דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5419
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
יש ברירה האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:האט ער עס טאקע געזאגט? כהאב מורא ער ווערט שוין צו אלט צו קאנטראלירן זיינע ווערטער, רוב עלטערע ווערן מער בלאנט.
די אודיאו איז נישט גענוג גוט צו קענען וויסן אויב ער האט דאס טאקע געזאגט. ער זאגט לוק פע.. די 'ט' הערט מען נישט. קען זיין ער האט געוואלט זאגן א אנדערע ווארט און זיך אפגעשטעלט אינדערמיט, ער טוט דאס אפט, איי דאונט קנאו.
לעצטנס געליינט אן ארטיקל איבער זיין שטאמלען פראבלעם וואס מאכט אים אויסזען צומישט ווען עס איז פשוט א געוואוינהייט צו פארמיידן שטאמלען.
https://www.theatlantic.com/magazine/ar ... le/602401/
שויתי ה' לנגדי תמיד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4289
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
ביידען האט פארענדיגט זיין גרויסער טור נעכטן אויפדערנאכט אין אייאווע, און גייט יעצט קיין נוי העמפשיר קאמפיינען מיט דזשאן קערי פאר 4 טעג און זיי וועלן אינאיינעם אפהאלטן א רייע איווענטס. און דערנאך וועט זיך ביידען מעגליך צוריק קערן קיין אייאווע פאר נאך א וואך.
די וויטערדיגע פלענער פונעם קאמפיין איז נאכנישט קלאר, און עס איז וויירשיינלוך געוואנדן אין די אנקעטעס וואס וועלן ארויסגעגעבן ווערן פון אייאווע נאך דער גרויסער 8 טאג'דיגער באס טור וואס ביידען האט דארט נארוואס פארענדיגט, ווי זיין קאמפיין וועט וועלן זעהן וואסערע אימפעקט דער טור וועט האבן אין די סטעיט.
דערנאך וועלן זיי קוקן אויף די אנקעטעס אין נוי העמפשיר נאך דער די וואכעדיגער טור דארטן אינאיינעם מיט קערי וועלכע איז שטארק פאפולער אין נוי העמפשיר.
און עס איז ערווארטעט אז אויב וועלן די אנקעטעס ווייטער נישט זיין גינסטיג פאר אים, וועט ער פארבלייבן קאמפיינען העפטיג אין די ערשטע צוויי שטאטן, און אויב עס וועט יא זיין היפש בעסערע אנקעטעס וועט ער אריבערגיין קאמפיינען אין עטליכע סופער טוסדעי שטאטן ארייהגערעכנט קאלארפאניע, און נאר טיילווייז ווייטער אנהאלטן צו קאמפיינען אין די ערשטע צוויי שטאטן.
עס איז איז א אנגענומענע מיינונג אז אויב ביידען געווינט די ערשטע צוויי שטאטן, דאן איז דער פארמעסט פארביי, ווייל דאן נעמט ער גאר באקוועם נעוואדע און סאוט קאריליינע, וועלכע ער איז ממילא לייכט ערווארטעט צו באקומען, און ער קומט אריין זייער געשטארקט אין סופער טוסדעי.

איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4289
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
עכט היימיש האט געשריבן:נישטא קיין פרישע פאולס אין די לעצטערע טעג?
גייט יענג קוואלאפאצירן?
א היסטאריש לאנגע צייט איז שוין פארביי וואס קיינע קוואליפייאינג אנקעטעס זענען נישט ארויסגעקומען, און נאר צוויי פון די לעצטע דעבאטע(!), ממש בהשגחה פרטית פונקט ווען די צוויי מינאריטעטן פארפיינטעט אויפן עסטאבלישמענט, יענג און גאבבארד, האלטן איין אנקעטע אוועק פון צו קוואליפייען. אזעלכע נפלאות הבורא!
(דאס איז מסתמא געווען דער סימן מן השמים וואס האט געברענגט געוויסע צו שרייבן אז די DNC זאל ערלויבן בוקער אדער קאסטרא גאר צו ערשיינען ביי די דעבאטע, כאטש זיי האבן נישט קיין איין קוואליפייאינג אנקעטע, כדי עס זאל נישט זיין כולו הפך לבן. אויף יענג און גאבבארד האבן מיר דאך א מופת חותך אז זיי זענען נישט פאסיג.)
אבער יעצט קוקט אויס אז דער נס האלט זיך ביים אפשטעלן. מאנמאוט האט געמאלדן אז זיי גייען ארויסגעבן א נעשענאל אנקעטע מארגן.
פאר גאבבארד איז עס דווקא שלעכטע נייעס, ווייל דאס מיינט אז קיין ניו העמפשיר אנקעטע פון זיי קומט נישט, און נעשענאל האבן זיי איר געגעבן 0% לעצטע צוויי מאל.
ווען אלעס וואלט געגאנגען גלאטיג ביז אהער, וואלט איך געזאגט אז פאר יענג איז עס גוטע נייעס. ער האט לעצטע מאל באקומען 3% און איין מאל פריער 2%. איך וואלט געשטעלט די שאנסן ביי 2 פון 3 אז זיי וועלן אים דאסמאל געבן 4%. אבער אזויווי לא עבד קוב"ה ניסא למגנא, דארף מען אריינרעכענען די שאנס אז די אנקעטע קומט נאר ארויס ווייל עס איז נישט קיין אוטלייער. ליין: עס קומט נאר ארויס ווייל עס שטימט מיט וואו יענג "דארף" זיין - אונטער 4%.
(עה, איך מאך נאר א דזשאוק )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
- א נייער
- שר האלפיים
- תגובות: 2073
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
- לאקאציע: ניי מאשין
Yang2020 האט געשריבן:עכט היימיש האט געשריבן:נישטא קיין פרישע פאולס אין די לעצטערע טעג?
גייט יענג קוואלאפאצירן?
א היסטאריש לאנגע צייט איז שוין פארביי וואס קיינע קוואליפייאינג אנקעטעס זענען נישט ארויסגעקומען, און נאר צוויי פון די לעצטע דעבאטע(!), ממש בהשגחה פרטית פונקט ווען די צוויי מינאריטעטן פארפיינטעט אויפן עסטאבלישמענט, יענג און גאבבארד, האלטן איין אנקעטע אוועק פון צו קוואליפייען. אזעלכע נפלאות הבורא!
(דאס איז מסתמא געווען דער סימן מן השמים וואס האט געברענגט געוויסע צו שרייבן אז די DNC זאל ערלויבן בוקער אדער קאסטרא גאר צו ערשיינען ביי די דעבאטע, כאטש זיי האבן נישט קיין איין קוואליפייאינג אנקעטע, כדי עס זאל נישט זיין כולו הפך לבן. אויף יענג און גאבבארד האבן מיר דאך א מופת חותך אז זיי זענען נישט פאסיג.)
אבער יעצט קוקט אויס אז דער נס האלט זיך ביים אפשטעלן. מאנמאוט האט געמאלדן אז זיי גייען ארויסגעבן א נעשענאל אנקעטע מארגן.
פאר גאבבארד איז עס דווקא שלעכטע נייעס, ווייל דאס מיינט אז קיין ניו העמפשיר אנקעטע פון זיי קומט נישט, און נעשענאל האבן זיי איר געגעבן 0% לעצטע צוויי מאל.
ווען אלעס וואלט געגאנגען גלאטיג ביז אהער, וואלט איך געזאגט אז פאר יענג איז עס גוטע נייעס. ער האט לעצטע מאל באקומען 3% און איין מאל פריער 2%. איך וואלט געשטעלט די שאנסן ביי 2 פון 3 אז זיי וועלן אים דאסמאל געבן 4%. אבער אזויווי לא עבד קוב"ה ניסא למגנא, דארף מען אריינרעכענען די שאנס אז די אנקעטע קומט נאר ארויס ווייל עס איז נישט קיין אוטלייער. ליין: עס קומט נאר ארויס ווייל עס שטימט מיט וואו יענג "דארף" זיין - אונטער 4%.
(עה, איך מאך נאר א דזשאוק )
אזוי נעגאטיוו, לייג אראפ אז יענג גייט עס יא מאכן.....
איך ווייס נישט וואס
Yang2020 האט געשריבן:פשוט אזוי. ער האט אלעס געמאכט ביז אהער, און פונקט ווען ער האלט אזוי נאנט וועט ער עס פארלירן?!
איך שרייב נאר נעגאטיוו אוועקצונעמען עין הרע פון יענג'ס אויסטערלישע סוקסעס.
(למען הסר ספק, דאס איז אויך נאר א דזשאוק )
מיין מוטער זז''ג זאגט אלץ.
מיטען בלעימען כסדר דעם סיסטעם וועסטו זיין גערעכט. אבער נאך אלץ א ''לוזער''
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
סארקאזי האט געשריבן:Yang2020 האט געשריבן:פשוט אזוי. ער האט אלעס געמאכט ביז אהער, און פונקט ווען ער האלט אזוי נאנט וועט ער עס פארלירן?!
איך שרייב נאר נעגאטיוו אוועקצונעמען עין הרע פון יענג'ס אויסטערלישע סוקסעס.
(למען הסר ספק, דאס איז אויך נאר א דזשאוק )
מיין מוטער זז''ג זאגט אלץ.
מיטען בלעימען כסדר דעם סיסטעם וועסטו זיין גערעכט. אבער נאך אלץ א ''לוזער''
ווילאנג מ׳בלעימט גוטמוטיג איז נישט געפערליך..
יענג, גיי אן, לאז דיך נישט פון די מהרסים..
- שלמה הילדעסהיימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13354
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Morning Consult, December 2-8:
Biden: 30% (+1)
Sanders: 22% (+2)
Warren: 16% (+1)
Buttigieg: 9%
Bloomberg: 6% (+1)
Yang: 4%
Booker: 3% (+1)
Steyer: 3% (+1)
Gabbard: 2%
Klobuchar: 2%
Based on 15K+ interviews with Democratic primary voters; MoE +/- 1.
בלומבערג מאכט פארשריט, אויב ווערט ער די פלעוועיר אף די חודש קען ער ח"ו גרינג באזיגען טראמפ... היה לא תהיה