נייעס און נאטיצן פון די פאול מענעפארט פראצעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הכל הבל האט געשריבן:מענעפארטס אדוואקאט קעווין דאונינג: מיר האבן נישט פרעזענטירט א קאנטער קעיס ווייל מיר גלויבן אז די רעגירונג האט פארפעלט צו צעמענטירן א קעיס מיט גענוג איבערצייגונג

דאס איז די טיפיקעל ענטפער פון א דעפענס טיעם ווען זיי ברענגען נישט קיין עדות. די פראבלעם מיט אזא ארגומענט איז אז עס ווייזט אויף א שטארקע זעלבסטזיכערקייט וואס נארמאלע מענטשען האבן נישט ליב. ס׳איז ווי ביי א דיבאטע זאל א קאנדידאט איגנארירן זיין אפאונענט ״ווייל ער איז ניטאמאל ווערט אן ענטפער״ מענטשען קוקן דאס אן זייער סנאבי. יענער רעדט שוין א וואך צייט, האסט עפעס צו ענטפערן דעראויף??
לדעתי ליגט עפעס דא. אפשר א פארדאן אדער עפעס ענליכס. אז נישט קען איך נישט כאפן וואס זייער ענד געים איז
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

מעגליך אז זיי פילן אז אויפצושטעלן עדות וואס זאלן נישט קענען אהערשטעלן גאר א פעסטע קעיס, און נאך ווערן געצימבעלט דורך די פראסיקיוטערס און דארפן קעקעטצן אינדערמיט קען גאר ערגער מאכן זייער קעיס, עספעשעלי אויב איז אמת אז די פראקסעקיוטערס האבן נישט אהערגעשטעלט די בעסטע ארבעט פון זייער זייט.
1 + 1 = חלה דעקל...
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

געלעגער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מענעפארטס אדוואקאט קעווין דאונינג: מיר האבן נישט פרעזענטירט א קאנטער קעיס ווייל מיר גלויבן אז די רעגירונג האט פארפעלט צו צעמענטירן א קעיס מיט גענוג איבערצייגונג

דאס איז די טיפיקעל ענטפער פון א דעפענס טיעם ווען זיי ברענגען נישט קיין עדות. די פראבלעם מיט אזא ארגומענט איז אז עס ווייזט אויף א שטארקע זעלבסטזיכערקייט וואס נארמאלע מענטשען האבן נישט ליב. ס׳איז ווי ביי א דיבאטע זאל א קאנדידאט איגנארירן זיין אפאונענט ״ווייל ער איז ניטאמאל ווערט אן ענטפער״ מענטשען קוקן דאס אן זייער סנאבי. יענער רעדט שוין א וואך צייט, האסט עפעס צו ענטפערן דעראויף??
לדעתי ליגט עפעס דא. אפשר א פארדאן אדער עפעס ענליכס. אז נישט קען איך נישט כאפן וואס זייער ענד געים איז

קען זיין זיי האבן באמת נישט קיין עדות וכדומה צו פרעזענטירן בלויז זייער אייגענע טענות צו צואווארפן די פראסעקיושען סאו לאזן זיי אלע טענות פאר די קלאזינג ארגיומענטס אז נישט גיבן זיי צייט פאר די פראסעקיוטערס אפצואווענדן זייערע טענות
אוועטאר
cookies
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cookies »

to me it looks like that manafort wants to talk in the last minute direct to the jury...

basically he wants the jury to hear, that the whole sin what he did is only that he worked for trump, and all other crap stuff doesn't even deserve an answer, as they not even here for his tax frauds at all, as all ppl who worked for trump is in trouble just because they worked for him, for example raided like mikel cohen and others,

so he will say, listen lets talk on the real issue. I worked for trump and i did nothing wrong and i am part of the which hunt,

in that way he can get at least 1 jury on his side, otherwise if he will go into arguments back and forward the jury can decide that he is not right in that case even they trump supporters...

lets wait and see
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

געלעגער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מענעפארטס אדוואקאט קעווין דאונינג: מיר האבן נישט פרעזענטירט א קאנטער קעיס ווייל מיר גלויבן אז די רעגירונג האט פארפעלט צו צעמענטירן א קעיס מיט גענוג איבערצייגונג

דאס איז די טיפיקעל ענטפער פון א דעפענס טיעם ווען זיי ברענגען נישט קיין עדות. די פראבלעם מיט אזא ארגומענט איז אז עס ווייזט אויף א שטארקע זעלבסטזיכערקייט וואס נארמאלע מענטשען האבן נישט ליב. ס׳איז ווי ביי א דיבאטע זאל א קאנדידאט איגנארירן זיין אפאונענט ״ווייל ער איז ניטאמאל ווערט אן ענטפער״ מענטשען קוקן דאס אן זייער סנאבי. יענער רעדט שוין א וואך צייט, האסט עפעס צו ענטפערן דעראויף??
לדעתי ליגט עפעס דא. אפשר א פארדאן אדער עפעס ענליכס. אז נישט קען איך נישט כאפן וואס זייער ענד געים איז

ס'קוקט אויס ווי זיי גייען אויפן מהלך פון איבערצייגן פאר די דשורי און קלארמאכן מיט א הקדמה ארוכה אז "די גאווערמענט דארף איבערצייגן בלי שום ספק אז מענעפארט האט 'געטוען די אלע קריימס וואוסענדיג' בידועה ברורה מתחילה וסוף". דערנאך וועט די דעפענס אנהייבן האמערן אז די גאנצע קעיס איז געבויט אויף די עדות'שאפט פון א ליגנער און מגזם ריק געיטס. און ווי די דשורי האט אליינס געהערט איז געיטס געווען דער וועלכע האט געפעלטשט די דאקומענטען פאר מענעפארט!... סאו... די גאווערמענט האט נישט געברענגט "גענוג שטארקע פרוף" וועלכע צייגט "בלי שום ספק" אז מענעפארט האט געטוען עבירות במזיד ובידיעה.
דעריבער קען ער נישט ווערן אנגעקלאגט אלס שולדיג און ער ברויך באקומען א "אומ-שולדיג" פסק...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א דיפענס דורך גאנצערטע לאנגע שעות׳דיגע דרשות, קען ביי געוויסע ווערן אויפגענומען אלטס א מודה במקצת. קאטאגאריש אפ ווארפן די קעיס, אווי @שמאטע זאגט, קען פון א געווינער זין ווערן בעסער אויפגענומען.

#ימים ידברו
רשעות קאלטע סעלצער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינטיגע געריכט סעסיע פארטיג

צום ווידערזעהן צומארגנס 9:30 ווען די לעצטע פיילן וועלן ווערן געצויגן אין די שליסונג ארגומענטן

הכונו!
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

די JUDGE האט געזאגט אז ער גייט נישט לאזן די זשורי קענען בעטן צו איבערליינען געוויסע עדות אדער דיטעילס, אזוי וויא ס'איז איינגעפירט אז די דזשורי קענען בעטן צו איבערליינען די טרעסקריפט פון די עדות, נאר זיי וועלן דארפן דעליבערעיטן נאר בעיסד אויף זייערע נאטעס אין זכרון...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א דיפענס דורך גאנצערטע לאנגע שעות׳דיגע דרשות, קען ביי געוויסע ווערן אויפגענומען אלטס א מודה במקצת. קאטאגאריש אפ ווארפן די קעיס, אווי @שמאטע זאגט, קען פון א געווינער זין ווערן בעסער אויפגענומען.

#ימים ידברו

זיכער איז ימים ידברו ווייל למעשה ליגט אלעס יעצט אין די הענט פון אפאר דזשורערס וואס האבן ניטאמאל געהאט די שכל זיך ארויסצודרייען פון זיצן דארט... זשאסט קידדינג.

די רעדע איז נישט די דרשות. דיין קלייענט איז באווארפן געווארן מיט א טראק לאוד פון גניבות און מיסברויכן דיין ארבעט איז אים ריינצואוואשן און אויפווייזן אז די זאכן זענען געטון געווארן אנאינטענשאלי אדער בכלל נישט דורך אים. דאס קען געטון ווערן אויף אסאך אופנים. צו מיט אייגענע עדות, גוטע דרשות, ארויפברענגען דיין אפאונענטס עדות און איבערווייזן זיין לעכערליכקייט. וכו׳ וכו׳
פשוט איגנארירן די גאנצע זאך איז גאר א שטארקע ריסק וואס האט נישט זייער א גוטע טרעק רעקארד. אבער... ימים ידברו
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קאכעדיגע האט געשריבן:די JUDGE האט געזאגט אז ער גייט נישט לאזן די זשורי קענען בעטן צו איבערליינען געוויסע עדות אדער דיטעילס, אזוי וויא ס'איז איינגעפירט אז די דזשורי קענען בעטן צו איבערליינען די טרעסקריפט פון די עדות, נאר זיי וועלן דארפן דעליבערעיטן נאר בעיסד אויף זייערע נאטעס אין זכרון...



דאס איז נאך א פאל וואס דער דזשאדזש העלפט נישט די פראסיקיושן...

כאב ערגעץ געליינט אז דער דזשאדזש איז נישט דוקא קעגן די פראסיקיוטערס נאר ער גלייכט צו ווייזן בעלות אין קאורט, דאס מיינט אז דאס וואס ער האט געטוהן פאר די פראסיקיושן וואלטער געטוהן פאר די דיפענס אויך... און דיפענס האלט אז דאס גייט זיי לייגן אין אן ערגערע פאזישן פון וואו זיי זענען...


געלעגער, זיי גייען עס נישט איגנארירן, זיי גייען האבן 2 שעה צייט צו רעדן צו די דזשורי אן איבערהאקן... זיי גייען דארט האבן די ברירה צו סאמערייזן אלעס וואס זיי ווילן ארויסברענגען און אוועקוואשן די עדות...

וועטעס זיי געלונגן?

רוב אירע האלטן אז נישט, אבער מאנכע ווייזן אן אז זיי דארפן בלויז 1 דזשורער זאל זאגן "איך האב דאובט"... ווידער די פראסעקיוטער דארף האבן אלע דזשורערס זאלן זאגן איך האב נישט קיין דאובט...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

צו סאוט איט אלל אפ, מענעפארט גייט ווערן קאנוויקטעד אויב נישט איז עס א סארפרייז.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איין זאך, מיט יעדע טרייעל וואס איך האלט אביסל מיט איז אינטערעסאנט ווי די ריכטערס האבן אזא מאכט צו טון וואס זיי ווילן אין געריכט ממש ווי דיקטאטורן. נישט דוקא דא נאר, נאר אייביג איז עס אן אינטערעסאנטע סיסטעם.
שויתי ה' לנגדי תמיד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א גוט מארגן אייך!

א לאנגע ליניע שלענגלט זיך ארום די גאס פון געריכט הויז

פילע ווילן האבן א זיץ היינט אינעם געריכט זאל מיטצוהאלטן די שליסונג ארגומענטן
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

שכוח הבל פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס,
האסט מיטגענומען א סענדוויטש פאר פרישטיג? לאנטש העט מען שוין ערלעידיגן איינער זאל דיר ברענגען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

והנה און נון, ארגומענטן הויבן זיך אן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:שכוח הבל פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס,
האסט מיטגענומען א סענדוויטש פאר פרישטיג? לאנטש העט מען שוין ערלעידיגן איינער זאל דיר ברענגען

יישר כח! האב אויך אינזין דעם ריכטער
מעגליך מיט א פולע מאגן וועט ער זיין רואיגער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לויט ווי כ'פארשטיי האט די ריכטער געגעבן 2 שעה פאר א צד, דאס מיינט אז ביז 4 שעה פלאס לאנטש איז די זאך פארטיג! איא?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יא, די פובליק דראמא
אבער דאן הויבן זיך אן די פארהאנדלונגען צווישן די דזשורארס פריוואט און עס איז אוממעגליך צו וויסן ווילאנג עס קען געדויערן

זיי קענען אפילו פארטיגן אויף היינט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'זעה דא א שיינע ליין פון די פראסיקיושן...

“Mr. Manafort lied to keep more money when he had it, and he lied to get more money when he didn’t have it,”
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין זיין שליסונג ארגומענטן האט דער פראקוראר פרובירט אוועקצונעמען דעם איינדרוק אז זיי באשולדיגן מענעפארט אין זיין רייכטום

פראקוראר גרעג ענדרעס: מיר זענען נישט דא אין געריכט היינט צוליב וואס מענעפארט איז רייך, נאר ליבערשט מר. מענעפארט האט געפעלשט זיינע שטייער בויגנס
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ער טרייט אנצופילן די לעכער וואס ער האט געלאזט ביים ערשטן מאל...

ביים ערשטן מאל האטער געלאזט א שטארקע צומישעניש בנוגע זיין רייכקייט, ער איז געווען בראוק אדער באהאלטן געלט פון די גאווערמענט, יעצט קלארט ער עס אויס! מיט די פריערדערמאנטע סטעיטמענט...

און די זעלבע איז בנוגע דאס רעדן אזויפיהל פון זיין רייכקייט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פראקוראר גרעג ענדרעס האט ביזדערווייל פרעזענטירט א טרוקענע אבער דעטאלירטע סך הכל פון די שטייער פארלעצונגען און אויסלענדישע אקאונטס קלאגעס אין וואס מענעפארט ווערט באשולדיגט

עטליכע דזשורארס פארצייכענען זיך נאטיצן
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

הכל הבל
אין כמוך
א דאנק אייך
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הכל הבל האט געשריבן:פראקוראר גרעג ענדרעס האט ביזדערווייל פרעזענטירט א טרוקענע אבער דעטאלירטע סך הכל פון די שטייער פארלעצונגען און אויסלענדישע אקאונטס קלאגעס אין וואס מענעפארט ווערט באשולדיגט

עטליכע דזשורארס פארצייכענען זיך נאטיצן



די איבעריגע האבן שוין אפגעמאכט זייער מיינונג פארדעם...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”