חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

אחראי: יאנאש

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
Tahares hakodesh האט געשריבן:מערקט, אז די אנגעגעבענע סיבה פארוואס די רעגולעישן איז יא גוט איז אז עס איז וויכטיג צו קענן לעבן צוזאמן מיט פארשידענע קולטורן רמ"ל. זיי זאגן קלאר וואס איז די תכלית פון זייער עדוקאשן.
Comments in Support: Some commenters expressed support for the proposed regulation including that it is necessary to ensure children receive an adequate education and that secular education is important in a culturally diverse society.



די וועג וויאזוי די רעפרעזענטירט דעם קאמענט ווייזט אויף אן אויסגעבויטער קלארער אגענדע

ערשטנס עס האט גארנישט צוטון נישט מיטן באורד אף עד אדער רידזשענטס ווי די ווילסט עס אראפמאלן
עס איז סך הכל א סיבה וואס מענטשן האבן אריינגעגבן אלס א סיבה פארוואס די "קאמענטערס"האלטן אז עס זאל פעססן

והשנית, און זייער סאממערי האבן זיי גאמעכט א בערךדיגן סך הכל פון אלע צדדים
עס איז געווען א טאטעל פון צוואנציג מעין סיבות פארוואס נישט און דריי סיבות פארוואס יא
פון די צוואנציג רעדסטו נישט קיין מוק


איך מיין צו זאגן אז עס פארשטענדליך אפילו פאר די אנדערע זייט אז די גיידליינס איז אן אנטי רעליגיעזע אגענדע. די עדוקעישן קאריקולעם לערנט מיט די קינדער אפענקייט, צו זיין אפען צו פארשידענע קולטורן. דאס אליין איז די בעסטע ענטפער, אז זיי קענן נישט מחייב זיין אן אנטי רעליגיע קאריקולעם אויף רעליגיעזע מענטשן. דאס איז א טענה שאין עליו תשובה. זיי דארמאנן עס טאקע אין די טענות דערקעגן.
הרב דפה
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 12:27 pm

קול השם בכוח!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב דפה »

כ"ק האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט היינט ביים תהילים שיעור אין היכל הישיבה אין קרית יואל אפגעגעבן א שבח והודי' פארן הייליגן באשעפער מיט די פרישע נייעס איבער דער גזירת החינוך ארויס פון אלבעני.

דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר אלע עסקנים, און בעיקר פאר די עסקנים וועלכע האבן צוזאמגענומען די פעטיציעס, און ארויסגעברענגט אז די בריוון האבן געמאכט דער גרעסטער רושם ווען עס איז צום ערשטן מאל אנגעקומען איבער 140,000 חתימות אויף איין נושא, און דאס האט געברענגט דער יעצטיגער אפשטיפונג.

דער רבי שליט"א האט ארויסגעהויבן דער פאקט אז עס איז געשיקט געווארן דער שארפסטער מעסעדזש דורך די בריוון, אז מיר גייען זיך נישט ברעכן פאר קיין שום פשרות, און אז מיר זענען גרייט לדורן, לתפלה, ולמלחמה.

דער רבי האט אבער אויך אויסגעשמועסט אז די מלחמה איז נאך ווייט פון פארטיג, און האט דערקלערט מיט א דרייסטקייט אז מען גייט נישט איינגיין אויף קיין שום פשרה, און דער רבי האט קלארגעשטעלט אז מיר גייען ווייטער גיין אויפן אויסגעטראטענעם וועג פון די פריעדיגע צדיקים, און שטיין פעסט אויף אונזערע יסודות, און נישט איינגיין אויף די מינדערסטע פשרה, זאל זיין וואס זאל זיין!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איינער האט די רעקארדירונג?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

עכט היימיש האט געשריבן:איינער האט די רעקארדירונג?

אויף קול סאטמאר 1-0 #
845-951-1110
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

דב"ק פון כ"ק אב"ד ור''מ קאשוי שליט"א מרבני פערל''ס ביים עריכת השלחן לכבוד חמשה עשר בשבט, אינאיינעם מיט שמחת שבע ברכות פון א אייניקל צוגעשטעלט דורך די תלמידי ישיבה גדולה, בתו"ד רעדט די די רב ארום בדברי שבח והודאה להשי"ת איבער די פאזיטיווע נייעס איבערן גזירת חינוך און פאדערט צו מתפלל זיין ווייטער להעביר את רוע הגזירה במהרה.
קאשוי רב איבער די פאזיטיווע נייעס איבערן גזירת חינוך
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

Tahares hakodesh האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
Tahares hakodesh האט געשריבן:מערקט, אז די אנגעגעבענע סיבה פארוואס די רעגולעישן איז יא גוט איז אז עס איז וויכטיג צו קענן לעבן צוזאמן מיט פארשידענע קולטורן רמ"ל. זיי זאגן קלאר וואס איז די תכלית פון זייער עדוקאשן.
Comments in Support: Some commenters expressed support for the proposed regulation including that it is necessary to ensure children receive an adequate education and that secular education is important in a culturally diverse society.



די וועג וויאזוי די רעפרעזענטירט דעם קאמענט ווייזט אויף אן אויסגעבויטער קלארער אגענדע

ערשטנס עס האט גארנישט צוטון נישט מיטן באורד אף עד אדער רידזשענטס ווי די ווילסט עס אראפמאלן
עס איז סך הכל א סיבה וואס מענטשן האבן אריינגעגבן אלס א סיבה פארוואס די "קאמענטערס"האלטן אז עס זאל פעססן

והשנית, און זייער סאממערי האבן זיי גאמעכט א בערךדיגן סך הכל פון אלע צדדים
עס איז געווען א טאטעל פון צוואנציג מעין סיבות פארוואס נישט און דריי סיבות פארוואס יא
פון די צוואנציג רעדסטו נישט קיין מוק


איך מיין צו זאגן אז עס פארשטענדליך אפילו פאר די אנדערע זייט אז די גיידליינס איז אן אנטי רעליגיעזע אגענדע. די עדוקעישן קאריקולעם לערנט מיט די קינדער אפענקייט, צו זיין אפען צו פארשידענע קולטורן. דאס אליין איז די בעסטע ענטפער, אז זיי קענן נישט מחייב זיין אן אנטי רעליגיע קאריקולעם אויף רעליגיעזע מענטשן. דאס איז א טענה שאין עליו תשובה. זיי דארמאנן עס טאקע אין די טענות דערקעגן.


דו האלטסט אין איין דרייען וואס דו האסט געמיינט און וואס דו האסט געוואלט אז יענער זאל מיינען אז דו האוסט געמיינט. צו וואס דו צילסט מיט דיין תגובה האב איך נישט ארויס, נעגעטיוו, פאזיטיוו, קעגן די עסקנים, לשבחם פון די עסקנים. וכו' (זאג מיר נישט אז דו מיינסט גארנישט, ווייל... שוין)

אלזא לגופו של הענין ביסטו ראנג אין ביידע זאכן, סיי אז אז דו מאכסט אויסקוקן כאילו דאס איז די אפיציעלע סיבה מטעם די עדיקעשאן דעפ"ט לטובת די רעגולאציעס, און דאס איז פאלש ווייל דאס איז בסך הכל וואס זיי זאגן אז מענטשן האבן געשריבן אין זייער קאמענטס.

און לעצם הענין האסטו אויך אפגעלערנט פאלש, עס שטייט נישט אז מען דארף האבן די רעגולאציעס כדי צו ווערן א culturally diverse society, עס איז מער, אז היות מען לעבט אין א culturally diverse society איז וויכטיג צו האבן די רעגולאציעס.

נאכאמאל איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס מאכט אויס און וואס עס איז א נפקא מינה, כ'האלט נאר אז עס איז גוט אז דו זאלסט עס וויסן...
רזא דגלגוליא...
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רזא דגלגוליא... »

זייער שטארק די ווערטער פון האדמו"ר מסאטמאר
מען דארף גיין אויף די אויסגעטרעטענעם וועג נישט מאכן קיין פשרות!
לאמיר האפן אז די עסקנים וועלן טוען וואס די רבנים הייסן און זיך האלטן צום אויסגעטרעטענעם דרך
רזא דגלגוליא...
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רזא דגלגוליא... »

מען דארף רעספעקטירן די מיינונג פון יעדן רבי אדער רב עכ"פ דא אויף אייוועלט אריינגערעכנט די פראמינעטנטע רבנים וואס זענען נישט צופרידן פון מהלכים פון געוויסע עסקנים וואס ווערט און זייערע אויגן באטראכט אלטס פשרות,
ראנדער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראנדער »

100%
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אמת אבער מען דארף אויך פונקט אזוי פארשטיין אז "אפשר" איז אויך דא פונקט אזוי אן אנדער צד וואס פארשטייט בפשטות גמור אז די עסקנים מאכן נישט און זענען נישט גרייט אויף פשרות

אויטאמאטיש וואלט געווען בעסער ווען די שרייבסט פלעין סימפל

זייער שטארק די ווערטער פון האדמו"ר מסאטמאר
מען דארף גיין אויף די אויסגעטרעטענעם וועג נישט מאכן קיין פשרות!


אן די דריטע שורה
רזא דגלגוליא...
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רזא דגלגוליא... »

הרב געוואלד געשריגן קען זיין דו ביסט גערעכט אבער ליינענדיג די אשכול א שטיק צייט האב איך מיך איבערצייגט אז די מינונג ביי געוויסע פון דא איז אז עס איז פשוט נישטא קיין צווייטע זייט פון מטבע און די וואס טרויען זיך צו זאגן עפעס אנדערש זענען חסרי דעה האב איך געשפירט פאר וויכטיג ארויסצוברענגען אז עס איז דא א ערענסטע צווייטע זייט
האפענטליך וועל איך נישט ממשיך זיין מיט קיין וויכיחים ווייל איך מיין אז די נושא איז קלאר
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

נאו פראבלעם

דברי חכמים בנחת נשמעים
טראכט אויך פון א צווייטנס מיינונג און מהלך ספעציעל ווען עס איז דא רבנים לכאן ולכאן
חסר דעה ווייל איינער האלט אנדערש איז א שטיקל מדריגה און פחיתות המידות אין מיי אפיניאן
אפטרופס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטרופס »

די אשכול הייסט "חינוך געראנגל" נישט "Gevald Geshrigen און רזא דגלגוליא... געראנגל".
מ'קען ממשיך זיין אין אישי.
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

געהערט אז עס איז געווען א אסיפת הרבנים היינט אין אלבעני איינער מיט מער פרטים?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

פליטה גדולה האט געשריבן:געהערט אז עס איז געווען א אסיפת הרבנים היינט אין אלבעני איינער מיט מער פרטים?

בהשתתפות:

ר' הילל וויינבערגער
ר' חיים פלאהר
ר' שלום פאללאק, דומ"ץ סקווירא
ר' משה קעסלער, דומ"ץ וויזניץ מאנסי, בשליחות האדמו"ר
ר' ישעי' יעקב שטיבער
ר' שלמה יודא שטראולי, משב"ק באבוב 45, בשליחות האדמו"ר (ר' יושע רובין געדארפט קומען)
האדמו"ר מפארשעי

מפי השמועה
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

פליטה גדולה האט געשריבן:געהערט אז עס איז געווען א אסיפת הרבנים היינט אין אלבעני איינער מיט מער פרטים?

image-1.png
image-1.png (524.86 KiB) געזען 1928 מאל
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
פליטה גדולה האט געשריבן:געהערט אז עס איז געווען א אסיפת הרבנים היינט אין אלבעני איינער מיט מער פרטים?

בהשתתפות:

ר' הילל וויינבערגער
ר' חיים פלאהר
ר' שלום פאללאק, דומ"ץ סקווירא
ר' משה קעסלער, דומ"ץ וויזניץ מאנסי, בשליחות האדמו"ר
ר' ישעי' יעקב שטיבער
ר' שלמה יודא שטראולי, משב"ק באבוב 45, בשליחות האדמו"ר (ר' יושע רובין געדארפט קומען)
האדמו"ר מפארשעי

מפי השמועה


די אסיפה איז דשאסט געווען אין אלבאני, אדער זיי האבן זיך דארט געטראפן מיט איינעם, איויב יא, מיט וועם?
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

ס'איז אביסל אינטערעסאנט אז פונקט די רבנים זענען געווען, טראץ וואס כגובה ארזים גובהן, פארטרעטן זיי אבער נישט קיין צען פראצענט פון די מוסדות דאהי, מ'נעמט דייקא אזעלכע רבנים?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קניידל פארעם האט געשריבן:ס'איז אביסל אינטערעסאנט אז פונקט די רבנים זענען געווען, טראץ וואס כגובה ארזים גובהן, פארטרעטן זיי אבער נישט קיין צען פראצענט פון די מוסדות דאהי, מ'נעמט דייקא אזעלכע רבנים?


ווער האט דא גענומען? יעדער איז געקומען אליין
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:ס'איז אביסל אינטערעסאנט אז פונקט די רבנים זענען געווען, טראץ וואס כגובה ארזים גובהן, פארטרעטן זיי אבער נישט קיין צען פראצענט פון די מוסדות דאהי, מ'נעמט דייקא אזעלכע רבנים?


ווער האט דא גענומען? יעדער איז געקומען אליין

בכלל נישט געווען אפגעשמועסט מיט קיינעם?? יעדער איז געקומען אליינס און פערצופאל געטראפן נאך אנדערע?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז געווען א אפגעשמועסטער אוידיענץ ביי די באורד אוו ריזשענטס. פארשידענע רבנים און קהילות וואס זענען נישט גענצליך צופרידן מיט פערלס' מהלך זענען אהין געגאנגען (עס איז געווען א מספר וויפיל רבנים קענען גיין און וויפיל מינוט מען באקומט צו רעדן)
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

Capture.PNG
Capture.PNG (293.23 KiB) געזען 1454 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Programming האט געשריבן:עס איז געווען א אפגעשמועסטער אוידיענץ ביי די באורד אוו ריזשענטס. פארשידענע רבנים און קהילות וואס זענען נישט גענצליך צופרידן מיט פערלס' מהלך זענען אהין געגאנגען (עס איז געווען א מספר וויפיל רבנים קענען גיין און וויפיל מינוט מען באקומט צו רעדן)

כ'קלער אז ס'קען נאר ארויסקומען א טובה, אז אויב זיי באשליסן צו נעמען א מיטל וועג וועלן זיי אננעמען די פערלס מהלך. יאפפע"ד צו לינק די אנטי פערלס רבנים צו רעכט, פערלס אינדערמיט.

בכל אופן די רבנים דארפן נישט מיין הסכמה, אבער כ'האף אז מ'וייזט זיי נישט אז כלל ישראל איז צוטיילט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זיי זאגן אז פערלס' האט זיך נישט קעגנגעשטעלט די אסיפה
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
א גוטן יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן יונה »

אנטשולדיג הרב נא_שכל, אבער וואס איז שייך א מיטן וועג ווען ס'קומט צו חינוך הבנים והבנות??
מאכן פשרות?? דעס דארף מען נישט זיין צו רעכט צו האלטן אז מ'טאר נישט מאכן קיין פשרות....
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”