2018 וואלן פרעדיקשאן אשכול

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וויאזוי וועט זיין די 2018 זשענעריק בעלאט וואלן רעזולטאט?

רעפובליקאנער שמאל געווינען, פון 1 ביז 5 פונקטן
62
43%
דעמאקראטן שמאל געווינען, פון 1 ביז 5 פונקטן
35
24%
רעפובליקאנער ברייט געווינען, 5+
13
9%
דעמאקראטן ברייט געווינען, 5+
17
12%
רעפובליקאנער אין א לענדסלייד, 10+
7
5%
דעמאקראטן אין א לענדסלייד, 10+
11
8%
 
סך הכל שטימען: 145

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

2018 וואלן פרעדיקשאן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אין צוויי וואכן ארום גייט די ריכטיג היציגע וואלן קאמפיין אריין אין קראפט. וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן וואס די עולם שאצט וועט זיין די אויסקום פון די וואלן אום נאוועמבער 3 הבעל"ט, איבער די פאפולער וואוט, קאנגרעס, און סענאט.

איך וועל געבן מיין שאצונג, בעיסד אויף פאולס, מאמענטום, קאנדידאטן, און פריימערי טורנאוט, מ'בעט דער עולם זאל צושטייער געבן זייערס.

איז אזוי, לגבי קאנגרעס, דעמאקראטן פארמאגן לע"ע 194 זיצן אין קאנגרעס, זיי ברויכן פליפן נאך 24 צו גרייכן 218 פאר א מיאריטעט. קוק פאליטיקל גיבט 10 רעפובליקען זיצן פארן דעמאקראט (לייקלי אדער ליען) און 27 זיצן אלס "טאססאפ". אויב זאלן דעמאקראטן קריגן אלע ליען דעמ. און טאססאפס גרייכן זיי 231, איבער גענוג פארן קאנגרעסשאפט. דערנאך זענען דא נאך 25 "ליען רעפובליקען" וואס איז א שטאפל אוועק פון טאססאפ און האט די פאטענשאל פון ווערן פארכאפט אין אן עקסטרעם שטארקע בלויע כוואליע, אין דעם פאל וועלן די דעמאקראטן גרייכן א סופער מיאריטעט פון 256 זיצן.

לויט מיין שאצונג וועלן דעמאקראטן געווינען 5 (+) פונקטן אין די פאפולערע וואוט, קריגן די 10 ליען דעמ. זיצן, און אויפפיקן כמעט 20 פון די העווי קאנטעסטעט, דאס וועט זיי ברענגען צו א ס"ה פון 221. פאלגענד זענען די טאססאפ אדער ליען רעפובליקען דיסטריקטס וואס איך פראזשעקט צו פליפן צו די דעמאקראטן.

1) קענטאקי-6 (טראמפ +16), דער דעמאקראט עמי מעגרעט קעגן אינקאמבענט ענדי באר (געווינען דעם זיץ מיט 20 פונקטן).

2) ניו יארק-22 (טראמפ +15), דעמאקראט ענטאני ברעדינקי קעגן אינקאמבענט קלאוני טעדי (געווינען מיט 6 פוינטס).

3) מעין-2 (טראמפ +10, אבאמא +9), דעמאקראט זשעראד גאלדען קעגן דעם אינקאמבענט ברוס פאליקווין (געווינען מיט 10 פוינטס).

4) מישיגען-11 (טראמפ און ראמני מיט עטליכע פוינטס), דעמ. העילי סטיווענס קעגן רעפ. לענא עפשטיין.

5) מיניסאוטע-2 (טראמפ +1, אבאמא +0.1), דעמ. אנזשי קרעיג קעגן אינקאמבענט זשעסאן לואיס (געווינען מיט 2 פוינטס).

6) אייאווע-1 (טראמפ +4, אבאמא +10), דעמאקראט עבי פינקענהייער קעגן דעם אינקאמבענט ראד בלום (געווינען מיט 8 פוינטס).

7) אייאווע-3 (טראמפ +3,אבאמא +4), דעמאקראט סינדי עקסאן קעגן דעם אינקאמבענט דעוויד יאנג (געווינען מיט 15 פוינטס).

8) אילינוי-12 (טראמפ +5, ראמני +5), דעמאקראט ברענדאן קעלי קעגן דעם אינקאמבענט מייק באסט (געווינען מיט 15 פוינטס).

9) קענסעס-2 (טראמפ +19, ראמני אויך הויעך), דעמאקראט פאל דעוויס קעגן רעפ. לין זשענקיס.

10) קאליפארניע-39 (קלינטאן +9,ראמני +4), דעמאקראט זשיל סיסנעראוס קעגן רעפ. יאנג קים.

11) קאליפארניע-25 (קלינטאן +7, ראמני +2), דעמאקראט קעטי היל קעגן אינקאמבענט סטיווען נייט.

12) קאליפארניע-48, (ראמני +12, קלינטאן +2) דעמאקראט הארלי ראודע קעגן אינקאמבענט דאנע ראובעטשער.

13) קאלאראדא-6 (קלינטאן +9, אבאמע +3) דעמאקראט זשעסאן קראו קעגן אינקאמבענט מייק קאפמאן (געווינען מיט 8 פונקטן).

14) מיניסאוטע-3 (קלינטאן +9, אבאמא +1), דעמאקראט דיען פילעפס קעגן אינקאמבענט עריק פאולסען (געווינען מיט 14 פוינטס).

15) ניו זשערזי-7 (קלינטאן +1, ראמני +7) דעמאקראט טאם מאלינסקי קעגן דעם אינקאמבענט לענארד לענז (געווינען מיט 11 פוינטס).

16) טעקסעס-32 (קלינטאן +2, ראמני +15), דעמאקראט קאלין אלרעד קעגן דעם אינקאמבענט פיט סעשאנס (געווינען מיט +30).

17) וואשינגטאן-8 (קלינטאן +3, אבאמא +1), דעמאקראט קים שרייער קעגן אינקאמבענט דעוויד רייכערט (געווינען מיט 20 פוינטס).

אין די סענאט פארמאגן אצינד די דעמאקראטן 49 זיצן, און ברויכן נאך 2 צו פליפן קאנטראל. לדעתי וועלן די דעמאקראטן האלטן רוב פון זייערע אינקאמבענטס, זיי וועלן צולייגן אריזאונע, נעוואדע און טענענסי צו א ס"ה פון 52 זיצן. זיי וועלן אבער דערלייגן מיזורי און נארט דעקאוטע סאו די סענאט וועט בלייבן א טיי, מיט פענס אלס שטימע ברעכער.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עפעס גלייב איך נישט אין א לענדסלייד איך זע נישט די דעמאקראטן זאלן האמערן מיט א גוטע מעסעדזש.
עפעס וועלן זיי מן הסתם געווינען פון די אנטי טראמפ געפילן
שויתי ה' לנגדי תמיד
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

I voted that the Dems will win in a landslide but in today's times are polls made not to see people's opinions but to shape what people's opionions should be
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דעמאקראטען ברייט געווינען, עס איז די נאטורליכע זאך דאס זאל געשעהן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

געשטימט ווי @מטעמים, לגבי פרעדיקשענס איז אזוי אין די האוז האלט איך אז די דעמאקרעטס וועלן געווינען, מיט וויפיל ווייסעך נישט.

לגבי די סענאט, עגרי איך מיט @כאפצעם אויף רוב זיצן, חוץ, פלארידע ווי עס קוקט מיר אויס אז סקאט געווינט, מיזורי איז א טאסאפ אבער איך האלט אז מעקעטסקיל וועט געווינען, און טענעסי קוקט ענדערש אויס אז די רעפאבליקענס וועלן למעשה געווינען, אבער אויב ווערט א גרעסערע וועיוו, אזא 10%+ וועיוו, געווינען די דעמאקרעטס אלע טאסאפ'ס, דהיינו אלע זייערע זיצן, מיט נעוואדע אריזאנע און אויך טענעסי, אין טעקסאס ווענדט זיך עס בעיקר צו ארארק וועט באווייזן ארויסברענגען מאסן ספאנישע, בעצם איז קרוז גאנץ פאפעלער, נאר בעטא ארארק איז א מעכטיגע קאנדידאט, איך האלט למשל אז ווען ער לויפט אין פלארידע אפילו נישט אלס אינקאמבענט קעגן ריק סקאט וואלט ער אודאי געווינען, נאר טעקסאס איז א רויטע סטעיט, און קרוזס עפראוועל איז איבער 10%+.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

@צל, שטודיר אביסל די קאנגרעס אינדעווידואלע פארמעסטן, כבין נייגעריג אין דיין נומער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון ווי זאל איך וויסן ווער עס וועט זיין גערעכט ביי די זיצן ווי קוק שטימט נישט מיט 538, עס איז דא אויף ביידע זייטן זיצן ביי ביידע, אין עוורידזש איז קוק בעסער פאר די רעפאבליקענס, איך האלט גראדע אז ביידע וועלן גיין לקולא פאר די דעמאקרעטס, דהיינו יעדע זיץ וואס איז טאסאפ לויט איינעם וועט איבער 50% פראצענט פון זיי גיין צו די דעמאקרעטס, אינאיינעם מיט כמעט אלע וואס זענען ליען אדער לייקלי אפילו ביי איינעם.

די מעשה איז אויך אז דעיוויד וואסערמאן האט אנקעטעס וואס זענען נישט פאבליק אויך, למשל אויף דזשאן קאטקא זאגט ער קלאר אז די PPP איז א אוטלייער, ווען מען האט אים געפרעגט יעמאלט פארוואס געט נישט קאטקא ארויס זיינע אנקעטעס, האט ער גע'ענטפערט בעסיקלי אז נישט קאטקא האט עס, דהיינו די דעמאקרעטס האבן גאר די אנקעטעס דארט, מסתמא פון דעם סארט וואס זיי האבן ארויסגעגעבן אין פלארידע 26, נעיט סילווער משא"כ נוצט בלויז פאבליק אנקעטעס, פון די אנדערע זייט, וואסערמאן לייגט אליינס אריבער זיצן לויט וואס ער האלט, משא"כ נעמט לייגט אריין אינפרעמאציע און זיין סיסטעם געט רעטינגס, דאס איז סיי לגבי אנקעטעס סיי לגבי פאנדעמענטעלס.

ווען איך וועל נישט האבן וואס צו טון האפעך דורך גיין אביסל די זיצן וואס דו רעיטסט, אבער איך ווייס נישט צו איך וועל אנקומען, מיין כלל איז, כמעט אלע זיצן וואס אז יעצט עכט טייט וועלן די דעמאקרעטס למעשה געווינען, און א גרויסע חלק פון די וואס זענען אין סטרייקינג דיסטענס.

נאך איין קרישקעלע, מען טאר נישט אונטערשאצן בעטא ארארק.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

רב כאפצעם,

זייער קלארע און אויסגעהאטעלנע חשבונות לויט די יעצטיג מאוד פונעם לאנד.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן:לויט מיין שאצונג וועלן דעמאקראטן געווינען 5 (+) פונקטן אין די פאפולערע וואוט, קריגן די 10 ליען דעמ. זיצן, און אויפפיקן כמעט 20 פון די העווי קאנטעסטעט, דאס וועט זיי ברענגען צו א ס"ה פון 221. פאלגענד זענען די טאססאפ אדער ליען רעפובליקען דיסטריקטס וואס איך פראזשעקט צו פליפן צו די דעמאקראטן.

כ'זעה א נייע יוגאוו מאדעל זאגט ווי מיר
אטעטשמענטס
20180819_145117.png
20180819_145117.png (71.96 KiB) געזען 2860 מאל
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

כ'האב נישט קיין איינונג (מיט די ניגון פון אבא ווינקלער).....
אבער ליבי אומר לי אז די דעמאקראטן גייען געווינען מיט וויפיל ? כ'ווייס נישט
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אימפיעטשמענט הענגט אויפן האריזאנט אין פאל פון א דעמאקראטישע געווינס אין נאוועמבער און אויב היסטאריע איז עני אינדיקעיטאר דארפן רעפובליקאנער געווינען ברייט.

אין 1996 מידטורם האט זיך אפגעשפילט גענוי אזא צענע, קלינטאן איז געווארן באשולדיגט און רעפובליקאנער האבן זיך געגרייט צו אימפיעטשמענט, אין די מידיע איז געווען די אנגענימענע קאנסענסעס אז קלינטאן און די דעמאקראטן זענען דערנאך פארן פארסיעבל צוקונפט, און די עקאנאמיע איז געווען גראדע גוט.

אצינד חזר'ט זיך איבער אקוראט די זעלבע זאך, טראמפ ווערט באשולדיגט אין א קריים, דעמאקראטן גרייטן זיך פאר אימפיעטשמענט, די מידיע זאגט שוין קדיש אויף טראמפ, און די עקאנאמיע איז פיין!

וועט זיין אן איבערשפיל היי יאר און רעפובליקאנער וועלן גאר געווינען זיצן אין ביידע הייזער אווי דעמאלטס? טיים וויל טעל.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מאכט נישט קיין טראפ סענס נאכן זעהן די לעצטערע ספעציעלע עלעקשאנס

[אין סענאט אפשר]
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

די איצטיגע אימפיטשמענט רעטאריק איז מער בגדר חלום וואס אפילודי נארמאלע דאמאקראטן ווילן נישט רעדן דערפון פאר מאולער קומט ארויס מיט זיינע געפינסן,
זייער זייער ווייט פון די קלינטאן צייטן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די איצטיגע אימפיטשמענט רעטאריק איז מער בגדר חלום וואס אפילודי נארמאלע דאמאקראטן ווילן נישט רעדן דערפון

טעות, יעדער רעדט שוין דערפון, ספעציעל די מידיע
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

כאפצעם האט געשריבן:אימפיעטשמענט הענגט אויפן האריזאנט אין פאל פון א דעמאקראטישע געווינס אין נאוועמבער


פארוואס זאלן די דעמאקראטן אים פרובירן צו אימפיטשן? וואס גייען זיי האבן דערפון? איז פענס ווייניגער רעפובליקען ווי אים?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אימפיעטשמענט הענגט אויפן האריזאנט אין פאל פון א דעמאקראטישע געווינס אין נאוועמבער


פארוואס זאלן די דעמאקראטן אים פרובירן צו אימפיטשן? וואס גייען זיי האבן דערפון? איז פענס ווייניגער רעפובליקען ווי אים?

זיי האבן אים סאך מער פיינט, ער שטייט פאר א טונקעלע אידעלאגיע
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אימפיעטשמענט הענגט אויפן האריזאנט אין פאל פון א דעמאקראטישע געווינס אין נאוועמבער


פארוואס זאלן די דעמאקראטן אים פרובירן צו אימפיטשן? וואס גייען זיי האבן דערפון? איז פענס ווייניגער רעפובליקען ווי אים?

זיי האבן אים סאך מער פיינט, ער שטייט פאר א טונקעלע אידעלאגיע

און נארמאלע אומשטענדן קומט די ריפאבליקאנער זאלן פארלירן קאנגרעס.. היסטארי ווייזט אז און מידטורם׳ס פארלירן די אינקאמבענט פארטיי.

פארקערט, אויב האלטן די ריפאבליקאנער קאנגרעס איז עס היסטארי!.. כ׳זאג דיר אבער יעצט, אויס זאל עס טאקע פאסירן וועט עס לאו דוקא פראווען אז טראמפ טוט גוטע ארבעט, נאר ענדערש אז ראבערט מוללער האט ארויסגעשלעפט די טראמפ באזע צום שטום בודקע!..
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

היסטאריע ווייזט אז מען פארלירט זיצן, נישט אז מען פארלירט די הנהגה, קענעדי דזשאנסאן און קארטער האבן טאקע פארלוירן זיצן, אבער נישט קאנטראל, קלינטאן האט איינמאל פארלוירן קאנטראל און איינמאל צו באקומען זיצן, די זעלבע בוש, אבאמע האט איינמאל פארלוירן קאנטראל און די צווייטע פארלוירן נאך זיצן.

און די דארפסט געדענקן אז אין די אלע יארן, פון עטליעסט די צווייטע וועלט מלחמה ביז 2012 האט די פארטיי וואס האט געהאט מער שטימען געווינען קאנטראל, 2012 איז גראדע נישט געווען קיין מידטערם, סוי אלע מידטערמס האט דערווייל די פארטיי וואס האט געווינען די וואלן אויך געווינען קאנטראל, און די דעמאקרעטס וועלן זיכער האבן מער שטימען, די שאלה איז צו עס וועט זיין גענוג צו געווינען קאנטראל אין די דזשערימענדערט מעפ.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך דערמאן נישט די רעפאבליקענס ניקסאן פארד רעיגן און בוש 41 ווייל זיי האבן קיין קאנטראל אין קאנגרעס קיינמאל געהאט, פארלוירן זיצן אין די מידטערמס האבן זיי יא אין אלע.

אייזענהאוער האט פארלוירן קאנטראל אין זיין ערשטע מידטערם, צווייטע פארלוירן נאך זיצן.

עס איז דא א שיינע טשארט אינטער די האוז פרעדיקשענס ביי 538.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איז שייך צו אומפיטשען אויב ער בלייבט נאר מיט סענאט ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ניין ווייל די סענאט דארף עס באשטעטיגען.
אזוי ביל קלינטען וואס איז שוין געווארן אימפישט אין קאנגרעס נאר עס איז דורך געפאלן אין סענאט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

מטעמים האט געשריבן:דעמאקראטען ברייט געווינען, עס איז די נאטורליכע זאך דאס זאל געשעהן.

אין די טראמפ עפאכע איז גארנישט נאטורליך.
"נאטורליך" וואלט היללערי יעצט געווען פרעזידענט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מאכט נישט קיין טראפ סענס נאכן זעהן די לעצטערע ספעציעלע עלעקשאנס

[אין סענאט אפשר]

ספעשל עלעקשאנס איז נישט קיין ראיה. מענטשן קומען אסאך שוואכער ארויס אין א ספעשל עלעקשאן.
און מען זאל נישט פארגעסן אז מיט טראמפ סופפארטערס קען מען נישט וויסן, ער קען נאך פיין ארויסברענגן די שלאפעדיגע מאסן.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

eller האט געשריבן:איז שייך צו אומפיטשען אויב ער בלייבט נאר מיט סענאט ?

אפילו אויב די דעמאקרעטס נעמען איבער דעם סענאט וועלן זיי מוזן האבן עטליעסט 15 רעפאבליקאנער סענעטארן צו ארויסווארפן טראמפ.

אימפיעטשן הייסט דאס אז קאנגרעס שטימט אנצוקלאגן דעם פרעזידענט צום סענאט, וואס דאס האט מען געטון מיט קלינטאן, נאכדעם ברויך מען האבן צוויי דריטל סענאט צו רעמאווען א פרעזידענט פון אופיס.

די איינציגסטע וועג אז דאס זאל געשען וועט זיין אויב עס וועט ארויסגעקומען אזאנע זאכן אויף טראמפ אז א גרויסע חלק רעפאבליקענס זאלן אים גרייט זיין צו ווארפן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

צל עובר האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איז שייך צו אומפיטשען אויב ער בלייבט נאר מיט סענאט ?

אפילו אויב די דעמאקרעטס נעמען איבער דעם סענאט וועלן זיי מוזן האבן עטליעסט 15 רעפאבליקאנער סענעטארן צו ארויסווארפן טראמפ.

אימפיעטשן הייסט דאס אז קאנגרעס שטימט אנצוקלאגן דעם פרעזידענט צום סענאט, וואס דאס האט מען געטון מיט קלינטאן, נאכדעם ברויך מען האבן צוויי דריטל סענאט צו רעמאווען א פרעזידענט פון אופיס.

די איינציגסטע וועג אז דאס זאל געשען וועט זיין אויב עס וועט ארויסגעקומען אזאנע זאכן אויף טראמפ אז א גרויסע חלק רעפאבליקענס זאלן אים גרייט זיין צו ווארפן.

סא וואס האט ער אזוי מורא ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”