאלטן 4-4 ערלויבנדיג די סירקוט קאורט אורטייל אריינצוגיין אין אפעקט) וועלכע האט געפונען אז די 2014 למספרם "דאפא" פראגראם וועלכע שענקט ברייטערע רעכטן פאר אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכעה האבן געהאט קינדער אין לאנד
סעשאנס האט געשריבן אז זינט "דאפא" איז געפונען געווארן אומקאנסטיטוציאנאל איז דאס זעלביגע געזאגט געווארן אויף "דאקא" וועלכע ליידט פון די זעלבע לעגאלע פראבלעמען
די קריטיקירער זאגן אבער איצט אז די אורטייל וועלכע די פיפיטע סירקוט האט געשריבן איבער "דאפא" באציהט זיך צו א פראבלעם אין יענע געזעץ וועלכע איז אויסדרוקליך נישט דא אין "דאקא" און עס איז דעריבער פאלש צו פארבונדן די צוויי

באזונדער באקלאגן זיך די קריטיקירער אז די ארדער נעמט אוועק פון די אימיגראנטן זייער קאנסטיטוציאנאל באשוצטע פרייהייט און פראפערטי אינטערעסן אן דורכגיין א געזעצליכע פראצעדור און דאדורך פארלעצט די "גלייכע באשיצונג געזעץ" ווייל עס איז מאטיווירט דורך דיסקרימירנדע אינטערעסן
די קלעגער אין די קעיס זענען א באורד גרופע פון א קאליפאניע יוניווערסיטי און שפיץ פון איר פירער די געוועזענע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט סעקרעטארשע דזשענעט נאפאליטאנא און די אדמיניסטראציע האט געהאט גע'טענה'ט אז די יורידישע סיסטעם פארמאגט ניטאמאל קיין יוריסדיקציע צו ברענגן אזא קעיס זינט אזא סארט ארדער איז אויסשליסליך אין די הענט פון עקזעקוטיוו אבער די ניינטע קרייז געריכט האט עס אפגעווארפן און אויך געשריבן אז די קלעגער וועלן ווארשיינליך געוואונען אויף די מעריטס פון די קעיס און ערלויבן די דאקא אפשטעל אויף דערווייל פאראורזאכן גרויסע שאדן פאר די אימיגראנטן און צו די פובליק אינטערעסע און דעריבער האבן זיי אפגעשטעלט די טראמפ ארדעראון אצינד וועט מען דארפן זעהן וואס די סופרים קאורט ריכטער וועלן זאגן איבער דעם
די צוויי הויפט פראגן פאר די ריכטער וועט זיין די אויבדערמאנטע אדמיניסטראציע ארגומענט אז אזא פראגע קען ניטאמאל באהאנדלט ווערן דורך די געריכטן זינט לויט די "אדמיניסטראטיווע פראצעדור אקט" איז די אויטאריטעט פאר אזא ארדער "אויסשליסליך אין די הענט פון רעגירונג אגענטורן (א שטייגער, די יוסטיץ דעפארטמענט) צו באשליסן" (די שפראך אין די אקט איז זיי די אגענטורן פארמאגן די דיסקרעשאן)
די קריטיקירער טענה'ן אבער אז באשלוס (דיסקראשען) באדייט אז זיי קענען אוועקשטעלן א נייע פאליסי אדער געזעץ פון אזא סארט (ווי צום ביישפיל שאפן די דאקא פראגראם) אבער דא האט סעשאנס געשריבן אז די ארדער איז סך הכל א פראגראם וועלכע ער איז געצוואונגען אפצושטעלן זינט עס איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן ווייל די אגענטור האט נישט געהאט די "דיסקרעשאן" צו שאפן דעם פראגראם אינעם ערשטן פלאץ
אין אנדערע ווערטער: א באשלוס פון אן עקזעקוטיוו אגענטור אז א פריערדיגע פאליסי באשלוס (צו שאפן דאקא) דורך די זעלבע אגענטור איז נישט געווען אין די אגענטור'ס דיסקרעשאן, דאס הייסט נישט קיין דיסקרעשאן
און די צווייטע וויכוח איז אין פאל וואס די געריכט באשליסט אז זיי קענען יא אריינרעדן דערין דארפן זיי באשליסן אויב די ארדער איז געווען אויסגעהאלטן זינט לויט די קלעגער האט די אדמינסטראציע נישט נאכגעפאלגט די רעגולארע אדמיניסטראטיווע פראצעדור ביים ארויסגעבן די ארדער
די מונדליכע ארגומענטן האבן ארגינעל געזאלט זיך ציען פאר איין שטונדע אבער צוליב די געוויכט פון אזא קעיס האבן די ריכטער צוגעלייגט נאך צוואנציג מינוט פון ארגומענטן
די פרא דאקא פארטיידיגונג וועט ווערן אנגעפירט דורך א גרופע פון פראמינענטע אדוואקאטן אין שפיץ פון געוועזענער סאליסיטאר דזשענעראל טעד אלסאן אבער אין א פארזוך צו מאקסימוזירן די דראמא אין געריכט זאל וועט די גרופע זעצן צום פארטיידיגונג טישל לואיס קארטעז וועלכע איז אליין א דאקא אימגראנט און האט גראדואירט פון געזעץ שולע קארגע דריי יאר צוריק
קארטעז וועט טאקע בלויז אויפטרעטן פאר א קורצע טייל פון די ארגומענטן אבער די באשלוס צו שטעלן אזא שנוק אויפן זעלבן טיש פון טעד אלסאן און אים צו ערלויבן צו אויפטרעטן פאר די סופרים קאורט ריכטער איז פרעצעדענטלאז און איז בעיקר געציהלט צו דראמאטיזירן די אטמאספערע דורכן אנצייגן אויף די פערזענליכע סוקסעס געשיכטע פון די דאקא פראגראם
וועט מען דארפן ווארטן אין זעהן די צוגאנג היינט פון די ריכטער ווען תשב אנוש עד דאק"א אויב דערנאך ביז יוני למספרם צו זעהן אויב עס וועט זיין ותאמר שובו בני אדם צו די לענדער פון וואנעט זיין קומען אדער אויב זיי קענען דא ווייטער פארבלייבן
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

[quote][/quote]ורוד"י, בכם שונאיכם (מכם ומבכם)

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

סליגט עפעס צו גוט אין פסוק!!

יישר כח פאר די באריכט!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

קהל עדתינו האט געשריבן:
ורוד"י, בכם שונאיכם (מכם ומבכם)

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

סליגט עפעס צו גוט אין פסוק!!

יישר כח פאר די באריכט!

;l;p-
און וואס איז מיט די אנדערע פסוק פון "תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם", ס'שטייט דאך אויך קלאר אין פסוק...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
ורוד"י, בכם שונאיכם (מכם ומבכם)

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

סליגט עפעס צו גוט אין פסוק!!

יישר כח פאר די באריכט!

;l;p-
און וואס איז מיט די אנדערע פסוק פון "תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם", ס'שטייט דאך אויך קלאר אין פסוק...

אויך גוט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
ורוד"י, בכם שונאיכם (מכם ומבכם)

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

סליגט עפעס צו גוט אין פסוק!!

יישר כח פאר די באריכט!

;l;p-
און וואס איז מיט די אנדערע פסוק פון "תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם", ס'שטייט דאך אויך קלאר אין פסוק...

אויב ראבערטס וועט נייטן מיט די ליבעראלן צו ראטעווען דאקא העט מען זאגן ואת דאק"א רו"ח (ר'אבערטס ו'ליבעראלע ח'ביריו) יושיע
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

הכל הבל האט געשריבן:
וועט מען דארפן ווארטן אין זעהן די צוגאנג היינט פון די ריכטער ווען תשב אנוש עד דאק"א אויב דערנאך ביז יוני למספרם צו זעהן אויב עס וועט זיין ותאמר שובו בני אדם צו די לענדער פון וואנעט זיין קומען אדער אויב זיי קענען דא ווייטער פארבלייבן


;l;p- ;l;p- ;l;p-

הבל, דיינע טרעפליכע רמזים זענען אזוי ווי פיינע קריספי קראמבס אויפן זאפטיגען קאקאש..
!!!Keep it up
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

אויס געפאאסט פון אפאר טעג ישר כח הבל
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

יעצט געליינט די היינטיגע באריכט! האסט מיר מחיה געווען!

ישר כח הבל!!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק הכל הבל פאר די מאסיווע באריכט, איך האב געלייענט און הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

שוין לאנג נישט געליינט, א געוואלדיגער יישר כח!

דער וואס האט היינט אויפגעטראטן אין סופרים קאורט איז דער וואס האט געארבעט ביינונז אין ביהמ"ד ביז הערשט נישט לאנג?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הערליך באשריבן די דאקא קעיס... לויט ווי איך פארשטיי וועצעכעס ווייטער ווענדן אין ראבערטס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך וירא





פרעזידענט טראמפ אנטפאנגט היינט דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט פריער אויסגעדרוקט זארג דערוועגן אבער צוגעלייגט אז ער האפט אז די זיצונג וועט זיין פראדוקטיוו און פירן צו בעסערע אויפפירונג
*
היינט הויבט זיך אן די עפנטליכע אימפיטשמענט פארהערן אין קאנגרעס ווען אמבאסאדאר טעילאר און דזשארדזש קענט דעפיוטי אסיסטענט אויסערן מיניסטער וועלכע האט געהאט איבערזיכט אויף אוקריינע פאליסי ווערן פארהערט
קענט האט שוין געמאכט זיינע עפענונג קאמענטארן און איצט רעדט טעילאר און דערנאך וועלן קאנגרעסלייט אנהויבן מיט זייערע פראגן
*
דזשאן קארנין זאגט אז די אימפיטשמענט אויספארשונג אין סענאט וועט זיך ציען אויף ביז עס די מיינונג פון 51 סענאטארן אז עס געדויערט שוין גענוג לאנג
קארנין ווארנט אז מען זאל נישט ערווארטן אז די סענאט זאל ארויסווארפן זאפארט די גאנצע קעיס אבער מען זאל גלייכצייטיג נישט ערווארטן קיין שולד אורטייל
*
אין סענאט וואונטשט מען מזל טוב צו סענאטארשע ערנסט וועלכע האט זיך איינגעהאנדלט א נייע הינטל
*
דזשארדזשיע גאווערנאר ברייען קעמפ האט געמאלדן נאוועמבער 18 למספרם אלץ דעדליין ווען אפךיקאנטן ווועלכע זוכן צו ערזעצן סענאטאר זשאני אייזעקסאהן דארפן זיך מעלדן צו זיין אפיס
*
אין צפון קאראליינע ווערן די קאנגרעסיאנאלע מאפעס איבערגעשריבן אין ליכט פון א געריכט אורטייל און די רעפובליקאנע געזעצגעבער וועלכע זענען אין גרעסטן געפאר צו דערלייגן זייער זיץ זענען דאן בישאפ פון די ניינטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע האט קוים געוואונען נאך א שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט און שטארקע געוואונס מיט וועלכע טראמפ האט זיך אויפגעטוהן און גענומען קרעדיט
אזוי אויך זענען דזשארדזש האלדינג אין די צווייטע, מארק וואלקער פון די זעקסטע און טעד באד פון די דרייצנטע דיסטריקטן אין געפאר
*
אין ארקענסאו'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפט פרענטש היל (ר) פאר ווידערערוויילונג און אצינד הארט איידער די דעדליין ווען קאנדידאטן האבן זיך געדארפט מעלדן אז דזשויס עליאט געמאלדן אז זי שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
עליאט איז אן אפריקאנע אמעריקאנע סטעיט סענאטארשע
זי נעמט אונטער א קאמפיין אקעגן היל וועלכע סערווירט שוין אין קאנגרעס זינט 2014 למספרם ווען ער האט געוואנען מיט 52%
אין 2016 למספרם האט ער געוואנען ווידערערוויילונג מיט 58% און אין 2018 למפסרם מיט 52.1%
די דיסטריקט איז די מערסט קאנקורירנדע דיסטריקט אין די סטעיט און עליאט קען עס פארוואנדלען צו זיין די מערסט קאסטבארע
עליאט איז געלאפן אין 2010 למספרם פאר א א זיץ און דאן אופיגעטריבן איבער 1 מיליאן דאלער און קאנגרעסמאן היל האט נאך ביי קיין איין קאמפיין נישט אויפגעטריבן אונטער 2 מיליאן
*
קאליפארניע קאנגרעסלייט עדעם שיף און דעווין נונעז זיצן אויף די מערסטע קאמפיין קעש פון אלע קאנגרעסלייט און איז נישט קיין וואונדער זינט די צוויי זענען אין שפיץ פון די אימפיטשמענט קאמיטע
*
אין ליוזיאנא איז היינט גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס ארויס מיט א פרישע קאמפיין רעקלאמע וועלכע ווארנט אז עדי ריספאן וועט צורוקשלעפן די סטעיט צו די באבי דזשינדאל עפאכע
*
א נייע אנקעטע אין ליוזיאנא שפיגלט אפ די צוויי % אויבערהאנט וועלכע מעיסאן דיקסאן האט געגעבן פאר עדווארדס
די נייע אנקעטע גיבט פאר עדווארדס 50% צו 48% פאר ריספאן און 3% אומבאשלאסן
(איז נישט אלעס אינאיינעם 101%? מאדנע)
*
אן אנקעטע פון דזשארדזשיע גיבט פאר פרעזידענט טראמפ א צופרידנהייט ראטע פון 44% אקעגן 52%אומצופרידן
די צופרידנהייט ראטע פון ערשט טערמיניגע סענאטאר וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג דעיוויד פערדו איז ביי 50% אקעגן 32% אומצופרידן
*
בערני סאנדערס האט געמאדלדן אז ער גייט צוריקגעבן א ביישטייערונג ערהאלטן פון א ביליאנער זיך צו האלטן צו זיין פרינציפ נישט צו אקצעפטירן ביישטייערונגען פון ביליאנערן
*
סענאטארשע היראנא זאגט מוחל טובות פאר פרישע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן זאגנדיג מיר האבן א געוואלדיגע אויסוואל און לאז עס ביי דעם
*
קלערסטו איבער דין באשלוס נישט צו לוין פאר פרעזידענט?
סענאטאר שעראד בראון: וויפיל מאל דארף איך עס זאגן?
ניין, ניין, ניין, ניין!
*
א ניו העמפשיר איינוואוינער האט געפרעגט פיט בוטידזשעדזש אויב זיין קאמפיין פארמאגט "רעפובליקאנער פאר פיט" סטיקערס
און בוטידזשעדזש האט געענטפערט אז זיי האבן נישט אזאנס ערקלערנדיג אז ער לויפט איבער די ווירדן וועלכע מאכן אים א דעמאקראט אבער צולייגנדיג אז עס איז דא פלאץ פאר אסאך מענטשן
*
ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק איז אונטער די אייגנטומערשאפט א פירמע וועלכע באלאנגט פאר בייראן אלען וועלכע איז אן אפריקאנער אמעריקאנער אקטיאר
זיין פירמע האט געקלאגט קאמקעסט, א טעלעקאמיוניקאציע ריז פאר איר באשלוס נישט צו לופטערן זייער פראגראם קאנאלן און באשולדיגט אז די באשלוס איז באזירט אמווייניגסטנס טיילווייז אויף ראסע אנטזאגנדיג צו ערלויבן פאר די איינציגסטע מולטי קאנאל מידיא פירמע אין אמעריקא אונטער די אויסשליסליכע אייגנטומערשאפט פון אן אפריקאנער אמעריקאנער צו באנוצן אירע ליניעס
אויך עטליכע אנדערע גרויסע מידיא דיסטריביוטאר ווי טשארטער קאמיוניקאציע, טיים ווארנער קעיבל, דירעקט טעלעוויזיע, און עי טי & טי האבן אויך אין יענע צייט אפגעווארפן קאנטראקט פארשלאגן מיט די ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק
די דיסטריקט קאורט האט אבער אפגעווארפן די טענה און די קעיס האאט גאלאפירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די נעטווארק באזירט אויף זייערס אן אורטייל אין אן ענליכע קעיס
די פראגע קומט אראפ אויב די געזעץ צו פארבאטן א געמיש דיסקרימינאציע און אנדערע פאקטאן ווען עס קומט צו טוהן ביזנעס
די ראסע געזעץ ביים טוהן ביזנעס שרייבט אז מענטשן פון יעדע ראסע דארפן געניסן פון אייניגע צוטריט מעגליכקייטן צו אלע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן
אבער די ציווילע רעכטן געזעץ וועלכע אדרעסירט אומשטענדן פון ארבעטער פארלאנגט פון ארבעסטגעבער נישט צו פארלעצן ארבעטער רעכטן באזירט אויף ראסע אפילו אויב די באציאונג איז אויך צוליב אנדערע אורזאכן און ראסע איז בלויז איינע פון די פאקטארן
דהיינו, אויב אן ארבעסגעבער זאגט אויף אן ארבעטער צוליב עטליכע אורזאכן אבער איינע פון זיי איז אויך ראסע איז עס א פראבלעם אפילו אויב ער וואלט יענעם אויפגעזאגט קומעניג פון אן אנדערע ראסע
די קלארע פארבאט אויף טיילווייזע ראסע דיסקרימינאציע איז אבער נאר ארויסגעשריבן ווען עס האנדלט זיך פון באציאונגען צווישן ארבעסגעבער און זייערע ארבעטער
ווען עס קומט צו אנדערע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן שטייט בלויז א פארבאט צו האנדלען און האבן ביזנעס מיט איין ראסע און נישט מיט אן צווייטע ראסע צוליב די ראסע פאקטאר
בלייבט אומקלאר אויב אויך אין אזעלכע פעלער ווי צום ביישפיל ווע עס קומט ארויסצוגעבן קאנטראקטן קען מען באשולדיגן א פירמע אין בעפארצוגן איין קליענט איבער די צווייטע פאר רעלעוואנטע אורזאכן אויב ראסע שפילט "אויך" א ראלע
די ניינטע קרייז געריכט האט געשריבן אז די פראזע אין די ציוויליע רעכטן אקט איז אויך מחייב רעגולערע ביזנעס אקטיוויטעטן און טוט אדאפטירן יענע מאסנאמען אין פאל פון אפזאגן ביזנעס קאנטראקטן
די סופרים קאורט האט הערט היינט אויס די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
*
ריכטערין גינזבורג איז אפווזענד פון די היינטיגע ארגומענטן צוליב די פלו
*
ווי נעכטן באריכטעט אין קורצן איז די מונדליכע ארגומענטן אין די דאקא קעיס פאריבער און די איינדרוק וואס די ריכטער האבן איבערגעלאזט אין לויף פון די אכציג מינוט סעסיע איז געווען א שפאלט 4-5 אין שטיצע פון די טראמפ ארדער צו עלימינירן די דאקא פראגראם
אצינד אביסעל א ברייטערע איבערבליק אויף וואס האט זיך נעכטן אפגעשפילט
די פראגע איבער וועלכע קאנסערוואטיוון זענען געווען היבש פאראייניגט איז איבער נישט פרובירן אפצולערנען די מאטיוון פון די אדמיניסטראציע וואס עס האט זיי געטריבן צו שליסן דעם פראגראם נאר ענדערש איינשטימען אז זיי פארמאגן די רעכט עס צו טוהן
די אישן וועלכע האט מער געעגבערט די ריכטער איז געווען די שווערע אפעקט וועלכע די ארדער קען האבן אויף איבער א האלב מיליאן מענטשן אבער פון די אנדערע זייט האבן די ריכטער אנערקענט אז אויב די ארדער ווערט אנידערגעשטימט מיטן אויסרייד אז מען האט נישט ריכטיג באהאנדלט די פראצעדור פון די ארדער האט די אדמינסטראציע די מעגליכקייט פונדאסניי דורכצופירן די זעלבע ארדער נאר מיט מער פארזיכקייט און פראפעסיאנאליזם צו פארזיכערן אז די קריטיק איבער די פראצעדור וועט אוועקפאלן און דאן וועלן די אימגראנטן סייווי ווערן באטראפן וא"כ מה הועילו השופטים בתקנתן?!
(ביי די צענזוס קעיס האט די לעצט מינוטיגע באשלוס פון ראבערטס אויפגעטוהן אז עס איז שוין געווען לאחר המעשה און אפילו אויב די אדמיניסטראציע וואלט איבערגעמאכט זייער טויש וואלט עס שוין נישט אפעקטירט די ציילונג פאר ביז א צעהן יאר ארום אבער מיט דאקא קען עס די אדמיניסטראציע איבערמאכן גראד נאך א געריכט נידערלאגע)
די פרימארגן האט זיך אנגעהויבן מיט די ארגומענטן פון סאליסיטאר דזשענעראל ניעל פראנסיסקא וועלכע האט געבעטן די ריכטער צו באשליסן אז זיי האבן ניטאמאל וואס אריינצורעדן אין די קעיס און ווי ערקלערט ברייטער אין אונזער נעכטיגע באריכט איז עס א דיסקרעשאן וועלכע איז אין די אויסשליסליכע יוריסדיקציע פון די עקזעקוטיוו אפצושאפן א פאליסי איבער אימיגראציע אינפארסירונג וועלכע איז אריין אין קראפט דורך אזא סארט באשלוס פון א פריערדיגע אדמיניסטראציע און די יורידישע פליגל האט נישט קיין מאכט אריינצוקוקן איבער די מאטיוון פון די באשלוס
ריכטערין גינזבורג האט אבער אויסגעדרוקט סקעפטיציזם אין זיין טענה זאגנדיג אז עס קלונגט היפאקריטיש צו זאגן אז די ענד דאקא ארדער איז אן אגענטור דיסקרעשאן וועלכע די געריכט קען נישט אריינקוקן דערין אבער אין די זעלבע צייט זאגט די רעגירונג אז אורזאך אפצושאפן די דאקא פראגראם ארדער איז געקומען ווייל עס איז אומלעגאל
פרעגט גינזבורג ווי אזוי איז עס אומלעגאל? אבאמא האט דאך פארמאגט די זעלבע דיסקרעשאן וואס טראמפ פארמאגט איצט און אויב די געריכט וואלט באמת געדארפט געפונען די דאקא רדער אומלעגאל טראץ די דיסקרעשאן ווי אזוי קען די געריכט נישט אריינרעדן אינעם ענד דאקא באשלוס?!
ריכטער אליטא איז געווען מער סימפאטיש צו די פראנסיסקא ארגומענט און ווען די פרא דאקא אדוואקאט טעד אלסאן האט אויפגעטרעטן און צום אלעם ערשט געבעטן די ריכטער צו כאטש אנערקענען אז די דיסקרעשאן איז יא בארעכטיגט צו ווערן איבערגעקוקט דורכן געריכט און אויף דעם האט אליטא אים געצימבלט פרעגנדיג אז אויב ער וויל אז די געריכט זאל יא האבן עטוואס איבערזיכט רעכט אויף געוויסע דיסקרעשאן פון די עקזעקוטיוו דאן וואס איז די ליניע וועלכע טיילט אפ אזא זאך צו באשליסן ווען יא און ווען נישט
אליטא האט געבעטן אלסאן צו קלארשטעלן אויב אן אגענטור באשליסט צו פארשטייפן פאליסי וועלכע האט געלויטעט נישט אנצוקלאגן ספעציפישע סארט קעיסעס און א נייע אדמיניסטראציע וויל יא אויספארשן און אנקלאגן אויף אזלעכע פארברעכן דאן קען דען די געריכט אריינקוקן צו זעהן די מאטיוון? איז עס דען נישט אין די הענט פון די עקזעקוטיוו אויסצופירן זייער ארבעט לויטן געזעץ ווי זיי פארשטייען פאר ריכטיג?!
הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט נאכאנאנד פרובירט איבערצונעמען זיינע קאלעגעס ווען זיי האבן געענדיגט זייערע פראגן אין א פרואוו צו אידענטיפיצירן קלארער פון די אנטי דאקא טיעם ווי עס איז די גרעניץ פארן געריכט און ווען ער שטימט איין אז עס איז נישט פאר די געריכט אריינצוקוקן אין עקזעקוטיןן אינערליכע אנגעלעגנהייטן און באשלוסן
ווען טעד אלסאן האט פרובירט צו זאגן אז דאקא גאראנטירט נישט דירעקט קיין בענעפיטן פון ארבעט ערלויבעניש און אויטאריזאציע פאר אמלעגאלע אימיגראנטן נאר די בענעפיט איז פשוט א רעזולטאט וועלכע קומט ארויס פונעם פראגראם האט ראבערט זיך אויפגערעגט זאגנדיג אז "דאקא איז איבער די בענעפיטן" (ווי צו זאגן דריי א צווייטן'ס קאפ..)
דאן איז מען אריבער צום צווייטן טייל וועלכע איז אויב די ארדער צו ענדיגן דאקא איז געווען אויסגעהאלטן
ווי נעכטן באשריבן איז עס געווען אן אינטערסאנטע פראגע ווייל אלע זייטן האבן איינגעשטימט אז די אדמינסטראציע קען ארויסגעבן אן עקזעקוטיוו ארדער נאר די דעבאטע איז געווען קאנצעטרירט איבער די פראצעדור ווי אזוי עס איז געווארן אויסגעפירט
עטליכע ריכטער האבן זיך גענומען איבער פראנסיסקא און געוואלט פארשטיין אויב ער האלט אז די אדמינסטראציע האט נאכגעפאלגט די פראצעדור ווי צום ביישפיל אפגעשאצט די אפעקט וועלכע די ארדער וועט אויסווירקן אויף די באטרעפענע אימיגראנטן און די ריכטער האבן הויך געקלערט אויב מען זאל נישט צוריקשיקן די קעיס צו די אדמינסטראציע פאר א בעסערע אפשאצונג און א מער צופרידנשטעלנדע ערקלערונג ווי דאס וואס די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט אהערגעשטעלט
פראנסיסקא האט אבער פרובירט אפצושלאגן די צווייפלען אין די פארשטאנד וואס די אדמינסטראציע האט געהאט איבער ווי שווער אזא ארדער וועט זיך אפרופן אויף אימיגראנטן וועלכע געניסן פונעם פראגראם
פראנסיסקא האט ערלקערט אז טראץ וואס די אבאמא אדמינסטראציע האט נישט אוועקגעשטעלט א דעדליין ווילאנג די דאקא פראגראם וועט לויפן האבן זיי יא קלארגעשטעלט אז אפליקאנטן וועלכע ווערן באשטעטיגט קענען געניסן פון איר בענעפיטן ווי א גאראנטי נישט צו ווערן דעפארטירט פאר בלויז צוויי יאר און דערנאך דארף מען זיך איינגעבן פונדאסניי פאר א פרישע צוויי יאר פעריאד און דאס צייגט אז די געניסער זענען געווען גאנץ גוט באוואוסטזיניג אז די פראגראם איז נישט קיין אומבאגרעניצטע איזי פעס וועלכע באפרייט זיי פון זארגן איבער זייער צוקונפט און פון ווערן דערפארטירט אויף שטענדיג ווייל זיי זענען געווארן פארשפראכן שוץ אויף בלויז צוויי יאר אויפאמאל און אייביג פארשטאנען אז עס איז מעגליך בלויז חיי שעה און א ישועה פורתא
פראנסיסקא האט צוגעלייגט אז אויסער דעם (דהיינו אפילו מען זאל אננעמען אז די אימגראנטן האבן זיך יא שטארק פארלאזט אויפן פראגראם וויל נאך אלעם האבן זיי געגלייבט אז די פראגראם איז "הער טו סטעי פאר די לאנג ראן" און מען דארף פשוט ריסערטיפייען) וואלט א טענה אז מען האט נישט גענומען אין באטראכט די אפעקט אויף די אימיגאנטן געווען וואר אויב מען האט עס בכלל נישט גענומען אין חשבון אבער זינט דאן היימלאנד זיכערהייט דעפארמטענט סעקרעטארשע ניעלסאן האט קלאר געשריבן אין איר מעמא אז מען האט באטראכט אלע אישוס אריינגערעכנט דאס אז אימיגראנטן פארלאזן זיך אויפן פראגראם און דאך געקומען צום אויספיר אז דאס בארעכטיגט נישט פארצוזעצן מיט א פראגראם וועלכע איז אומלעגאל קומט דאך אויס אז מעון האט יא גענומען אלעס אין באטראכט און דאך באשלאסן צו שליסן דעם פראגראם
ריכטערין קעיגען האט אבער אריינגעפרעגט אנערקענענדיג אז די ניעלסאן מעמא האט אדרעסירט די פראגע פון אימיגראנטן וועלכע פארלאזן זיך אויפן פראגראם אבער גע'טענה'ט אז ניעלסאן'ס אויספיר איז אז מען האט געמאסטן די אינטערעסע פון די אימיגראנטן אקעגן די רעכט פון אויפהאלטן אן אומלעגאלע פראגראם
טענה'ט קעיגען, התינח אויב דו באטראכסט דעם פראגראם אומלעגאל אבער אויב טייל פון אונז ריכטער האלטן אז דאקא איז יא געווען לעגאל דאן קומט אויס אז מען האט קיינמאל נישט אפגעשאצט די אפערט איבער אימיגראנטן ריכטיג און די מעמא איז כמאן דליתא
פראנסיסקא האט אבער צוריקגע'טענה'ט אז די ניעלסאן מעמא ערווענט אויך א רייע אנדערע אורזאכן פארוואס צו ענדיגן דעם פראגראם אן קיין פארבינדונג צו די לעגאליטעט פון דאקא אבער ריכטערין סאטאמיאר האט אים איבערגעהאקט זאגנדיג אז די עצם נוצן די ניעלסאן מעמא אלץ באווייז אז מען האט אפגעשאצט די אפעקט אויף אימיגראנטן איז נישט גענוג ווייל אויסער די פארזיכערונג וועלכע אימיגראנטן האבן געהאט אינעם פראגראם נאך איר שאפונג איז שפעטער צוגעקומען א רייע אנדערע אנטוויקלונגען וועלכע האבן צוגעגעבן מער צוטרוי אינעם פראגראם א ביישפיל די סטעיטמענט פון פרעזידענט טראמפ אז אויף עפעס אן אופן וועט מען אויסארבעטן א דיעל צו קענען האלטן דאקא ביים לעבן און עס איז נישט דא קיין באווייז אז מען האט אפגעשאצט אט די נייע פארזיכערונג וועלכע האט געגעבן האפענונג פאר אימיגראנטן אין גייט איצט ווערן געבראכן
דערנאך האט זי געמוטשעט צו פארשטיין פארוואס די מעמא שרייבט נישט קלאר אז די טויש איז א ריין פאליטישע און נישט איבער די געזעץ און איז איינפאך אן אויסוואל צו צושטערן לעבנס פון מענטשן
די ליבעראלע ריכטער האבן שטארק געשטופט די ארגומענטן זיך צו קאנצעטרירן איבער די פאקט אז דאקא איז מעגליך לעגאל (און עס נוצן אלץ מיטל צו פסל'ן די טראמפ ארדער) און עס האט מעגליך אויסגעפעלט פאר זיי עס צו טוהן צו קענען אוועקשטעלן א קעיס צו אקעגן די טראמפ ארדער אבער לויט אנאליסטן איז עס געווען א ריזיקאלישע זאך צו טוהן ווייל מאכנדיג אזא עסק פון די פראגע אויב דאקא איז לעגאל קען מעגליך פירן אז אויב א מאיאריטעט שטימט עווענטועל אין שטיצע פונעם טראמפ ארדער וועלן זיי מעגליך שפירן פאר וויכטיג צו אדרעסירן די מינאריטעט ארגומענט אז דאקא איז לעגאל און עס אפווארפן מיט די טענה אז לויט די מאיאריטעט איז דאקא "אומלעגאל"
איי, אין אזא פאל איז דאך די טראמפ ארדער סייווי צו ענדיגן דאקא אין קראפט, איז וועם גייט אן אז די געוועזענע דאקא איז אומלעגאל לויטן געריכט?
זיער פשוט, ווייל אין אזא פאל מיינט עס אז א קומענדיגע דעמאקראטישע פרעזידענט וועט נישט קענען צוריקדרייען די טראמפ ארדער און אונטערשרייבן א נייע דאקא ארדער אויף די אייגענע האנט זינט די געריכט האט געשריבן אז עס איז אומלעגאל פאר א פרעזידענט אליין איינצושטעלן אזא פראגראם אן קאנגרעס און סענאט
נאך אן אינטערסאנטע פראגע איז וואס וועט זיין אין אזא פאל וואס די געריכט זאגט אז דאקא איז געווען אומלעגאל און אפילו זיי זאגן עס נישט האט דאך די טראמפ אדמינסטראציע עכ"פ קלארגעשטעלט אז זיי זעען דאקא אלץ אומלעגאל און אפילו עס גענוצט אין געריכט
איצט, אין פאל די טראמפ ארדער ווערט באשטעטיגט אין געריכט וואס וועט זיין אויב דעמאקראטן וועלן רעזיגנירן צו טראמפ'ס געוואונס און דרוק אויסצוארבעטן אן שטיקל אימיגראציע אפמאך וועט קומען פון אלע זייטן
לאמיר שפעקולירן אז דעמאקראטן וועלן אקעגנקומען די אדמינסטראציע מיט צופרדישטעלנדע אנבאטן און אין אויסטויש וועט טראמפ ערלויבן דאקא זיך צו באנייען
ווי אזוי גייט אזאנס ארבעטן? טראמפ האט דאך געזאגט אין געריכט אז דאקא איז אומלעגאל? וועט ער זיך אויספייפן אויף זיין נעכטיגע שטעלונג? אבער וואס וועט זיין אויב די געריכט שרייבט איצט קלאר אז עס איז אומלעגאל? און אפילו אויב נישט, וואס וועט זיין אויב אנטי אימיגראציע קאנסערוואטיוון וועט נישט שמעקן די טראמפ דעמאקראטן אימגראציע דיעל און וועלן לויפן אין געריכט זאגןאז די טראמפ אדמינסטראציע שטעלט צוריק איין א דאקא וועלכע זיי אליין האט געזאגט איז אומלעגאל?
ווייסעך נישט
צוריק צום געריכט סעסיע
נאכדעם האט אלסאן און מאנאגען (קאליפארניע'ס סאליסיטאר דזשענעראל) פארלאנגט פון די ריכטער אז זיי זאלן צוריקשיקן די קעיס צו די אדמיניסטראציע וועלכע זאל דארפן איבערמאכן זייער ארדער מיט א געהעריגע ערלקלערונג און נאכקומען די נויטיגע פראצעדורן אבער טיל ריכטער האבן געצווייפלט אין אזא געדאנק און ריכטער גארסוטש האט זיך געוואנדערט איבער די אויפטוה דערפןן זאגנדיג אז די אדמינסטראציע וועט העכסטנס צושטעלן א פופצן זייטן ערקלערונג אנשטאט אן איין פראראגראף ארדער און אינדערצווישן וועלן אימיגראנטן ווייטער לעבן אין אומקלארקייט איבער זייער צוקונפטאון איבער די פראגראם וועלכע קען עווענטועל סייווי ווערן אפגעשאפן און אפילו ריכטער ברייער האט געווארנט מאנגען אז די געריכט קען נישט שפילן פינג פאנג מיט אן עקזעקוטיוו אגענטור (וועלכע וועט סייווי טוישן די ארדער צום גוטן און דערנאך צוריקווארפן די טאבע צום געריכט)
אליטא איז געגאנגען נאך ווייטער דרוקנדיג אלסאן צום וואנט אז ער זאל קלארשטעלן אויב אין פאל וואס מען שיקט צוריק די קעיס צום היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט און זיי שרייבן אהער אלעס וואס איז געווען אינעם ניעלסאן מעמא און זיי לייגן צו א קלארע פאראגראף אז יעדע איינע פון די אנגעגעבענע אורזאכן אפצושאפן דאקא איז געווארן אפגעשאצט אז עס איז ווערט פאר זיך אליין (אן די אנדערע אורזאכן) און עס וועגט איבער אלע נעגאטיווע אפעקטן פון ענדיגן דעם פראגראם, צו אין אזא פאל וואלט לויט אלסאן די טראמפ ארדער נאכאנלץ געווען אומלעגאל אדער נישט
גינזבורג און קעיגען האבן פרובירט יא צו בויען ווייטער אויף די געדאנק אז די הויפט אנגעבליכע מאטיוו אפצורופן דאקא איז די פאקט אז לויט די אדמינסטראציע איז דאקא אומלעגאל (ולפי זה קענען די ריכטער וואס זעען עס פאר לעגאל נוצן צו פסל'ן די טראמפ ארדער)
ווען סאטאמאיאר האט געזגט אז זי האט אלץ געהאט א פראבלעם צו פארשטיין די אומלעגאליטעט פון דאקא זאגנדיג אז עס איז קלאר אנדערש פון דאפא וועלכע גיבט שוץ פאר עלטערן פון קינדער אימגראנטן אבער דאקא גיבט דאך נישט קיין וועג פאר בירגערשאפט און שטעלט בלויז צו באגרעניצטע סארט רעגירונג שוץ אויף א קורצע צייט און עס איז אין די הענט פון די רעגירונג עס צו ענדיגן סיי ווען אימער (באבעלע טייערע, לייג עס נישט אראפ ווי עס איז גאר לייכט צו ענדיגן, ממש אין די מינוטן איז די רעגירונג פארוויקלט אין א קאמף פון עטליכע יאר עס צו ענדיגן און "דו" לאזט עס נישט צו
נו, שוין, אבער מיט א באבע טענה'ט מען נישט..)
גינזבורג האט צוגעשטימט און גע'טענה'ט צו פראנסיסקא אז ליינענדיג די ניעלסאן מעמא איז בולט אז די די הויפט אנגעגעבענע אורזאך איז די שטעלונג אז דאקא איז אומלעגאל און אז די מעמא איז זאגאר אינפעסטירט מיט אט די פונקט און לייגט גאר א שטארקע דגוש דערויף (אז דאקא איז אומלעגאל) ווען זי קומט צום אויספיר צו ברענגן אן ענדע צו פראגראם
גינזבורג האט אויסגעפירט אז עס איז אוממעגליך צו זאגן קלאר אז די רעגירונג וואלט געקומען צום זעלבן אויספיר (אפצורופן דאקא) ווען זי וואלט געווען קלאר איבערצייגט אז דאקא איז לעגאל אויסגעהאלטן און אז אויב עס וואלט קלאר געווען פאר יעדן אז עס איז אויסגעהאלטן וואלט ניעלסאן געדארפט אנשטאט ווארפן די שולד אויף די געזעץ (מיטן ע באצייכענען אומלעגאל) שרייבן אז צו ענדיגן דאקא איז פשוט די פאליסי פון די אדמיניסטראציע , מיר גלייכן נישט דעם פראגראם, און מיר נעמען פאראנטווארטליכקייט (פאליטישע..) פארן עס עלימינירן
פראנסיסקא האט בלויז קאמענטירט אז די רעגירונג איז זייער קאנפידענט אין זייער פאראנטווארטליכקייט פון ענדיגן דאקא (ווי צו זאגן שרעק מיך נישט איבער אז איך טשיקען ארויס און ווארף די שולד אויפן געזעץ, איך ערווען טאקע די געזעץ אויך אלץ ערנסטע טייל פונעם באשלוס אבער יא, איך האב עס געטוהן..)
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

Wow Wow איין מאל געליינט דארף נאכאמאל איבער ליינען צי ארויס האבן קלאר
די קאמפליצירטע ארגומענטען אין געריכט

יישר הכל
כה לחי!!!
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

מוראדיג!

שכח
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

Thanks Havel
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

Thanks
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”