פארשוואונדונג פון סאודיער זשורנאליסט אין טערקיי - דראמא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

פארשוואונדונג פון סאודיער זשורנאליסט אין טערקיי - דראמא

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:33 pm

סאודי אראביע און טערקיי זענען פארנומען מיט א מיסטעריעזע געשיכטע, נעמליך א סאודי אראבישע זשורנאליסט וועלכער איז אריינגעגאנגן נעמען געוויסע פאפירן צום סאודיער אמבאסאדע געביידע אין איסטאנבול איז קיינמאל פון דארט נישט ארויסגעקומען, און טערקיי באשולדיגט סאודי אראביע אז זי האלט אים דארט אונטער ארעסט, אבער סאודי אראביע לייקנט דאס קאטעגאריש.

דער 59 יעריגער זשורנאליסט זשאמאל קאשאגי איז אן אויסגעשפראכענער קריטיקירער פון די סאודישער מלוכה הויז, און ער איז אנטלאפן פאראיאר פון סאודי אראביע קיין אמעריקע נאכדעם וואס ער האט מורא געהאט פאר זיין לעבן צוליב זיין שארפע קריטיק קעגן דעם סאודישן קרוינפרינץ מוכאמאד בין-סאלמען.

דעם דינסטאג איז ער געקומען צום סאודיער אמבאסאדע אין טערקיי צו ארלעדיגן געוויסע לעגאלע פאפירן, און זיין כלה האט אים געווארט אינדרויסן פון די געביידע, נאך עטליכע שטונדן האט זי אלאמירט די פאליציי אז ער איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען און זי קען אים נישט כאפן אויפ׳ן טעלעפאון.

די סאודישע רעגירונג זאגט אז קאשאגי האט פארלאזט דעם געביידע נאך א קורצע צייט, אבער די טערקישע פאליציי פארשט דעם אינצידענט און זאגט אז ער איז ווארשיינליך נאך אלס אין דעם געביידע, דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט זיך אויך אריינגעמישט און פאדערט פון סאודי אראביע א דערקלערונג איבער דעם אינצידענט.

פיינע נייעס.

---------------------------
די טערקישע רעגירונג זאגט, אז א סאודיער זשורנאליסט וועלכער פעלט שוין פאר כמעט א וואך, איז דערמארדעט געווארן.

דזשאמאל קאשוגי, א זשורנאליסט וועלכער שרייבט אפט ארטיקלען קעגן דער סאודיער מלוכה, איז פארשוואונדן געווארן, נאכדעם וואס ער איז געקומען פאר א באזוך צום סאודי אראביע קאנסולאט אין איסטאנבול, טערקיי.

סאודי אראביע זאגט אז קאשוגי האט פארלאזט די אמבאסאדע גלייך נאך זיין קורצן באזוך, אבער טערקיי זאגט יעצט, אז זיי האבן באווייזן אז די סאודי מלוכה האט אים דערמארדעט אינעם קאנסולאט און שטילערהייט אוועקגעפירט זיין קערפער.

איד דעילי.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:34 pm

דער זשורנאליסט דזשאמאל כאטשוגי איז ווי באריכטעט מער נישט געזען געווארן נאכ׳ן אריינגיין ארעלעדיגן פארמאלע דאקומענטן אינעם אמבאסאדע פאריגע וואך דינסטאג, און - לויט ווי זיין כלה האט איבערגעגעבן - איז ער קיינמאל פון דארט נישט ארויסגעקומען.

טערקישע באאמטע זאגן אז אינעם טאג וואס ער איז אומגעברענגט געווארן זענען אנגעקומען 12 סאודיער רעגירונג ארבייטער קיין טערקיי און פארלאזט דעם זעלבן טאג נאכ׳ן זיך אויפהאלטן אינעם אמבאסאדע געביידע, זיי גלייבן אז זיי זענען געווען פארבינדן צום מארד, די סאודיער רעגירונג לייקנט קאטעגאריש די באשולדיגונג, די טערקישע רעגירונג פארלאנגט א אויספארשונג אבער די סאודיער האבן זיך אנטזאגט צו געבן פאר טערקישע פארשער צוטריט צו אירע זיכערהייטס קאמערעס.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:25 pm

פרעזידענט טראמפ: איך בין באזארגט דערוועגן, איך גלייך נישט צו הערן דערוועגן, האפנטליך וועט זיך עס אויסגלייכן, מאמענטאל ווייסט קיינער נישט סיי וואס איבער דעם

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:05 am

די דראמא איבער'ן סאודיער אנטי-מלוכה זשורנאליסט דזשאמאל קאשוגי, האט זיך נעכטן פארשארפערט, ווען די טערקישע רעגירונג האט פארלאנגט, אז זיי ווילן אריינשיקן אינספעקטארס, אונטערצוזוכן דעם סאודיער קאנסולאט אין איסטאנבול.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 12:08 pm

צו וואס ווילן זיי אריינגיין אויב זיי ווייסן פאר א פאקט אז מען האט אים דערמארדעט און ארויסגעפירט?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 12:25 pm

Think and Thank האט געשריבן:צו וואס ווילן זיי אריינגיין אויב זיי ווייסן פאר א פאקט אז מען האט אים דערמארדעט און ארויסגעפירט?

אפשר וועט מען געפינן באווייזען.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:03 pm

א טאג נאכדעם וואס טערקיי האט ארויסגעלייגט איר מיינונג אז דער סאודיער זשורנאליסט כאמאל כאשאגי איז אומגעברענגט געווארן אינעם סאודיער אמבאסאדע אין טערקיי האבן די סאודיער אויטאריטעטן איינגעשטימט צו קאאפערירן מיט די טערקן און זיי געבן צוטריט צום אמבאסאדע געביידע פאר א גרונטליכע אונטערזוכונג.

דאס קומט נאכדעם וואס די טערקן האבן פארעפנטליכט בילדער אין וועלכע מען זעט ווי די 15 רעגירונג ארבייטער לאדענען אן א ווען מיט קעסטלעך וועלכע זיי ברענגען ארויס פונעם געביידע, און די טערקן זאגן אז דאס איז די קערפער פון כאשאגי.

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער איז באזארגט איבער די אנטוויקלונגען און געזאגט אז ״איך גלייך נישט די געשיכטעס וואס איך הער״ איבער דעם אינצידענט, אזוי אויך האט וויצע פרעזידענט מייק פענס געזאגט ״די פרייע וועלט פארלאנגט אן ענטפער״ פון סאודי אראביע איבער וואס האט פאסירט.

אויב שטעלן זיך די טערקישע באשולדיגונגען ארויס ריכטיג קען דאס סאבאטאזשירן די נאנטע באציאונגען וואס סאודי אראביע האט אנגעקניפט מיט אמעריקע אונטער די טראמפ אדמינסטראציע, און פילע סענאטארן וועלכע זענען פריינט פאר סאודי אראביע האבן עפנטליך פארלאנגט פונעם סאודיער רעזשים צו ערקלען וואס האט פאסירט.

דער טערקישער פרעזידענט האט נעכטן געזאגט אז ווילאנג די סאודיער אויטאריטעטן שטעלן נישט צו באווייזן אז כאשאגי האט פארלאזט דעם אמבאסאדע געביידע נעמט ער אן די שטעלונג פון טערקישע זיכערהייט אגענטורן וועלכע זענען ביי די מיינונג אז דער זשורנאליסט איז ערמארדעט געווארן און זיין קערפער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן קיין סאודי אראביע.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:10 pm

זייער שיין אפגעשריבן, אבער מיין מיינונג אז דאס גייט גארנישט אפקילן צווישן אמעריקע און סאודי אראביע. עס איז א דילעמע וואס מען גייט דורכשוויצן. טראמפ וועט שיקן א טוויט און אבדאלא אמון סאלים נאהארי (וואטעווער זיין נאמען איז) גייט זיך נישט וואוסנדיג מאכן און אלעס וועט צוריקגיין צום אלטן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:14 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:זייער שיין אפגעשריבן, אבער מיין מיינונג אז דאס גייט גארנישט אפקילן צווישן אמעריקע און סאודי אראביע. עס איז א דילעמע וואס מען גייט דורכשוויצן. טראמפ וועט שיקן א טוויט און אבדאלא אמון סאלים נאהארי (וואטעווער זיין נאמען איז) גייט זיך נישט וואוסנדיג מאכן און אלעס וועט צוריקגיין צום אלטן.

איך האב עס נישט געשריבן עס קומט פון "פיינע נייעס".
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:16 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:זייער שיין אפגעשריבן, אבער מיין מיינונג אז דאס גייט גארנישט אפקילן צווישן אמעריקע און סאודי אראביע. עס איז א דילעמע וואס מען גייט דורכשוויצן. טראמפ וועט שיקן א טוויט און אבדאלא אמון סאלים נאהארי (וואטעווער זיין נאמען איז) גייט זיך נישט וואוסנדיג מאכן און אלעס וועט צוריקגיין צום אלטן.

איך האב עס נישט געשריבן עס קומט פון "פיינע נייעס".

איך האב אפגעשריבן מיין תגובה און נאכדעם געטראכט אז איך קען דיר נישט אנפאטשן נאכן שרייבן אזא שיינע תגובה, איך בין צוריק ארויף צום אנהייב און צוגעלייגט די ערשטע פיר ווערטער....

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:46 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:זייער שיין אפגעשריבן, אבער מיין מיינונג אז דאס גייט גארנישט אפקילן צווישן אמעריקע און סאודי אראביע. עס איז א דילעמע וואס מען גייט דורכשוויצן. טראמפ וועט שיקן א טוויט און אבדאלא אמון סאלים נאהארי (וואטעווער זיין נאמען איז) גייט זיך נישט וואוסנדיג מאכן און אלעס וועט צוריקגיין צום אלטן.

איך האב עס נישט געשריבן עס קומט פון "פיינע נייעס".

איך האב אפגעשריבן מיין תגובה און נאכדעם געטראכט אז איך קען דיר נישט אנפאטשן נאכן שרייבן אזא שיינע תגובה, איך בין צוריק ארויף צום אנהייב און צוגעלייגט די ערשטע פיר ווערטער....

איך האלט גראדע ווי דיר לגבי דיין פוינט, סאודי אראביע איז צו וויכטיג פאר טראמפ.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:16 am

https://www.vox.com/2018/10/9/17950992/ ... appearance
ווער עס וויל נישט קליקן די לינק, מוז נישט. מיין פילטער בלאקט אלע בילדער און רוב אנדערע ארטיקלען דארט אויך. נאר צומאל געלונגט אז עס עפנט זיך.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:28 am

_103782312_khashoggi.jpg
דאס לעצטע בילד פון ''קאשאוגי'' דער סאודיער שרייבער
די דראמע ווערט אלץ שטערקער מיט נאך לענדער וואס פארלאנגען זאפארטיגע ערקלערונגען פון אראביע
_103782312_khashoggi.jpg (31.44 KiB) געזעהן 3141 מאל

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:28 am

דאס איז ביים אריין גיין אין די סאודישער אמבעסאדע פון ווי ער איז שוין נישט ארויס געקומען

הקשר
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:48 am

אמביציע האט געשריבן:דאס איז ביים אריין גיין אין די סאודישער אמבעסאדע פון ווי ער איז שוין נישט ארויס געקומען

גיב עס אפאר וואכן אין אלעס גייט שטיל ווערן.!
אמעריקא דארף עהם מער ווי ער דארף אמעריקא, אין טראמפ פאלאסי זיך נישט אריינצומישן אין דרויסענדיגע קאנפליקטן.

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:42 am

מטעם טראמפ וועט זיך עס טאקע מסתמא איינשטילן אפילו אויב טערקיי פרופט אז זיי זענען גערעכט, אבער נישט מטעם די רעפאבליקענס פון קאנגרעס, אויף די זאכן מישן זיי זיך אייביג אריין אפילו קעגן טראמפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:49 am

איז זיין כלה א טערקישע?

אויב נישט, פארוואס פארפירן די טערקן אזוי? זיי ווילן ווייזן אז ס'איז דא לענדער מיט ערגער מענטשן רעכט פארלעצונג ווי זיי?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6913
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:53 am

הענדימען האט געשריבן:איז זיין כלה א טערקישע?

יא.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:59 am

עס איז בכלל א פארברעך ביי זיי א לאנד א שטייגער ווי עס געשעט אין די אמבאסאדע אין וואשינגטאן וואלט אמעריקע געווען אויפגעשטורעמט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:42 am

סענאטאר קארקער האט נעכטן געהאט א געשפרעך מיטן סאודיער אמבאסאדאר וועלכע ער באצייכנט אלץ א זייער נישט געלונגענער שמועס

ער האט געדרוקט אויף אים ארויסצוגעבן די ווידעא טעיפס אויף וועלכע יענעמס אויסרייד איז געווען אז די אמבאסאדא פילמירט אלע באוועגונגען אבער בלויז לייוו און רעקארדירט נישט קיינע טעיפס דערפון צו האבן רעקארדס אויף שפעטער

קארקער זאגט אז ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געהערט פון אזא ערשיינונג ביי אן אמבאסאדא

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:58 pm

טראמפ שוין עטליכע מאל גערעדט טעלעפאניש קיין סאודי אראביע

קושנער און באלטאן אויך גערעדט טעלעפאניש מיטן קרוין פרינץ נאכפאלגנדיג מיט א פאמפעא געשפרעך

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 7:14 pm

אין א פרישע אנטוויקלונג אין די דראמא ארום דעם פארשוואונדענעם סאודיער זשורנאליסט כאמאל כאשוגי טוט דער ״וואשינגטאן פאוסט״ - פאר וועמען כאשוגי האט אפט געשריבן - אויפדעקן פון שפיאנאזש קוועלער אין אמעריקע אז זיי האבן אויפגעכאפט קאמיוניקאציע צווישן סאודיער באאמטע, אין די טעג פאר כאשוגי איז פארשוואונדן געווארן, אין וועלכע עס איז דיסקוטירט געווארן אים צו פארכאפן און צוריקברענגען קיין סאודי אראביע.

דער באריכט איז טיילווייז באשטעטיגט געווארן דורך סענאטאר באב קארקער, דער פארזיצער פון די אויסערן פאליטיק קאמיטע אין סענאט וועלכער האט געזאגט אז ״אלע שפיאנאזש באריכטן וואס ער האט געזען״ צייגן אז סאודי אראביע האט אומגעברענגט דעם זשורנאליסט און גערופן די טראמפ אדמיניסטראציע צו נעמען שריט קעגן סאודי אראביע.

אין די זעלבע צייט האט א טערקישער רעגירונג צייטונג פארעפנטליכט די דעטאלן און בילדער פון 15 סאודיער בירגער וועלכע זענען געקומען און פארלאזט טערקיי אינעם טאג פון כאשוגי׳ס פארשוואונדונג, און לויט די טערקן זענען זיי געשטאנען אונטער דעם מארד, עס בלייבט נאר אומקלאר אויב זיי האבן אים געוואלט פארכאפן לעבעדיג און עס האט זיך דערקייקלט אדער עס איז געווען א פאראויס-געפלאנטע מארד.

כאשוגי איז ווי באריכטעט א גאר פראמינענטער פיגור אין די זשורנאליסטישע וועלט, און אן אויסגעשפראכענער קעגנער פונעם זעלבסט געקרוינטער דיקטאטור אין סאודי אראביע מוכאמאד בין-סאלמען, ער האט אין די לעצטע יאר זיך אויפגעהאלטן אין וואשינגטאן און פארמאגט דארט פילע פריינט וועלכע לייגן דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע צו נעמען שריט קעגן סאודי אראביע אין ליכט פון דעם מארד.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 7:41 pm

איך האף אז די רעפובליקאנער סענאטארען וועלן לייגן דרוק אויף טראמפ. עס איז אן אומדערהערטע זאך. רוסלאנד, סאודי אראביע, און נארטיקלען קאריע האבן לעצטנס געטון אזעלכע שטיק און אנדערע לענדער.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 7:57 pm

מיין אפיניען: טראמפ זאל זיך נישט אריין מישן אויף א אופן וואס גייט פארהארגענען די רילעישן שיפ וואס ער האט אויפגעבויעט מיט סאודי אראביע, זאל עס טערקיי אליין באהאנדלען, נאך אלעם איז עס געשעהן ביי זיי.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:03 pm

מיין אפיניען, אלע דיקטאטורן קוקן צו אויב אמעריקא איז טאקע מער נישט די סימבאל פון דעמאקראטיע, מיט ווייטגרייכענדע נאכפאלגן פאר די וועלט'ס פרייהייט פון ווארט און זיכערקייט. ווען אלוועלטליכע דעמאקראטיע ווערט אפגעשוואכט, וועט עס עווענטועל אפעקטירן אמעריקע אויך
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט