שואלכענין האט געשריבן:א נקודה למחשבה:
די וויירוס גייט ארום און איז אפעקטיוו עטליכע טעג אפילו נישט אין א מענטש, אויב אזוי, אויב איינער באקט א מצה סתם אזוי, און עס גייט אריין אין די מצה א באקטיריע, שטארבט עס אפ ביז פסח, אבער ערב פסח מצות, קענען דאך האבן אקטיווע באצילן?
איי, וואס טוט זיך מיט ברויט יעדן טאג? אין הכי נמי, נאר עס איז נישטא קיין ברירה, אבער מצה איז מען דאך יוצא מיט אחר פורים מצות אויך, (אפילו די מחמירים צו עסן ערב פסח מצות, גיבן דאך אויך נישט פאר אלע בני בית א כזית פון די ערב פסח מצות, כאטש זיי זענען פונקט אזוי מחויב ווי ער, אלא מאי, מען נעמט אן ווי רוב פוסקים אז מען איז יוצא פון אחר פורים), פארוואס זאל מען זיך שטיפן צו עסן אזעלכע מצות?
איך פרעג עס נאר אלס שאלה, כשמי "שואל כענין", און איך האף אז די חשוב'ע חברים וועלן עס שיין מסביר זיין.
קודם, די וויירוס שטארבט אפ ביי 140 דעגרי, איך האף די אויווען איז אזוי הייס...
נאכן באקן גלייב איך אז מען געט טאקע אכט מיט מאסקעס, הענטשך וכדו'