אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און טערקיי

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און טערקיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

נאכ׳ן ווארענען עטליכע מאל די טערקישע רעגירונג האט אמעריקע נעכטן גענומען דעם העכסט פרעצעדענטלאזע שריט פון לייגן סאנקציעס אויף פארשידענע טערקישע באאמטע וועלכע זענען פארבינדן צום ארעסט פונעם אמעריקאנער גייסטליכער ענדרו בראנסאן, א קריסטליכער פרעדיגער וועמען די טערקן באשולדיגן אין שפילן א ראלע אינעם דורכגעפאלענעם פוטש צוריק אין 2015.

ברענסאן שמאכטעט שוין איבער צוויי יאר אין טערקישן טורמע, און טראץ נאכאנאנדיגע פארלאנגען פון אמעריקע אנזטאגן זיך די טערקן פון אים באפרייען, אויך נאכדעם וואס אמעריקע איז נאכגעקומען זייער פארלאנג און אינטערווענירט ביי מדינת ישראל צו באפרייען א טערקישער בירגער וואס איז געזיצן איבער טעראר קלאגעס.

עס איז א גאר אומגעווענליכע שריט אז אמעריקע לייגט עקאנאמישע סאנקציעס אויף באאמטע פון א לאנד וועלכע זענען אפיציעל אליאירט מיליטערישע און דיפלאמאטיש, און זענען מיטגלידער אינעם נאט״א אליאנץ, די סאנקציעס זענען אבער נישט קעגן די רעגירונג נאר פערזענליך קעגן דעם יוסטיץ מיניסטער און אינערן מיניסטער וועלכע זענען דירעקט פאראנטווארטליך פאר זיין אנגייענדע ארעסט.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער טערקישער לירא געפונט זיך אין איר נידריגסטן פונקט אין לאנגע יארן, און עקאנאמיסטן זארגן זיך אז די טערקישע עקאנאמיע איז אויפ׳ן שוועל פון צוזאמענבראך, און פרעזידענט טראמפ האט באשלאסן דאס צו אויסנוצן צו פארשטערקערן די דרוק אויף טערקיי איר צו צווינגען צו נאכקומען אמעריקעס פארלאנג צו באפרייען אן אמעריקאנער גייסטליכער וואס זיי פארהאלטן אין טורמע.

״איך האב נארוואס אויטאריזירט צו פארטאפלן דעם שטייער אויף אייזן און שטאל וואס ווערן אימפארטירט פון טערקיי, דער טערקישער דאלער טראסקעט נאכאנאנד קעגן דעם שטארקן דאלער, יעצט וועט די שטייער זיין 20% פאר אלומיניום און 50% פאר שטאָל, אונזערע באציאונגען מיט טערקיי זענען נישט גוט״ שרייבט דער פרעזידענט היינט אויף טוויטער.

דאס קומט נאכדעם וואס אמעריקע האט פאריגע וואך געלייגט סאנקציעס אויף מיניסטארן אינעם קאבינענט פון ארדואן און געווארנט מיט שארפערע סאנקציעס צוליב די ארעסט פון ענדרו ברענסאן, אן אמעריקאנער קריסטליכער גייסטליכער וועמען טערקיי באשולדיגט אין שפילן א ראלע אין דעם דורכגעפאלענעם פוטש פארזוך אין 2015, אבער אמעריקע פארלאנגט זיין באלדיגע באפרייאונג.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

ס'איז נישט קיין גרויסע נייעס וויבאלד טערקיי דערנעטערט זיך צוביסלעך צו רוסלאנד [טראכט זיך אפלאזן פון נאטא] קויפט פון זיי וואפען
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אויפגעפרישט האט געשריבן: טערקיי דערנעטערט זיך צוביסלעך צו רוסלאנד [טראכט זיך אפלאזן פון נאטא]

זיי משוגע מאכן יעצט וועט זיכער נישט העלפן דערמיט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כאפצעם האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן: טערקיי דערנעטערט זיך צוביסלעך צו רוסלאנד [טראכט זיך אפלאזן פון נאטא]

זיי משוגע מאכן יעצט וועט זיכער נישט העלפן דערמיט

קוקענדיג וועלכע וועג זיי גייען די לעצטע פאר יאר קוקט נישט אויס ווי ס'איז נאך דא וואס מורא צו האבן

איטס עי לאסט קעיס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ווען טראמפ טוט גארנישט וואלטן זיינע קעגנער געזאגט אז דאס איז ווייל טערקיי איז לעצטנס נאנט מיט רוסלאנד וכו'..

וואטעווער ער טוט איז ראנג.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
ראגעלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראגעלעך »

הער אויס, עס מוז זיין א קאנטער באלאנס, כל זמן עס וועלן זיין מענטשן וואס וועלן אייביג זיין צופרידן פון טראמפ, נישט קיין חילוק וואס ער טוט, וועט זיין זיין מענטשן אויף די פארקערטע זייט וואס וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן, אפגעזעהן וואס ער טוט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

הענדימען האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן: טערקיי דערנעטערט זיך צוביסלעך צו רוסלאנד [טראכט זיך אפלאזן פון נאטא]

זיי משוגע מאכן יעצט וועט זיכער נישט העלפן דערמיט

קוקענדיג וועלכע וועג זיי גייען די לעצטע פאר יאר קוקט נישט אויס ווי ס'איז נאך דא וואס מורא צו האבן

איטס עי לאסט קעיס

פאר א סיבה זענען זיי נאך נישט דארט, מ'האלט זיי ביי די קראגן ווי ווייט מ'קען

אזוינע שריט וועט נאר ברענגען די פארקערטע רעזולטס. באט הו קעירס וועגן רוסלאנד זיך אויסשפרייטן נייע אינפלוענס, ס'דאך דא עפעס א גלח'ל דארט!...
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

א גלח'ל ? אן אמעריקאנער בירגער איז ארעסטירט אין אן אפיציעל אליאירטער לאנד על לא דבר, אבער אמעריקע דארף שווייגן?
ווען טערקיי איז אריין אין סיריע , האסטו געהאלטן אז טראמפ דארף טוהן מער, אדער האסטו אויך געהאלטן אז מען קען גארנישט טוהן ווייל זיי גייען אריבער צו רוסלאנד'ס זייט?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יואל שרייבער האט געשריבן:א גלח'ל ? אן אמעריקאנער בירגער איז ארעסטירט אין אן אפיציעל אליאירטער לאנד על לא דבר, אבער אמעריקע דארף שווייגן?

עס זענען דא צענדליגער אמעריקאנער בירגער פארהאלטן אין פרעמדע לענדער. אז די ווייסע הויז וויל מאכן איינעם אלס מיוחס און איינלייגן וועלטן פאר יענעם, נאו פראבלעם. אבער דא קומט עס מיטן פרייז פון צולייגן א לאנד צום רוסישן אימפעריע
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טערקיי איז עניוועי נישט אונזער פרענד.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:טערקיי איז עניוועי נישט אונזער פרענד.

זיי זענען אין נאטא, די רגע זיי גייען ארויס האט רוסלאנד די עדווענטידזש אין יענעם גאנצן ראיאן

דאס איז פאליטיש געאגראפיש א"ב. איינמאל וועסט עס כאפן וועסטו פארשטיין פארוואס אונז זעמיר גרייט צו זיין אין אן אלאיאנץ און פראטעקטן אזא לאנד על אף זיי מאכן אונז אסאך פראבלעמען
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

זיי גייען נישט קוויטן נאטאו. פינטל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

וואס האבעך פון דעם אז זיי זענען אין נאטא אויב איז ער אויף רוסלאנד'ס זייט עניוועי?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אויב טערקיי גייט פון נאטא (וואס גייט לכאורה נישט געשען), קענסטו סאך פריער באשולדיגן די אייראפעאישע פירער וואס האבן איר נישט געוואלט ארייננעמען אין די אי יו ווי טראמפ.

און בכלל, אויב זענען זיי גרייט פאר סאנקציעס אבי צו האלטן דעם גלח'ל אין ארעסט, זע איך נישט פארוואס אמעריקע זאל זיך צוריקהאלטן דערפון.

אונז דארף מיר זיי נישט נאכלויפן, ספעציעל מיט די ווירטשאפט דארט די לעצטע פאר יאר.

די איידעלע וואוילע אייראפעער, וואס זענען אויך אין נאטא, און שטייען אויס צו פארלירן סאך מער ווי אמעריקע פון א שטארקע רוסלאנד האבן אויסגעשלאסן טערקיי פון אריינקומען אין די אי יו, אבער העי, טראמפ נעמט זיך פאר אן אמעריקאנער סיטיזן.

אינטערעסאנט אז די ליבעראלע אייראפעישע פירער קענען נישט די פאליטיש געאגראפיש א''ב.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

ווישוואש ;l;p-
גראדע דער נ''י טיימס בלעימט אויך טערקיי (ערדואן). זייער האסע צו טראמפ איז נאך נישט אזוי שטארק ווי געוויסע ניקס דא...
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

כאפצעם האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן: טערקיי דערנעטערט זיך צוביסלעך צו רוסלאנד [טראכט זיך אפלאזן פון נאטא]

זיי משוגע מאכן יעצט וועט זיכער נישט העלפן דערמיט

קוקענדיג וועלכע וועג זיי גייען די לעצטע פאר יאר קוקט נישט אויס ווי ס'איז נאך דא וואס מורא צו האבן

איטס עי לאסט קעיס

פאר א סיבה זענען זיי נאך נישט דארט, מ'האלט זיי ביי די קראגן ווי ווייט מ'קען

אזוינע שריט וועט נאר ברענגען די פארקערטע רעזולטס. באט הו קעירס וועגן רוסלאנד זיך אויסשפרייטן נייע אינפלוענס, ס'דאך דא עפעס א גלח'ל דארט!...

איין זאך איז זיכער ווען טראמפ איז ווען נישט א חלק פון די זאך וואלסטו קיינמאל נישט גענוצט די סברה (אויב מען קען עס אזוי רופען) און זיכער נישט די ווערטער עפעס א גלח'ל דארט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זיי גייען נישט קוויטן נאטאו. פינטל

די אנאליסטן דא אין וואשינגטאן עקזעמינאור זענען נישט אזוי זיכער, און זענען שטארק באזארגט אז דאס קען זיין די רעזולט פון די שריט


As the Turkish leader is an avowed Islamic nationalist-populist of questionable mental state. Trump might think that the current deterioration relations won't effect the broader contours of the U.S.-Turkish alliance, but that assumption is risky.

Indeed, as Joel Gehrke reports, Erdogan has already responded to Trump's escalation with his own words of rebuke. Erdogan's interest in stronger relations with Russia to offset U.S. relations will be of particular pleasure to Vladimir Putin. The Russian leader senses that he can suck Turkey out of its U.S.-aligned NATO orbit and thus damage the alliance's southern flank. Putin also wants Erdogan's acquiescence to his looming operation to kill-off the last remaining redoubt of the Syrian rebellion. Finally, Putin wants to consolidate Erdogan's support towards making Russia the new master of international politics in the Middle East.

In turn, while Erdogan's recent actions required U.S. pushback, Trump must be prudent. Turkey continues to provide critical territorial access that supports U.S. military efforts across the Middle East. And by challenging Erdogan's ego by insulting his economic difficulties, Trump risks the Turkish leader's overreaction and escalating this spat into a crisis. This risk is even more pronounced in that Erdogan's current government rests on the support of a Turkish ultra-nationalist party, the MHP. That matters because the MHP hates America, currently loves Putin, and is always keen to see America's bloody nose. As you read this article, MHP leaders will be pressuring Erdogan to strike back against U.S. interests.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן, האט אין א פרישן סטעיטמענט געסטראשעט, אז ער וועט נקמה נעמען אין אמעריקע. ערדואן׳ס סטראשע איז געקומען, נאכדעם וואס די טערקישע לירא געלט איז גאר שטארק געפאלן, פארלירנדיג זעכצן פראצענט פון איר ווערד. ערדאגאן זאגט, אז אמעריקע איז שולדיג דערויף, און אז זיי מעגן זיך שעמען פאר׳ן טשעפען די טערקישע עקאנאמיע מיט פרישע סאנקציעס. ער האט אויך פארדאמט דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארלאפענעם פרייטאג געמאלדן, אז עס וועלן געהעכערט ווערן די טאריפס אויף אייזן און אלומינום פון טערקיי.
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

כאפצעם האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן: טערקיי דערנעטערט זיך צוביסלעך צו רוסלאנד [טראכט זיך אפלאזן פון נאטא]

זיי משוגע מאכן יעצט וועט זיכער נישט העלפן דערמיט

קוקענדיג וועלכע וועג זיי גייען די לעצטע פאר יאר קוקט נישט אויס ווי ס'איז נאך דא וואס מורא צו האבן

איטס עי לאסט קעיס

פאר א סיבה זענען זיי נאך נישט דארט, מ'האלט זיי ביי די קראגן ווי ווייט מ'קען

אזוינע שריט וועט נאר ברענגען די פארקערטע רעזולטס. באט הו קעירס וועגן רוסלאנד זיך אויסשפרייטן נייע אינפלוענס, ס'דאך דא עפעס א גלח'ל דארט!...

לויט מיין פארשטאנט איז ערדאון א ציריקטע משוגענער און ער האט קיינמאל נישט געוואלט זיין גוט מיט רוסלאנד און נישט צו לאנג צוריק האט ער אראפ געשאסען א רוסישע פליגער און די אנגעצויגענקייט צווישען די 2 איז געווען אויף די העכסטע פארנעם און היינט איז ער בעסט פרענד מיט רוסלאנד און ער שלאגט זיך מיט טראמפ און מארגען קען ער אראפ שיסען נאך א רוסישע פליגער און צוריק זיין גוט מיט אמעריקע און אזוי ווייטער
וואס וויל איך ארויסברענגען אז ער איז קיינעמס פריינד און ער איז יעצט אויכט נישט גוט מיט רוסלאנד מען קען זיך יעצט ארום רייסען מיט אים און ווען מען באשליסט קען מען אים צוריק מאכען בעסט פרענד מיט אמעריקע און 1 מינוט
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

פשוטע סברא, ער גייט נישט אויפגעבן אן אומזינסטע מאכטפולע אינשורענס ווי נאטא.

דיקטאטורן גלייכן צו ווייזן שטארקייט, ווען ער זיצט מיט פוטין ווייסט ער אז זיין איינציגע עכטע מאכט וואס מאכט אים אייניג מיט פוטין איז נאטא, ער גייט דאס נישט אוועקווארפן.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די סעקונדע ער קוויט נאטאו גייט זיין עקאנאמיע קראכן. כאאס מיט ריאטן וועט פלאגן׳ס לאנד.. און פוטין, וואס איז יעצט מכלומריש זיין נייער חבר וועט תיכף אויסדרייען דעם דאטשיק קעגן דעם טערק!.

וואשינגטאן עקזעמינאר ארויף אראפ.. אזאנס גייט נישט פאסירן.
רשעות קאלטע סעלצער
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די סעקונדע ער קוויט נאטאו גייט זיין עקאנאמיע קראכן. כאאס מיט ריאטן וועט פלאגן׳ס לאנד.. און פוטין, וואס איז יעצט מכלומריש זיין נייער חבר וועט תיכף אויסדרייען דעם דאטשיק קעגן דעם טערק!.

וואשינגטאן עקזעמינאר ארויף אראפ.. אזאנס גייט נישט פאסירן.

די ריסק אז עס קען אפשר פאסירען איז נישט אוועק צו מאכען.

עס איז א נושא וואס איז ווערט א דיבעיט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

צווייפעל האט געשריבן:פשוטע סברא, ער גייט נישט אויפגעבן אן אומזינסטע מאכטפולע אינשורענס ווי נאטא.

נאטא איז מער נישט קיין אינשורענס.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

כאפצעם האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:א גלח'ל ? אן אמעריקאנער בירגער איז ארעסטירט אין אן אפיציעל אליאירטער לאנד על לא דבר, אבער אמעריקע דארף שווייגן?

עס זענען דא צענדליגער אמעריקאנער בירגער פארהאלטן אין פרעמדע לענדער. אז די ווייסע הויז וויל מאכן איינעם אלס מיוחס און איינלייגן וועלטן פאר יענעם, נאו פראבלעם. אבער דא קומט עס מיטן פרייז פון צולייגן א לאנד צום רוסישן אימפעריע

אומשולדיגע אמעריקאנער בירגער? קענסט אפשר ברענגען נעמען?
א ליסטע פון CNN רעכנט בלויז אויס מענטשן אין איראן און טערקיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”