"עטרת שלמה" נייע עפארדעבעל חתונה זאל - אין די קעטסקילס ראיאן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

"עטרת שלמה" נייע עפארדעבעל חתונה זאל - אין די קעטסקילס ראיאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

קומט אריין דאפעלטע גאר פריידיגע נייעס בזמן שמחתינו

א ביליגע חתונה זאל פאר 6 אלפים ביידע צדדים-דאס הייסט בלויז 3 אלפים א צד
אין די קעטסקעל בערג
דורך די אייגענטומער פון ראלי האטעל און נקראת על שמו פון מורו ורבו רבי שלמה באבוב'ער זי"ע

דאס איז א דערגרייכונג עד אין לשער אין יארע 2018 וואס מען קען זען די אויפבלי אין די בערג פאר א גאנץ יאר הייבט אן בליען קע"ה

שוין דא 2 חתונות באשטימט

מזל טוב !
אטעטשמענטס
IMG-20180928-WA0133.jpg
IMG-20180928-WA0133.jpg (94.6 KiB) געזען 7069 מאל
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 6:02 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

מזל טוב קעטסקילס!

נאך א רינגעלע אין די קייט פון הרחבת גבולי הקעטסקילס, די ישוב ווי א טייל פון אונזערע אייניקלעך וועלן ווארשיינליך אויפשטעלן אידישע דורות מיט הרחבת הדעת..
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8822
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז אזוי, מ'וועט באצאלן כמעט אזויפיל פאר טראנספארטאציע אדער האטעל קאסטן וויפיל עס קאסט א חתונה האל אין די שטאט.
ווער פונקטליך גייט חתונה מאכן דארט, די יידן פון ישיבה אוו ס. פאלסבערג?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יידישע קהילות האט געשריבן:איז אזוי, מ'וועט באצאלן כמעט אזויפיל פאר טראנספארטאציע אדער האטעל קאסטן וויפיל עס קאסט א חתונה האל אין די שטאט.

הא? רוב מענטשען וועלען קומען מיט די אייגענער קארס! אזוי ווי צי א חתונה קיין קרית יואל. און יא, מען וועט קענען דינגען א באס פון מאנסי טרעילס אדער מאנראו באס קאמפאני.
ווער פונקטליך גייט דארטן חתונה מאכן? די וויזשניצער חסידים פון גיבערס.
אויך די ישיבישע אידן פון ס. פאולסבורג.
אויך די אידן פון מאנטיסעלוי.
אויך די אידן פון וואודרידזש.

די קעסטקילס וועט זיין פיהל מיט חרידישע ישובים, שטעט און שטעטלעך, מיט דערפעלעך פון מיט פרומע היימישע אידן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובה דורך אלמוני »

א המשך צום עטרת שלמה זאל אינדרויסן פון בארא פארק ווער געדענקט?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יידישע קהילות האט געשריבן:איז אזוי, מ'וועט באצאלן כמעט אזויפיל פאר טראנספארטאציע אדער האטעל קאסטן וויפיל עס קאסט א חתונה האל אין די שטאט.
ווער פונקטליך גייט חתונה מאכן דארט, די יידן פון ישיבה אוו ס. פאלסבערג?

קודם כל א גוטן מועד און א גוטן ערב שבת

בארוהיגט אייך ביטע

איר האט געליינט די מודעה?

די ערשטע חתונה קומט פאר אין 3 וואכן ארום אי"ה פון 2 מחותנים וואס וואינען אין קרית וויזשניץ און קיימישע לעיק , היות זיי פלעגן טראגן זייערע חתונות ביז אהער קיין מאנסי צו זייער רבין פאר די חופות ,האבן זיי יעצט באשלאסן צו האבן א זאל ביי זיך

די צווייטע חתונה איז באשטומט אויף חודש חשון אויך פאר א יוד פון קרית וויזשניץ

און דער הויפט שמחה איז דא אז סאיז א זאל כפי התקנות און בלויז זעקס טויזענט דאלאר ביידע צדדים

און וועגן טראנספארטעישן און האטעלען איז מיין איך נישט די מחותנים'ס דאגות , איך מיין מיט דעם פרט אז די מחותן ברויך נישט בארגען געלט צו צושטעלן טראנספארטעישן

די נייע חתונה תקנות חסידי סאטמאר מהר"א שטעלן נישט די מחותנים מער צו קיין באסעס פאר חתונות , אז עס וועט פעלו 10 יודן וועגן דעם דארף נישט די מחותן א איבריגע הוצאה
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 5:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

Kosher Travel האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז אזוי, מ'וועט באצאלן כמעט אזויפיל פאר טראנספארטאציע אדער האטעל קאסטן וויפיל עס קאסט א חתונה האל אין די שטאט.
ווער פונקטליך גייט חתונה מאכן דארט, די יידן פון ישיבה אוו ס. פאלסבערג?

הא? רוב מענטשען וועלען קומען מיט די אייגענער קארס! אזוי ווי צי א חתונה קיין קרית יואל. און יא, מען וועט קענען דינגען א באס פון מאנסי טרעילס אדער מאנראו באס קאמפאני.
ווער פונקטליך גייט דארטן חתונה מאכן? די וויזשניצער חסידים פון גיבערס.
אויך די ישיבישע אידן פון ס. פאולסבורג.
אויך די אידן פון מאנטיסעלוי.
אויך די אידן פון וואודרידזש.

די קעסטקילס וועט זיין פיהל מיט חרידישע ישובים, שטעט און שטעטלעך, מיט דערפעלעך פון מיט פרומע היימישע אידן.

אויך יודן פון בלומינגבורג
יודן פון טשעסטער
אדער יודן פון אנדערע פראקציע אין קרית יואל וואס זיכן א ביליגע חתונה זאל
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

שווער צו גלייבן אז אידן פון ק״י וועלן דארט חתונה מאכן
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

רעסטאראנט האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז אזוי, מ'וועט באצאלן כמעט אזויפיל פאר טראנספארטאציע אדער האטעל קאסטן וויפיל עס קאסט א חתונה האל אין די שטאט.
ווער פונקטליך גייט חתונה מאכן דארט, די יידן פון ישיבה אוו ס. פאלסבערג?

הא? רוב מענטשען וועלען קומען מיט די אייגענער קארס! אזוי ווי צי א חתונה קיין קרית יואל. און יא, מען וועט קענען דינגען א באס פון מאנסי טרעילס אדער מאנראו באס קאמפאני.
ווער פונקטליך גייט דארטן חתונה מאכן? די וויזשניצער חסידים פון גיבערס.
אויך די ישיבישע אידן פון ס. פאולסבורג.
אויך די אידן פון מאנטיסעלוי.
אויך די אידן פון וואודרידזש.

די קעסטקילס וועט זיין פיהל מיט חרידישע ישובים, שטעט און שטעטלעך, מיט דערפעלעך פון מיט פרומע היימישע אידן.

אויך יודן פון בלומינגבורג
יודן פון טשעסטער
אדער יודן פון אנדערע פראקציע אין קרית יואל וואס זיכן א ביליגע חתונה זאל

נערישקייטן. ב"ב, טשעסטער און ק"י איינוואינער וועלן נישט חתונה מאכן דארט חוץ אפשר אינמיטן זומער, וואס דעמאלטס קענען שטאטישע מענטשן אויך חתונה מאכן דארט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג

ווייסט איינער אויב מ'בויעט א נייע זאל אדער וועלן די חתונות זיין אין די עקזעסטירענדע באול רום?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דריידל האט געשריבן:

ביזט א נביא ?

וואס זענען די לאטערי נומבערס?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8822
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

נייע חתונה זאל אין נייאגרא, נ.י.
ווער וועט עס נוצן?
מענטשן וועלן קומען מיט זייערע קארס.
פון קר"י וועלכע זוכן א ביליגערע זאל.
פון מאונטענדעיל און פון ס. פאלסבערג. אויך פון קעמפ מארריס. און פון די חב"ד האוז נעבן די נייעגרא וואסער-פאל.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דריידל האט געשריבן:נערישקייטן. ב"ב, טשעסטער און ק"י איינוואינער וועלן נישט חתונה מאכן דארט חוץ אפשר אינמיטן זומער, וואס דעמאלטס קענען שטאטישע מענטשן אויך חתונה מאכן דארט

פאר די זומער אליינס איז דאס א גוטע איינפאל.

לכאורה די נעקסטע גייט עס בלומינגבורג נאכמאכן, אפשר די קאמפעטישאן וועט עס מאכן א נארמאל.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יידישע קהילות האט געשריבן:נייע חתונה זאל אין נייאגרא, נ.י.
ווער וועט עס נוצן?
מענטשן וועלן קומען מיט זייערע קארס.
פון קר"י וועלכע זוכן א ביליגערע זאל.
פון מאונטענדעיל און פון ס. פאלסבערג. אויך פון קעמפ מארריס. און פון די חב"ד האוז נעבן די נייעגרא וואסער-פאל.

מען מיז נישט אלעס אוועקמאכן אדער זיכן פראבלעמען.
די ראלי האטעל איז אין די היימישע קעטסקילס וואס וואקסט יאהר איין, יאר אויס. עס איז ממש next door פון קרית וויזשניץ אין קייעמישע לעיק. עס איז א גיטע זאל פאר די וויזשניצער חסידים.

ווי אויך איז עס אינגאנצן א דריי פערטל שעה פון קרית יואל. מענטשען וואס פאהרן שוין פון מאנסי (און אפילו ברוקלין) קיין קרית יואל צו א חתונה, וועלן פארן נאך א דריי פערטעל שעה.

אבער נייעגרא פאלס? עס איז זעקס שעה פון קרית יואל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

רעסטאראנט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז אזוי, מ'וועט באצאלן כמעט אזויפיל פאר טראנספארטאציע אדער האטעל קאסטן וויפיל עס קאסט א חתונה האל אין די שטאט.
ווער פונקטליך גייט חתונה מאכן דארט, די יידן פון ישיבה אוו ס. פאלסבערג?

הא? רוב מענטשען וועלען קומען מיט די אייגענער קארס! אזוי ווי צי א חתונה קיין קרית יואל. און יא, מען וועט קענען דינגען א באס פון מאנסי טרעילס אדער מאנראו באס קאמפאני.
ווער פונקטליך גייט דארטן חתונה מאכן? די וויזשניצער חסידים פון גיבערס.
אויך די ישיבישע אידן פון ס. פאולסבורג.
אויך די אידן פון מאנטיסעלוי.
אויך די אידן פון וואודרידזש.

די קעסטקילס וועט זיין פיהל מיט חרידישע ישובים, שטעט און שטעטלעך, מיט דערפעלעך פון מיט פרומע היימישע אידן.

אויך יודן פון בלומינגבורג
יודן פון טשעסטער
אדער יודן פון אנדערע פראקציע אין קרית יואל וואס זיכן א ביליגע חתונה זאל

נערישקייטן. ב"ב, טשעסטער און ק"י איינוואינער וועלן נישט חתונה מאכן דארט חוץ אפשר אינמיטן זומער, וואס דעמאלטס קענען שטאטישע מענטשן אויך חתונה מאכן דארט

ביזט א נביא ?

99% וואס מאכן חתונה האבן נאנטע ידידים און משפחה וואס קומען פון די שטאט. טאמער מאכן זיי נישט חתונה דארט ווי זיי וואינען וועלן זיי זיכער נישט שלעפן די געסט ביז די קעטסקילס. לדעתי איז עס א דבר פשוט כאטשיג די דיסאגריסט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דריידל האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:הא? רוב מענטשען וועלען קומען מיט די אייגענער קארס! אזוי ווי צי א חתונה קיין קרית יואל. און יא, מען וועט קענען דינגען א באס פון מאנסי טרעילס אדער מאנראו באס קאמפאני.
ווער פונקטליך גייט דארטן חתונה מאכן? די וויזשניצער חסידים פון גיבערס.
אויך די ישיבישע אידן פון ס. פאולסבורג.
אויך די אידן פון מאנטיסעלוי.
אויך די אידן פון וואודרידזש.

די קעסטקילס וועט זיין פיהל מיט חרידישע ישובים, שטעט און שטעטלעך, מיט דערפעלעך פון מיט פרומע היימישע אידן.

אויך יודן פון בלומינגבורג
יודן פון טשעסטער
אדער יודן פון אנדערע פראקציע אין קרית יואל וואס זיכן א ביליגע חתונה זאל

נערישקייטן. ב"ב, טשעסטער און ק"י איינוואינער וועלן נישט חתונה מאכן דארט חוץ אפשר אינמיטן זומער, וואס דעמאלטס קענען שטאטישע מענטשן אויך חתונה מאכן דארט

ביזט א נביא ?

99% וואס מאכן חתונה האבן נאנטע ידידים און משפחה וואס קומען פון די שטאט. טאמער מאכן זיי נישט חתונה דארט ווי זיי וואינען וועלן זיי זיכער נישט שלעפן די געסט ביז די קעטסקילס. לדעתי איז עס א דבר פשוט כאטשיג די דיסאגריסט

וויפעל חתונות אין די לעצטע 30 יאר פון קרית יואל אדער מאנסי האבן ארייינגעטראגן די חתונות און שטאט אפילו 99 פארצענט פון זייער משפחה וואינט אין שטאט ?

רבותי עס איז א נייע עפאכע , די וועלטע ריקט זיך פאראויס

3 יאר צוריק האבן מענטשן געשריגן אז קיין איינער מופט נישט קיין זשערסי סיטי

לעיקוואד ? נעע עס איז ליטוויש

מאנטיסעלא איז נאר פאר זומער

בלומיגנבורג ? אין א מדבר?

סטעטען איילענד א וויליאמסבורגע יונגערמאן?

לינדען איז ניאטאמאל געווען א חלום

בלומינגראוו וועט נישט זיין קיין מנין

3 יאר פעסט פארווערד

צוויי חתונות באשטימט אין די קעטסקיללס! אפילו ביידע מחותנים האבן היפש משפחה 2 שעה אוועק אין די שטאט אדער אין מאנסי אנדערהאלבען שעה אוועק בערך

ווארט 3 יאר עס וועט זיין צענדליגע חתונות אין די מאונטענס א חודש

עס איז נאך דא מענטשן וואס טראכטען וועגן זיך ,פארן געפעלן צו א צווייטען

ברוך השם לא אלמן ישראל .

גוט קוויטעל יעדער איינער
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יידישע קהילות האט געשריבן:נייע חתונה זאל אין נייאגרא, נ.י.
ווער וועט עס נוצן?
מענטשן וועלן קומען מיט זייערע קארס.
פון קר"י וועלכע זוכן א ביליגערע זאל.
פון מאונטענדעיל און פון ס. פאלסבערג. אויך פון קעמפ מארריס. און פון די חב"ד האוז נעבן די נייעגרא וואסער-פאל.

ני דיין ניק זאגט יודישע קהילות

אפשר עפענסטו א חסידישע ישוב אין באפעלאו? שוין דא דארט א שיינע חב"ד הקלה מיט א ישיבה און די הייזער זענען זייער ביליג און הארט נעבן נייאגרא פאללס
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

רעסטאראנט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז אזוי, מ'וועט באצאלן כמעט אזויפיל פאר טראנספארטאציע אדער האטעל קאסטן וויפיל עס קאסט א חתונה האל אין די שטאט.
ווער פונקטליך גייט חתונה מאכן דארט, די יידן פון ישיבה אוו ס. פאלסבערג?

קודם כל א גוטן מועד און א גוטן ערב שבת

בארוהיגט אייך ביטע

איר האט געליינט די מודעה?

די ערשטע חתונה קומט פאר אין 3 וואכן ארום אי"ה פון 2 מחותנים וואס וואינען אין קרית וויזשניץ און קיימישע לעיק , היות זיי פלעגן טראגן זייערע חתונות ביז אהער קיין מאנסי צו זייער רבין פאר די חופות ,האבן זיי יעצט באשלאסן צו האבן א זאל ביי זיך

די צווייטע חתונה איז באשטומט אויף חודש חשון אויך פאר א יוד פון קרית וויזשניץ

און דער הויפט שמחה איז דא אז סאיז א זאל כפי התקנות און בלויז זעקס טויזענט דאלאר ביידע צדדים

און וועגן טראנספארטעישן און האטעלען איז מיין איך נישט די מחותנים'ס דאגות , איך מיין מיט דעם פרט אז די מחותן ברויך נישט בארגען געלט צו צושטעלן טראנספארטעישן

די נייע חתונה תקנות חסידי סאטמאר מהר"א שטעלן נישט די מחותנים מער צו קיין באסעס פאר חתונות , אז עס וועט פעלו 10 יודן וועגן דעם דארף נישט די מחותן א איבריגע הוצאה

איך האב איבער געליינט דיין תגובה 11 מאל פארן שרייבן.

ביטע אויב איינער קען מיר מסביר זיין דיין לעצטע שטיקעל. ווי פינקטלעך קימט אריין דא תקנות מהר"א דער גייט אריין אין א גורל אויף כמו צפת הדוסים (על פי דייני מותר לקנות במעשר) ?
Just to prove my point.
רוב תגובה דא אויפן וועלט זענען פיל מיט איינזייטיגע מיינונגען. צישטיפן אגענדעס לכן או לכן.
ודי. ואכמ"ל. נאר צי אויפמערקזאם מאכן. נישט ח"ו נעגעטיוו
לעצט פארראכטן דורך דגל יהודה אום זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 2:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

גראדע א גוטע געדאנק פאר וויליאמסבורגע מחותנים צו מאכן חתונה אינמיטן זומער
על "טעם וריח" אין להתווכח
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דגל יהודה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז אזוי, מ'וועט באצאלן כמעט אזויפיל פאר טראנספארטאציע אדער האטעל קאסטן וויפיל עס קאסט א חתונה האל אין די שטאט.
ווער פונקטליך גייט חתונה מאכן דארט, די יידן פון ישיבה אוו ס. פאלסבערג?

קודם כל א גוטן מועד און א גוטן ערב שבת

בארוהיגט אייך ביטע

איר האט געליינט די מודעה?

די ערשטע חתונה קומט פאר אין 3 וואכן ארום אי"ה פון 2 מחותנים וואס וואינען אין קרית וויזשניץ און קיימישע לעיק , היות זיי פלעגן טראגן זייערע חתונות ביז אהער קיין מאנסי צו זייער רבין פאר די חופות ,האבן זיי יעצט באשלאסן צו האבן א זאל ביי זיך

די צווייטע חתונה איז באשטומט אויף חודש חשון אויך פאר א יוד פון קרית וויזשניץ

און דער הויפט שמחה איז דא אז סאיז א זאל כפי התקנות און בלויז זעקס טויזענט דאלאר ביידע צדדים

און וועגן טראנספארטעישן און האטעלען איז מיין איך נישט די מחותנים'ס דאגות , איך מיין מיט דעם פרט אז די מחותן ברויך נישט בארגען געלט צו צושטעלן טראנספארטעישן

די נייע חתונה תקנות חסידי סאטמאר מהר"א שטעלן נישט די מחותנים מער צו קיין באסעס פאר חתונות , אז עס וועט פעלו 10 יודן וועגן דעם דארף נישט די מחותן א איבריגע הוצאה

איך האב איבער געליינט דיין תגובה 11 מאל פארן שרייבן.

ביטע אויב איינער קען מיר מסביר זיין דיין לעצטע שטיקעל. ווי פינקטלעך קימט אריין דא תקנות מהר"א דער גייט אריין אין א גורל אויף כמו צפת הדוסים (על פי דייני מותר לקנות במעשר) ?
Just to prove my point.
רוב תגובה דא אויפן וועלט זענען פיל מיט איינזייטיגע מיינונגען. צישטיפן אגענדעס לכן או לכן.
ודי. ואכמ"ל. נאר צי אויפמערקזאם מאכן. נישט ח"ו נעגעטיוו

גארנישט קיין אגענדעס

כאב געמאלדען א ברעכענדיגע נייעס אז עס גייט זיין א נייע זאל אין די מאונטענס, און צווייטענס אז סאיז עפפארדעבעל

איז געקומען החכם יודישע קהלות מיט א קלאץ קשיא הלמאי אז די עלטער באבעס א טשוואק וואינט אין שטאט? דארף מען צושטעלן טראנספארטעישן פון שטאט, און אפאר באסעס פון שטאט גייט קאסטן שוין באלד די זעלבע ווי א נארמאלע חתונה אין שטאט, האב איך אים גענטפערט מיט א ראיה אז חסידי סאטמאר מהר"א האט אויך באשלאסן אז גענוג די מחותן דארף זיך נישט אנ'חובת'ן צוצושטעלען א באס פאר די געסט , און ווער עס ברויך אנקומען צו די חתונה וועט עניוועי אנקומען ,און ווער נישט, וועט די חתן כלה אי"ה קענען אויפשטעלען א בית נאמן בישראל מיט אסאך יודיש נחת אפילו די פאר יודן זענען נישט געקומען צו די חתונה און אפילו זיי וואינען אין גיבערס וויזשניץ און צאלן נאר 800 דאלאר א חודש רעדט

גארנישט קיין אזשענדעס , סאיז ביי מיר א פריידיגע זאך אז יש תקוה ,אז אפילו ווי ווייט די היימישע וועלט ווערט מער משוגע יעדן טאג ,איז נאך דא א מעגליכקייט אויפצוטין פאר יודישקייט ווי פילע נייע ישובים לארכה ולרחבה און חתונה תקנות שפראצן ארויס דא און דארט פאר מענטשן וואס ווילן נישט נאכטאנצען די וועלט בלינדערהייט
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

די אלע טענה'ריי איז ניטאמאל שייך נאך פאר מ'זעהט די פעקידש וואס איז אינקלודעט פאר פונקטליך וויפיל געלט און וואס זענען אפשענס פון אפגרעידס

איז דא אריינגערעכנט
בלומען
זינגער
שפילער
בדחן
וואערעמע מאכלים דורכאויס די נאכט

לאמיר זעהן עקזעקטלי וואס מ'באקומט פאר וויפיל, דערנאך קען מען דיסקוסירן צו ס'איז אינטערעסאנט למשל פאר תושבי ק"י אדער נישט
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

קאדעס!

א געוואלדיגע געדאנק!

כ'וואלט שוין געבוקט פאר א זונטאג נאכט זוממער. אך דא עקא מיין טאכטער איז נאך 13 און נאכנישט קיין כלה. נו. בקרוב אי''ה
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

פלאחותיך האט געשריבן:די אלע טענה'ריי איז ניטאמאל שייך נאך פאר מ'זעהט די פעקידש וואס איז אינקלודעט פאר פונקטליך וויפיל געלט און וואס זענען אפשענס פון אפגרעידס

איז דא אריינגערעכנט
בלומען
זינגער
שפילער
בדחן
וואערעמע מאכלים דורכאויס די נאכט

לאמיר זעהן עקזעקטלי וואס מ'באקומט פאר וויפיל, דערנאך קען מען דיסקוסירן צו ס'איז אינטערעסאנט למשל פאר תושבי ק"י אדער נישט

נו אוודאי

חסידי וויזשניץ מאנסי האט שוין יארן צוריק געהאט חתונה תקנות אין מאנסי אין די תלמוד תורה ווי יונגעלייט זענען געווען וועיטערס און סארווירט אין פלסטיק געשיר

אבער אוודאי איז אלעס אריין גערעכענט פאר דעם פרייז,וואס דען מיינט עפפארדעבעל
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

פאראויס האט געשריבן:קאדעס!

א געוואלדיגע געדאנק!

כ'וואלט שוין געבוקט פאר א זונטאג נאכט זוממער. אך דא עקא מיין טאכטער איז נאך 13 און נאכנישט קיין כלה. נו. בקרוב אי''ה

יע מען דארף שוין טראכטן ווייל די צייט לויפט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35436
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תחזקנה ידיהם.

יעדע פעולה צו שפארן אויסגעהארעוועטע געלט פון אידישע קינדער איז באגריסענווערענד.

ניין! א חתונה נאכט טאר נישט קאסטן 21 אלפים פלאס פאר פלעינע פשוט'ע ארבייטער [דאס איז די נארמאאלע -נישט פרדס- פרייז אין וויליע] ובכן, טראנספארטעישאן פון 11211 צו די קעסטקילס קאסט "נישט" קיין 15 אלפים.

וא"כ אז מ'קריכט שוין ביז פאלסבורג, קען שוין קעמפ רב טוב מהר"א -כיתה ט' אין סוואן לעיק [aka בינגאו] אויך ארוסגעבן זייערע הערליכע זאלן פאר צוגענגליכע חתונות.

רעסטאראנט האט געשריבן:חסידי וויזשניץ מאנסי האט שוין יארן צוריק געהאט חתונה תקנות אין מאנסי אין די תלמוד תורה ווי יונגעלייט זענען געווען וועיטערס און סארווירט אין פלסטיק געשיר

אבער אוודאי איז אלעס אריין גערעכענט פאר דעם פרייז,וואס דען מיינט עפפארדעבעל

מיינסט מן הסתם אין די מיידל שולע, ס'עקזיסטירט נאך, מ'סערווירט אין געהעריגע געשיר [גראדע איז פלאסטיק מער פראקטיש און היגיעניש] און פאר היימישע אינגעלייט לויט זיך צו צו צאלן.

בד"וו, איינער קען פותר זיין פארוואס צו רייכע אויסברענגנדע חתונות וכו' מעג מען יא טרעוולן ביז הוידא-נאנאש?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”