אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:24 am

נאכן דורכלייענען די פולע טראנסקריפט וואס @פארשער האט געברענגט, קען זאגן איין זאך, איך אין זיינע הויזן וואלט געזאגט די זעלבע!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:24 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:שוין גארנישט קיין ליגענט, און שוין גארנישט קיין ראנג אשכול, פראסטע גראבע אנטיסעמיטיזם אז (אכציג פראצענט) אידן זענען טאטאלע אומוויסענדע אדער גראבע פאררעטער.

פאר ווער ס'קען נישט קיין ענגליש, דאס איז וואס דער רשע האט געזאגט: "איך מיין ס'ווייזט (דאס אז אידן שטימען פאר דעמאקראטן) אויף א גענצליכע אומוויסנשאפט אדער מעכטיגע נישט געטריישאפט."

נאך א מזל ער האט עס געזאגט, אזוי האסטו באקומען דיין טשענס אים אנצורופן רשע....
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:09 am

ענק כאפן נישט, ענק לעבן אין באבל מיט טראמפ אז פרא איזראעל און פרא אידן איז די זעלבע זאך, ביי אלגעמיינע פרייע אמעריקאנער דעמאקראטישע אידן איז בכלל נישט אזוי.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:17 am

ס׳איז נישט אינגאנצן אמת, אבער אביסל יא.
ווען א גוי האט פיינט איזריעל, סתמא איז עס מחמת שנאת ישראל. אזוי האט סאטמאר רב זי״ע אויך געהאלטן. (די גוים קענען דאך נישט ויואל משה)
ס׳איז אבער אביסל יא אמת, ווייל טראמפ האט נישט ליב איזריעל ווייל ער האט יא ליב אידן. ס׳איז פשוט ווייל ער האט זיי נישט פיינט אזוי ווי די ליבעראלן.
לעצט פאראכטן דורך היט-אפ מויל & קיפעד אום מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:18 am

אדער האט עס דער רבי נישט געזאגט, אדער האט זיך עס שוין געטוישט, אדער איז עס נישט אמת.

און מען רעדט דא פון אויב ביי אידן איז פרא איזראעל = פרא אידן, און עס איז פשוט נישט אזוי ביי אלגעמיינע פרייע אידן, ביי אלגעמיינע פרומע אידן טאקע יא.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:19 am

אדער האט איר פיינט טראמפ?

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:23 am

צל עובר האט געשריבן:און מען רעדט דא פון אויב ביי אידן איז פרא איזראעל = פרא אידן, און עס איז פשוט נישט אזוי ביי אלגעמיינע פרייע אידן, ביי אלגעמיינע פרומע אידן טאקע יא.
די אלגעמיינע פרייע אידן פון וועם איר רעדט זענען קיין אידן נישט. זיי זענען ליידער קיין ברעקל נישט מער ווערד ווי AOC. ודו״ק.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:25 am

אבער פון זיי רעד דער פירער, און דיין מדינה איז ביי מיר נישט מער ווערט ווי זיי.

און כמובן אז לויט דיין שיטה אז אנטי איזראעל = אנטיסעמיט, איז פשוט אז רעדן קעגן פרייע אידן איז אנטיסעמיטיזם, פאני אז מען דארף עס אפילו שרייבן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:29 am

איך וועל אייך זאגן נאך מער ווי דעם. ביי די אלגעמיינע פרומע אידן איז עס טאקע אזוי. ביי זיי מיינט פרא ציונים ממש ווי משיח׳ס צייטן, ס׳איז מקיום געווארן ומלאה הארץ דעה.. משא״כ ביי די סאטמארע, איז טראמפ׳ס פרא איזריעל א סכנה פאר אידן איבער די וועלט, ווייל לויט זיי איז די פרא מד״י ווינט שילדיג און די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם
און יא. אויב שרייט א ווייסע גוי נאך א פרייע איד אויפן גאס ״דזשאו מיט א מיסע ווארט״... איז ער ליידער א אנטיסעמיט.
היטלער האט אויך לאו דוקא געמיינט די חסידאקעס אידן וואס גייען אין שויער איין מאל א חודש

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:52 am

היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן נאך מער ווי דעם. ביי די אלגעמיינע פרומע אידן איז עס טאקע אזוי. ביי זיי מיינט פרא ציונים ממש ווי משיח׳ס צייטן, ס׳איז מקיום געווארן ומלאה הארץ דעה.. משא״כ ביי די סאטמארע, איז טראמפ׳ס פרא איזריעל א סכנה פאר אידן איבער די וועלט, ווייל לויט זיי איז די פרא מד״י ווינט שילדיג און די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם
און יא. אויב שרייט א ווייסע גוי נאך א פרייע איד אויפן גאס ״דזשאו מיט א מיסע ווארט״... איז ער ליידער א אנטיסעמיט.
היטלער האט אויך לאו דוקא געמיינט די חסידאקעס אידן וואס גייען אין שויער איין מאל א חודש


;l;p-
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:17 am

צל עובר האט געשריבן:פעיק, דיסלויעלטי איז פון די עיקר תירוצים פארן אומברענגן אידן אלע דורות, אינקלודעט דעם האלאקאוסט.

וואס זאגסטו איבער קארטעז'ס 'נעווער עגעין?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:18 am

צל עובר האט געשריבן:אבער פון זיי רעד דער פירער

דו האלטסט באמת אז היטלער איז פלעין געווען א טראמפ?

#אייוועלט תש19
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:16 am

היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:אדער האט איר פיינט טראמפ?

:lol: :lol:
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 9:53 am

דעסק האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:אבאמא איז אויך נישט געווען אן אנטעסעמיט, ער האט געטון די אלע זאכן, אלץ א ליבעראלער וואס נעמט זיך אן פאר די באקריוודעטע.
אבער ער האט קלאר נישט געהאט א ספעשיל גוטע פילינג צו אידן.
טראמפ האט ליעב קאמען סענס, במילא האט ער ליעב און נעמט זיך ארום מיט דעם עם חכם ונבון וואס איז נישט פאליטקלי קארעקט, נאר קאמען סענס קארעקט

אבאמא איז הונדערט פראצענט געווען א גראבער אנטיסעמיט.
ווען ער וואלט ווען נאר געטוען קעגן דעם איד ביי ליבעראלע שטעלונגען, וואלטסטו אפשר גערעכט געווען. אבער נאדיר א ליסטע פון זאכן וואס ער האט געטוען אן קיין שום שייכות מיט ליבערעליזם:

ווען די "ליבעראלע" דעמאקראטישע לויערס און פראפעסארס אין זיין אייגענע יוסטיץ דעפארטמענט האבן אים אויפגעוויזן אז א 'באקריוודעטער' איד, ר' שלום מרדכי רובאשקין ווערט נישט יושר'דיג געפייניגט דורך די גלויביגע אין אייאווע, און נאכ'ן אריינשיקן אומצאליגע פעטיציעס איבער די קעיס, האט באראק כוסעין ניטאמאל געבלינקט מיט די אויג.

יעדעס מאל וואס א טעראר אטאקע האט פאסירט אין א"י און די מדינה האט פרובירט זיך צו באשיצן איז זיין אויסדרוק געווען "מיר ערווארטן איינגעהאלטנקייט פון ביידע זייטן" (כאילו א טעראריסטישע גרופע און א פאליציי קראפט וואס באשיצט אירע בירגער זענען אויפ'ן זעלבן פעידזש), אן ארויסווייזן דאס מינדעסטע סימפאטיע פאר די פאמיליעס פון די אומגעקומענע.

אפילו די ליבעראלע אגענדעס וואס ער האט געשטופט קעגן די מדינה, איז געקומען מיט א טיפע פאראכטונג און פערזענליכע פארשטינקענע האס קעגן מדינת ישראל און ביבי בפרט.

און אפילו די איראנער דיעל, וואס היינט איז עס שוין געהעריג אויף די ליסטע פון ליבעראלע אגענדעס. לאמיר זיך דערמאנען, ווער האט עס ארויפגעלייגט אויף די ליסטע? פאר אבאמא האט געמאכט דעם דיעל האבן ביידע פארטייען פארשטאנען אז איראן איז א פיינט, און מדינת ישראל איז א פריינט. די דיעל האט זיך ניטאמאל אנגעהויבן ווייל מ'דארף טוען דיפלאמאטיע מיט טעהראן, נאר וויבאלד וואשינגטאן איז געוואויר געווארן אז ביבי וויל באמבארדירן איראן (אזוי ווי מ'האט געטוען אין סיריע און איראק און ס'האט נישט אויסגעפלאצט קיין וועלט מלחמה), איז ער געגאנגען אונטער זיין רוקן כדי אים חרוב צו מאכן זיינע פלענער. די גאנצע דיעל איז צוגעגאנגען מיט גרויס פריינטשאפט פאר די איראנער, אן ניטאמאל מודיע זיין פאר די איזראעיליס אז מ'טוט דא ביזנעס מיט זייער ארכי שונא. און ווען די מוסד האט שוין אויסגעפונען דערפון און ביבי האט פראטעסטירט, איז ער געווען דער גרעסטער מחוצף. אונטערשטע שורה: אבאמא האט עס געטוען מיט שנאת ישראל, און דערנאך איז עס שוין היינט ארויף צווישן די ליבעראלע אגענדעס.

און גראדע, ווער זאגט אז וויבאלד ס'ווערט געטוען אין נאמען פון ליבערעליזם הייסט עס נישט קיין אנטיסעמיטיזם!? זענען די קאמוניסטן נישט געווען קיין אנטיסעמיטן וויבלאד זיי האבן געהאט א גרעסערע אגענדע? די נאציס האבן דאך אויך געהאט אויסריידן אויף זייערע פאליסיס.

עס איז גראבע אנטיסעמיטיזם, אונטער א דיקע שלייער פון ליבערעליזם.

כ'וועל פרובירן נאכאמאל... כ'האלט בכלל נישט פון אבאמא, אבער צו פארשטיין אז ער איז נישט קיין אנטיסעמיט, לאמיר אריינגיין אין אבאמא'ס קאפ.
יעדע אישו קוקט ער גראד ווער עס איז דער "privileged" און ווער איז "suppressed" אין לפי זה איז מען שופט. למשל, ווען ס'קומט צו די privileged איזראעל אקעגען די נעבעכדיגע פאליסטינער, טראכט ער: ווער איז די רחמנות אין ווער וועט זיך אן עצע געבן...
רובאשקין איז א מולטי מיליאנער וואס מ'האט איינגעזעצט, איך קוק נישט אויף יענע זייט, ער וועט זיך שוין אן עצה געבן. איך קוק אויף מיליאנע ארימע מענטשען (מינאריטעטן) וואס מ'האט זיי רואינירט זייער לעבן ווייל מ'האט זיי איינגעזעצט ביי די 20 יאר פאר דראגס, זיי זענען ארים, קיינער נעמט זיך נישט אהן פאר זיי...
נאכאמאל, איך האלט נישט פון זיין מהלך המחשבה. מ'קען עס אפפרעגען מיט לאגיק, אבער סתם שרייען אנטיסעמיט איז silly.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:16 am

איך טראכט יעצט אז עס קען זיין אז טראמפ האט טאקע ניטאמאל גערעדט פון לויעלטי צו זיך אליין, נאר צום אידישן פאלק, ווי כאילו צו זאגן, אז ווען דו קוקסט אויף די לינקע חברה ווי אומאר וכת דילה און דו קוקסט אויף מיר און דו גייסט וואויטן פאר זיי ביזטו אדער מיסאינפארמירט אדער אומלויעל צו דיר אליין....
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:23 am

פעיק נוז האט געשריבן:איך טראכט יעצט אז עס קען זיין אז טראמפ האט טאקע ניטאמאל גערעדט...


טראמפ האט נישט געטראכט פאר ער האט גערעדט, און דו לערענסט פשטים,
דו טראכסט אסאך מער איבער טראמפ'ס ווערטער וויפיל טראמפ אליינס האט געטראכט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:24 am

ווען ער זאל ווען זיין א פרעזידענט וואס פארטיידיגט א גאנצן טאג מוסלמענער און זייערע הייליגע זאכן, און גיט זיי רעכטן וואס זיי האבן קיינמאל נישט באקומען. און דערנאך זאגט ער אז א מוסלמענער וואס שטימט פאר די קעגנערישע פארטיי, איז אדער ווייסט ער נישט וואס איך טו און לעומת זה וואס די קעגנערישע פארטיי טוט, אדער איז ער אומלעויעל צו די מוסלמענער רעליגיע, אדער צו דעם מענטש וואס טוט אזויפיל פאר מוסלמענער רעכטן.

איז עס אנטי איסלאם צו זאגן אזוי? איך האלט נישט אזוי, פארקערט, עס איז פראו איסלאם, יא, עס איז אנטי מוסלמענער וואס זענען נישט געטריי צו די מוסלמענער הייליגטום.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:25 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך טראכט יעצט אז עס קען זיין אז טראמפ האט טאקע ניטאמאל גערעדט...


טראמפ האט נישט געטראכט פאר ער האט גערעדט, און דו לערענסט פשטים,
דו טראכסט אסאך מער איבער טראמפ'ס ווערטער וויפיל טראמפ אליינס האט געטראכט.

איך האלט גראדע אז טראמפ האט יא געטראכט. טאקע נישט אזויפיל וויפיל איך טראכט, אבער אזוי ווי איך בין דאך נישט זיכער וואס ער האט געטראכט, מוז איך עס דאך געבן עטליכע דירעקציעס דערצו און איינס דערפון וועט זיין די ריכטיגע..
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:49 am

פעיק נוז האט געשריבן:איך טראכט יעצט אז עס קען זיין אז טראמפ האט טאקע ניטאמאל גערעדט פון לויעלטי צו זיך אליין, נאר צום אידישן פאלק, ווי כאילו צו זאגן, אז ווען דו קוקסט אויף די לינקע חברה ווי אומאר וכת דילה און דו קוקסט אויף מיר און דו גייסט וואויטן פאר זיי ביזטו אדער מיסאינפארמירט אדער אומלויעל צו דיר אליין....

אזוי לערן איך אויך פשט אין זיינע ווערטער לויט די קאנטעקסט.

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:58 am

פארשער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך טראכט יעצט אז עס קען זיין אז טראמפ האט טאקע ניטאמאל גערעדט פון לויעלטי צו זיך אליין, נאר צום אידישן פאלק, ווי כאילו צו זאגן, אז ווען דו קוקסט אויף די לינקע חברה ווי אומאר וכת דילה און דו קוקסט אויף מיר און דו גייסט וואויטן פאר זיי ביזטו אדער מיסאינפארמירט אדער אומלויעל צו דיר אליין....

אזוי לערן איך אויך פשט אין זיינע ווערטער לויט די קאנטעקסט.

סעלף העיטינג דזשאו, בלשון נקיה.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:09 am

.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:33 am

מען רעש'ט דא ארום און איך וועל בלייבן שטיל?! בשום אופן!
אקעי, סאו לאמיר זאגן וויאזוי איך האב עס אנגעקוקט. איז אזוי: ווען איך האב עס געהערט האב איך געגעבן אזא קרום מיט די נאז... ווי צו זאגן, "אלץ פיין און וואויל... דו ביזט גוט פאר אידן, גערעכט, טענק יו פרעזידענט! אבער... טרעט נישט אריין אין מיין טערעטאריע"... אנטיסעמיטיזם?!... נישט געטראכט דערפון! פארוואס? ווייל איך בין נישט די סארט מענטש וואס לערנט אפ פשט אין יעדעס ווארט וואס גייט ארויס פון מויל פון סיי וועם! איך האב כמעט נאכנישט געטראפן קיין אנטעסימיטן נישט ביי רעפאבליקאנער און נישט ביי דעמאקראטן. זיכער זענען דא אזעלכע אויך ווי למשל די סקוואד [אייגענע אפיניען, קיינער מוז נישט האלטן ווי מיר - אבער לויט זייער רעטאריק וועגן די האלאקאוסט און איסלאמישע טעראר און וועגן מדנ"י... שמעקט עס פיין פון אנטיסעמיטיזם. און איך בין זיכער אז ביי רעפ. זענען אויך פארהאן אזעלכע נאר האבן מער שכל - אדער מזל - צו זיך האלטן שטיל....]
אבאמא אן אנטיסעמיט? נישט אין מיין בליק! ניין, ער איז נישט געווען עפעס ספעציעל העפליך צו אידן, אבער איך וואלט אים איבערהויפט נישט אנגערופן קיין אנטיסעמיט.
טראמפ אן אנטיסעמיט? ממש ליצנות! וועלכע פרעזידענט האט אזויפיל געטון פאר אידן? [איך וועל שוין מסביר זיין וועגן אידן מיט מדנ"י] איך האלט גראדע אז קלינטאן איז אויך א שטארקע אידן פריינט, און קען זיין זי וואלט נאך געטון אזויפיל ווי טראמפ, אבער ס'אביסל שווער צו גלייבן ווייל מען דארף זיין א טראמפ צו טון געוויסע פון די זאכן וואס ער האט געטון... און דאס איז חוץ דעם וואס ער האט א אידישע טאכטער. [ס'זאגט זיך אזוי א אידישע טאכטער... אבער מען זאל כאפן אז דאס מיינט זיין איידעם וואס איז זיין רייטגעבער, זיין אייגן קינד, און זיינע אייניקלעך, און ס'לייגט זיך זייער זייער שווער אויפן שכל צו גלייבן אז טראמפ איז אן אנטיסעמיט!].
יעצט לאמיר זען וועגן מדינת ישראל בשייכות מיט אידן: איך האלט אז אין די אויגן פון א גוי זענען פרייע אידן, ערליכע אידן, מדינת ישראל אלעס איין גרויסע קוגל! אלעס וואס ברענגט מיט זיך די ווארט "איד" איז די זעלבע זאך. אבער, אזוי ווי ביי מיר זענען אלע גוים איינס און די זעלבע, דאך מיט דעם אלעם, די שווארצע טעקסי דרייווער וואס בעט א דאלער מער קען איך נישט דולדן, און די צווייטע דרייווער וואס בעט א דאלער ווייניגער איז אין מיין אויגן אן ארנטליכע גוי. די זעלבע איז מיט מדינת ישראל ביי פאליטיקאנטן: דער איד דא אין אמעריקא שטייט אים נישט אין וועג [אדרבה, רוב זענען דעמאקראטן און ליבעראלן... און שטייען מיט זיי אויף זייער אגענדע.] אבער מדינת ישראל בעט געלט און שטיצע און געלט און שטיצע, טו מיר דאס טו מיר יענץ, און אויב געבסטו זיי נישט פונקטליך וואס זיי ווילן בלאזן זיי... קאט דע קרעפ! לאמיר אפ! ווער האט דיר גערופן?!...
סאו ווען א פאליטיקאנט בייזערט זיך אויף מדינת ישראל ווערט ער ביי מיר נאכנישט אזוי שנעל אן אנטיסעמיט [שטייצעך אז ווען עס הערט זיך קלאר פון די ווערטער אז די "איד" איז דאס וואס שטערט אים איז א צווייטע מעשה, אבער איך רעד אין אלגעמיין]
און יעצט ווען טראמפ האט דאס געזאגט ווערט ער אויך נישט קיין אנטיסעמיט! ס'דעפענעטלי א האקעלע זאך, פונקט ווי ווען דער דעמ. רעגט זיך אויף מדנ"י איז עס א האקעלע נושא, אבער קיין אנטיסעמיט איז ער נאכנישט!
@קאנסילמאן האט גוט געזאגט אז טראמפ האט נישט געטראכט פארן רעדן, סאו ס'שווער פאר אונז צו זאגן וואס ער האט געטראכט!
סך הכל: א שטורעם אין א גלעזל וואסער! א גלעזל וואסער קען זיך אויסגיסן, אבער קיין שטורעם פאסירט נישט אין דעם!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:06 pm

גוט געשריבן!
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:50 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:Trump in Oval Office: "I think any Jewish people that vote for a Democrat -- I think it shows either a total lack of knowledge or great disloyalty.”

Disloyalty to whom? Trump? Israel? USA?

טראמפ, וואס ער איז דער אמעריקאנער פרעזידענט.

אוי וויי #פעיק ניוס, טראמפ איז זיך מחולק מיט דיר
צוגעלייגטע
a54057fe13634d60a8e174c402a2948a.jpg
a54057fe13634d60a8e174c402a2948a.jpg (106.13 KiB) געזעהן 550 מאל

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:52 pm

שוין מ'קען זיך בארואיגן אביסל... אלע אנגעצויגענע אידן קענען עטוואס אפאטעמען!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 20 געסט