פאטאקי08 האט געשריבן:מיין קאלקיולעטאר זאגט אז עס איז דא מער חתונות אין א משך פון 25 יאר ווי דער סכום און דער נדבן דארף האבן נישט 30 מיליאן נאר אפשר גאר 30 ביליאן??
נישט יעדער וועט דארפן צוקומען צו די הלווה, און נישט יעדער וועט צאלן נאר די מינימום.
אז מען בויעט שוין א חתונה זאל, זאל מען עס שוין מאכן שיין אזוי אז בעל בעתישע משפחות זאלן אויך קענען דארט חתונה מאכן. די חילוק אין געלד ציווישן שיין און נישט שיין איז נישט אזוי גרויס. כל ישראל בני מלכים נינהו און אפילו די ארימע דעזערווען אויך א שיינע גרויסע זאל. זאל דער נדבן געבן נאך אפאר דאלער און טען א דבר השלום און מאכן א שיינע זאל. אולם עקשטיין איז ש פיצי זאל אן געהעריגע פארקינג.
איינער זעהט אויס איז גרייט מנדב צו זיין 30 מעלאנעס, סנעמט בערך 25 יאר מיט הונדערט דולר א חודש .
מיין קאלקיולעטאר זאגט אז עס איז דא מער חתונות אין א משך פון 25 יאר ווי דער סכום און דער נדבן דארף האבן נישט 30 מיליאן נאר אפשר גאר 30 ביליאן??
דיין חשבון איז איין זאך, מ'דארף אבער קאנסידערן אז מ'רעדט פון איין מוסד, און נאר ווער ס'שטעלצעך צו צו די תקנות, און אפילו אויב די ערשטע יאר גייט ארויסגיין 300 הלואות, גייט די צווייטע יאר אריינקומען צוריק 30 טויזענט א חודש! סאו איה"נ אין די לאנג ראן גייט מען מעגליך דארפן מער און מער געלט, וועלן אבער די ערשטע הלואות שוין צוריקקומען און העלפן באצאלן די נייערע...
יקוםפרקן האט געשריבן:חתן-כלה זאלן צאלן די פעימעינטס
פון וואו קומט די איידיע?
אלטר משה קליין-צדקת העיר קרית יואל נ.ב. עס איז נישט א חלק פון די פלאן, נאר ווער עס וויל קען עס טיען,
איך מיין אז מענטשען מישען אויס, קיינמאל נישט געהערט רעדן אז די קינדער זאלן עס צאלן, נאר אז די מחותנים זאלן צאלן, אוודאי אז איינער וויל די קינדער זאלן צאלן קען מען עס אזוי מאכן, באט אויסגעשטעלט האב איך פארשטאנען אז עס איז פאר די מחותנים,
אלטר משה קליין האט א פלאן אז עס זאל קלאפן ווען קינדער צאלן אדרבה זאל ער עס אהער שטעלן, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון די וועד החתונה תקנות פון קהל, האלטן זיי נישט דערפון.
ד) ר' דוד עקשטיין האט מנדב געווען נאך 200 טויזנט דאלאר צו פארשענערן אולם עקשטיין.
ה) קהל גייט עפענען א מלבושים נשים גמ" ח.
ו) קהל גייט פראקלאמירן צוויי חתונה פעקעדזשס, פון שידוך שליסן ביז'ן לעצטן שבע ברכות, עס וואס אלעס זיין אינקלאדעט. איינס פאר 24 טויזנט, און דאס צווייטע פאר 30 טויזנט דאלער.(חילוק גייט זיין אולם עקשטיין ווס. פאראדייס)
ז) מוסדות בוויליאמסבורג גייען בויען א חתונה זאל - אולם עקשטיין פרייזן - אין די ספינקא בילדינוג אויף בעדפארד.
ח) די קרן המלמדים איז שוין אין פולן שוואונג, און ביי די יעצטיגן חתונה סעזאן האבן שוין די מלמדים הנאה געהאט פונעם קרן.
ט) העולה על כולנה, סאטמאר גייט האבן א גמ"ח מיט'ן נאמען קרן לב אהרן וואס גייט פארבארגן פאר מחותנים דער סכום פון 30 טויזנט דאלער, מיט א פעימענט פלעגן פון 100 דאלער א חודש. עס גייט ראנען אזוי ווי קרן נישואין פון גור.
ווי אזוי ראנט קרן נשואין פון גור? דער חילוק צווישן עקשטיין און פאראדייס איז מער ווי 6 טויזענט אז מ'רעכנט די בדחן מיט מוזיק וכו'
גור ארבעט אז זיין זיי געבן פאר יעדע קינד 80000 שקל וואס מדארף צוריק געבן במשך פון 10 יאר
איינער זעהט אויס איז גרייט מנדב צו זיין 30 מעלאנעס, סנעמט בערך 25 יאר מיט הונדערט דולר א חודש .
מיין קאלקיולעטאר זאגט אז עס איז דא מער חתונות אין א משך פון 25 יאר ווי דער סכום און דער נדבן דארף האבן נישט 30 מיליאן נאר אפשר גאר 30 ביליאן??
מיין קאלקיולעטאר זאגט אז עס איז דא בערך 600 חתנות וואס דאס דארף קאסטן פארן קרן 18 מילאן יעצט דארף מען האבן א קרן א פאנד פון 100 150 מילאן וואס זאל ברענגן יערליך די סכום
עטליכע נקודות בנוגע די נייע גמ"ח לב אהרן, וויאזוי דאס איז אויסגעהאלטן לאגיש און ביזנעסמעסיג:
1. די מלמדים וואס זענען נהנה פונעם קרן מלמדים, וועלן ווארשיינליך נישט באקומען די גמ"ח פון דרייסיג אלפים (נאר צוואנציג). 2. די הלוואה גייט נישט צום מחותן, נאר צו די הוצאות דירעקט, ווי די חתונה זאל, חתונה מאלל וכדו' - די מעלה איז אז דער מחותן מוז אנקומען צו די תקנות, וואס וועט הייבן די צאל חתונות וואס שטעלן זיך צו צו די תקנות, אזוי ארום אז אפי' דער וואס דארף נישט די הלוואה וועט בענעפיטן דערפון בעקיפין דורך דעם וואס די סטאנדארט וועט פאלן. 3. איך גלויב אז מען מוז נישט בארגן די גאנצע דרייסיג אלפים, און א מחותן וואס דארף נאר א חלק וועט אויך קענען נהנה זיין פון די קלענער פעימענטס, אויטאמאטיש מיינט נישט אז יעדע הלוואה איז די גאנצע דרייסיג אלפים. 4. גמ"ח מהרי"ט אין קר"י בארגט כהיום פופצן אלפים פאר מחותנים בעת שמחתם, פאר גאנץ קליינע פעימענטס (נישט הונדערט דאלאר א חודש, אבער דאכציך 250) און עס האלט שוין אן באלד פערציג יאר - דא רעדט מען פון סאך א ברייטערע ספעקטרום, און אין אן עפאכע ווען עס איז ב"ה פארהאן אסאך עכט פארמעגליכע מענטשן וואס קענען באשטיין צו האלטן א סכום געלט אין גמ"ח פאר אזא נויטיגע צוועק, וואס וועט זיי שפארן אסאך געלט אין העלפן חתונה מאכן אנדערע.
די גאנצע נעכטן נאכטיגע רעוואלוציע, דארף א געהעריגע אביעקטיווע אפהאנדלונג, עס איז לאו דוקא די פרטים וואס מ'האט אויסגעשמועסט, נאר די עצם פאקט אז מ'האט געמאכט א באדייטנדע טריט פאראויס אינעם ענין פון חתונה מאכן און בכלל פראווען שמחות
און בנוגע צו די פעימינטס זאלן באלאנגען פאר די עלטערן צו פאר די חתן כלה. ווען מ׳רעדט פון $100 א חודש איז עס אויס דעבאטע. ווייל אזא סכום קען יעדעס חדר אינגל מסדר זיין מיט זיין פורים געלט.
ווי איך האב געהערט פון א עסקן האפט מען צו האבן א חתונה זאל אין וויליאמסבורג נאך פאר די מארקיז וועט זיין רייף דערפאר!
די תנאים זאל אין וויליאמסבורג איז דא עטליכע אפציעס אויפן טיש איינס איז די עזרת נשים פון ביהמ"ד הגדול אויף הופער וואס איז לעצטנס אדורך רענאוואציעס
אולם עקשטיין דאכציך פאנגט מען אן קומענדיגע וואך רענאוואציעס
קרן לב אהרן וואס איז לכאורה דאס מערסט היסטאריש בין איך נאך אביסל צומישט... ווי איך פארשטיי גייט קאסטן די פעקעדזש 30 אלפים א צד דאס מיינט אז אויב חתן כלה גייען עס באצאלן גיין זיי צאלן צוויי הינדערט דאללער א חודש? ווי אויך פעימענטס פאר מיין חתונה גיי איך נאך צאלן בשעת איך מאך שוין חתונה קינדער? ווי אזוי גייט עס פארזיכערן אז מען האלט זיך פולי צו די תקנות?(אחוץ אויב די געלט פליסט תיכף אריין צום פעקעדזש/זאל וכדו') אויב דארף מען נאר צאלן הינדערט דאללער א חודש פארוואס קענען עס נישט די עלטערן אליינס באצאלן?
ווי אזוי גייט די קרן ארבייטן ביי קינדער פון מלמדים וואס באקומען שוין 10 אלפים פונ'ם קרן מלמדים?
איך גלייב (האף...) אז די אלע זאכן זענען שוין אויסגעשמועסט אין מסודר. אז מען האט עס שוין אויסגעפויקט ברבים
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:און בנוגע צו די פעימינטס זאלן באלאנגען פאר די עלטערן צו פאר די חתן כלה. ווען מ׳רעדט פון $100 א חודש איז עס אויס דעבאטע. ווייל אזא סכום קען יעדעס חדר אינגל מסדר זיין מיט זיין פורים געלט.
א אינגעמאן וואס צאלט ארום 2 אלפים האט איבריגע פעני צו צאלן גמח"ן?
מיללער האט געשריבן:די גאנצע נעכטן נאכטיגע רעוואלוציע, דארף א געהעריגע אביעקטיווע אפהאנדלונג, עס איז לאו דוקא די פרטים וואס מ'האט אויסגעשמועסט, נאר די עצם פאקט אז מ'האט געמאכט א באדייטנדע טריט פאראויס אינעם ענין פון חתונה מאכן און בכלל פראווען שמחות
100% די פוינט איז די רעוואלוציע וואס איז נעכטן נאכט געשאפן געווארן אז קהילות זאל אנהייבן אויס העלפן ביים חתנה מאכן אויף א ברייטן פארנעם ווייל דאס גייט זיין די וועגווייזער אויכט פאר אנדערע קהילות דאס נאך צו מאכן אדער ענדליך צו דעם
קודם בין איך יא געווען, ובכלל מען מוז האבן דארט געווען צו שרייבן געדאנקען בנוגע די רעוואלוציע? מ'רעדט נישט דא קיין געדקאנקען איבערן מעמד נעכון נאכט, נאר איבער די עצם קאנצעפט.
אזוי-צו-אזוי, איך פלאן נישט אפצושרייבן מיינע געדאנקען לעת עתה