טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די אידישע עסכנות איבערקערענישן אויף סאוציאלע מידיע קעגן די לאקאל אפישעל׳ס אז זיי זאלן נעמען ״ACTION”... קעגן ״אנטיסעמעטיזם״.. איז א מערכה וואס פירט נישט צום לעזונג פונעם פראבלעם, פארקערט, דאס צינט נאר אינטער די גוים נאכמער. העיט קעגן אידן איז א אינטערנאציאנאלע פראבלעם און איז שוין טויזענטער יאר אלט, אפילו ס׳איז היבש מילד געווען דורכאויס די לעצטע 70 יאר נאך דעם גרויסן חורבן.
די פאליציי קענען גארנישט טאן אחוץ טאקע זאגן און שרייבן אז זיי שטייען מיט די אידן. זיי טוען דאס נישט מטעם חביבות צום אידישן פאלק, נאר מחמת ״פראצעדור״ און פארלאנג טאקע דורך די אידן אז זיי זאלן עס טאן. והר ראי׳ יעדע קליינע סטעיטמענט פון זיי איבער אזאנע אטאקע׳ס איז איין שטיק פאליטיק.. יעדער מיינט זיך, זייער פארטיי, און זיך אפצוחשבונן מיט פלוני ופלוני פאלאטישן. איך וואלט זיי גערן מוחל געווען די אלע דעקלעראציע׳ס, דערצייל נישט פאר די שחורים אין הארלעם אז זייערע ברודער אטאקירן די אידן. זיי וועלן עס נאר זיכן נאכצוטאן.
זיי זאלן אינקריעסן סיקיורעטי!?.. זיי טוהן עס סייווי, ס׳איז אבער בעלאוני.. די רוצחים גייען נישט דארט און דעמאלטס.. זיי קענען קומען צו א פיצי גראסערי פון וואס קיינער ווייסט נישט צו זאגן, צו א רב׳ס הויז אין א פארשטיפטע געגענט.. בקיצור, ס׳איז עפעס וואס נאר דער באשעפער קען הענדלען.
די שאלה איז וועמענס אינטערעס עס איז צו ברענגן יעדע קליינע אינצידענעט צו סאפטלייט בשעת יעדער ווייסט אז די פאליציי קען גארנישט טיען עס צו פארמיידען?!
איה"נ די אטאקע נעכטען איז א נאציענעלע נייעס, באט פארוואס פעלט אויס צו רידער'ן אין די מידיא כאילו די פאליס און פאליטישענס און פאליציי טיען גארנישט בשעת יעדער ווייסט די אמת אז מעמענטאל איז גארנישט דא וואס צו טיען.
עס איז ברור אז מיט העצען ברענגט מען קאפי קעטס נאך אטאקעס, וועמענס אינטרעס איז עס צו בלאזען אין די מידיא און אויפרייצען נאך גוים?
פארגעיט פאר א מינוט אבאוט גלות וגאולה, איטס דשאסט קאמען סענס אז פאר די מינוט דארף מען א נייע מהלך, פאר די קימענדיגע שטיק צייט זאל מען ניטאמאל דערמאנען אין די מידיא סיי וועלכע אנטיסעמעטישע אינצידענט, מען דארף ארבייטען אויף א מהלך צו ברענגן ווי ווייניגער אטענשען צו די אישו, און האפענטליך אזוי אפשר קען מען עס אויפהערן.