בלאט 8 פון 159

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 11:18 pm
דורך אסדר לסעודתא
צו געזונט האט געשריבן:ווען איך בין געווען א אינגער בחור (יאך בין נישט אלט) איז מען ביי א וואכנאכט אויך געוויסע געווען מיט א הוט. זיידעס זיכער מיט די הוטען. ביי די ברית האט מען געהאט א שטריימל.
האט מיר ר' שמואל בערגער (מישקאלץ) געזאגט. ער האט אריינגעגעבן א ספר תורה יאהרען צוריק, און לכבוד די שמחה האט ער אנגעטוהן זיין שבת'דיקע בעקעשע... שטריימל? מאן דכר שמיה.
א שטריימל איז שוין באלד נישט קיין שבת'דיקע לבוש. מען נוצט עס אויך שבת, ווייל עס פאסט נישט מען זאל עס נאר נוצען אינדערוואכען...
א חבר'ס חתונה? ביזט נאך אלץ נישט פון די שושבינין, אפילו שפירסט ממש אוואו א ברודער!
אריין אין שטריימל אשכול

הא לן והא להו. אין ארץ ישראל נוצט מען דעם שטריימל טאג טעגליך ביי יעדע שמחה. בר מצוה, חאלאקע, תנאים, לחיים, כמעט אויך ביי יארצייט סעודות... און נישט פון היינט, נאר אלעמאל אזוי געווען.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 8:46 am
דורך farshlufen
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:הא לן והא להו. אין ארץ ישראל נוצט מען דעם שטריימל טאג טעגליך ביי יעדע שמחה. בר מצוה, חאלאקע, תנאים, לחיים, כמעט אויך ביי יארצייט סעודות... און נישט פון היינט, נאר אלעמאל אזוי געווען.

תנאים? לחיים?
ניין, דער מנהג אר"י איז נאר ביי: בר מצוה, וואך נאכט, חאלאקע.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 9:15 am
דורך דריידל
ווען איז די נעקסטע באס צו די קעטסקילס?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 9:22 am
דורך ברוינע באנאנע
דריידל האט געשריבן:ווען איז די נעקסטע באס צו די קעטסקילס?

פון ווי?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 9:31 am
דורך דריידל
פון שטריימל ביי וואכטנאכט און הכנסת ספר תורה....

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 9:32 am
דורך א גולם
וואס די וועטער אין די קעטסקילס?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 10:53 am
דורך א גוטע ניק
זייער פארוואלקענט . .

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:15 pm
דורך אסדר לסעודתא
farshlufen האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:הא לן והא להו. אין ארץ ישראל נוצט מען דעם שטריימל טאג טעגליך ביי יעדע שמחה. בר מצוה, חאלאקע, תנאים, לחיים, כמעט אויך ביי יארצייט סעודות... און נישט פון היינט, נאר אלעמאל אזוי געווען.

תנאים? לחיים?
ניין, דער מנהג אר"י איז נאר ביי: בר מצוה, וואך נאכט, חאלאקע.

תנאים אויך. און די וואס מאכן א גרעסערע לחיים אנשטאט תנאים גייט מען אויך ביים לחיים. קען זיי נישט אין ירושלים, אבער אין ויזניץ און אנדערע חסידישע חצרות זיכער.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 7:55 am
דורך דריידל
ווי קען מען קויפן מזוזות אין מאנטיסעלא געגענט?

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 9:08 am
דורך פארפרוירן
דריידל האט געשריבן:ווי קען מען קויפן מזוזות אין מאנטיסעלא געגענט?

ר' יוסף האלצער 718-607-5244

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 4:10 pm
דורך Kosher Travel
ווי קען מען קויפען א שטריימל, אין די קעטסקילס ראיאן, צו גיין צו א וואכנאכט אין ליבערטי?
גענוג פארקראכן... לאמיר האלטן די אשכול אויף נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 4:31 pm
דורך חזקי פרידמאן
IMG-20190719-WA0027.jpg
IMG-20190719-WA0027.jpg (103.37 KiB) געזען 2728 מאל

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 5:40 pm
דורך חמרא טבא
דריידל האט געשריבן:ווי קען מען קויפן מזוזות אין מאנטיסעלא געגענט?

אקעגן איבער פיאלקאפס פיצא און אויף די רט. 42 גלייך נאך די מאביל געז סטעישן

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 6:01 pm
דורך חמרא טבא
אה מזוזות געמיינט דו שרייבסט מזונות..

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 7:12 pm
דורך דריידל
חלקים פון מאנטיסעלא, סאוט פולסבורג, וואודבורן, הורליוויל און ליבערטי שוויצן יעצט אן עלעקטריציטעט.

#בלעקאוט

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 7:22 pm
דורך New Jersey
דריידל האט געשריבן:חלקים פון מאנטיסעלא, סאוט פולסבורג, וואודבורן, הורליוויל און ליבערטי שוויצן יעצט אן עלעקטריציטעט.

#בלעקאוט

@KolHaolam: CATSKILLS: Hundreds, possibly thousands without power around the Catskills. One camp sent home their campers earlier due to outages.

The best thing to stay in city have god ac hare better from the country and its lit lot of blackouts there

געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2019 10:23 pm
דורך איצל פיצל
אין וואדבורן איז געווען צוריק די לעקטער פרייטאג צו נאכטס 9:15 ב”ה

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 12:11 am
דורך nmi
איצל פיצל האט געשריבן:אין וואדבורן איז געווען צוריק די לעקטער פרייטאג צו נאכטס 9:15 ב”ה

וואס האט מען געטון מיטן טשולענט?

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 12:25 am
דורך רעסטאראנט
nmi האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:אין וואדבורן איז געווען צוריק די לעקטער פרייטאג צו נאכטס 9:15 ב”ה

וואס האט מען געטון מיטן טשולענט?

וואס הייסט וואס ? מען האט געגעסן א פיינעם פלאנקען טשולענט מיט באקן פלייש אום שבעה עשר בתמוז לכבוד שבת קודש ב"ה

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 12:29 am
דורך מצה בעקערי
דריידל האט געשריבן:ווי קען מען קויפן מזוזות אין מאנטיסעלא געגענט?

Dov Zeida 718-496-8589

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 1:03 am
דורך אסדר לסעודתא
nmi האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:אין וואדבורן איז געווען צוריק די לעקטער פרייטאג צו נאכטס 9:15 ב”ה

וואס האט מען געטון מיטן טשולענט?

אויב ס'איז אריינגעשטעקט פון פריער איז עס נישט קיין פראבלעם, ווייל ס'קאכט פון זיך אליין אן מיין פעולה.

ס'איז נישט ווי אנשטעלן א שבת זייגער אז די בישול זאל זיך אנהייבן אינמיטן שבת, ווייל דאס איז שוין יא מיין פעולה. די וועלכע האבן עס אבער נישט געהאט אנגעצינדן פארן בלעקאוט, איז עס א שאלה אויב זיי מעגן עס אריינשטעקן פארן זמן.

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 1:07 am
דורך מים שלנו
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:אין וואדבורן איז געווען צוריק די לעקטער פרייטאג צו נאכטס 9:15 ב”ה

וואס האט מען געטון מיטן טשולענט?

אויב ס'איז אריינגעשטעקט פון פריער איז עס נישט קיין פראבלעם, ווייל ס'קאכט פון זיך אליין אן מיין פעולה.

ס'איז נישט ווי אנשטעלן א שבת זייגער אז די בישול זאל זיך אנהייבן אינמיטן שבת, ווייל דאס איז שוין יא מיין פעולה. די וועלכע האבן עס אבער נישט געהאט אנגעצינדן פארן בלעקאוט, איז עס א שאלה אויב זיי מעגן עס אריינשטעקן פארן זמן.

זכרון אומר לי אז אויב איז עס קאלט געווארן איז א פראבלעם

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 1:40 am
דורך פליגל
New Jersey האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:חלקים פון מאנטיסעלא, סאוט פולסבורג, וואודבורן, הורליוויל און ליבערטי שוויצן יעצט אן עלעקטריציטעט.

#בלעקאוט

@KolHaolam: CATSKILLS: Hundreds, possibly thousands without power around the Catskills. One camp sent home their campers earlier due to outages.

The best thing to stay in city have god ac hare better from the country and its lit lot of blackouts there

דער באשעפער איז א גוטער, איבעראל.

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 1:41 am
דורך רעסטאראנט
די לעקטער האט זיך אנגעצינדען פאר 72 , סא עס איז נאך בכלל נישט געווען שבת

מען ברויך נישט איבריג מחמיר זיין אייביג אין זיכן איסורים פון אינטערן טיש אויף וואס צו האבן מוחה צו זיין #סיקריקים_אלערט

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 1:55 am
דורך אסדר לסעודתא
רעסטאראנט האט געשריבן:די לעקטער האט זיך אנגעצינדען פאר 72 , סא עס איז נאך בכלל נישט געווען שבת

מען ברויך נישט איבריג מחמיר זיין אייביג אין זיכן איסורים פון אינטערן טיש אויף וואס צו האבן מוחה צו זיין #סיקריקים_אלערט

מאכט נישט אויס, ווייל אויב ס'איז אסור דארף עס האבן גענוג צייט צו קאכן פאר סוף בין השמשות, א גרויסע טשולענט קען נעמען א גוטע האלבע שעה.

אבער פערצופאל איז עס יא מותר אין רוב פעלער. אלץ גוט צו פרעגן א דיין.