טוריזם פראבלעם אין וויליאמסבורג

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

קענען מיר דאס טאקע נישט אפשטעלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איך וויל פארשטיין....
וויליאמסבורג, א שטאט מיט פליטקאנטן, ראשי הקהילות, פאליציי לעיזאנ'ס, א מאכטפולע וואל כוח, און וואס נישט...
וויל איך פארשטיין יעדער האלט מיט אין די לעצטערע וואכן און חדשים איז וויליאמסבורכ פארוואנדעלט געווארן פאר א מערת פריצים, ווען כנראה יעדע טור באס האט אויפן סקעדזשול 'וויליאמסבורג'.
ליע עוו. איז טאג טעגליך פארשפארט מיט הונדערטער אויסגעלאסענע גוים אויפן ארגסטן פארנעם פריצים ופריצות קומען אינז "זעהן"... רח"ל.
והעולה על כולנה פארלאפנעם שבת נאכן דאווענען אום 12:15 ווען אידן און זייערע קינדערלעך, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, זענען געווען אויפן וועג אהיים פון ביהמ"ד זענען געווען אויסגעשירעט אויף ליע עוו. '4' באסעס וואס יעדער האט אראפ געלאזט הונדערטער שיקסעס פון ארגסטן סארט רח"ל.
און דאס האט זיך נישט נעכטן אנגעהויבן...
קענען אינזערע עסקנים גארנישט טוהן?, מיר מיזן לאזן הערן אינזער וויי געשריי!
נאר איינער וואס האט עס שוין געזען וועט פארשטיין מיינע ווערטער אבער דאס איז א טעגליכע ערשיינוג ליידער
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פארפאלן. מ'זעמיר אין גלות. כ'גלייב נישט אז ס'דא וואס צו טון
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הענדימען האט געשריבן:פארפאלן. מ'זעמיר אין גלות. כ'גלייב נישט אז ס'דא וואס צו טון

הגם וואס זיכן זיי דא בכלל ? וואס זעהן זיי שוין אין ווילי ? נאכדערצו שבת ווען אלע סטאר'ס זענען ליידיג ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

eller האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:פארפאלן. מ'זעמיר אין גלות. כ'גלייב נישט אז ס'דא וואס צו טון

הגם וואס זיכן זיי דא בכלל ? וואס זעהן זיי שוין אין ווילי ? נאכדערצו שבת ווען אלע סטאר'ס זענען ליידיג ?

וואס הייסט?
א עקסטרעם רעגליעזע גרופע מיט מאדנע מלבישים, די פרויען גייען צוגעדעקט וכו'
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

עכט היימיש האט געשריבן:

דאס וואס אונז גייען זען אין עימיש טאון
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

עכט היימיש האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:פארפאלן. מ'זעמיר אין גלות. כ'גלייב נישט אז ס'דא וואס צו טון

הגם וואס זיכן זיי דא בכלל ? וואס זעהן זיי שוין אין ווילי ? נאכדערצו שבת ווען אלע סטאר'ס זענען ליידיג ?

וואס הייסט?
א עקסטרעם רעגליעזע גרופע מיט מאדנע מלבישים, די פרויען גייען צוגעדעקט וכו'

נישטא צו וועם זיך צו ווענדן אפילו. דאס זענען נישט סתם גוים פון מאנהעטן. רוב מאל זענען זיי טוריסטן פון ווייסעך ווי, געסט אנדערע לענדער וואס קומען זעהן ווי פאני אונז קוקמער אויס.
רשעות קאלטע סעלצער
ברזילי
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברזילי »

וואס הייסט "עס נישט דא וואס צו טוהן?!"

מען רופט אהן די באלעבאטים פון די באס קאמפאני ער זאל מוחל זיין פארשטיין אז עס שטערט אונז אז מען קומט אונז באטראכטן ווי א פארצייטישע מוזעאום.

מען קען צולייגען א סטראשע אז נישט וועלען מיר פארן באטראכטן זיי אין זייערע געגענטער.

אגב זיי קומען אריין אין די היימישע בעקערייען, עס קוקט אויס אז זיי האבן א שטיקעלע יד דערין.

#קאנספיראציע אלערט
לעצט פארראכטן דורך ברזילי אום דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

ברזילי האט געשריבן:וואס הייסט סנישדא וואסצו טוהן?!

מען רופט אהן די בעלעבתים פון די באס קאמפאני ער זאל מוחל זיין פארשטיין אז עס שטערט אונז אז מעקומט אונז באטראכטן ווי אנפארצייטישע מוזעאום

אז נישט עלען מיר פארן באטראכטן זיי און זייערע געגענטער.

אגב זיי קומען אריין אין די היימישע בעקערייען זיי האבן א שטיקעלע יד דערין

די עסקנים קענען. אינז געבן נישט אינזערע וואלן נאר פאר פאליטיק.
אז מען וועט זיך פאראיינגן וועט מען אנקומען.
עס איז נאך אזא גרויסע שטער ווי די ארטיסטן
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

די באס קאמפאני איז דא צו מאכן געלט און ווילאנג וויליאמסבורג איז אזוי אינטערסאנט גייען זיי עס נישט אויפגעבן. זיי דארפן נישט אונזערע וואוטס און מאכן נישט קיין ביזנעס מיט אונז עניוועי סאו האמער נישט קיין שום שטעקן קעגן זיי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

געווין אין א בעקרי פראטיג האב איך געזין ווי די חברה קויפן אן אין מען איז זיי מסבר וואס עס איז חלות נו יודן מאכן געלט פון זיי
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זיי קומען באזאטעלט מיט קונטרסים און גליונות וואס ס'שטייט וואס מ'זעט אין וומ"ס, נישט לאנג צוריק האט מיר א גרופע אפגעשטעלט זוכנדיג א געוויסע אדרעס, ניטאמאל האט ער געוויסט וואס ער זוכט, נישט פארשטייענדיג פונקטליך וואס ער וויל, האט ער מיר געוויזן אין זיין ביכעלע די ווארט, האב איך שוין געליינט אביסעלע מער וואס ס'שטייט דארט [ס'איז געווען אן אנדער סארט שפראך, סאו מיט אפאר שורות מער האב איך אביסל געכאפט וואס ער וויל...] שטייט דארט אז מ'קען עכט זען דארט די סאטמארע סעקטע. גראדע איז עס געווען אונטערשטעליג מיט אינפארמאציע מיט א שיינע פאר יאר, אבער אפשר דארף מען שוין טוישן נאמען צו קיוויאשד וכדו' אפשר וועלן זיי מער נישט קומען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דארף מען אויסהענגען גאנץ ליע עוו. מיט סיין'ס tourists NOT welcome!!
ברזילי
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברזילי »

אמאל געהערט אבער נישט וועריפייד אז היימישע בעקערייען אדווערטייזען ביי זיי,

והראיה זיי גייען נישט צו אלע בעקעריס
לעצט פארראכטן דורך ברזילי אום דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ראספשע האט געשריבן:דארף מען אויסהענגען גאנץ ליע עוו. מיט סיין'ס tourists NOT welcome!!

און זיי גיין מסתמא פאלגן... אין מאה שערים העלפט עס נישט אפילו מען טיילט מכות פאר טוריסטן...

אפילו די בעקעריייען וועלן זיי נישט אזוי העפליך אויפנעמען, וועלן זיי מיטנעמען צדה לדרך... נאר בלומינגבורג אדער זשערזי סיטי וועט זיי אפשטעלן פון קומען, ס'וועט נעמען פרישע זיבעציג יאר ביז זיי וועלן זיך דערוויסן וואו די נייע שטעט זענען....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ומאז וואס כ'האב באגעגנט די כוליגאנעס אין א געוויסע היימישע בעקעריי נמנעתי פון אהין אריין צו גיין.

ס'האט מיר געגרוילט, אנטשולדיגט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברזילי
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברזילי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:דארף מען אויסהענגען גאנץ ליע עוו. מיט סיין'ס tourists NOT welcome!!

און זיי גיין מסתמא פאלגן... אין מאה שערים העלפט עס נישט אפילו מען טיילט מכות פאר טוריסטן...

אפילו די בעקעריייען וועלן זיי נישט אזוי העפליך אויפנעמען, וועלן זיי מיטנעמען צדה לדרך... נאר בלומינגבורג אדער זשערזי סיטי וועט זיי אפשטעלן פון קומען, ס'וועט נעמען פרישע זיבעציג יאר ביז זיי וועלן זיך דערוויסן וואו די נייע שטעט זענען....

אויב העט מען סטראשען אז מען וועט קומען פארנט פון זיין פאלאץ פראטעסטירן אוי וועט עס העלפן
ברזילי
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברזילי »

farshlufen האט געשריבן:ומאז וואס כ'האב באגעגנט די כוליגאנעס אין א געוויסע היימישע בעקעריי נמנעתי פון אהין אריין צו גיין.

ס'האט מיר געגרוילט, אנטשולדיגט.

זיי כאטש מעורר דעם בעקער
splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך splinter »

ברזילי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ומאז וואס כ'האב באגעגנט די כוליגאנעס אין א געוויסע היימישע בעקעריי נמנעתי פון אהין אריין צו גיין.

ס'האט מיר געגרוילט, אנטשולדיגט.

זיי כאטש מעורר דעם בעקער

איינע פון די טורס אנפירער איז ליידער א סר מן הדרכ'טע פון די גאר היימישע, זי ברענגט זיי אריין אין די בעקערייען און זיי מסביר אלעס ארום אידישקייט (כך שמעתי פון איינע פון די בעקעריי איינגעשטעלטע)
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

עכט היימיש האט געשריבן:קענען אינזערע עסקנים גארנישט טוהן?, מיר מיזן לאזן הערן אינזער וויי געשריי!

כ'האב פאר דיר אנייצע, ציה זיך אוועק פון ככר השבת פון וומ"ס, ווער הייסט דיר וואוינען דוקא אין ככר השבת??... וואו איך וואוין קומען קיינמאל נישט קיין באסעס מיט טוריסטן.

כאטש דער פראבלעם פאר זיך איז טאקע זייער א גרויסער פראבלעם, אבער דו מוזט נישט אפעקטירט ווערן דערפון.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

להוי ידוע אז א גרויס חלק פון די באזיכער זענען ליידער אפשטאמיגע פון יודען. א יוד האט מיר געזאגט אז איינמאל כאפענדיג א שמועס מיט א באזוכער האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער איז אים גאר א נאנטער קוזין, און זייט דעמאלס האלט ער אן א קשר און סהאט שוין אויפגעטון גדולות ונצורות. וואס איך מיין צו זאגן אז מקען קיינמאל נישט וויסן וואס סקען אויפטון.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ברזילי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ומאז וואס כ'האב באגעגנט די כוליגאנעס אין א געוויסע היימישע בעקעריי נמנעתי פון אהין אריין צו גיין.

ס'האט מיר געגרוילט, אנטשולדיגט.

זיי כאטש מעורר דעם בעקער

די בעה"ב פון איינע פון די צוויי בעקערייען ווי זיי גייען אריין, האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט בלויז שאדן ווען די חברה קומען אריין, זיי רוקען זיך אן אויף א פארנומענע פרייטאג נאכמיטאג, זיי קויפן צוויי דריי קיכעלעך, ממש גארנישט, אינצווישן קומט נישט קיין איין איד אריין, אזוי האט ער שאדן הונדערטער דאלארן יעדע וואך, ער האט שוין פרובירט מיט שיינעם און מיט בייזען, ס'העלפט נישט גארנישט, זיי לאכן זיך אויס פון אים.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

זאג אים ער זאל גיסן אביסל קאטשעניו, זיי פארנעמען דאס נישט.

וויצן אין א זייט געלייגט, דאס איז ממש איבער די גיבולים. ביי מיר קומען זיי ב''ה נישט אן, אבער ווען מען קומט אריין אין שטאט פאר א קידוש וכדו' גיי איך געווענדליך א אומוועג נישט אנצוקלאפען אין די חברה.

פארוואס קען מען נישט ארויס קומען בריש גלי אקוראט ווי זיי טוען צו אונזערע ברידער פון אייראפע ווען זיי פארן אויף ארלויב. (די אלע רעסטריקשען'ס אין די יורעפעישע האטעלן) רוב פון די עלעמענטען קומען פון יוראפ.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א גוטן האט געשריבן:להוי ידוע אז א גרויס חלק פון די באזיכער זענען ליידער אפשטאמיגע פון יודען. א יוד האט מיר געזאגט אז איינמאל כאפענדיג א שמועס מיט א באזוכער האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער איז אים גאר א נאנטער קוזין, און זייט דעמאלס האלט ער אן א קשר און סהאט שוין אויפגעטון גדולות ונצורות. וואס איך מיין צו זאגן אז מקען קיינמאל נישט וויסן וואס סקען אויפטון.

מחי׳, שיק אים אפאר גאסן אהינציר, קיין קראונהייטס.. דארט העט מען אים מקבל פנים זיין בסבר פנים יפות
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יאצמעך האט געשריבן:זאג אים ער זאל גיסן אביסל קאטשעניו, זיי פארנעמען דאס נישט.

וויצן אין א זייט געלייגט, דאס איז ממש איבער די גיבולים. ביי מיר קומען זיי ב''ה נישט אן, אבער ווען מען קומט אריין אין שטאט פאר א קידוש וכדו' גיי איך געווענדליך א אומוועג נישט אנצוקלאפען אין די חברה.

פארוואס קען מען נישט ארויס קומען בריש גלי אקוראט ווי זיי טוען צו אונזערע ברידער פון אייראפע ווען זיי פארן אויף ארלויב. (די אלע רעסטריקשען'ס אין די יורעפעישע האטעלן) רוב פון די עלעמענטען קומען פון יוראפ.

די בעסטע עצה וואלט לכאורה געווען מאכן א ליסטע פון די טור-באס קאמפעני׳ס מיט וועלעכע׳ס זיי קומען, און מאכן א יד אחת מיט זיי.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:דארף מען אויסהענגען גאנץ ליע עוו. מיט סיין'ס tourists NOT welcome!!

און זיי גיין מסתמא פאלגן... אין מאה שערים העלפט עס נישט אפילו מען טיילט מכות פאר טוריסטן...

אפילו די בעקעריייען וועלן זיי נישט אזוי העפליך אויפנעמען, וועלן זיי מיטנעמען צדה לדרך... נאר בלומינגבורג אדער זשערזי סיטי וועט זיי אפשטעלן פון קומען, ס'וועט נעמען פרישע זיבעציג יאר ביז זיי וועלן זיך דערוויסן וואו די נייע שטעט זענען....

אויב וועט מען זיי נישט סערווירן ווי ס׳ברויך צו זיין קענעס אנמאכן פראבלעמען וואס קיינער זיכצעך נישט, ביסיידס, אזאנע עצות האט נישט קיין פשט סינס ס׳איז יעדע׳ס מאל אנדערע מענטשן.
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”