איראן איז מודה אין זייער סעפטעמבער 11 ראלע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

איראן איז מודה אין זייער סעפטעמבער 11 ראלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זונדל שאלאמאן »

יעצט ווען עס הערשט אן אפענער רוגזה צווישן די פאראייניגטע שטאטן און איראן, הייבן אן ארויסצוקומען די אפענע קארטן איבער די ראלע וואס איראן האט געהאט ביי די ריזיגע סעפעטמבער 11 אטאקעס אין יאר 2001 אויף עטליכע גרויסע אמעריקאנע צילן, צווישן זיי די צווילינג טורעמעס אין ניו יארק און די פענטעגאן, וואס האבן געברענגט טויזענטער פאטאליטעטן, און גאר שטארק אראפגעברענגט די כבוד פון אמעריקע און איר פארשעמט פאר די גאנצע וועלט, זייענדיג די אטאקע וועלכע האט געפירט צו די לאנג פארצויגענע קאמף קעגן טעראר, א קאמף וואס איז נאך ביז היינט נישט פארטיג.

מוכאמאד דזשאוואד לארידזשאני, א הויכער סעקרעטאר אין די יוסטיץ מיניסטעריום פון די איראנער “מענטשן רעכט קאנסול”, האט געזאגט נעכטן אין אן אינטערוויו פאר די איראנער פרעסע, אז איראן איז געשטאנען צו די רעכטע האנט פון על קעידא טעראריסטן וועלכע האבן דורכגעפירט די אטאקעס אויף אמעריקע, און זיי צוגעשטעלט שוץ.

לויט לארידזשאני האט די אינטעליגענט סערוויס פון טעהאראן צוגעשטעלט אין געהיים הילף פאר די טעראריסטן, אז זיי זאלן קענען רייזן צו אנדערע לענדער רואיגערהייט, אן א שרעק אז די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זענען אויף זייערע שפורן.

דורכאויס דעם אינטערוויו האט ער דערציילט אז די על קעידא קעמפער האבן גערייזט צווישן אזעלכע לענדער ווי סאודיע אראביע און איראן. יעדע מאל וואס זיי זענען אריינגעקומען אין די איראנע גרעניצן סיי דורך די לופט און סיי דורך די יבשה, האבן די איראנער מסכים געווען נישט צו זיגלען זייערע פאספארטן.

די טעראריסטן האבן געטוישט פליגער’ס און געווען אין טעהאראן פאר צוויי שעה איידער זיי זענען געפארן ווייטער צו אטאקירן אמעריקע, און איראן האט זיי ארויסגעהאלפן צו פארלאזן דאס לאנד אונטער די אויפזוכט פון די איראנע אגענטורן.

אזוי אויך האט ער דערציילט אז איינע פון די פילאטן וואס האבן דורכגעפירט די סעפטעמבער 11 אטאקעס, איז געפלויגן אין איראן נעבן א גרויסער חיזבאללא באאמטער, און אזוי ארום האט ער אים געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באשיצן פון די פיינטליכע רעגירונגען וואס האבן נאכשפיאנירט די טעראריסטן.

ביי איינע פון די מאמענטן אין דעם אינטערוויו האט דער איראנער באאמטער דערציילט אז איראנע שפיאנאזש אגענטן זענען געווען כסדר אין פארבינדונג מיט די על קעידא גענעראלן, און זיי געהאלפן אויף טריט און שריט.

דאס אז א גרויסער איראנער באאמטער האט נעכטן צום ערשטן מאל מודה געווען אז איראן האט געשפילט א ראלע אין די אטאקעס, באשטעטיגט די באשולדיגונג וואס אמעריקאנע שפיאנאזש קוועלער באשולדיגן שוין לאנג איראן, אבער ביז היינט האט דאס איראן שארף אפגעלייקנט, אין די צייט וואס אמעריקע האט געהאט פארשידענע באווייזן אז איראןהאט יא געהאט פארבינדונגען מיט אסאמא בין לאדין.

ווען די פאראייניגטע שטאטן האט געכאפט אסאמא בין לאדין אין די אקציע אין יאר 2011 און קאנפיסקירט הויפענעס מיט דאקומענטן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אל קעידא אגענטן האבן באקומען טרענירונגען אין חיזבאללא לאגערן, און איראן איז געווען גרייט צו שיקן געלט און וואפן פאר על קעידא, אין אויסטויש צו אטאקירן אמעריקאנער און מערב וועלט צילן.

אין א דאקומענט געשריבן מיט בין לאדין’ס אייגענע האנטשריפט, ווערט געשילדערט וויאזוי מען דארף רעאגירן צו טעהאראן ווען עס קומט צו פארהאנדלונגען. אין די דאקומענט שרייבט דער גרינדער פון אל קעידא אז אין פאקט האט איראן געשפילט א גרויסע ראלע צום סוקסעס פון זיין טעראר גרופע אין מיטל מזרח, און דערפאר זאל מען זיין געווארנט נישט צו טון סיי וואס עס קען אויפברויזן די רעזשים פון כומעני.

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז א מאנאט צוריק האט א געריכט אין ניו יארק געאורטיילט אז איראן דארף באצאלן זעקס ביליאן דאלער, אלס א פארגיטיגונג פאר די פאמיליעס פון די סעפטעמבער 11 קרבנות, נאכדעם וואס די געריכט האט געזען באווייז אז איראן האט געהאלפן די אל קעידא טעראריסטן זיך גרייטן צום אטאקע.

קרעדיט - אידישער ווינקל
גייסט סייווי קויפן אלע. פארוואס זאלסטו נישט באקומען צום טיר פאר ביליגער?
Call: 718-517-8310
Website: Vinderkind.com
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

Wow! און מיט נארט קאריע זאל מען נישט פארהאנדלען אבער מיט זײ יא!...
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

אויב איז עס אמת הייבט אן צו שטימען פארוואס ס'איז אזוי געגאנגען אין לעבן פאר אבאמא צו מאכן א דיעל מיט זיי.

והשנית (אביסל א סתירה מיט'ן אנהייב) מ'האט נישט געדארפט קיין הילף פון איראן, אמעריקע איז געווען צודרייט, ס'איז געווען אלע סימנים פאר א אטאקע, אומצאליגע ווארענונגען, און זיי זענען אלע געווען "אין" אמעריקע, מ'האט נישט געדארפט קיין הילף פון איראן דאס אפצושטעלן, עס וואלט געקענט געטון ווערן אומצאליגע מאל, מיט א טראפעלע אויפמערקזאמקייט, נאר אויף די אופן ווי אזוי די וועלט האט דעמאלטס געקוקט אויף טעראר, האבן זיי געקענט פליען דירעקט, אן איראן, און מיט געזיגלטע פאספארטן, און גארנישט וואלט נישט געווען.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פון וואו נעמסטו דאס גוגל ווייזט גארנישט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

וואסערע בענעפיט האט איראן פון יעצט ארויסקומען דערמיט אין פובליק? סתם זיך צו רייצן?
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

Goodmorning האט געשריבן:פון וואו נעמסטו דאס גוגל ווייזט גארנישט.

Mohammad-Javad Larijani

Google this name
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

Goodmorning האט געשריבן:פון וואו נעמסטו דאס גוגל ווייזט גארנישט.

כאב געטראפן אויף גוגל:
http://english.alarabiya.net/en/feature ... ckers.html
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פארשטייסט?
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:15 am
לאקאציע: אין מח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייסט? »

מיין עיקר שאק אין דעם ארטיקעל איז אז איראן האט געארבעט צוזאמען מיט סאדיע אראביע אויף די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.

איז דער לארידזשאני ארויס געקומען קעגן די איראנע גאווערמענט?
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

פארשטייסט? האט געשריבן:מיין עיקר שאק אין דעם ארטיקעל איז אז איראן האט געארבעט צוזאמען מיט סאדיע אראביע אויף די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.

איז דער לארידזשאני ארויס געקומען קעגן די איראנע גאווערמענט?

וואס איז די גרויסע שאק די ווייסט נישט וואס איז אן אראבער ווען איך בין גיט מיט דיר וועלאיך אלעס טין פאר דיר מארגען ווען איך בין צוקריקט מיט דיר וולאיך פארדאמען דאס וואס מיר האבען צוזאמען געטין
(אמעריקע וועט באופן כללי נישט פארדאמען א זאך וואס זיי אליין האבען געהאט א יד)
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

יענקעלע האט געשריבן:Wow! און מיט נארט קאריע זאל מען נישט פארהאנדלען אבער מיט זײ יא!...

אויך מיט סעודי אראביע פון ווי די 19 טעראריסטן קומען, און סעמי באקומען שטיצע פון די סוני בעערדע.
#בשיטה נישט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך קען אין ערגעץ נישט אריין אבער איך זע אזא העדליין Saudi-owned Al-Arabiya under fire for claiming Iran 'confessed' t
https://www.alaraby.co.uk › english › news
איראן און סעודיע אראביע זענען דאך בלוט שונאים וויאזוי האבן זיי געארבייט צוזאמען?
אויב עס איז אמת פארוואס רעדט נישט די טראמפ אדמיניסטראציע פון דעם?

איראן האט גענוג בלוט אויף אירע הענט דורך חיזבאללה ,אבער פארוואס זאלן זיי ארבעטן מיט סוניס וועמען זיי האבן פיינט?
שויתי ה' לנגדי תמיד
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

והשנית (אביסל א סתירה מיט'ן אנהייב) מ'האט נישט געדארפט קיין הילף פון איראן, אמעריקע איז געווען צודרייט, ס'איז געווען אלע סימנים פאר א אטאקע, אומצאליגע ווארענונגען, און זיי זענען אלע געווען "אין" אמעריקע, מ'האט נישט געדארפט קיין הילף פון איראן דאס אפצושטעלן, עס וואלט געקענט געטון ווערן אומצאליגע מאל, מיט א טראפעלע אויפמערקזאמקייט, נאר אויף די אופן ווי אזוי די וועלט האט דעמאלטס געקוקט אויף טעראר, האבן זיי געקענט פליען דירעקט, אן איראן, און מיט געזיגלטע פאספארטן, און גארנישט וואלט נישט געווען.[/quote]

דאס איז די רייע אז סקען זיין סיז נישט אמת די מעשה
פארשטייסט?
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:15 am
לאקאציע: אין מח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייסט? »

שלומה האט געשריבן:
פארשטייסט? האט געשריבן:מיין עיקר שאק אין דעם ארטיקעל איז אז איראן האט געארבעט צוזאמען מיט סאדיע אראביע אויף די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.

איז דער לארידזשאני ארויס געקומען קעגן די איראנע גאווערמענט?

וואס איז די גרויסע שאק די ווייסט נישט וואס איז אן אראבער ווען איך בין גיט מיט דיר וועלאיך אלעס טין פאר דיר מארגען ווען איך בין צוקריקט מיט דיר וולאיך פארדאמען דאס וואס מיר האבען צוזאמען געטין
(אמעריקע וועט באופן כללי נישט פארדאמען א זאך וואס זיי אליין האבען געהאט א יד)


לויט וואו איך פארשטיי איז איראן דער אימאפיציעלע טאטע פון אלע שאיטן און סאדיע אראביע פון די סוניס, זיי זענען שוין בלוט שונאים איבער טויזענט יאר
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”