נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

כ'בין דורכגעפארן זונטאג די עירלי וואוטינג אין טאון, זעענדיג די ליינס ביז אין די גאס, האבעך תיכף ומיד באשטעלט אן עבסענטי.
איך האף
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:27 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האף »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:כ'בין דורכגעפארן זונטאג די עירלי וואוטינג אין טאון, זעענדיג די ליינס ביז אין די גאס, האבעך תיכף ומיד באשטעלט אן עבסענטי.

איך קען נאך באשטעלן א עבסענטי?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

אפענע וועלט האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
גוט פאריקט האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דו ווילסט מיר זאגן אז אזוי גייט אויסקוקן די וואלן היי יאר? מיט סאשעל דיסטענס?
וואו שאפט מען א עבסענטי?

מ'קען אפלייען אנליין, געבט עס א גוגל

אין קרית יואל נעמט זייער שנעל דאס ווואויטען אין די טאג פון די עלעקשן מיט ביימישע אידישע ארבייטער עס נעמט מאקסימום פינף מינוט אריין און ארויסמעיל אין איז שוין יעצט אביסל איינגעשטעלט צו עס וועט אנקומען אין צייט

היי יאהר גייט לכאורה זיין די זעלבע דיזעסטער אין קרית יואל אויכעט, זינט די שעריף גייט זיין אויפן פלאץ, דעפארטמענט אף העלט אינספעקטארס גייען אריינפאלן יעדע פאר מינוט, און סטראשענען אפצושפארן די בילדונג אויב מ'האלט זיך נישט צו די פארשריפטן.

לגבי שפעט, ס' איז נאך דא ברייט צייט, מ'דארף נאר אויפמאכן א אשכול מיט קלארע אינסטרוקציעס וויאזוי אויסצופילן די בעלאטס, ס' זאל נישט געפסלט ווערן, למען לא ניגע לריק.


Why not plan ahead?
Add another few sites
Add tents, do something


זיי קענען נישט מאכן קיין חסיד'ישע מעשיות, אלעס דארף ווערן אפפראוועט ביי די באורד אוף עלעקשאנס, און נאכקומען זייערע סטאנדארטען. ווי איך פארשטיי צאלט די באורד אוף עלעקשאנס געלט פאר יעדע וואל טאג ארויסצונעמען די זאל. וואס איך מיין ארויסצוברענגען דערמיט איז, אז נישט ווייל אונז וויל מיר האבן ווי צו שטימען קען מען כאפן א טישל און ארויסלייגן בעלאטס, דאס דארף ווערן אווערן אפראוווט און איבערגעקוקט פון די שטאטראט. ווען נישט וואלט די וואלן אויסגעקוקט ווי א קאראנע טעסטינג דרייוו אין ביהמ"ד...
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

די הויפט חילוק ציווישן קרית יואל און אנדערע געגענטער איז אז אין קרית עואל איז דא אידישע ארבעטער וואס מיינט אטאמאטיש שנעלער ביים איינשרייבן ווי אויךאסאך שנעלער ביים טרעפן אויף וועלכע טיש צו גיין עס איז הרייט צושפרייט ציווישן צווי שטאקן און אסאך
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איך האלט אז די קהילות טוען א נארישקייט מיטן נישט ארויסלייגן פארוועמען צו וואוטען אויף די סטעיט און לאקאלע זיצן.

איך האב נעכטען צוריקגעשיקט מיין עבסענטי, און איך האב נישט געהאט קיין אהנונג וועלכע קאנדידאטען מיין קהילה וויל פאר ריכטער, קאנגרעס, סטעיט אסעמבלי.

דאס איז לכאורה די גרעסטע חסרון פון ערלי וואוטינג, אז די וואטערס האבן נישט קיין אהנונג פארוועמען צו שטומען (חוץ פרעזידענט...), און דאס וועט זיך לכאורה שטארק אנזעהן אין די "בלאק וואוט" פון אונזער געגענט ווען עס וועט אריינקומען צומישטע רעזולטאטן.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די פראבלעם גייט נישט געשען אויב גענוג א גרויסע עולם קומט ארויס צופרי וואוטען.
ביי די פאריגע פאר עלעקשאן'ס איז פון 6 ביז 11 צופרי געווען "ליידיג". און פון 6 ביז 9 ביינאכט איז געווען ליינס.

אויב גענוג אן עולם פון די ביינאכט וואטערס וועלן וואטען צופרי איז די זאך מסודר.

אויסער דעם, איז היי יאר דא א שטארקע שינו לטובה, אז אנשטאט דארפן גיין צו א דעזיגנירטע דיסטריקט טישל זיך איינצושרייבן,  קען מען גיין צו סיי וועלכע טישל מען טרעפט ליידיג אין גאנצן זאל. עס איז מער נישטא די דיקע בוך, און אלע וויילער פון די גאנצע שטים-לאקאציע זענען עלעקטעראניש אין איין סיסטעם. 
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

גראדע די עלעקטעראנישע סיסטעם האט היפש פארשטאטערט די פראסעס פאריגע מאל, קען זיין אז מען זיי בעסער געלערענט די מאל.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

לא לנו האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דינער פון מוסדות מהר"א גייט פארקומען אין נייעם בית רחל בילדינג אויף קאהאן דר. וואס מען האט יעצט באנייט

האט עס א גרעסערע זאל גרעסער ווי די אנדערע?

די גאס הייסט דאך נאך ר' יוסף לייב כהנא ע"ה, אויב אזוי פארואוס רופט מען דעם בנין אויף "'קאהאן דרייווו"? קיינמאל געהערט פון אזא נאמען קאהאן, סיידן דער אראבער פון די דעמאקראטן קאנוועשאן אין 16'...

אז דו האסט נאך קיינמאל געהערט פון אזא נאמען קאהאן מיט א ק' מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט דא אזוינס...
ר' בצלאל קאהאן פון צעהלים וומ"ס האט זיך אלס אונטערגעשריבן "קאהאן" און נישט כהנא.
viewtopic.php?p=2148209#p2148209
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע: בית המדרש הגדול

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

אינספעקטער נעכטען געווען ביי 509 פארעסט נעבן וויי. די. גאלדבערגער
א בילדונג פון מוסדות סאטמאר מהר"יי
מהאט זיי נישט אריינגעלאזט
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

no way האט געשריבן:אינספעקטער נעכטען געווען ביי 509 פארעסט נעבן וויי. די. גאלדבערגער
א בילדונג פון מוסדות סאטמאר מהר"יי
מהאט זיי נישט אריינגעלאזט

איז עס און די רויטע זאנע?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

אויב איבער 2/3 פון די מוסד'ס קינדער קומען פון אינעווייניג אין א רויטע זאנע, האט עס דעם זעלבן דין. (וה"ה בבני יואל).
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

מיין שטעלונג האט געשריבן:אויב איבער 2/3 פון די מוסד'ס קינדער קומען פון אינעווייניג אין א רויטע זאנע, האט עס דעם זעלבן דין. (וה"ה בבני יואל).

אזוי האלט די קאנטי
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

איך האב יעצט געזעהן בערך 10 פאליס קארס פליען מיט לייטס און סיירענס אין טאון, איינער ווייסט צו עפעס גייט פאר?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אחת ואחת האט געשריבן:גראדע די עלעקטעראנישע סיסטעם האט היפש פארשטאטערט די פראסעס פאריגע מאל, קען זיין אז מען זיי בעסער געלערענט די מאל.

ריכטיג, פאריגע מאל איז עס נאכנישט געווען פולשטענדיג מסודר, מען האט געדארפט גיין צו א באזונדערע טיש מיט א צעטעלע אויפפיקן די שטים-בעלאט, יעצט גייט אלעס זיין אויפן פלאץ.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

עמערדזשענסי מענעדזשמענט האט ב"ה באקומען די נויטיגע פאנדן.
יעצט ערענסט, איינער ווייסט אפשר וואס דעיס איז?
אטעטשמענטס
image (10).png
image (10).png (289.62 KiB) געזען 2260 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

מיין שטעלונג האט געשריבן:סעמפל בעללאט פאר פאלם-טרי.

https://www.orangecountygov.com/Documen ... -39SD-98AD

Sample ballot palm tree.JPG


די אונטערשטע שורה אויף יעדן בעלאט, איז דער 'רייט אין' אפטיילונג.
דארט קענט איר אריינשרייבן וואס א נאמען עס שמעקט אייך, וועמען איר פילט אז יענער איז קוואליפיצירט צו לויפן פארן אמט.

גיי שטימען!
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:איך האב יעצט געזעהן בערך 10 פאליס קארס פליען מיט לייטס און סיירענס אין טאון, איינער ווייסט צו עפעס גייט פאר?

מסתם האט איינער אראפגעריצן א ביידן/העריס שילד
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

קאלרסבורג
אטעטשמענטס
153693.jpeg
153693.jpeg (193.27 KiB) געזען 1908 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: מ'דארף נאר אויפמאכן א אשכול מיט קלארע אינסטרוקציעס וויאזוי אויסצופילן די בעלאטס, ס' זאל נישט געפסלט ווערן, למען לא ניגע לריק.

מי יודע האט געשריבן:אויב די ווילידזש באאמטע האבן היי יאר א טובת הנאה פון די וואלן און זיי ווילן דער עולם זאלן וואטן, זאל מען זיצן אין ביהמ"ד מיט עבסענטי בעלעטס און לאזן אויספילן בעוד מועד, ווייל אונזער געדולדיגער עולם גייט נישט שטיין צו לאנג אין די ליין פאר קיין וואטס


שמאטע האט געשריבן:איך האלט אז די קהילות טוען א נארישקייט מיטן נישט ארויסלייגן פארוועמען צו וואוטען אויף די סטעיט און לאקאלע זיצן.

איך האב נעכטען צוריקגעשיקט מיין עבסענטי, און איך האב נישט געהאט קיין אהנונג וועלכע קאנדידאטען מיין קהילה וויל פאר ריכטער, קאנגרעס, סטעיט אסעמבלי.

דאס איז לכאורה די גרעסטע חסרון פון ערלי וואוטינג, אז די וואטערס האבן נישט קיין אהנונג פארוועמען צו שטומען (חוץ פרעזידענט...), און דאס וועט זיך לכאורה שטארק אנזעהן אין די "בלאק וואוט" פון אונזער געגענט ווען עס וועט אריינקומען צומישטע רעזולטאטן.


איך רעד מיר חלילה נישט אפ אויף די עסקנים, זיי זענען גענוג פארנומען. עס פעלט פשוט אביסל ידיעה. פון די פאר ציטאטען זעט מען ווי אידען ווילען זיך צושטעלען אבער מען ווייסט נישט וויאזוי, מען דארף זיי נאר ארויסהעלפען און דרינדער מאכן.

1) ארויסהעלפען מיט אינפארמאציע אלע אפשענס וויאזוי מען קען שטימען. ערלי, אפסענטי, וכדו' גענוג בייצייטענס. עס איז דא אסאך פארנומענע מענטשען און אז ער ווייסט אז ער האט אפאר אפציעס וועט ער זיך טרייען צוצושטעלן.
2) מען זאל ארויסלייגען די סעמפעל בעלאט גענוג פרי, אז אלע וואס ווילען שטימען ביי ערלי וואוטינג און אבסענטיס זאלן האבן די אינפארמאציע גענוג בייצייטענס
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

מי יודע האט געשריבן:אויב די ווילידזש באאמטע האבן היי יאר א טובת הנאה פון די וואלן און זיי ווילן דער עולם זאלן וואטן, זאל מען זיצן אין ביהמ"ד מיט עבסענטי בעלעטס און לאזן אויספילן בעוד מועד, ווייל אונזער געדולדיגער עולם גייט נישט שטיין צו לאנג אין די ליין פאר קיין וואטס

נישטא אזא זאך ווי 'זיצן אין ביהמ"ד מיט עבסענטי בעלעטס', מען קען עס נאר באקומען ביי מעיל
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אהער און אהין האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:סעמפל בעללאט פאר פאלם-טרי.

https://www.orangecountygov.com/Documen ... -39SD-98AD

Sample ballot palm tree.JPG


די אונטערשטע שורה אויף יעדן בעלאט, איז דער 'רייט אין' אפטיילונג.
דארט קענט איר אריינשרייבן וואס א נאמען עס שמעקט אייך, וועמען איר פילט אז יענער איז קוואליפיצירט צו לויפן פארן אמט.

גיי שטימען!

איך האב טאקע אריינגעשריבן מיין נאמען פארן ריכטער פון טאון פאזיציע.... :wink:

#רייט_אין
#גייט_שטומען!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

"עקספיריענס און רעזולטאטן" פלעגט נישט וועלן ארויסלייגן קיין אינדארסירונגען ביז ממש א נאכט איידער די וואלן, אז די שכנים זאלן נישט האבן קיין צייט אראפצורייסן דעם קאנדידאט אז "ער האט קרית יואל'ס אינדארסמענט".

איך זאג נאר די סיבה פארוואס ס'איז געווען ביז יעצט אזוי. די סברות דא אז פריע שטימען זענען פאקטיש א פאקט (פאקטיש א פאקטירנדער פאקט) דארפן מעגליך גענומען ווערן אין באטראכט ביים קומענדיגן קאנווענשאן פון די פארטיי.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

דאכציך אבער אז יעדער וואס לייגט אביסל צו קאפ קען אליינס אויסרעכענען ווער ס'גייט באקומען אינדארסירונגען.

אויפן פרעזידענט אמט רעדט מען געווענליך נישט אריין.

אויפן קאנגרעס זיץ גייט עס פארן ווארשיינליכן געווינער, דער אמטירנדער דעמאקראט.

אין סטעיט סענאט גייט עס פארן ווארשיינליכן פארלירער. (הגם אויב ס'וועט זיין אן אומפארטיישע בלאק-וואוט ארויסצושטויסן סקופיס קען דער אויסגאנג זיין שמאל, פארט איז שווער צו זעהן א סקופיס פארלוסט).

אין אסעמבלי איז דאך נישטא קיין אויסוואל אפילו.

פאר די דזשאדזשעס? ס'שווער צו זאגן אז אונזערע שטימען מאכן עפעס אויס אויפן אויסגאנג.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שמאטע האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:סעמפל בעללאט פאר פאלם-טרי.

https://www.orangecountygov.com/Documen ... -39SD-98AD

Sample ballot palm tree.JPG


די אונטערשטע שורה אויף יעדן בעלאט, איז דער 'רייט אין' אפטיילונג.
דארט קענט איר אריינשרייבן וואס א נאמען עס שמעקט אייך, וועמען איר פילט אז יענער איז קוואליפיצירט צו לויפן פארן אמט.

גיי שטימען!

איך האב טאקע אריינגעשריבן מיין נאמען פארן ריכטער פון טאון פאזיציע.... :wink:

#רייט_אין
#גייט_שטומען!

העסט קענען הענדלען די פרעזידענט זשאב און ריכטער פאזיציע אויף איינמאל?..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פארוואס גיבט מען נישט ארויס יעצט די אינדארסירונגען אז מ'קען שוין שטימען?
די תשובה איז א פילפאכיגע.
ערשטענס, ווילאנג די אוירלי וואטינג איז נישט צוגעשטעלט אויף א געהעריגן פארנעם און אזוי אויך געפינט זיך עס נישט אין קרית יואל, איז עס נישט קיין לכתחילה אפיציעל אהין צושיקן דעם עולם. ווידעראום די עבסענטי'ס איז א דעזעסטער, עס קומט עפי"ר שוין נישט אן. ביים באורד אוו עלעקשאן אין גאשען איז יעצט דא א רייע אויף די גאנצע גאס לאנג.
צווייטנס, ס'מעגליך אז מ'ווייסט נאך נישט זיכער וועם צו אינדארסירן.
דריטנס, ווייל מ'וויל אז א דריטל גויאישע וויילער זאלן שוין האבן אפגעוואויט ביי אוירלי אדער עבסענטי אין די צייט וואס מ'קומט ארויס מיט די אינדארסמענט...

וויאזוי גייט זיין עלעקשאן דעי זעלבסט, גייט נישט זיין לאנגע ליניעס?
מיר האבן אקורשט באקומען די דאטא פון די 2016 עלעקשאן'ס איבער די טוירנאויט 'פער שעה' אין קרן ויוא"מ, פון 8 אינדערפרי ביז 12 מיטאג איז די טוירנאויט ראטע געווען גענוי האלב פון וויפיל עס איז געווען פון 5 נאכמיטאג ביז 9 ביינאכט. אז דו ווילסט פארמיידן לעצט מינוטיגע סאשעל-דיסטענס ליניעס, גיי ארויס שטימען צופרי. איך גיי אלץ ארום 9 אזייגער צופרי, עס איז זייער שיטער און עס האט נאך קיינמאל נישט גענומען מער ווי פינעף מינוט די גאנצע זאך.
די לעצטע פאר שעה אין טאג דארף זיין געווידמעט בלויז פאר די וועלכע קענען באמת נישט גיין אינדערפרי.

אויב האט איר נאך פראגן, וועלמיר עס אי"ה פראבירן צו אדרעסירן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”